דער אמת איבער אבדולאמוטאלאב -צווייטער טייל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

דער אמת איבער אבדולאמוטאלאב -צווייטער טייל

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג פאברואר 15, 2010 7:04 pm

"אזאנס??? 15 מינוט נאכן אים ארעסטירן, האט מען אים שוין פארגעליינט די מירענדע רעכטן??? דער טעראריסט וואס ער איז!!! און דאס אלעס איז צוליב די אבאמא אדמיניסטראציע'ס ווייעכקייט צו טעראריזם!!!"

דאס און ענליכעס זענען די קאמענטארן וואס מען הערט אין די לעצטערע וואכן פון די רעכטע היץ קעפ מיט די מיקראפאונען אין האנט. הלמאי מען האט נישט אויסגעפירט קיין "וואטער-בארדינג" אויף דעם אונטערהויז-באמבאדירער??? הלמאי מען האט אים פארגעליינט די מירענדע רעכטן??? און נאך בלויזע 15 מינוט נאך זיין ארעסט!!!

עס שטעלט זיך אבער ארויס א גאר אנדערער בילד (נישט קיין אנדערע אוועטער...) לויט די אפיציעלע באריכטן וואס ווייסע הויז אויטאריטעטן האבן נעכטן זונטאג ארויסגעגעבן איבער די כראנאלאגיע פון אבדולאמוטאלאב'ס ארעסט און זיין אויספארשונגען.

לאמיר נישט לאנג מאריך זיין, נאר ברענגען די אפיציעלע כראנאלאגיע, וועלכע איז ארויסגעגעבן דורכן ווייסן הויז, נאכדעם וואס דער רעפובליקאנער סענאטאר לינדזי גרעהעם האט קריטיקירט די אבאמא אדמיניסטראציע פארן צעמישן דעם פובליק איבער די פאקטן פון אבדולאמוטאלאב'ס ארעסט און אויספארשונגען.


דעצעמבער 25 -11:38 פארמיטאג
א נארטוועסט פליגער פלייט 253 פון אמסטערדאם פליהט אריין העכער אמעריקאנער לופט. זעקס מינוט שפעטער האט אבדולאמוטאלאב פרובירט אויפצורייסן א באמבע וועלכע ער האט געהאט באהאלטן אין זיינע אונטערהויזן. עס האט אנגעצינדן א קליינער פייער וואס האט זיך באלד פארלאשן, דריי מינוט שפעטער איז דער טעראריסט געווען גענצליך אראפגעהאלטן און אין קאנטראל פון עטליכע אנדערע פאסדזשירן וועלכע זענען ארויפגעטאנצן אויף אים.

12:03
דער עראפלאן לאנדעט און די קאסטומס אגענטן קומען ארויף אויפן פליגער און ארעסטירן אבדולאמוטאלאב. נאכן אים האלטן פארשפארט אין א ספעציעלע צימער, ארום 12:45 האבן די אגענטן באשלאסן אים צו נעמען צום יוניווערסיטי אוו מישיגען האספיטאל פאר עמורדזשענסי באהאנדלונג פאר זיינע בריה-וואונדן.

אזוי לאנג ווי זיינע וואונדן ווערן באהאנדלט, האט דער עף בי איי ספעשל אגענט צו מישיגען גענומען צוויי אגענטן און זיי באאויפטראגט אויסצופרעגן אבדולאמוטאלאב. איינער פון די צוויי איז א וועטעראן פון קאונטער-שפיאנאזש מיט ערפארונג אין אפגאניסטאן און איראק.

2:00 נאכמיטאג
עף בי איי אגענטן קומען אן אינעם שפיטאל און זיי שמועסן אויס אבדולאמוטאלאב'ס געזונט צושטאנד, פיזיש און גייסטיש, מיט די דאקטוירים.

3:30 נאכמיטאג
אגענטן הויבן אן אויספארשן אבדולאמוטאלאב, אונטער דעם געזעץ וועלכע ערלויבט אגענטן אויסצופארשן מענטשן איבער באלדיגע געפארן, אנדעם וואס מען ברויך פארליינען די מירענדע רעכטן. די פראגעס זענען געווען איבער אנדערע מעגליכע באמבעס וואס זענען געווען אויפן פליגער און צי ער האט געהאט אנדערע מענטשן וועלכע האבן אים ארויסגעהאלפן אין פלאנירן די אטאקע.

"אזעלכע סארטן אויספארשונגען פראדוצירן שטארקע רעזולטאטן, וויבאלד דער מענטש איז אונטערן שאק פון זיין ארעסט און ער רעדט ווייל ער איז צעמישט"- האט געזאגט א ווארטזאגער פאר די עף בי איי.

נאך פופציג מינוט פון אויספארשן, האבן אים די דאקטוירים גענומען פאר פרישע באהאנדלונגען.

4:30 נאכמיטאג
אבדולאמוטאלאב גייט אריבער א אפעראציע וועלכע געדויערט איבער 4 שטונדן.

4:30-6:30
דזשאן ברענען, אבאמא'ס דעפיוטי נעשאנעל סעקיוריטי ראטגעבער, האלט אפ א ווידעאו קאנפערענץ פאר עף בי איי אגענטן, "נעשאנעל קאונטער-טעראריזם-צענטער", סי איי עי, נעשאנעל סעקיוריטי אגענטור, סטעיט דעפארטמענט, האומלענד סעקיוריטי דעפארטמענט און די פעדעראלע אוויאציע אדמיניסטראציע.

עס ווערט איבערגעגעבן וויכטיגע אינפארמאציע און פלענער ווערן פארמירט וויאזוי צו פארשטיין געבן פארן פובליק וואס מען ווייסט אלס איבער די אטאקע און וויאזוי מען וועט גיין ווייטער. מען האט דארטן נישט דיסקוסירט דער אישו פון פארליינען פאר אבדולאמוטאלאב זיינע מירענדע רעכטן. יעדער ביים ווידעאו קאנפערענץ האט אבער פארשטאנען אז דער טעראריסט וועט אריינגיין אונטער די קרימינאלע יוסטיץ סיסטעם.

9:00 ביינאכט
נייע עף בי איי אגענטן טרעפן זיך מיט אבדולאמוטאלאב אין זיין שפיטאל צימער. ער זאגט קלאר אז ער וועט נישט ענטפערן זייערע פראגעס. דאן האט מען אים פארגעליינט זיינע מירענדע רעכטן.

***

סאו נעקסטיים, טייערע רעכטע, ווען איר ווילט טרעפן סקאנדאלן און בונטעווען קעגן די אבאמא אדמיניסטראציע, מאכט זיכער צו טשעקן אייערע פאקטן צי זיי זענען נעמליך פאקטן אדער בלויזער פארע פון די היציגע בלינדע שנאה וואס איר האט צו אבאמא און זיין אדמיניסטראציע.

אין צוגאב: מען בונטעוועט פארוואס מען האט נישט געלאזט די סי איי עי אים אויספארשן, אזוי ווי עס איז געווען אונטער די בוש אדמיניסטראציע. די פאקטן און ציפערן ווייזן אז אזויפיל ווי 300 טעראריסטן זענען אונטער די בוש אדמיניסטראציע דורכגעגאנגען ציווילע קרימינאלע געריכט און רוב פון די זיצן און שמאכטן און זעען נישט די שיין פון די זון, און 3 טעראריסטן זענען אונטער די בוש אדמיניסטראציע געאורטיילט געווארן אין מיליטערישע טריבונאל און 2 פון זיי זענען פראנק און פריי אויפן גאס און פירן פריש אן מיט טעראר (נאר אויף א שטערקערן פארנעם צוליב די פארשטארקטע נעגאטיווע געפילן כלפי אמעריקע נאכדעם וואס מען האט אויף זיי דורכגעפירט "אינהענסד אינטעריגעישאן טעקניקס" -באקאנט אין מאמע לשון אלס "פייניגונגען"...).
לעצט פאראכטן דורך עס עפעס אום דינסטאג פאברואר 16, 2010 6:37 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

ydbh
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 16, 2008 1:41 am

תגובהדורך ydbh » מאנטאג פאברואר 15, 2010 8:14 pm

איז דער ארטיקל אפשר א ענטפער אויף די פראגע?
יודל מענדלזאהן האט געשריבן:
עס עפעס האט געשריבן:זיי זענען צוריק צו טעראר נאכדעם וואס מען האט זיי באפרייט, און די פראגע פארוואס מען האט זיי באפרייט, פרעג דזשארדזש דאבעליו בוש ירום הודו, ער האט זיי באפרייט. אונטער באראק אבאמא איז נאך פאקטיש קיין איין גואנטאנאמא ארעסטאנט פריי געלאזט געווארן.

וואס???

כ'על דיר געבן א געלעגענהייט צוריקצוציען פון דעם סטעיטמענט איידער איך וועל אראפלייגן אויפ'ן טיש א פעקעלע לינקס וואס דערציילן די פאקטן. אפשר ווילסטו אויסוועהלן פון וועלכע לינקע בלאג\סייט איך זאל ברענגען די ליסטע פון באפרייטע ארעסטאנטן אונטער אבאמא?!

ydbh
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 16, 2008 1:41 am

תגובהדורך ydbh » מאנטאג פאברואר 15, 2010 8:24 pm

עס עפעס האט געשריבן:דער רעפובליקאנער סענאטאר לינדזי גרעהעם האט קריטיקירט די אבאמא אדמיניסטראציע פארן צעמישן דעם פובליק איבער די פאקטן פון אבדולאמוטאלאב'ס ארעסט און אויספארשונגען.
קודם כל איז אינטערעסאנט ווי איז דער אפיציעלע ווייסן הויז כראנאלאגיע געלעגען ביז יעצט?

צווייטענס, פארוואס האט עס דער עף.בי.איי. דירעקטאר ראבערט מולער נישט געלייקענט ווען מען האט אים געפרעגט?
יודל מענדלזאהן האט געשריבן:"איז נישט ריכטיג אז נאכדעם וואס מען האט אים געלייענט די מיראנדא ווארנונג האט ער אויפגעהערט צו רעדן?" האט דער רעפובליקאנער סענאטאר 'דזשעף סעשאנס' געפרעגט פון מולער.

"ריכטיג," האט מולער געענטפערט,

זעהט אויס אז ער האט נאך נישט געהאט געזעהן דעם אויסגעבעסערטן ווערסיע פון די אפיציעלע ווייסן הויז כראנאלאגיע . . .

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דינסטאג פאברואר 16, 2010 6:38 am

ydbh
עפן אן אימפיטשמענט פראצעדור אויף באראק אבאמא; ער זאגט דאך קלאר ליגנט...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Come and go, shalsheles, אבן יקרה, איגערקע, זעקס און ניינציגער, חלה לכבוד שבת, יוסי ווייס, מה שמו, קאפ און אקסל און 69 געסט