בלאט 1 פון 1

מדינת ישראל פאר'סמ'ט הויפט כאמאס פירער

געשריבן: מוצ"ש ינואר 30, 2010 11:26 pm
דורך תו השמיני
vin.jpg
מאכמאד אל מאבא
vin.jpg (3.77 KiB) געזעהן 3040 מאל


פאראייניקטע אַראַבער עמיראַטעס - א היט סקוואַד וואס האבן געהארגעט א הויעך ראנקיגע כאַמאַס קאַמאַנדער אין זיין דובאַי האָטעל צימער, האבן אים געהאט פאר'סמ'ט דורך א איינשפריצונג פון אַ מעדיצין וואָס ברענגט אַ האַרץ אטאקע, געכאפט בילדער פון אַלע די דאָקומענטן אין זיין טאשקע און אנגעהאנגען אויפן טיר א “do not disturb” טאוול.

די קערפער פון מאכמאד אל מאבא, איז אנדעקט געווארן דורך ארבעטסלייט ביי די אל-בוסטאן-רוטאנא האטעל אין דובאַי יאנואר 20 נאכמיטאג צייט. עס זענען נישט געווען גלייך קיין פארדעכטיגע סימנים און די ארטיגע דוקטורים האבן דיאַגנאָזירט אז ער איז געשטארבן פון סתם א הארץ אטאקע.

ניין טאג דערויף, נאך וואס בלוט טעסט האבן אנגעוויזען אויף סם, האבן די כאמאס באשולדיגט די מוסד (מדינת ישראל אינטעלעג'ענס סערוויס) אויף זיין שטארבן.

מאכמאד אל מאבא איז געווען פון הויפטן אין די יזזעדינע על-קאַססאַם בריגאַדעס, די מיליטער פליגל פון כאַמאַס, די אראבישע ארגאנעזאציע וואס האט איבערגענומען די פירערשאפט אין גאזא 2007.

לויט טייל מיטל מזרח נייעס קוועלער, איז מאכמאד אל מאבא פרעזענדליך געווען פאראנטפארטלעך אין אריבעליפערן געווער פון איראן קיין גאזא, און די מוסד איז געווען נאך זיינע שפירען פון די רגע וואס ער איז ארויף אויפ'ן Emirates flight EK 912 פליגער אין דמשק יאנואר 19. ער איז ארויף אויפן פליגער מיט א פאלשע פאספארט.

מאכמאד אל מאבא האט פארלאזט גאזא אין 1989 און האט זיך באזעצט אין דמשק. מדינת ישראל האט אים דאן באשילדיגט אין פארכאפן צוויי סאלדאטן פון די צה"ל (אבי סאספארטס און אילן סאדאן הי"ד) וואס ביידע זענען ליידער געהארגעט געווארן דורך די אראבער ימ"ש.

כאמאס סטראשעט אז זיי וועלען נישט שטיל שווייגען, און זיי וועלען זיך נוקם זיין דורך אומברענגן ישראלישע אפישעלס אין אייראָפּע. מדינת ישראל האט אויפדערווייל נישט געגעבן קיין אפיציעלע קאמענטארן אויף די אינצעדענט.

געשריבן: מוצ"ש ינואר 30, 2010 11:40 pm
דורך שוועמל
אדאנק פאר די נייעס.

דער רבוש"ע זאל האלטן די רעכטע האנט אויף אידישע קינדער.

געשריבן: מוצ"ש ינואר 30, 2010 11:50 pm
דורך נודע למשגב
כן יאבדו אלע וואס טשעפענען די אויסדערוועלט פאלק, אבער ווי די רבי פלעגט זאגן אז ס'זאל נאר נישט שאטן פאר אידן.

געשריבן: זונטאג ינואר 31, 2010 1:26 am
דורך יודל מענדלזאהן
דא טענה'ט זיין ברודער אז ער האט געפיגר'ט פון א מאסיווע עלעקטרישען שאק צום קאפ.

געשריבן: זונטאג ינואר 31, 2010 1:27 am
דורך שוועמל
אגב, ליינענדיג די נייעס אין YNET שרייבן זיי אז ס'יז נישט געווען סם נאר א עלעקטעריק שאק וואס מ'האט געהאלטן ביי זיין קאפ ביז ער האט אפגעפגר'ט.

געשריבן: זונטאג ינואר 31, 2010 1:30 am
דורך תו השמיני
שוועמל האט געשריבן: אגב, ליינענדיג די נייעס אין YNET שרייבן זיי אז ס'יז נישט געווען סם נאר א עלעקטעריק שאק וואס מ'האט געהאלטן ביי זיין קאפ ביז ער האט אפגעפגר'ט.

קודם האט עס געהייסן נאר סם, יעצט שטעלט זיך ארויס אז ער איז אויך עלעקטרעזירט געווארן (אזוי אויך האט מען געזען אויף זיין האלז סימנים פון א האנט, זעהט אויס אז עס איז פארגעגאנגען א געראנגעל פאר מען האט אים פארשיקט מהאי עלמא)

געשריבן: זונטאג ינואר 31, 2010 1:46 am
דורך יודל מענדלזאהן
ביי זיי איז זיכער אז מדינת ישראל האט דאס געטוען. דערצו אז מדינת ישראל רעאגירט נישט. זעסט דאך אז יעדעס מאל וואס זייער'ס א קנאקער כאפט א פגירה, למשל דער אימאד מוגניא אין דמשק, באשולדיגן זיי מדינת ישראל. כאטש זיי ווייסן אז שאנסן זענען אז די אייגענע אראבישע ברודער זענען די וואס האבן אים ערלעדיגט. אבער אזוי גייט עס שוין ביי זיי. אן אייגענעם אראבער קריטיקירט מען נישט, ווי מערדעריש און קארופטירט ער זאל נאר נישט זיין. דארט האט איזראעיל גראדע יא געלייקנט.

די סיבה פארוואס איזראעיל לייקנט נישט געווענליך, אפילו טאמער זיי האבן עס נישט געטוהן, זאגן עקספערטן איז גאנץ פשוט: זיי קענען באשטיין אז דער אראבער זאל מיינען אז זיי האבן עס ווירקליך אנגעארבעט. ווער עס קען דעם אראבישן ווילדן דמיון, קען זיך שוין פארשטעלן ווי אזוי די קאפיא אויפ'ן קאפ הויבט זיי אן ברענען ווען זייערס א מענטש נעמט איין א מיתה משונה נישט אין אייראפע, נאר דוקא אין אן אראביש לאנד.

אז מדינת ישראל אין איר עצם עקזיסטענץ איז א התגרות באומות האבן מיר שוין דערמאנט? דאס איז וואר ע"פ תורה און אויך סברא. אבער דאס איז נישט טייטש אז אויס איזראעיל וועלן מוסלעמענער אויפהערן טעראריזירן די וועלט. כ'מיין, קלערסט אז אין סאמאליע אדער אין די פיליפינען, אפילו אין אייראפע, וועלן זיי אויפהערן מיט זייער געיעג איינצונעמען די וועלט און איינשטעלן א קאליפאט אין די מינוט וואס ביבי נתני' וועט דערקלערן אז ער גיט אפ זיין לענדל פאר אמעריקע?

מסתמא יא. איסלאם איז דאך א פרידליכע רעליגיע און מוסלעמענער זענען וואוילע מענטשן וואס ווילן נאר פרידן...

Yeah right....

געשריבן: זונטאג ינואר 31, 2010 1:56 am
דורך שוועמל
יודל;

"איך" צווייפל נישט צי איזראעל האט דאס דורכגעפירט.. אויף עפעס א צוועק האלטן זיי אויף מוסד.

די סיבה צום שווייגן קען מען זאגן זיי ווילן ווארטן א טאג בעפאר קאמענטירן צו דערשנאפן וויאזוי די אראבישע וועלט האט אויפגענומען די נייעס און הערשט דערנאך וועט מען לייקענען אויף א ספעציעלן דיפלאמאטישן וועג כדרך העולם.

אודאי גייען זיי לייקענען, האט שוין אמאל איינער מודה געווען אין אן אסעסענאציע?


אגב, האסט בארירט וואס איך גאַר שוין לאנג צו וויסן, קענסט דעם קוראן?
וואס שטייט דארט אז דער אראבער איז אזוי אנדערש פון יעדן מיט דעם הינזיכט.

געשריבן: זונטאג ינואר 31, 2010 1:56 pm
דורך צייטליך
אינטערסאנט.

פון די ערשטע מינוט האט מען געמיינט אז ס'איז א הארץ אטאקע. נאך 9 טאג פון טעסטן די בלוט איז אויסגעקומען אז די בלוט זיינער איז פאר'סם'ט געווארן. עטליכע טאג דעראויף זעהט מען שוין צייכענעס אז מ'האט אום עלעקטעראזירט און צייכענעס פון הענט כאילו עס איז געווען א געראנגעל.

מיין מיינונג איז אז ער איז נאטורליך געשטארבן פון א הארץ אטאקע און די אראבער פראבירן צו מאכן א ווינט קעגן מדינת ישראל. און איינמאל עס גייט שוין ווערן שוין מעשיות אויפגעבלאזן ווי א גאז באלון.

אזוי צו אזוי. א מערדער און טעראריסט ווייניגער אויפן כדור העולם. און יישר כח ר' תוו פאר די נייעס.

געשריבן: זונטאג ינואר 31, 2010 4:00 pm
דורך שמאטע
העי צייטי הער אויף צי דרייען מיט די צינג די ווייסט עפעס אינערליכע אינפארמאציע, שנעל געב אלעס ארויס

משוגע מעטארע ! איך ליין דא אפ א גאנצע מעשה מיט עפעס א טויטען פגר יעדער האט אנדערע השרות וואס פינקטליך דארט האט פאסירט, אין ס'הייבט שוין כמעט אן צי גיין פעטש!! צי ממעג שעלטן צי נישט, אין דא פליצלינג געטצעך צייטלעך אריק אריין ( שוין גארנישט אזוי צייטלעך) אין זאגט אפ א סטעיטמענט אין ס'שטעלט זיך נישט דא אפ. ער לייגט צי אינטער דעם אזא אינטערשריפט "" איך בין צייטלעך איך האב עפראווד דע תגובע ""

חברה איך מיין פין מיין זייט איז די מעשה OVER מ'האמער דא איינער מיט די טאפ סיקרעטס מ'דארף עם נאר גיט אויספראקן עט מען האבן די גאנצע אינפארמאציע פינקטליך וואס דארט איז פארגעגאנגן

העי צייטלעך ארויס מיט די אינפארמעישן וואס איז דארט געווען ?? נו ??!!!

געשריבן: זונטאג ינואר 31, 2010 4:58 pm
דורך צייטליך
בקשה!

איך האב פראבירט צוריק צודרייען דעם רעדל דא מיטן רעדן ווייטער איבער די טרוקענע נייעס און מענטשן פארשטייען נישט - זעהט אויס - אויפן ווינק האב איך עס געמוזט מעקן.

ביטע פארשטייט. דא רעדט בלויז איבער די נייעס און אויסדריקלעך נישט קיין השקפה. די נעקסטע תגובה וואס רעדט דערוועגן וועט גלייך ווערן געמעקט.

יישר כח און האט פארשטענדעניש.

געשריבן: זונטאג ינואר 31, 2010 6:38 pm
דורך קרעמער
shmate האט געשריבן:העי צייטי הער אויף צי דרייען מיט די צינג די ווייסט עפעס אינערליכע אינפארמאציע, שנעל געב אלעס ארויס

משוגע מעטארע ! איך ליין דא אפ א גאנצע מעשה מיט עפעס א טויטען פגר יעדער האט אנדערע השרות וואס פינקטליך דארט האט פאסירט, אין ס'הייבט שוין כמעט אן צי גיין פעטש!! צי ממעג שעלטן צי נישט, אין דא פליצלינג געטצעך צייטלעך אריק אריין ( שוין גארנישט אזוי צייטלעך) אין זאגט אפ א סטעיטמענט אין ס'שטעלט זיך נישט דא אפ. ער לייגט צי אינטער דעם אזא אינטערשריפט "" איך בין צייטלעך איך האב עפראווד דע תגובע ""

חברה איך מיין פין מיין זייט איז די מעשה OVER מ'האמער דא איינער מיט די טאפ סיקרעטס מ'דארף עם נאר גיט אויספראקן עט מען האבן די גאנצע אינפארמאציע פינקטליך וואס דארט איז פארגעגאנגן

העי צייטלעך ארויס מיט די אינפארמעישן וואס איז דארט געווען ?? נו ??!!!

איך האב גארנישט געוואוסט אז צייטליך איז קרוב משפחה מיט אריק שרון...

וואס מאכט ער טאקע? דער ציהט דאך אן לענגער ווי א פגר.

געשריבן: זונטאג ינואר 31, 2010 6:45 pm
דורך תו השמיני
ט"ו בשבט האט מען אים נישט געקענט ניצען ווארום אויף א וועדז'טעבל מאכט מען דאך א האדמה

געשריבן: זונטאג ינואר 31, 2010 7:26 pm
דורך scy4851
תו השמיני האט געשריבן:ט"ו בשבט האט מען אים נישט געקענט ניצען ווארום אויף א וועדז'טעבל מאכט מען דאך א האדמה

;l;p- אריין און 'מלתא דבדוחתא'

געשריבן: דינסטאג פאברואר 16, 2010 4:06 pm
דורך תו השמיני

געשריבן: דינסטאג פאברואר 16, 2010 4:08 pm
דורך צייטליך
זייער אינטערסאנט. איך קוק עס יעצט.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 16, 2010 7:26 pm
דורך סאדע_באטל
עס איז העכסט אינטערסאנט ווי סאפיסטיקירט די וועלט איז היינט, מיט די ווידיאו קעמערעס איבעראל.
מען שטעלט צוזאם די גאנצע מעשה, מיט אלע מענטשן, פונקטליך ווי זיי זענען געגאנגען, ווען זיי זענען געקומען, דורך ווי, און קיין ווי זיי זענען געפארן...

א פארשפיל צו וויאזוי עס וועט אויסזעהן ביום הדין הגדול והנורא, אויפן עולם האמת

געשריבן: מיטוואך פאברואר 17, 2010 2:05 am
דורך שוועמל
מיר וואונדערט איין זאך וויאזוי דער 'טשעין' אויפן טיר איז געווען פארשפארט פון אינעווייניג.

די טיעם קען זיין א געדינגענע קאמפאני (בערך ווי אינטערוועלט ענגלאנד..), עס שיינט מיר די איזרעליס האבן זיי געדינגען.

ספרא וסיפא. אי ראש כולל, אי געהיימער אגענט פון "מוסד" ?

געשריבן: מוצ"ש פאברואר 20, 2010 11:41 pm
דורך אריאל
דער טאגבלאט "דער-שפיגל" גיט איבער, אז דער דייטיטשער פאספארט פון הרב מיכאל בודנהיימער פון בני-ברק, (א יידי א בר-אריין, א ראש כולל) איז נישט קיין פאלשער, נאר אן ארגינעלער.

דער דאזיקער הרב בודנהיימער, לייקנט אפ, אז ער האט אנטייל גענומען אין דער אפעראציע פון "מוסד" אין דובאיי.

וואס גייט דא פאר?

http://www.bhol.co.il/news_read.asp?id=15422&cat_id=1

געשריבן: זונטאג פאברואר 21, 2010 12:43 am
דורך שוועמל
ער איז נישט דער איינציגסטער פון וועם מען האט געגנב'עט אידענטיפיקאציע..

אין הארץ איז דא א קליפ פון 5 מענטשן פון איזראעל וואס מען האט גענוצט זייערע פאספארטן בעת עס געפינט זיך מיט זיי!

ס'וועט נאך זיין אסאך נייעס איבער דעם קעיס.


אייגנטליך מ'קען צאמשטעלן מיט דעם http://www.yiddishworld.com/forum/index ... =viewtopic

געשריבן: זונטאג פאברואר 21, 2010 1:07 am
דורך TAG
שוועמל האט געשריבן:מיר וואונדערט איין זאך וויאזוי דער 'טשעין' אויפן טיר איז געווען פארשפארט פון אינעווייניג.

ס'קען זיין אז זיי האבען בלויז אריינגעשפריצט פון אינטער די טיר א סארט געז וואס לאזט נישט קיין שפירן.

געשריבן: זונטאג פאברואר 21, 2010 1:20 am
דורך שוועמל
אבער די דובאיער זאגן אז זיין קערפער איז דורך עלעקטריק שאקס אויף עטליכע פלעצער.
די אפיציעלע ווערסיע איז ער האט געפגר'ט פון הויך בלוט פרעשור אין מוח וואס מיינט עלעקטריק שאק, נישט געז.