גרין אדער עקאנאמיע?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

גרין אדער עקאנאמיע?

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך ינואר 27, 2010 1:04 pm

היינט איז דאך א וועלט מיט טעכנאלאגיע.
איך באקום כסדר שרייעדיגע רופן פון אלע בענק, פירמעס און אגענטורן אויפצוהערן מיט די פעיפער סטעיטמענטס כדי צו שפארן א בוים.

מאידך גיסא שרייט די פאסטעל סערוויס דעפארטמענט אז זיי ברעכן אונטער און שליסן אפ סטאנציעס איינס נאכן צווייטן.

למעשה די איינציגסטע סיבה פארוואס איך טויש נישט צו אי-סטעיטמענטס איז טאקע מהאי טעמא, ווייל איך וויל נישט די פאסטעל סערוויס זאל אונטערגיין.

אז די פאסטעל סערוויס גייט אונטער וועט דאס שאפן א ריזיגער לאך אין די עקאנאמיע וואס איז אומבאשרייבאר.
ווידער די רעגירונג פאנטשט אריין געלט מיט יערליכע דעפיציטן כדי אונטערצוהאלטן די פאסטעל סערוויס.
איך בין צעמישט!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » מיטוואך ינואר 27, 2010 1:14 pm

טאקע א שווערע דילעמא... אבער כ'האב פאר דיר אן עצה נוץ די פאסט און יעדעס מאל וואס דו טוסט דאס פלאנץ איין א בוים אזוי וועסטו אונטערהאלטן סיי די פאסט אגענטור און סיי אונזער פלאנעט.

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » מיטוואך ינואר 27, 2010 1:20 pm

פארשער האט געשריבן:טאקע א שווערע דילעמא... אבער כ'האב פאר דיר אן עצה נוץ די פאסט און יעדעס מאל וואס דו טוסט דאס פלאנץ איין א בוים אזוי וועסטו אונטערהאלטן סיי די פאסט אגענטור און סיי אונזער פלאנעט.

לויט דעם וועט ביז א יאר זיין דער גאנצער סקווער מייל ארים מיר פיל מיט ביימער.(אין דאס איז נאר פון מיינע ביימער..)
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך ינואר 27, 2010 2:33 pm

פארשער האט געשריבן:טאקע א שווערע דילעמא... אבער כ'האב פאר דיר אן עצה נוץ די פאסט און יעדעס מאל וואס דו טוסט דאס פלאנץ איין א בוים אזוי וועסטו אונטערהאלטן סיי די פאסט אגענטור און סיי אונזער פלאנעט.

קענסט באוואסערן דיינע ביימער מיט די שפייעכץ וואס דו שפארסט דיך פון די זעלבסט-קלעבעדיגע סטעמפס.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Alexa [Bot] און 17 געסט