הויפט טאליבאן קאמאנדיר פארכאפט!

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

הויפט טאליבאן קאמאנדיר פארכאפט!

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג פאברואר 15, 2010 9:29 pm

הויפט טאליבאן מיליטערישער שעף פארכאפט דורך אמעריקאנער און פאקיסטאנער סאלדאטן

די טאליבאנער הויפט מיליטערישער פירער איז פארכאפט געווארן אין א געמיינזאמע אפעראציע דורך אמעריקאנער און פאקיסטאנער קרעפטן אין קאראטשי, און ער ווערט אויסגעפארשט אינעם זעלבן שטאט, ווי קוועלער באשטעטיגן פאר ק.נ.א.'ס שוועסטער אגענטור פוקס.

מולא אבדול גהאני באראדאר איז דער מערסט וויכטיגער טאליבאנער פיגור צו ווערן פארכאפט זינט די קריג אין אפגאניסטאן האט זיך אנגעהויבן. ער איז נאנט צו די איסלאמישע גרופע'ס גייסטליכער פירער מולא מוכאמעד אמאר און צו דער על קאידע פירער אסאמא בין לאדין.

נייעס פון זיין פארכאפונג, מיט עטליכע טעג צוריק, איז געקומען בשעת אמעריקאנער, בריטישע, און אפגאנער קרעפטן זעצן פאר א מאסיווע שטופ אקעגן די טאליבאנער אין אפגאניסטאן, אנגערופן אפעראציע מושטאראק.

די סי.איי.עי. און פענטאגאן האבן אנטזאגט צו קאמענטירן פאר פוקס נייעס איבער די פארכאפונג, און די פענטאגאן האט גאר געזאגט אז דאס אמעריקאנער מיליטער איז נישט געווען פארמישט.

ברוס או. ריידעל, א געוועזענער סי.איי.עי. אפיציר וואס האט אנגעפירט די אבאמא אדמיניסטראציע'ס אפגאניסטאן און פאקיסטאן פאלעסי איבערזיכט פארגאנגענעם פרילינג, געט איבער פאר די ניו יארקער טיימס אז באראדאר'ס פארכאפונג קען פארקריפלן די טאליבאן'ס מיליטערישע אפעראציע - ווייניגסטענס אין די קורצע טערמין.

באאמטע געבן איבער פאר די צייטונג אז די איבערפאל איז פאקטיש אויסגעפירט געווארן דורך די פאקיסטאנער מיליטערישע שפיאנאזש אגענטור און אז די סי.איי.עי. האט באגלייט די פאקיסטאנער.

אויף איר וועבזייטל, זאגט די ניו יארק טיימס אז זיי האבן שוין געהערט איבער די אפעראציע פארגאנגענעם דאנערשטאג, אבער האבן נישט באריכטעט דערוועגן אויפן פארלאנג פון ווייסע הויז באאמטע, וועלכע האבן גע'טענה'ט אז דאס פארעפנטליכן קען שטערן א שפיאנאזש-זאמלונג באמיאונג.


לכאורה, פאר ק.נ.א.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג פאברואר 15, 2010 10:11 pm

א גרויסן יישר כח 'לכאורה' פאר די נייעס. (וואס איך האב זיך יעצט געגרייט נאכצושרייבן פון פאקס..)

עס איז קוקט אויס צו זיין א שטארקער זיג און האפענטליך וועט מען ארויסהאבן פון אום ווערטפולע אינפארמאציע זינט ער איז אזוי נאנט צו מאלא אמאר און אסאמא בין לאדין.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג פאברואר 16, 2010 12:17 am

איז דער טאקע דער גרעסטער טאליבאניק?
א שטיק צייט צוריק האבן די אמעריקאנע עפעס יעדע וואך געכאפט 'דעם גרעסטן קאפשטיק' פון די טאליבאנים, דער טיטול איז געלאפן אויף יעדן בארוועסן אראבער וועמען זיי האבן דארט אומגעברעגט.
ביז די געדולד פון די אמעריקאנער האט שוין מער נישט געדולדעט
זעהט אויס מען האט זיך צוריק גענומען פראפאגאנדירן.... אקעי, ימים ידברו ונזכה ונחיה ונראה

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג פאברואר 16, 2010 12:54 am

א דאנק לכאורה.
כ'אב זיך נארוואס געגרייט צו באריכטן דעם נייעסל בלויז אויף צו אנערקענען אז ס'יז שוין באריכטעט..

אז דו ווילסט אריינקומען אין ק.נ.א. מהיכי תיתי, אדרבה, גיב אהער דיין סאשעל, גילוי אינפא, ענד יו אר רעדי טו ראקק.

די טשעקס גיי פיק אויף פון צייטליך'ן איינמאל אין זעקס אהאלב וואכן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דינסטאג פאברואר 16, 2010 6:48 am

יהיה כן האט געשריבן:איז דער טאקע דער גרעסטער טאליבאניק?
א שטיק צייט צוריק האבן די אמעריקאנע עפעס יעדע וואך געכאפט 'דעם גרעסטן קאפשטיק' פון די טאליבאנים, דער טיטול איז געלאפן אויף יעדן בארוועסן אראבער וועמען זיי האבן דארט אומגעברעגט.
ביז די געדולד פון די אמעריקאנער האט שוין מער נישט געדולדעט
זעהט אויס מען האט זיך צוריק גענומען פראפאגאנדירן.... אקעי, ימים ידברו ונזכה ונחיה ונראה


דערפארכאפטער טעראריסט איז "פון די הויפט חברה". ער האט אנגעפירט די אינסורדזשענט אקטיוויטעטן פון די טאליבאן אין סאוט אפגאניסטאן, אריינגערעכנט "מארדזשא" וואו די מיליטער האט יעצט געעפנט די אפענסיווע.

די קורצ-טערמיניגע אפעקט וואס זיין פארכאפונג וועט האבן אויף די יעצטיגע אפענסיווע, וועט ווארשיינליך זיין א שטארקע, אבער די לאנג-טערמיניגע אפעקט איז אומקלאר ווייל פאקטיש איז ער נישט ממש פון די ריכטיגע הויפטן פונעם טאליבאן מאשין.

די יעצטיגע אפענסיווע איז די גרעסטע וואס די מיליטער האט אונטערגענומען זינט יאר 2001!
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג פאברואר 16, 2010 8:54 am

דער טאליבאן קאמאנדיר מיט איין אויג.
צוגעלייגטע
Taliban Comender.jpg
Taliban Comender.jpg (13.31 KiB) געזעהן 2005 מאל
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דינסטאג פאברואר 16, 2010 9:55 am

http://www.timesonline.co.uk/tol/news/w ... 029075.ece

א אינטערעסאנטער ארטיקל איבער דער טאליבאן פירער. לויט די באריכטן איז ער דער טשעמפיאן פון די IED (אומזעהבארע עקספלאסיווע דעווייסעס) שאסיי-זייט באמבעס
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג פאברואר 16, 2010 10:54 am

צייטליך האט געשריבן:דער טאליבאן קאמאנדיר מיט איין אויג.

ביסטו זיכער אז דאס איז דער יעניגער וואס איז לעצטנס פארכאפט געווארן? אין טיימס שטייט אז מען האט נישט קיין בילד פון אים. מולא אמאר איז האלב בלינד, אפשר איז דער בילד פון אים.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג פאברואר 16, 2010 12:34 pm

דער בילד קומט ארויף אין גוגל ביי זיין נאמען. (קרעדיט: עס עפעס - היים בלאט)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דינסטאג פאברואר 16, 2010 12:39 pm

צייטי, לכאורה איז לכאורה גערעכט, סארי פארן דיר פארנארן.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג פאברואר 16, 2010 12:53 pm

אפפ... מ'גיימער עס צוריק טוישן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מיטוואך פאברואר 17, 2010 8:12 am

http://link.brightcove.com/services/pla ... 6448008001

א אומגלויבליכע אינטערעסאנטע ווידעאו פון די בריטישע זעלנער אויפן פראנט אין אפגאניסטאן
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:04 pm

אויסשליסליך: נאך א טאליבאנער פירער פארכאפט אין פאקיסטאן

נייעסוואך
דורך סעמי יוסאפזיי און מארק האוזנבאל

נאך א פירער פון די אפגאנער טאליבאן איז פארכאפט געווארן דורך פאקיסטאנער אויטאריטעטן וואס ארבעטן אינאיינעם מיט די אמעריקאנער שפיאנאזש באאמטע. טאליבאנער קוועלער אינעם ראיאן און א קאנטערטעראריזם באאמטער אין וואשינגטאן האבן אידענטיפיצירט דעם פארכאפטן אויפשטענדלער פירער אלס מולא אבדול סאלאם, געשילדערט אלס די טאליבאן באוועגונגס "שאטן גאווערנאר" פון אפגאניסטאן'ס קונדוז פראווינץ.

טאליבאנער קוועלער זאגען פאר נייעסוואך אז סאלאם איז געכאפט געווארן דורך פאקיסטאנער זיכערהייט קרעפטן אין די שטאט פייסאלאבאד ארום א וואך צוריק - בערך די זעלבע צייט וואס די פאקיסטאנער קרעפטן מיט אמעריקאנער שטיצע האבן פארכאפט דעם נומער 2 טאליבאן פירער מולא אבדול גהאני באראדאר אין קאראטשי. די טאליבאנער קוועלער זאגען אז מולא סאלאם איז ארעסטירט געווארן מיט 3 אנדערע מיליטאנטן.

לויט די טאליבאנער קוועלער האט זיך מולא סאלאם געגרייט אויף א רייזע זיך צו טרעפן מיט מולא באראדאר ווען ער איז ארעסטירט געווארן. מאנכע שפעקולירן אז די ארעסטן פון ביידע פירער איז פארבינדן, אבער דאס איז דערווייל נישט באשטעטיגט געווארן אין וואשינגטאן.

מולא סאלאם איז געווען איינער פון די טאליבאן'ס מערסט ווירקזאמע קאמאנדירן אין צפון אפגאניסטאן און דערפאר איז ער געווען פון די מערסט געזוכטע מענטשן דורך אמעריקע און נאטא קרעפטן וואס קעמפן דארט. סאלאם'ס סאלדאטן זענען געווען ספעציעל טויטליך ביי זייערע אטאקעס אויף דייטשע טרופן אין צפון אפגאניסטאן.

אן אמעריקאנער קאנטערטעראריזם באאמטער האט באשטעטיגט צו נייעסוואך אז מולא סאלאם איז פארכאפט געווארן. "א דאנק די שטארקע שפיאנאזש ארבעט און עטליכע קוראזשפולע שותפים אין פאקיסטאן, איז דאס נישט קיין גוטע צייט פאר די פירערשאפט פון די אפגאנער טאליבאן" זאגט דער באאמטער וואס וויל בלייבן אנאנים.

לכאורה, ק.נ.א.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:05 pm

כהאב געליינט ערגעץ אז א סך הכל פון פופצן חברה זענען ארעסטירט געווארן פאריגע וואך
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:17 pm

ארעסטירט? נישט אינטערעסאנט.
פאקיסטאן וועט זיי ארויסלאזן ווי נאר אמעריקא גיט א דריי אוועק די פנים.
מען דארף זיי הרגנען.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:23 pm

סתם_אזוי האט געשריבן:ארעסטירט? נישט אינטערעסאנט.
פאקיסטאן וועט זיי ארויסלאזן ווי נאר אמעריקא גיט א דריי אוועק די פנים.
מען דארף זיי הרגנען.


גלען בעק האט טאקע געזאגט אייער נעכטן אז אויב ער וואלט ווען געכאפט דעם טאליבאן פירער, וואלט ער אים געשאסן אין קאפ...

דאנט ווארי, די סי איי עי געפינט זיך מיט די ארעסטאנטן די גאנצע צייט
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מיטוואך פאברואר 17, 2010 3:10 pm

http://images.huffingtonpost.com/gen/141936/OBAMA.jpg

א בילד פונעם "סיטואציע צימער" אין ווייסן הויז היינט מיטוואך. דער פרעזידענט און זיינע נאנטע געהילפן אין א קריטישע זיצונג איבער די פראגרעס אין די אפגאניסטאן פרישע אפענסיווע
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 7:52 am

די טאליבאנער לויפן אויס פון וואפן און אמוניציע
http://news.bbc.co.uk/2/hi/south_asia/8521503.stm
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 7:53 am

על קאידא פארבינדענע מיליטאנטן פריש ארעסטירט אין פאקיסטאן
http://news.yahoo.com/s/ap/20100218/ap_ ... an_taliban
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 7:54 am

די ליסטע פון פרישע פארכאפטע טאליבאן פירער האלט שוין ביי 3

http://www.nytimes.com/2010/02/19/world ... tml?emc=na
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג פאברואר 22, 2010 8:38 am

און צום ...... מאל!

נאך א טאליבאן פירער געכאפט אין פאקיסטאן.

http://www.cnn.com/2010/WORLD/asiapcf/0 ... tml?hpt=T2
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג פאברואר 22, 2010 8:58 am

און 27 ציווילע אפגאניסטאנער זענען היינט אומגעקומען דורך א לופט אטאקע פון די אמעריקאנער כוחות אין מארזשא
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג פאברואר 22, 2010 12:47 pm

א אינטערעסאנטע בילד פון א זעלנער'ס היטל אויפן מלחמה פראנט אין אפגאניסטאן
צוגעלייגטע
slide_5067_70018_large.jpg
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דינסטאג פאברואר 23, 2010 12:52 pm

http://www.pbs.org/wgbh/pages/frontline ... e=proglist

זעט א פריוויו פון א לענגערע דאקומענטאציע וועלכע וועט ערשיינען בקרוב, וויאזוי אן אפגאנער דזשורנאליסט האט פארברענגט אין א טאליבאנער צעל פאר עטליכע טעג און ער האט באוויזן אפצוכאפן אלעס אויף קאמערע.

עס איז שאקירנד און גאר אינטערעסאנט.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג פאברואר 23, 2010 1:33 pm

דאס איז עפעס נישט נארמאל פון א דזשורנאליסטישע - און שפיאנאזישע - שטאנדפונקט. אויב מעגליך, ביטע שטעלן די לינקס צום פולן סעריע ווען זיי וועלן זיין אוועילעבל צום פובליק.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א מוח, נודניק און 29 געסט