ברעיקינג: וואטערגעיט 2010?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

משמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2009 10:02 am

ברעיקינג: וואטערגעיט 2010?

תגובהדורך משמש » דינסטאג ינואר 26, 2010 2:40 pm

די פ.ב.א. האט איצט אויפגעסיעלט א אינדייטמענט קעגן פיר פארשוינען וועלכע האבן געוואלט אריינלייגן באגס אינעם טעלעפאן פון לוזיאנא סענאטאר לענדראו.
די פיר האבן זיך אנגעגעבן אלס טעלעפאן טעכנישאנס ביי איר אפיס אין לוזיאנא.

ווי עס שטעלט זיך ארויס שטייען אונטער די זעלבע וועלכע האבן מיט א צייט צוריק אריינגענערט עטליכע acorn ארבייטער אין אומלעגאלע אקטיווטעטן.

לכאורה שלעכטע נייעס פאר ריפובליקענס, און, פארשטייט זיך, פרישע לופט, פאר די דעמאקראטן.
קאמענטארן זענען איבעריג?! אינגאנצן נישט!

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דינסטאג ינואר 26, 2010 2:46 pm

לכאורה? זיכער!
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג ינואר 26, 2010 2:56 pm

דריי חברה זענען געווען ביים סענעטאר אין אפיס און שוין געארבייט אויפן טעלעפאון סיסטעם און זענען שפעטער ארעסטירט געווארן דורך די יו.עס. מארשעל'ס. א פערטער איז ארעסטירט געווארן שפעטער צוליב העלפן אין די פלאנירונגען.

מקור
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דינסטאג ינואר 26, 2010 3:09 pm

פיר ארעסטירט אין פרואוו צו אינפילטרירן טעלעפאונען פון דעמאקראטישע סענאטארשע

וואשינגטאן. - פעדעראלע אגענטן האבן היינט דינסטאג דורכגעפירט ארעסטן אויף 4 פארשוינען, וועלכע ווערן באשולדיגט אין פרובירן אונטערצושטעלן אונטערהער-אפאראטן אינעם אפיס פון מערי לענדריא, דעמאקראטישע סענאטארשע פון ניו ארליענס, לואיזיאנא

צווישן די 4 איז א פארשוין מיטן נאמען דזשעימס אקאופי, א קאנסערוואטיווער יוגנטליכער וועלכער האט אויפגעדעקט סקאנדאלן אינערהאלב די ארגאניזאציע "עיקארן" אין יאר 2009.

די פארשוינען זענען אריינגעקומען אינעם בנין פארשטעלט ווי ארבעטער פון די טעלעפאון פירמע, און אין זייערע הענט האבן זיי געהאט פארשידענע געצייגן

ווען א וועכטער האט זיי געבעטן צו ווייזן פאפירן, האבן זיי זיך אנטשולדיגט אז זיי האבן דאס געלאזט אין זייער אויטא. זיי האבן געזאגט אז עס איז דא א גרויסע פראבלעם מיט די גרויסע ווייערס און זיי וועלן דארפן ארבעטן אויפן באקס וואו עס געפינט זיך דער טעלעפאון סיסטעם פונעם גאנצן געביידע

זיי האבן דאן פרובירט צו אינסטאלירן די אונטערהער-אפאראטן

עס איז נישט אדורך קיין לאנגע צייט און די ארבעטער אינעם סענאטארס אפיס האבן זיך געכאפט וואס דא גייט פאר און האבן זיך פארבינדן מיט די פעדעראלע אויטאריטעטן

עטליכע עף בי איי אגענטן האבן דערווישט די פארשוינען און זיי ארעסטירט. עס ווארט אויף זיי ווארשיינליך אזויפיל ווי 10 יאר טורמע און א געלט שטראף פון 250 טויזנט דאלער, אויב וועלן זיי ווערן געפינען שולדיג

עס איז נישט קלאר דערווייל צי דער אינצידענט וועט האבן א שטארקע אפעקט נאציאנאל און צי דאס וועט אויפגעשפילט ווערן ווי א צווייטע וואטערגעיט סקאנדאל.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » דינסטאג ינואר 26, 2010 3:14 pm

עס וועט נאר זיין נייעס אויב א אפיציעלער פיגור האט זיי געשיקט, אויב סתם עפעס א היציגער יוגנטליכער טוט עפעס נארישע שריט על דעת עצמו וועט עס נישט האבן קיין עפעקט אויף קיינעם, אויב מען וועט קענען ציען פעידימער צו עפעס א פאפולערן נאמען וועט עס שאטן.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

ydbh
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 16, 2008 1:41 am

תגובהדורך ydbh » מיטוואך ינואר 27, 2010 11:52 am

יונגען מיט קאנסערוואטיווע מיינונגען, מיינט אז קאנסערוואטיוון שטייען אונטער דעם ?

נע, מיר באריכטן נאר טרוקענע פאקטן . . .

Conservative ties bind 4 La. phone plot suspects


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט