רומער? גארווערנער פעטערסאן גייט ריזיינען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
סימקאוויטש
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 09, 2010 7:02 pm
לאקאציע: ביי דער ארבעט
פארבינד זיך:

רומער? גארווערנער פעטערסאן גייט ריזיינען

תגובהדורך סימקאוויטש » מאנטאג פאברואר 08, 2010 6:13 pm

איז דאס נאר א rumer? אדער אמת

http://www.npr.org/blogs/politicaljunki ... _talk.html

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג פאברואר 09, 2010 11:12 am

די מידיאו איז שוין פארנומען די לעצטע וואך אז די 'ניו יארק טיימס' גרייט זיך ארויסצוקומען מיט א סקאנדאל קעגן דעם גאווערנער וואס וועט אום גענצליך אויפשאקלען און מעגליך קאסטן זיין פאסטן. (וואס ער האט איבערגענומע פון זיין פארגייער עליעט שפיצער וועלעכער האט ריזאגנירט נאכן געפלאגט ווערן פון פערזענליכע סקאנדאלן)

יעדער איז פארנומען מיט טראכטן און שפעקולירן וואס דער סקאנדאל גייט זיין און יעדער ברענגט אויף אנדערע שמוץ. דער גאווערנער האט אפגעווארפן אלע מעשיות וואס מ'וויל ארויפשמירן אויף אום (וואדען?) און פארשפראכן אז ער וועט לויפן פאר א געהעריגער טערמין.

ימים ידברו.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
סימקאוויטש
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 09, 2010 7:02 pm
לאקאציע: ביי דער ארבעט
פארבינד זיך:

תגובהדורך סימקאוויטש » דינסטאג פאברואר 09, 2010 11:26 am

פעטערסאן גייט מארגן אינדערפרי האבן אן אינטערוויו אויף 770 WABC מיט IMOS מארנינג שאו 7:30

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » דינסטאג פאברואר 09, 2010 11:32 am

צייטליך האט געשריבן: דער גאווערנער האט אפגעווארפן אלע מעשיות וואס מ'וויל ארויפשמירן אויף אום (וואדען?) און פארשפראכן אז ער וועט לויפן פאר א געהעריגער טערמין.



די פראגע איז נאר צו דער עולם וועט אים נאכלויפן...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דינסטאג פאברואר 09, 2010 11:52 am

גראדער, עס איז בכלל קייין פראגע נישט, דער עולם האט אים נישט געהאלטן ביים נאכלויפן אן די סקאנדאלן...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג פאברואר 09, 2010 11:52 am

פארוואס האט ער טאקע נישט אויסגענומען ביים פאלק?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דינסטאג פאברואר 09, 2010 12:11 pm

איך וואונדער זיך אויך. איך געדענק ווען ער איז געווארן גאווענער, איז יעדער געווען זייער פרייליך מיט אים.

http://www.yiddishworld.com/forum/index ... pic#p96885
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דינסטאג פאברואר 09, 2010 12:35 pm

האסט טאקע "סתם אזוי" פארגעסן פון מיין שטורמישע "שלחינו כי עלה השחור אין ניו יארק" אשכול אין קרעטשמע וואס איז שוין לאנג באגראבן צווישן א בארג אשכולים?!

די זעלבע ניו יארק טיימ'ס האט אויפגעדעקט דער ספיצער סקאנדאל און ער האט געהאט א זיסע ענדע. אבער מיטן איצטיגן גאווערנאר וועט זיכער נישט גיין אזוי, ער האט דאך נישט די שטארקע שונאים פון זיין פארגייער ספיצער. עניוועי, טעג וועלן רעדן.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דינסטאג פאברואר 09, 2010 1:48 pm

איך האב נישט פארגעסן.
כהאב נאר געוואלט צוברענגען די חילוק פון די בליק פון מענטשן אין אפאר חדשים.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

תגובהדורך מוישע_יאכעס » דינסטאג פאברואר 09, 2010 6:07 pm

היינט געזעהן ערגעץ און דענק נישט וואו, אז ווי ס'האלט יעצט וועט פעטערסאן נאר פארדינען פון די גאנצע מעשה, ווייל אויב זאל זיך ארויס שטעלן אז ס'איז סתם אויסגעבלאזענע מעשיות וועט ער שטערקער ווערן און די פאולס,ווייל די וויילער וועלן אנהייבען טראכטן אז די אלע זאכן וואס מ'זאגט אויף איז פונקט אזוי אמת,
יענער האט געהאט עפעס א ווארט וואס מיינט 'ליגעט באקלעבער' אבער איך געדענק יעצט נישט די פונקטליכע לשון
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » מיטוואך פאברואר 10, 2010 3:19 pm

גאווערנאר פעטערסאן זאגט אז ער גיבט נישט אויף זיין פארמעסט אויפ'ן גאווערנאר זיץ און וועט נישט רעזיגנירן, טראץ שארפע קעגנערשאפט פון זיין אייגענע פארטיי.

אין אן אינטערוויו מיט די עי.פי. האט פעטערסאן פארדאמט די שמועות וואס מען פארשפרייט קעגן אים, און זאגט אז די געמיינע פאליטיק און אינטריגעס וואס מען האט אנגעוואנדן קעגן אים פּאַסט נישט אפילו לויט די אלבאני סטאנדארטן.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך פאברואר 10, 2010 6:39 pm

וואס לייגסטו נישט צו זיין פונקטליכן אויסדרוק?

"אויב דאס פאלק וויל מיך זעהן אינדרויסן, קענען זיי דאס טוהן ביי די שטום בודקעס אין נאוועמבער, אויסערדעם פלאן איך נישט צו פארלאזן דעם אמט, סיידן אין א קאסטן".

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דאנארשטאג פאברואר 11, 2010 4:35 am

קרעמער האט געשריבן:וואס לייגסטו נישט צו זיין פונקטליכן אויסדרוק?

"אויב דאס פאלק וויל מיך זעהן אינדרויסן, קענען זיי דאס טוהן ביי די שטום בודקעס אין נאוועמבער, אויסערדעם פלאן איך נישט צו פארלאזן דעם אמט, סיידן אין א קאסטן".


יישר כחכם.

פארוואס איך שרייב נישט פונקטליך נאך? איז ער עפעס א רבי און איך זיין חוזר? איך בין מחויב צו ציטירן די פונקטליכע רייד וואס פארלאזן זיינע טמא'נע לעפצן? אמאל ווען איך האב געדולד ציטיר איך די נייעס כלשונם, און אמאל נישט. לפענ"ד איז עס אויסדרוקליך נישט מעכב.

בנוגע די נייעס, גלויב איך אז דער בַּר-פּעטער טוט ריכטיג. ער פייפט אריין פאר די פאליטישע עסטעבלישמענט, דעמאקראטן און רעפובליקאנער צוגלייך, און זאגט אז נאר די וויילער וועלן מחליט זיין! אזוי דארף זיין! טאמער איך וואלט געשטימט פאר אים וואלט דאס געווען די איינציגסטע סיבה.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט