איראן:ס'קומט גרויסער קלאפ פאר גלאבאלע אראגאנץ

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

איראן:ס'קומט גרויסער קלאפ פאר גלאבאלע אראגאנץ

תגובהדורך לאקשען ברעט » מיטוואך פאברואר 10, 2010 9:05 pm

דער איראנער איאטאלא וואס איז די פאקטישעער דיקטאטאר פין איראן האט זיך געלאזט הערען אז אין פברואר דעם עלעפטען וואס דאס איז מארגען גייט קומען א גרויסע קלאפ פאר די גלאבאלע אראגאנץ,
דער קאריאזער איראנער פרעזידענט אכמאדינישאד האט אויך לעצטענס געווארענט אז אין פברואר דעם עלעפטען גייט קומען א קלאפ פאר די גלאבאלע אראגאנץ,
וואס כ'פארשטיי נישט פונקטליך איז ווער דער "אראגאנץ" איז, אבער ווי עס קוקט אויס ווילען די איראנער איסלאמישע פאראזיטען האלטען די וועלט געשפאנט מיט זיערע פוסטע רעטאריק אין פארפירערישע סטעיטמענטס,
ווער עס קען זיך אויס אין די אראגאנץ ווערט געבעטען זיך צי לאזען הערען אין אויסקלארען דעם ענין,
לאקשען ברעט עט ק.נ.א. אינטערנאציאנעל

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג פאברואר 11, 2010 8:55 am

וויאזוי זאגט נאר לאצי...כא שויניש קיין אטעם... כאשוין נישט קיין אטעם...

אויב איינער ווערט נאך אנגעצויגן ווען די צודרייטע נערוון קריכער אין איראן באשליסן אייך אנציציען, זענט איר זיך אליינס שולדיג.

מאחמוד אחחחחמענדינדזשי האט היינט געמאלדן... האלטס דעם אטעם.... ווייל ס'גייט זיין א מעכטיגע קלאפ.... ''איראן איז שוין א נוקלעארע וועלטסמאכט''.

כאשויניש קיין אטעם....

ער זאגט קלאר אז ער ''קען'' שוין בויען א אטאם באמבע, איי פארוואס בויעט ער נישט, ''ווייל ס'פעלט נישט אויס''.

דאס איז א מין באמבע.... כ'מיין ווי כאילוי די יו ען מיט אמעריקע האבן קיינמאל נישט פאראויסגעשאצט אז ביז א געוויסע צייט גייען זיי קענען האבן.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג פאברואר 11, 2010 11:00 am

גארנישט קיין וויץ, יעצט געמאלדן אז ער קען שוין ארויסגיין ברוך מחמד.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

תגובהדורך שמיי_דריי » דאנארשטאג פאברואר 11, 2010 11:02 am

שוועמל האט געשריבן:גארנישט קיין וויץ, יעצט געמאלדן אז ער קען שוין ארויסגיין ברוך מחמד.


???
א חתימה ברויך מען האבן ?

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » דאנארשטאג פאברואר 11, 2010 11:21 am

ער האט געמאלדן אז ער "האט שוין" אוראניום 20% ענריטשט, צו האבן נוקלעארע וואפן דארף עס זיין 90% ענריטשט, אויב איז ער אנגעקומען ביז 20% איז נישט מער ווי א קאצן שפרינג אנצוקומען ביז 90%, ס'איז גארנישט קיין וויץ, דער מטורף קען אריינברענגן די וועלט אין אן ערענסטן פראבלעם.

די גוטע נייעס איז אבער, די אויפשטענדלער אין איראן וואקסן ווי אויף הייוון, בפרט די אינגווארג איז מוראדיג בייז אויף די שטרענגע איסלאמישע רעגירונג און זיי ווילן מער א פרייע רעגירונג, איראן פרובירט מיט אלע כוחות זיי אינטערצודריקן, אבער כאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ, ווי אויך זאגן די יודעי דבר אז דער שטארקייט פון כומעיני בכבודו ובעצמו (וואס ווער ס'ווייסט, איז "ער" דער אמת'ער פירער פון איראן, אכמאדינעדשאד איז נישט מער ווי זיין פאפאגיי) איז היבש געפאלן לעצטנס.

לאמיר האפן דער רבש"ע זאל האלטן די רעכטע האנט, און אונז היטן פון די איראנע חבלי משיח.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Iphone, milech fried, בינוני, טוב לי תורת פיך, נו שוין און 37 געסט