דער אמת איבער אבדולאמוטאלאב

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

דער אמת איבער אבדולאמוטאלאב

תגובהדורך עס עפעס » מיטוואך פאברואר 03, 2010 3:12 pm

אין די לעצטערע וואכן, זינט די דורכגעפאלענע טעראר אטאקע אויף פלייט 253, זענען די רעפובליקאנער פארנומען אראפצורייסן די אבאמא אדמיניסטראציע איבערן וועג וויאזוי זי האנדלט טעראר און וויאזוי זי האט געהאנדלט ספעציפיש איבער דעם קעיס פונעם טעראריסט אבדולאמוטאלאב.

אנגעהויבן ביי די געפערליכע קריטיק אז אבאמא האט נישט אויפגעטרעטן פארן אמעריקאנעם פאלק זיי צו בארואיגן, ערשט 72 שטונדן נאך די אטאקע.

ארויסגעשטעלט האט זיך אז ביים שיך באמבאדירער ריטשארד ריעד, האט פרעזידענט בוש נישט אויפגעטרעטן פארן אמעריקאנעם פאלק, ערשט זעקס טאג נאך די אטאקע!

דערנאך האט זיך אנגעהויבן די שארפע קריטיק אז מען האט נישט געלאזט געהעריג אויספארשן דעם טעראריסט און מען האט אים גלייך פארגעליינט זיינע רעכטן אז ער מוז נישט רעדן נאר פארנט פון זיין אדוואקאט.

היתכן די אבאמא אדמיניסטראציע שטעלט אין געפאר די זיכערהייט פון אמעריקע??? היתכן אז אבאמא לאזט נישט אז מען זאל געהעריג אויספארשן דעם טעראריסט און הערן פון אים קריטישע אינפארמאציע, וואס קען מעגליך פארמיידן פרישע אטאקעס אויפן היימלאנד??? דאס קען נאר פאסירן אונטער אזא צעדרייטע אדמיניטסטראציע!!! האבן זיך די רעכטע געריבן די אנגעפראסענע בייכער...

כאילו אבאמא האט פערזענליך אנגערופן אויפן סעלפאון די עטליכע פעדעראלע אגענטן וועלכע האבן אויסגעפארשט אבדולאמוטאלאב און זיי אנגעווארנט אז זיי זאלן אים נישט אויספארשן אן קיין לויער און זיי זאלן אים פארליינען זיינע "מירענדע רעכטן" (די רעכטן וואס יעדער ארעסטאנט האט אונטער די אמעריקאנער קאנסטיטוציע)...

אבער גענוג מיט די שפאס, ווען עס זענען די פאקטישע פאקטן אויפצואווייזן אז די רעכטע זענען פשוט אנגעגעסן מיט ראסיזם און האס קעגן דעם שווארצן אבאמא, אז זיי ווילן אים צערייסן פאר אלע געלטער. (יא יא, כאילו "פאקטן" איז עפעס וואס גייט טוישן א קאנסערוואטיוון מוח...)

נעכטן דינסטאג האבן עף בי איי דירעקטאר ראבערט מוללער און דירעקטאר פון נאציאנאלע שפיאנאדזש אגענטור דעניס בלעיר דערציילט פארן סענאט אז אבדולאמוטאלאב האט גערעדט און קאאפערירט מיט זיינע אויספארשער און מען האט ארויסבאקומען פון אים גאר ווערטפולע אינפארמאציע.

"מיר האבן גאר שטארקע קאאפעראציע פון אים, און דאס איז געווען א אנגייענדע זאך, די ערשטע טאג, די צווייטע טאג און אזוי ווייטער" –האט מוללער געזאגט.

דער ניו יאר טיימס האט אויך היינט געהאט א לענגערע ארטיקל איבער די קאאפערירונג פון אבדולאמוטאלאב, באריכטנדיג אז זיין קאאפעראציע איז געקומען נאכדעם וואס עטליכע פון זיינע קרובים פון ניגעריע זענען געקומען צו פליען און אים באאיינפלוסט אז ער זאל קאאפערירן מיט די אויספארשער.

אן אדמיניסטראציע איינגעשטעלטער האט באשטעטיגט די באריכטן פון ניו יארק טיימס.

אט די פרישע נייעסן, צעווארפט עטליכע איינרעדענישן וואס די רעכטע אין אמעריקע האבן אונז געוואלט איינרעדן:

1) פארליינען פאר א טעראריסט די "מירענדע" רעכטן, מאכט אז מען זאל נישט קענען הערן פון אים קריטישע שפיאנאזש אינפארמאציע

דער פאקט איז אז מען זעט דא קלאר אז אבדולאמוטאלאב האט גערעדט צו די אויספארשער אפילו נאכדעם וואס מען האט אים פארגעליינט זיינע מירענדע רעכטן.

2) די עף ביי איי האט זיך אפגעשטעלט פון די אויספארשונגען אויף אבדולאמוטאלאב, כדי אים פארצוליינען זיינע רעכטן.

דער פאקט איז, לויט ווי די לאס אנדזשעלעס טיימס האט באריכטעט, אז נאכדעם וואס אבדולאמוטאלאב האט אויפגעהערט צו קאאפערירן אין די ערשטע מינוטן, האבן די עף בי איי אגענטן באשלאסן אים פארצוליינען זיינע רעכטן.

3) שטעלן אזא טעראריסט פאר א ציווילע געריכט איז פרעצעדענטלאז און שעדיגט אמעריקאנער זיכערהייט

נאנט צו 150 טעראריסטן זענען געאורטיילט געווארן אין א ציווילע געריכט אונטער פרעזידענט בוש!

4) מען וואלט באקומען די אלע אינפארמאציע אסאך שנעלער, אויב וואלט מען אים ווען געפייניגט

דורכן אים פייניגן, וואלט מען אייביג געבליבן מיט א ספק צי די אינפארמאציע איז אמת, ווייל עס איז פארט די אן אומפארלייקנבארע פסיכאלאגישע אפעקט ווען מען פייניגט א מענטש, אז ער איז גרייט אפילו צו דערציילן מעשיות וואס זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן. יעצט אז מען האט אים אויסגעפארשט אויף א ציווילן פארנעם, האט מען ארויסבאקומען די אינפארמאציע קלארער און גרינגער צו אנאליזירן.

קאמענטארן זענען גענצליך איבריג.
לעצט פאראכטן דורך עס עפעס אום דאנארשטאג פאברואר 04, 2010 1:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21891
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך פאברואר 03, 2010 4:58 pm

אויב קאמענטארן זענען איבעריג, וועלעך נישט קאמענטירן, אבער עס עפעס, אויב דו ביסט גרייט אויף קאמענטארן לאמעך וויסן.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך פאברואר 03, 2010 6:16 pm

אקעי, איך וועל ביישטייער די 'איבעריגע' קאמענטארן..

וואס כ'וויל קודם פארשטיין איז, וואס וואלט געווען ווען זיינע קרובים פון ניגיריע קומען אים געווען נישט בייאיינפלוסן...

והשנית, דאס ווואס עס מאכט זיך אז אן איינציגער טעראריסט קאאפערירט יא מיט די אויספארשונג טראץ דאס פארליינען די מירענדע, ווייזט נאך נישט אז עס איז נישט קיין שטער?

בקיצור: עס איז נאך בכלל נישט קיין 'פאקט'....
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דאנארשטאג פאברואר 04, 2010 11:18 am

שטארק זיך האט געשריבן:אקעי, איך וועל ביישטייער די 'איבעריגע' קאמענטארן..

וואס כ'וויל קודם פארשטיין איז, וואס וואלט געווען ווען זיינע קרובים פון ניגיריע קומען אים געווען נישט בייאיינפלוסן...

והשנית, דאס ווואס עס מאכט זיך אז אן איינציגער טעראריסט קאאפערירט יא מיט די אויספארשונג טראץ דאס פארליינען די מירענדע, ווייזט נאך נישט אז עס איז נישט קיין שטער?

בקיצור: עס איז נאך בכלל נישט קיין 'פאקט'....



וואס איז נאך בכלל נישט קיין פאקט? אז אבדולאמוטאלאב האט קאאפערירט?

ס'איז נאכנישט קיין פאקט אז נישט פייניגן איז מער ווירקזאם ווי יא פייניגן?

ס'איז אבער יא א פאקט אז 80 פראצענט פון די באפרייטע פון גואנטאנאמא וועלכע זענען געפייניגט געווארן, זענען צוריקגעגאנגען צו טעראריזם נאך פיל שטארקער ווי בעפאר!
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דאנארשטאג פאברואר 04, 2010 11:20 am

עס עפעס האט געשריבן:ס'איז אבער יא א פאקט אז 80 פראצענט פון די באפרייטע פון גואנטאנאמא וועלכע זענען געפייניגט געווארן, זענען צוריקגעגאנגען צו טעראריזם נאך פיל שטארקער ווי בעפאר!

דעמאלטס פארוואס האט מען זיי באפרייט?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דאנארשטאג פאברואר 04, 2010 11:33 am

סתם_אזוי האט געשריבן:
עס עפעס האט געשריבן:ס'איז אבער יא א פאקט אז 80 פראצענט פון די באפרייטע פון גואנטאנאמא וועלכע זענען געפייניגט געווארן, זענען צוריקגעגאנגען צו טעראריזם נאך פיל שטארקער ווי בעפאר!

דעמאלטס פארוואס האט מען זיי באפרייט?


זיי זענען צוריק צו טעראר נאכדעם וואס מען האט זיי באפרייט, און די פראגע פארוואס מען האט זיי באפרייט, פרעג דזשארדזש דאבעליו בוש ירום הודו, ער האט זיי באפרייט. אונטער באראק אבאמא איז נאך פאקטיש קיין איין גואנטאנאמא ארעסטאנט פריי געלאזט געווארן.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » זונטאג פאברואר 07, 2010 9:58 am

פון א צווייטע אשכול:
אבער בוש האט כאטש געוואוסט און געזאגט אז אמעריקע איז אין קאמף מיט טעראר. די אבאמא אדמיניסטראציע מאכט זיך בכלל נישט וויסנדיג. אזא סארט "אשר לא ידע" - זיי ווילן נישט וויסן. די היינטיגע אדמיניסטראציע האט געגעבן דעם קאמף א נייעם נאמען, 'אווערסיעס קאנטינדזשענסי אפערעישאן', כאילו מיט דעם וועט די קאמף ווערן אויס. צו דעם אלעם, טוט נאך די איצטיגע אדמיניסטראציע 'מיראנדייזן' טעראריסטן. ד.ה. אז זיי לייענען פאר די טעראריסטן די ווארנונג וואס דער פאליציי מאן לייענט פאר יעדן אמעריקאנעם בירגער\פארברעכער בשעת'ן ארעסט: "דו האסט די רעכט צו שווייגן שטיל. יעדע זאך וואס דו זאגסט קען און וועט גענוצט ווערן קעגן דיר אין געריכט. דו האסט די רעכט צו באקומען אן אדוואקאט. טאמער קענסטו זיך נישט ערלויבן, וועט די רעגירונג דיר צושטעלן אן אדוואקאט," אא"וו. אין אנדערע ווערטער, אויס קריג. איי די על-קאידא'ניקעס? זיי זענען סתם טראבעל-מעיקער, געווענליכע קרימינאלן. די פראבלעם ליגט אבער מיט אונז. מיר דארפן זיי פרובירן בעסער צו פארשטיין, וכהנה די דמיונות פון ליבעראלן.

נאט אייך איין דוגמה פון די אבאמא אדמיניסטראציע'ס צוגאנג צום קאמף קעגן טעראר, ווי עס ווערט באריכטעט די וואך אין די 'וואשינגטאן עקזעמינער':

עס שיינט ווי א גאנץ איינפאכע פראגע: ווער האט געפאסט דעם באשלוס אנצוקלאגן 'אומאר פארוק אבדול-מוטאללאב' - דער באשולדיגטער טעראריסט ארעסטירט פאר'ן פרובירן אויפרייסן א נארטוועסט עירליינס פליגער אין די חגא טאג - אלס געווענליכער קרימינאל, אנשטאט אים אנקלאגן אלס פיינטליכע זעלנער (enemy combatant)?

נאך אלעמען איז אבדול-מוטאללאב טרענירט געווארן דורך על-קעידא, אויסגעשטאטעט געווארן מיט אן על-קאידא באמבע, און געשיקט דורך על-קאידא אויפצורייסן די פליגער און אומברענגען אירע 278 פאסאזשירן. כאטש די אבאמא אדמיניסטראציע האט אנולירט די טערמין "קאמף קעגן טעראר", האט דער פרעזידענט לעצטענס אליין געזאגט (ענדליך) אז די פאראייניגטע שטאַטן אין אין קריג מיט על-קאידא. אויב אזוי, ווער האט באשלאסן צו באהאנדלען אבדול-מוטאללאב אלס ציווילער, אים פארלייענען די מיראנדא ווארנונג און אים צושטעלן א רעגירונג-אויסגעצאלטער אדוואקאט – גיבנ'דיג אים די רעכט צו בלייבן שטיל און אוועקנעמען פון די פאראייניגטע שטאַטן ווערדפולע אינפארמאציע וועלכע מען האט ווען געקענט פון אים ארויסשלעפן דורך א מיליטערישע-סטייל אויספארשונג?

די וואך איז די איינפאכע פראגע – ווער? – געווארן נאכמער קאמפליצירט נאכדעם וואס די אדמיניסראציעס הויפט אנטי-טעראר באאמטע האבן עדות געזאגט אויף קעפיטעל היל. דער דירעקטאר פון די נאציאנאלע קאנטער-טעראר צענטער, מייקל לייטער, האט געזאגט אז מען האט אים נישט געפרעגט איידער די באשלוס איז געפאסט געווארן. דער דירעקטאר פון 'נאציאנאלע שפינאנזש', דעניס בלעיר, האט געזאגט אז מען האט אים אויך נישט געפרעגט. די סעקרעטערי פון האומלענד סעקיוריטי, דזשענעט נאפאליטאנא, האט געזאגט אז מען האט איר אויך נישט געפרעגט, און די זעלבע דער הויפט פון די עף.בי.איי., ראבערט מולער.

"די באשלוס איז געפאסט געווארן דורך אגענטן אין פעלד," האט געזאגט מולער פאר די סענאט דזשודישיערי קאמיטע. "די אגענטן האבן אביסל אויסגעפרעגט דעם באשולדיגטן טעראריסט איידער מען האט אים גענומען אין שפיטאל צו באהאנדלען זיינע ברען-וואונדן. נאכדעם, אין באראטונגען מיט די דעפארטמענט אוו דזשאסטיס און אנדערע אין די אדמיניסטראציע, האבן די אגענטן אים געלייענט זיינע רעכטן."

"איז נישט ריכטיג אז נאכדעם וואס מען האט אים געלייענט די מיראנדא ווארנונג האט ער אויפגעהערט צו רעדן?" האט דער רעפובליקאנער סענאטאר 'דזשעף סעשאנס' געפרעגט פון מולער.

"ריכטיג," האט מולער געענטפערט,
אבער מולער האט נישט געוואלט זאגן, אדער נישט געוואוסט צו זאגן ווער האט פאקטיש געפאסט דעם באשלוס צו געבן פאר אבדול-מוטאללאב די זעלבע רעכטן ווי אן אמעריקאנעם בירגער – צו בלייבן שטיל און נישט רעדן.

פארוואס איז דאס אזוי וויכטיג? ווייל דער אבדול-מוטאללאב איז פריש טרענירט געווארן דורך די על-קאידא אין זייערע נייע לאגערן אין תימן. ער ווייסט אינפארמאציע וואס קעגן גאר גוט צוניץ קומען פאר אמעריקאנע אנטי-טעראר אויספארשער. ער איז נישט עפעס אן אלטער אויסגעוועפטער טעראריסט וואס האט זיך געווארעמט אונטער די קובאנער זון אין גיטמאו זינט 2003. ער איז פרישע סחורה. נעמט מען אזא איינעם, און מען זאגט אים: טאטעלע, שששאַ שטיל. דערצייל נישט גארנישט!

דאס איז דאך די העכסטע שטאפל פון וואנזיניגקייט!

רעפובליקאנער אויפ'ן דזשודישיערע קאמיטע גלויבן אז נאר איינער איז שולדיג דערין. דאס איז דער אטורני גענעראל וועמען פרעזידענט אבאמא האט נאמינירט: עריק האלדער.

ווי אזוי זאגט דער עף.בי.איי. דירעקטאר ראבערט מולער: "אין באראטונגען מיט די דעפארטמענט אוו דזשאסטיס און אנדערע אין די אדמיניסטראציע, האבן די אגענטן אים געלייענט זיינע רעכטן." ווער איז דער הויפט פון די יוסטיץ דעפארטמענט? עריק האלדער.


פון אנדערע נייעס וואס מיר האבן באריכטעט

עטליכע-און-צוואנציג רעפובליקאנער סענאטארן האבן געשריבן א בריוו צו פרעזידענט אבאמא פרייטאג קעגן די באשלוס פון די אדמיניסטראציע אנצוקלאגן דעם טעראריסט אומאר פארוק אבדול-מוטאללאב אין א ציווילע געריכט.

די רעפובליקאנע סענאטארן ווילן אז דער ניגערישער מוסלעמענער וועלכער האט געוואלט אויפרייסן דעם פליגער קיין דעטרויט זאל אנגעקלאגט ווערן אין א מיליטערישע געריכט און דערקלערט ווערן א פיינטליכע קעמפער.

זיי ווייזן אן אז איידער מען האט אים געגעבן א ציווילע אדוואקאט "האט ער געזינגען ווי א פויגל" און דערציילט איבער צוקונפטיגע פלענער פון די על-קאידא. אבער זינט מען האט אים אנגעלויערט, איז ער שטיל ווי א פיש, און רעדט נישט, לויט די ראט פון זיין אדוואקאט.



--
הויפט ווייסע הויז ראטגעבער דעיוויד אקסלראד גלויבט אז די אמעריקאנע רעגירונג האט גוט באהאנדלט אבדול-מוטאללאב, דער חגא-טאג עראפלאן טעראריסט, טראץ די פאקט אז ער האט אויפגעהערט ענטפערן פאר אויספארשער באלד דערויף וואס מען האט אים פארגעליייענט די מיראנדא רעכטן.

"מיר האבן גארנישט דערלייגט אלס רעזולטאט פון ווי אזוי מען האט באהאנדלט די קעיס," האט אקסלראד געזאגט אויף ען.בי.סי.

עס איז א פארבעסערטע ווערסיע פון די סטעיטמענט פון ראבערט גיבס פאריגע וואך, ווען ער האט געזאגט אז עף.בי.איי. אויספארשער האבן באקומען "אלעס וואס זיי האבן געקענט" אין די קורצע אויספראגע סעסיע.

אבער די אקציעס פון די עף.בי.איי. צייגן אז דאס איז נישט וואר.

נאך א פינף שטונדיגע פויזע פון די ערשטע אויספראגע סעסיע, האט די עף.בי.איי. געשיקט א צווייטע גרופע אויסצופארשן אבדול-מוטאללאב, לכאורה אינגאנצן אומנויטיג טאמער זיי זענען שוין פון אים געוואויר געווארן "אלעס וואס זיי האבן
געקענט".

דער טעראריסט האט אבער דאן שוין איינגענומען א שווייגעניש.

ערשט פרייטאג האט די וואשינגטאן פאוסט באריכטעט אז יוסטיץ דעפארטמענט באאמטע פרובירן נאך אלץ אויסצופארשן דעם טעראריסט.


---
עס עפעס האט געשריבן:זיי זענען צוריק צו טעראר נאכדעם וואס מען האט זיי באפרייט, און די פראגע פארוואס מען האט זיי באפרייט, פרעג דזשארדזש דאבעליו בוש ירום הודו, ער האט זיי באפרייט. אונטער באראק אבאמא איז נאך פאקטיש קיין איין גואנטאנאמא ארעסטאנט פריי געלאזט געווארן.


וואס???

כ'על דיר געבן א געלעגענהייט צוריקצוציען פון דעם סטעיטמענט איידער איך וועל אראפלייגן אויפ'ן טיש א פעקעלע לינקס וואס דערציילן די פאקטן. אפשר ווילסטו אויסוועהלן פון וועלכע לינקע בלאג\סייט איך זאל ברענגען די ליסטע פון באפרייטע ארעסטאנטן אונטער אבאמא?!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], גרויסע-גדולה, כאפצעם, מזל מידיע, ממה נפשך, נעם אין אכט און 38 געסט