בלאט 1 פון 1

27 אבאמא נאמינאציעס באשטעטיגט דורכן סענאט

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 11, 2010 10:00 pm
דורך עס עפעס
נאך א היציגע מיטונג היינט צווישן פרעזידענט אבאמא און סענאט מינאריטעט פירער מיטש מעקאנעל, האט דער סענאט באשטעטיגט 27 נאמינאציעס צום אבאמא אדמיניסטראציע, נאכדעם וואס זיי זענען אויפגעהאלטן געווארן פאר לאנגע מאנאטן.

דעם דינסטאג האט דער פרעזידענט אפגעהאלטן א מיטונג מיט רעפובליקאנער און זיי געזאגט אז ער וועט דורכשטיפן זיינע נאמינירטע דורך פארשידענע טריקס, אויב וועלן זיי נאך אויפהאלטן און פארציען די נאמיאנאציעס פאר פאליטישע סיבות.

היינט דאנערשטאג האט דער פרעזידענט פריש געווארנט מיטש מעקאנעל אז ער וועט נעמען די נויטיגע שריט און טון וואס ער האט צו טון, אויב וועלן די רעפובליקאנער ווייטער בלאקירן די נאמינאציעס.

געציילטע שטונדן נאכן מיטונג מיט אבאמא, האט דער סענאט באשטעטיגט אזויפיל ווי 27 פון די אבאמא נאמינאציעס.

דעמאקראטן טרומפייטערן דאס אלס א מאמענט ווען אבאמא האט באוויזן צו צווינגען די רעפובליקאנער צו טון עפעס וואס זיי האבן נישט געוואלט און די רעפובליקאנער ניצן דאס יעצט אויס צו ווייזן אז זיי זענען נישט אזעלכע שלעכטע און נעגאטיווע.

וויכי?

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 11, 2010 10:32 pm
דורך מבין נומ 1
וועלקאם בעק, אז עס עפעס פעלט דריי טעג האמיר שוין נישט וואס צו עסן...

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 11, 2010 10:48 pm
דורך וויכטיג מאכער
עס עפעס!

געשריבן: פרייטאג פאברואר 12, 2010 9:19 am
דורך סתם_אזוי
פון וואספארא נאמינאציעס רעדט מען דא?

געשריבן: זונטאג פאברואר 14, 2010 12:16 pm
דורך ראמני 08
אויב האט די גאווערמענט געקענט אנגיין פון ווען אבאמא איז אריין אין אפיס ביז יעצט וואס דאס איז כמעט א יאר אן זיי דעמאלט פארוואס ברויך מען בכלל די פאסטןס סתם אויסגעבן מיין שווער אויסגעהארעוועטע געלטער?