אָבּאַמאַ VS אָבּאַמאַ

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

אָבּאַמאַ VS אָבּאַמאַ

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » זונטאג פאברואר 07, 2010 10:07 am

אָבּאַמאַ VS אָבּאַמאַ



אין לויף פון די פארגאנגענע וואכן און מאנאטן האבן מיר בייגעוואוינט עטליכע מאל וואס דער פרעזידענט און זיין אדמיניסטראציע האבן געזאגט אדער געטוהן א זאך פונקט פארקערט ווי דער פרעזידענט האט געזאגט אדער געטוהן אלס סענאטאר\פרעזידענטליכע קאנדידאט ביי די זעלבע נושא. א סתירה מיני' ובי'? געטוישט זיין מיינונג? טוה ווי איך זאג נישט ווי איך טוה? איינגעזעהן דעם אמת? פאליטישע דרוק? אדער "אָל אָוו די עבּאָוו"?

אייגענטליך וואס איז די חידוש? ווייסן מיר דען נישט אז וואשינגטאן האט א טבע צו פארוואנדלען גאנץ לייטישע מענטשן מיט גוטע כוונות אין פיפיגע פאליטיקאנטן וואס זאגן איין זאך און מיינען גאר א דריטע זאך? אט דאס וועלן מיר פרובירן ארויסדרינגען פון די קומענדיגע שורות, צו פרעזידענט אָבּאַמאַ האט זיך געטוישט אלס פרעזידענט, אדער מיטגעברענגט א טשיקאגא סטיל פאליטיק וואס איז גארנישט אונטערשטעליג פון וואשינגטאן אין צוויי-זייטיגקייט. לאמיר זעהן די אינצידענטן איינס ביי איינס, וירא הקהל וישפוט.

1. אין זיין סטעיט אוו די יוניאן רעדע האט פרעזידענט אָבּאַמאַ געזאגט: "מיר האבן אויסגעשלאסן לאביאיסטן פון פּאַליסי-שאַפן דזשאבס."

איי דער פרעזידענט האט געשטעלט מער פון "40" געוועזענע לאביאיסטן אויף פראמינענטע פאזיציעס אין זיין אדמיניסטראציע?!

ווען א זשורנאליסט האט אנגעפרעגט דעם ווייסן הויז טאמער דער פרעזידענט האט זיך פאררעדט ביי די סטעיט אוו די יוניאן אדרעס און מעגליך געמאכט א שטיקל טעות, האט די מידיע עפעירס אפיס פארטיידיגט דעם פרעזידענט'ס סטעיטמענט מיט די פאלגענדע ווערטער: "אזוי ווי דער פרעזידענט האט געזאגט, מיר האבן נישט געוואלט אננעמען (turned away) לאביאיסטן פאר פיל, פיל פאזיציעס."

אממממ... דאכצעך אז נישט אזוי האט דער עולם פארשטאנען די ווערטער פון פרעזידענט אָבּאַמאַ. און ווען ער האט גערעדט פון רעדוצירן דעם "דעפיציט פון צוטרוי," האט ער געקלערט אז אזעלכע דריידלעך וועלן רעדוצירן דעם דעפיציט אדער...?

אוודאי קען מען נישט זאגן אז דער פרעזידענט האט געזאגט א פרעכע ליגנט. לאמיר נאכמאל זעהן די פונקטליכע ווערטער: "מיר האבן אויסגעשלאסן לאביאיסטן פון פּאַליסי-שאַפן דזשאבס." יא, אויסגעשלאסן, אבער נישט פון אלע פּאַליסי-שאַפן דזשאבס. אָבּאַמאַ האט דאך געהאט די ברירה אנצונעמען א לאביאיסט פאר יעדן איינציגן פּאַליסי-שאַפן דזשאב, און האט נישט אזוי געטוהן...

אה! דאס ישרות איז ממש צום באוואונדערן. דער פרעזידענט האט טאקע אנגענומען אלס הויפט באאמטער פאר אויסערליכע אנגעלעגענהייטן, סעקרעטערי אוו סטעיט, מרס. קלינטאן. אבער ווייזט אויס אז פאר אינערליכע טעמעס, דאמעסטיק אישוס, באנוצט ער זיך מיט זאצן און טריק'ס פון איר מאן וויליאם ("בּיל") דזשעפערסאן, דער 42'סטען פרעזידענט.

לאמיר זיך פאָרשטעלן פאר איין מינוט ווי אזוי עס וואלט אויסגעזעהן ווען רעפובליקאנער זאלן נוצן די זעלבע לעכערליכע סברות. דזשארדזש W בוש וואלט געטענה'ט מיט רעכט אז ער האט אויסגעמיטן מלחמות אין די מיטל מזרח – נישט אינוואדירט איראן און סיריע. זיין טאטע, בוש סיניער, האט מקיים געווען זיין "ריעד מיי ליפס" צוזאג און נישט געהעכערט שטייערן – לאנגע חדשים נאכאנאנד...

אמאליגע צייטן, האט קאנדידאט אָבּאַמאַ צוגעזאגט אז לאביאיסטן "וועלן נישט ארבעטן אין מיין ווייסן הויז." פרעזידענט אָבּאַמאַ ווידער, האט יא אויפגענומען עטליכע צענדליגע לאביאיסטן. ריכטיג, ער האט אויסגעשלאסן לאביאיסטן. אבער אין די זעלבע צייט אויך אויפגענומען לאביאיסטן.

וואס איז געשעהן? מעיקרא מאי קסבר ולבסוף? נו, ס'איז פארט נישט קיין גראבע סתירה. ווייל אפשר ליישב בדוחק. נישט אזוי?

--

2. א קליינע נייעס'ל האט געצויגן אונזער אויפמערקזאמקייט. די וואך לייענען מיר ווי פאלגענד: אָבּאַמאַ פארדאמט די 'האָלד' טאקטיק וואס ער האט גענוצט אלס סענאטאר.

דאס איז א קעפל פון א נייעס ארטיקל אין די וואשינגטאן טיימס.

וואס איז דאס א "האָלד" טאקטיק? א חכמה'לע פון דער אטורני גענעראל עריק 'האָלד'ער קלערט איר? נעה! וואס פאלט אייך איין?! יענעם האָלדער וועלן מיר באלד אפגעבן זיין פארדינטע אטענשאן. דא רעדט מען פון גאר עפעס אנדערש.

פרעזידענט אָבּאַמאַ האט מיטוואך קריטיקירט סענאט רעפובליקאנער פאר'ן נוצן "האָלדס", א טאקטיק וועלכע האלט אפ נאמינירטע פונעם פרעזידענט זיך זעצן אויפ'ן בענקל וואס דער פרעזידענט האט פאר זיי אוועקגעשטעלט. אין א רעדע פאר סענאט דעמאקראטן ביי זייער יערליכע וואַקאַציע אָרט, האט אָבּאַמאַ זיך באקלאגט אז רעפובליקאנע שטערונגען האבן געשאפן "א ריזיגע טרעפיק פון מענטשן וואס ווערן באטראכט פון יעדן אלס גוט קוואליפיצירט" אבער ווערן אויפגעהאלטן ווייל א סענאטאר פרובירט צו צווינגען די אדמיניסטראציע וועגן א געוויסע אישו.

אלס משל האט דער פרעזידענט געזאגט אז זיין נאמינירטע פאר'ן שפיץ פון די 'דזשענעראל סערוויסעס אדמיניסטראציע', מארטא דזשאנסאן, ווערט אויפגעהאלטן צוליב אישוס וואס האבן גארנישט קיין שייכות מיט GSA'ס ביזנעס פון פירן פעדעראלע געביידעס.

"לאמיר האבן א פייט וועגן ריכטיגע זאכן. האלט'ס איר נישט אלס משכון. טאמער האבן ענק א קעגנערשאפט וועגן מיינע העלט קעיר פאליסיס, דאן לאמיר דעבאטירן די העלט קעיר פאליסיס. אבער איר דארפט נישט אפהאלטן קיין GSA אדמיניסיטראטאר נאר ווייל איר האט נישט ליב עפעס אנדערש וואס מיר טוען," זאגט דער פרעזידענט.

וועט איר דאך פרעגן: קען דער פרעזידענט זיך נישט ארויסדרייען פון דעם האָלד? וואס הייסט דאס אז זיי האלטן אויף? רייס זיך ארויס מיט געוואלד! טאמער זאגט איר אזוי, איז א סימן אז איר ווייסט נישט ווי אזוי די זאכן ארבעטן. נישט געפערליך, מיר האבן אויך נישט געוואוסט. לאמיר עס פארשטיין געבן מיט א משל:

ס' געווען אמאל א בן מלך... ריכטיגער געזאגט א סענאטאר. לאמיר אים א נאמען געבן סענאטאר מענדלזאהן. דער סענאטאר האט זיך אנגעהערט צו די מינאריטעט פארטיי. אין א שיינעם טאג האט סענאטאר מענדלזאהן מחליט געווען אז דער פרעזידענטליכער נאמינירטער פאר'ן פירערשאפט פון די טי.עס.עי. געפעלט אים נישט מחמת איזה סיבה. אפשר איז יענער א ליכטיג-הויטיגער שווארצער, אביסל צו ליכטיג. אפשר איז ער געווען א מעמבער\גרינדער פון א קאמוניסטישע פארטיי. גייט סענאטאר מענדלזאהן און שטעלט א "האָלד", ווי צו זאגן: איך בין נישט מסכים אז מען זאל ברענגען דעם נאמינאציע צו אן אפשטימונג, אז מען זאל שטימען צו דער נאמינירטער זאל יא ארויפגעזעצט ווערן אויפ'ן טי.עס.עי. שטוהל, אדער נישט.

אצינד, טאמער וועט קומען דער סענאט מאיאריטעט פירער, דער נעוואדא'ער ריעד, און זאגן אז ער וויל דוקא יא ברענגען דעם בחור פאר אן אפשטימונג אויפ'ן סענאט פלאר, ווייל איך זאג אזוי זאגט ער פארקערט, כנהוג אין וואשינגטאן, דאן קען א "האָלד" זיך אנטוויקלען אין א "פיליבאסטער". דאן דארף די מאיאריטעט פארטיי האבן גאנצע 60 שטימעס צו צוברעכען דעם פיליבאסטער, א זאך וואס זיי האבן נישט.

ממילא קענען מיין פארטיי האלטן דרשות ממצרים ועד הנה, פון דא ביז קאנארסי, און דאס קען זיך פאַרציען ביז נעקסטע'ס יאר מיטוואך.

וויבאלד די ביוראקראטישקייט קען זיך אזוי פאַרציען, האט דאס צוגעברענגט אז די "האָלדס" רופן ארויס רעספעקט. קיינער וויל זיך נישט פארטשעפן מיט א האָלד, כאטש מען ווייסט נישט אלעמאל וועלכע געזעצגעבער האט ארויפגעשטעלט דעם האָלד אויף א געוויסע נאמינירטן.

איצט אז מיר פארשטייען שוין אביסל די ביוראקראטיע פראצעדורן, לאמיר אייך דערציילן אן אינטערסאנטן פאקט: ווען אונזער באליבטער פרעזידענט ירום הודו האט נאך געטראגן דעם טיטל "סענאטאר", לאנג צוריק אין יאר 2007, האט ער אויך גענוצט דעם זעלבן "האָלד" טעכניק אויף 'האנס עי. וואן ספאקאווסקי', דער וועמען פרעזידענט בוש האט נאמינירט פאר'ן פעדעראלע וואל קאמיסיע.

ווארט נאר, לאמיר צוריקגיין נאך פריער. פון א נייעס באריכט ענדע יאר 2005. זעהן מיר אז סענאטאר אָבּאַמאַ האט געשטעלט א "האָלד" אויף אלע נאמינירטע פאר די אי.פי.עי. (Environmental Protection Agency). זיין דאמאלס'דיגע טענה איז געווען אז ער וויל דערמיט צווינגען דעם אי.פי.עי. זאפארט צו באהאנדלען דעם לעד-פעינט פראבלעם.

בימים ההם איז אָבּאַמאַ נישט געווען דער איינציגסטער וואס האט געשטעלט א האָלד. אין די צייט וואס ער האט געשטעלט א האָלד אויף אלע נאמינירטע פאר דעם פאזיציע אָן אויסנאם, האט דעמאקראטישע סענאטארשע באקסער פון קאליפארניע געשטעלט א האָלד ספעציפיש אויף איין נאמינירטע, סוזען באדין. די סיבה? ווייל באקסער האט געוואלט האבן פון די אגענטור "גרויסע קוואנטום'ס פון דאקומענטן" אין אויסטויש פאר אריבערלאזן איר נאמינאציע. "ס'האט גארנישט געהאט מיט מיר," זאגט מרס. באדין.

ביי די 2007 האָלד אויף דעם עף.אי.סי. נאמינירטער האט אָבּאַמאַ נישט מסכים געווען מיט ספאקאווסקי'ס שטיצע פאר ערלויבן שטאטן ארויפצושטעלן וויילער אידענטיפיקאציע פאדערונגען ביי שטים ערטער. ספאקאווסקי זאגט אז אָבּאַמאַ'ס שטעלונג איז געווען "פאָני", ווייל פעדעראלע געריכטן סיי אין דזשארדזשיע און אינדיאנא האבן אין יענע צייט געאורטיילט לטובת פאדערן וויילער אידענטיפיקאציע ביי די וואל בודקעס. און פארוואס טאקע דען נישט? פארוואס זאל יעדער עיקארן-רעגיסטרירטער, אימיגראנט-אומלעגאלער, פון-לאנג-געשטארבענער, במקום-כהן פעלשעווער, אפגעבן זיין פאלשע שטימע ...און צום דריטן מאל?

לפענ"ד דארף טאקע דער הויפט פון דער פעדעראלער וואל קאמיסיע זיין אזא איינער וואס וועט איינשטעלן שטרענגע רעגולאציעס ביי די וואלן. נישט אזוי? אדער בין איך אביסל נאאיוו?

פאר ספאקאווסקי'ן געפעלט גראדע דעם פרעזידענט'ס טענות אויף די נושא. זאגט מר. וואן ספאקאווסקי: "דער פרעזידענט איז דער לעצטער מענטש וואס מעג האבן טענות וועגן ארויפשטעלן האָלדס אויף נאמינירטע, ווייל די האָלד וואס ער האט ארויפגעשטעלט אויף מיר האט נישט געהאט קיין שום אנדערע סיבה חוץ פון ריינע פאליטיק."

"ריינע פאליטיק!" איר הערט ווערטער? אט'ע דאס איז זיכער א סתירה מיני' ובי'... ניין. מיר רעדן שוין נישט פון דעם פרעזידענט'ס סתירה'דיגע האנדלונג. נאר ווי קען דען פאליטיק זיין ריין?

דער פרעזידענט האט אייגענטליך מיטוואך אנערקענט אז דעמאקראטן נוצן אויך דעם "האָלד" מיטל, אבער זאגט: "איך גלויב עס איז ריכטיג צו זאגן אז מיר זענען אביסל מער סעלעקטיוו אין ווי אזוי מיר האבן עס געטוהן."

האַ?

--

3. די פאלגענדע נייעס באריכט לייענען מיר וועגן דער פרעזידענט יאנואר 23, 2009:
..."פרעזידענט אָבּאַמאַ האט אויסגעהערט רעפובליקאנע טענות וועגן זיין סטימיולעס פעקעדזש אין א מיטינג מיט קאנגרעסיאנאלע פירער פרייטאג אינדערפרי, אבער ער האט נישט איבערגעלאזט קיין ספק איבער ווער ס'איז אין קאנטראל פון די פארהאנדלונגען. "איך האב געווינען," האט אָבּאַמאַ זיך אויסגעדרוקט, לויט קוועלער באקאנט מיט די שמועס."

מיש אריבער דאס בלעטל צו די וואך, א באריכט פון סי.ען.ען: פרעזידענט אָבּאַמאַ האט אריינגעריסן אין די רעפובליקאנע אפאזיציע אויף קעפיטעל היל מיטוואך, באשולדיגענדיג די GOP פאר וואס ער רופט אן "פאליטיש-געטריבענע אפאזיציע" אויף ממש יעדע אישו.

ער האט אויך באמערקט אז א גרויסע צאל פון בילס זענען געווען אויסגעשטעלט צו רעפובליקאנע פיליבאסטערס, און שפעטער באקומען 85-90 שטימעס נאכדעם וואס די פיליבאסטער איז געבראכן געווארן און די לעגיסלאציע איז געקומען צו אן אפשטימונג.

איך בין "נישט אפן צו ענדערונגען" בלויז "ווייל ס'איז גוט פאר קורצע-טערמין פאליטיק," האט אָבּאַמאַ געזאגט. איך וועל נישט טאלערירן קיין "ווייל דו פארלירסט, בין איך דער געווינער" מענטאליטעט.

אזוי?

--

4. אין אן אינטערוויו מיט '60 מינעטס' פאריגע פרילינג, האט פרעזידענט אָבּאַמאַ געשמועסט וועגן דאס באהאנדלונג פון ארעסטירטע טעראריסטן און פון 'מיראנדייזן' די טעראריסטן.

"צו פארדינען די חברה מיראנדא רעכטן? צו פארדינען זיי צו ווערן באהאנדלט ווי א שׁאַפּ-ליפטער 'דאון-די-בּלאַק'? אוודאי נישט!"

טאקע נישט. מיר זענען מסכים הונדערט פראצענט. אבער אונזער אָבּאַמאַ אדמיניסטראציע איז נישט מסכים. פילייכט זאל דער פרעזידענט אויפהייבן א טעלעפאן צו זיין אטורני גענעראל עריק האָלדער. אין א לענגערע בריוו די וואך צו סענאטאר מיטש מ'קאנעל האט האָלדער אויסגעלייגט אין איינצעלהייטן פונקטליך פארוואס די טעראריסטן פארדינען מיראנדא רעכטן און פארוואס זיין יוסטיץ דעפארטמענט וועט זיי יא באהאנדלען ווי א שׁאַפּ-ליפטער 'דאון-די-בּלאַק'.

מיר ווארטן נאך אז האָלדער זאל קודם ענטפערן פאר סענאטאר לינדזי גרעהעם אויף וואס יענער האט אים געפרעגט דעם הערבסט: טאמער די אמעריקאנע רעגירונג וועט כאפן אסאמא בין לאדין, וועלן זיי פאר אים אויך פארלייענען די מיראנדא ווארנונג? איר געדענקט וואס האָלדער האט געענטפערט? "ס'ווענדט זיך."...

אייגענטליך האט האָלדער נישט געקענט קומען צום ווארט ווייל גרעהעם האט אים צו-נַער געלייגט ווי א קינד וואס יכול'ט נישט ביים פארהער. אבער לויט האָלדער'ס קרומע מהלך איז די ענטפער גאנץ קלאר: טאמער מען זאל ארעסטירן בין-לאדין אין אמעריקע, אוודאי יא! די עף.בי.איי. וועט אים אויסלייענען זיינע רעכטן, פונקט ווי פאר יעדן געבוירענעם אמעריקאנעם בירגער, און דאַן צושטעלן אַן אדוואקאט.

האָלדערס איצטיגע בריוו פרובירט אפצוענטפערן די שארפע קריטיק איבער ווי אזוי די אָבּאַמאַ אדמיניסטראציע האט באהאנדלט דעם חגא טאג באמבאדירער אבדול-מוטאללאב. האָלדער טענה'ט דוקא אז מען האט גוט געטוהן ווען מען האט אים געגעבן זיינע מיראנדא רעכטן. ער האלט אז דאס איז דער ריכטיגער דרך.

און וואס האלט דער פרעזידענט? נאך אלץ א זיכערע "אוודאי נישט"? אפשר דאך?...

--

5. צוויי מאנאט צוריק האבן מיר באריכטעט די פאלגענע נייעס:

ברייטבארט.קאם האט אפיר-געגראבן א ווידיאו פון פרעזידענט אָבּאַמאַ סעפטעמבער 27, 2006, וואו ער זאגט אין סענאט אז קאליד שעיך מוחאמאד וועט "אויסשטיין ריכטיגע מיליטערישע פראצעדורן, ווייל די רעגירונג וועט אים אנקלאגן."

און מיר ציטירן פון אָבּאַמאַ ווארט ביי ווארט.

"לאמיר אפענטפערן עטליכע פונקטן וואס די אנדערע זייט האט געמאכט. איר וועט הערן אפאנענטן פון די אמענדמענט זאגן אז עס וועט געבן אלע סארט רעכטן פאר טעראריסט מעסטער-מיינד'ס ווי קאליד שעיך מוחאמאד - איך וויל איבערזאגן אז דאס איז נישט וואר. די איראניע פון די דאזיגע ביל ווי עס איז געשריבן געווארן, איז אז עמיצער ווי קאליד שעיך מוחאמעד וועט באקומען "א פולע מיליטערישע פראצעס" מיט אלע פיטשיווקעס. ער וועט האבן אן אדוואקאט, ער וועט קענען צושטעלן באווייזן, ער וועט קענען אפפרעגן די רעגירונג'ס קעיס. ווייל די געפיהל איז אז ער איז שולדיג אין א קריגס פארברעכן, און צו טוהן אנדערש קען פארלעצן טייל פון די אפמאכן אונטער די גענעווע קאנווענשאן. איך מיין אז עס איז גוט אז מיר זאלן אים צושטעלן עטוואס פראצעדור און פראצעס. איך גלויב אז מיר וועלן אים פאראורטיילן און מען וועט אים ברענגען צו גערעכטיגקייט. יוסטיץ וועט אויסגעפירט ווערן אין זיין קעיס."

"די דאזיגע ביל ווי עס איז געשריבן געווארן" HR-6166, איז באשטימט געווארן אלס געזעץ אין אקטאבער 17, 2006, אבער קאליד שעיך מוחאמעד וועט נישט באקומען קיין "פולע מיליטערישע פראצעס."

ע"כ די באריכט.

איז דער פרעזידענט ווידעראמאל אין קעגנזאץ מיט זיין אייגענע אדמיניסטראציע? האָלדער האט געוואלט שיקן דעם טעראריסט קאליד מוחאמעד קיין ניו יארק אויף א פראצעס. דאס וועט שוין נישט פארקומען א דאנק שארפע קעגנערשאפט פון ניו יארקער און בלומבערג אין שפיץ, דער לעצטער וועלכער זארגט אז עס וועט קאסטן עטליכע איבריגע גרייצער פאר זיין שטאט. אבער די אדמיניסטראציע איז דערווייל אנטשלאסן צו געבן דעם טעראריסטישן שלאנג-קאפ א פראצעס אין א ציווילע געריכט, נישט א מיליטערישע.

ווען און פארוואס האט דער פרעזידענט געטוישט זיין מיינונג?

--

6. פרעזידענט אָבּאַמאַ האט די וואך נאכאמאל אטאקירט לאס וועגאס - נעוואדא, די הויפט שטאט פון די מפריחי יונים אין אמעריקע. ער האט געזאגט אז מענטשן טארן נישט "אויסבלאזן א פעקל קעש אין וועגאס" אין אזא שווערע רעסעסיע. פאראיאר פעברואר האט דער פרעזידענט געמאכט ענליכע באמערקונגען, און דער לאס וועגאס מעיאר האט געפאדערט אז אָבּאַמאַ זאל זיך אנטשולדיגן פאר'ן באגראבן ביזנעס אין זיין שטאט וועלכע שטייט שוין אזוי אויך ביים שוועל פון באנקראט צוליב די רעסעסיע.

"ווען צייטן זענען שווער, ציהט מען איין דעם פּאַסיק," האט דער פרעזידענט די וואך אין ניו העמפשיר מוסר געזאגט.

וואס איך הער?! מר. פרעזידענט, השמע לאזניך מה שאתה מוציא מפיך! מען ציהט איין דעם פּאַסיק? האסטו נישט געשיקט פאר קאנגרעס דעם גרעסטן בודזשעט אין די היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאַטן טאקע דעם זעלבן וואך? 3.8 טריליאן דאלער! בערך 42% דערפון געבארגט! וואו איז די פאראנטווארטליכקייט? אויף קעפיטעל היל זענען צייטן נישט שווער? ביי אייך אין וואשינגטאן די.סי. איז שוין נישטא קיין פאסיקעס צו קויפן? פילייכט איז די רעגירונג זיך אזוי צעוואקסן אין די ברייט אז מען טרעפט שוין נישט קיין פּאַסיגע סייז פּאַסיק?! אדער האלט איר בשיטה אז נאר די רעגירונג מעג "אויסבלאזן פעקלעך קעש" אין אזא אנגעזעצטע עקאנאמיע?

אין אנדערע נייעס: פרעזידענט אָבּאַמאַ וועט פאָרן קאמפיינען די מאנאט פאר סענאט מאיאריטעט פירער הערי ריעד. ...אין נעוואדא!

אוועטאר
סימקאוויטש
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 09, 2010 7:02 pm
לאקאציע: ביי דער ארבעט
פארבינד זיך:

תגובהדורך סימקאוויטש » זונטאג פאברואר 07, 2010 12:42 pm

נאכנישט אפגעליינט די גאנצע, אבער עס איז מוראדיג גוט ארפאגלייגט, נא ווי א שטיקל פון מענדעלזאהן אליינס

נא... עס עפעס....

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » זונטאג פאברואר 07, 2010 1:40 pm

אפגעליינט די גאנצע, געוואלדיג גוט ארויסגעברענגט אלע פונקטן, און לפי ידיעתי איז דא נאך אסאך מער, ווי למשל די הבטחה וואס אבאמא האט צוגעזאגט מערערע מאל אז די פארהאנדלונגען פונעם העלט קעיר וועלן זיין אפען פארן פאבליק אויף סי ספען, למעשה, מאן דכר שמי', קיינער ווייסט נישט וואס דארט טוט זיך אפ, און אזוי נאך צענדליגער זאכן וואס ער איז אחד בפה ואחד במעשה.

ער האט א געוולאדיגן מהלך, ער שטעלט זיך אויף ביי א דרשה און זאגט פונקט דאס וואס ער פאלק וויל הערן, מען וועט טון כך וכך וכו', יעדער אפאלאדירט! דער פרעזידענט האט מבטיח געווען מ'גייט שניידען דעם דעפציט וכדומה, אבער ווען ס'קומט למעשה טוט ער כל מה שליבו חפץ, זיינע מעשים האבן "בכלל" נישט דאס מינדעסטע שייכות מיט זיינע "דיבורים"

יישר כח סענטאר מענדלזאהן פארן אזוי שיין צולייגן די זאך

בד"ווו, אפשר לויפסטו טאקע פאר סענאטער?....
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 24, 2007 11:40 am

תגובהדורך ווארום » מאנטאג פאברואר 08, 2010 5:08 am

יודל, א גוט ווארט איז נישטא אויף דעם מענטש?
כולו רוע? כולו שלעכטס?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג פאברואר 08, 2010 7:37 am

יודל, הערליך!!!

נ.ב. מיר פארקויפן אלע סייזעס פאסיק'ס.... (יוי האב איך געחאכאכאט ביי די ליין...)
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מאנטאג פאברואר 08, 2010 8:26 am

ר' יודל, שוין לאנג נישט געליינט אזא גוטס!
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » מאנטאג פאברואר 08, 2010 9:13 am

יישר כח סתם, וויכי, גראדער, סימקא, פאר די הארציגע קאמפלימענטן.

ווארום האט געשריבן:יודל, א גוט ווארט איז נישטא אויף דעם מענטש?
כולו רוע? כולו שלעכטס?


גלויבט מיר, דאס איז נאך גוטע ווערטער...

גראדער האט געשריבן:בד"ווו, אפשר לויפסטו טאקע פאר סענאטער?....


דערווייל האבן מיר נאכנישט געקלערט דערוועגן, אבער "מיר ווילן נישט פארמאכן די טיר וואס קען מעגליך זיין אפן פאר אונז אין די צוקונפט."

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג פאברואר 08, 2010 8:52 pm

הערליך, פארפאלן דערווייל גלייכעך צו הערן מער דעי זייט, אבער די טיר פאר עס עפעס אינאך אלץ אפן, כ'ליין זיינס אויך.

יישר כח ער' יודל.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דינסטאג פאברואר 09, 2010 8:44 am

ר' יודל א הערליכע אפהאנדלונג.

אבער לאמיר נישט זיין נאאיוו, פון יעדעם פרעזידענט קומען ארויס ביכער אויף ביכער פון אלע זייערע ליגענטס, עס איז שוין אנגענומען ווער און וויפיל געלט די ארויסגעבערס מאכן פון אזעלכע ביכער, קיינער גייט נישט ווערן געכאפט אין א סורפרייז אז מען האט געכאפט א פרעזידענט ביי א ליגענט, און אודאי און אודאי נישט פון טוישן א פאליסי, וואס דאס הייסט לכאו' נישט קיין ליגענט אין די היינטיגע פאליטיק, ער האט נישט געטראפן מער קוואליפיצירטע מענטשן פאר די דזשאבס און אזוי ווייטער, מען קען זיין ציניש און זיך רייסן פאר געלעכטער, אבער ס'איז דא א כלל פון שלמה המלך ''אין כל חדש תחת השמש, מה שהיה הוא שיהיה'' און אלעס איז טאקע הבל.

און נאך איין פוינט קיין איינס פון די ליגנטס וועט היסטאריע נישט געדענקען, אבער די ליגנט וואס האט אונז אריינגעפירט אין א מלחמה אין איראק, איז א זאך וואס וועט אים נאכגיין אין קבר.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 19 געסט