וואס ווילן זיי??? (אבאמא'ס קעגנער)

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

וואס ווילן זיי??? (אבאמא'ס קעגנער)

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג ינואר 25, 2010 9:03 am

כ'וויל פארשטיין עפעס וואס עס באדערט מיר שוין א לענגערע צייט:

-ווען אבאמא פארמערט די צאל טרופן אין אפגאניסטאן, שרייען די רעכטע אז ער שטעלט יונגע לעבנס פון אמעריקאנער זעלנער אין סכנה און ער טראכט נישט וואס ער טוט!

זאל ווען אבאמא זאגן אז ער האט באשלאסן אז א געווינס אין אפגאניסטאן איז אוממעגליך און דערפאר ברענגט ער זאפארט אהיים די טרופן, וואלט מען געשריגן און פארפירט קעגן אים אז ער לייגט אמעריקע אין א סכנה מיטן קאפיטאלירן צו די טאליבאן.

איר האט אפשר א אנדערע אויסוועג? אדער איר זענט בלויז דא צו שרייען ניין?

-ווען אבאמא שטעלט אפ די בענק-בעילאוטס -וואס בוש האט אנגעהויבן- נאכדעם וואס די פובליק איז געפערליך גערעגט אויף וואל סטריט און אויפן פאקט אז די רעגירונג ספענדעט מער געלט צו העלפן וואל סטריט אנשטאט "מעין סטריט", שרייען די רעכטע אז ער וויל איבערנעמען די בענק און פארגרעסערן רעגירונג.

זאל ווען אבאמא זאגן אז צוליב וואס די בענק האבן נאכנישט באוויזן צו באנייען זייערע הלוואות פאר מענטשן און געבן געהעריגע סערוויסעס אזוי ווי אמאל, וועט מען געבן נאך א פרישע בעילאוט, וואלט מען געשריגן און פארפירט אז ער שפענדעט שטייערצאלער געלטער אומ'אחריות'דיג.

איר האט אפשר א אנדערע אויסוועג? אדער איר זענט בלויז דא צו שרייען ניין?


פלעין ס'ווינדערט מיר, גארנישט מער...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

תגובהדורך תו השמיני » מאנטאג ינואר 25, 2010 9:07 am

סאיז דיר נאר שווער אויף די וואס שרייען אויף אבאמא? אדער דיין שאלה איז אויך נוגע אויף די חברה וואס האבן נישט אויפגעהערט און זענען ווייטער ממשיך אראפרייסען בוש אויף יעדע שריט און טריט?
"הניגון קולמוס הלב"

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג ינואר 25, 2010 9:13 am

תו, טו מיר א טובה און פרוביר נישט צו פארגלייכן דאס האקן אויף בוש, צו די יעצטיגע אומאויפהערליכע העצע קעגן פרעזידענט אבאמא און זיין אגענדע.

די דעמאקראטן אין קאנגרעס און אין סענאט, האבן אין מערערע פעלער פרובירט מיטצוארבעטן מיט פרעזידענט בוש אויף פארשידענע אישוס, אינדערצייט וואס די רעפובליקאנער אינעם קאנגרעס און סענאט, ווילן אפילו נישט הערן פון מיטארבעטן מיט אבאמא.

פרעזידענט אבאמא האט מיט עטליכע מאנאטן צוריק פאררופן א מיטונג אין ווייסן הויז פאר רעפובליקאנער קאנגרעס פירער צו רעדן איבער העלט קעיר, און שפעטער איז פארעפנטליכט געווארן אז דזשאן בעינער, דער מינאריטעט פירער פון די רעפובליקאנער אין קאנגרעס, האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט צו די רעפובליקאנער קאנגרעסלייט "מיר גייען נישט שטימען פארן ביל, נישט קיין חילוק וואס אבאמא וועט רעדן מיט אונז און וואס ער וועט טוישן אונז צעפרידנצושטעלן". סאו האק נישט קיין טשייניק.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

תגובהדורך תו השמיני » מאנטאג ינואר 25, 2010 9:17 am

עס עפעס, איך האב נישט קיין צייט יעצט דיר טורף צו זיין.......
"הניגון קולמוס הלב"

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22976
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג ינואר 25, 2010 9:34 am

עס עפעס, איך האב נישט ליעב צו שרייבן אימיטן די ארבייט, אבער איך קען מיך נישט איינהאלטן.

איך מוז וויסן פון וואנעט דו נעמסט דיינע מעשיות.

עס פאר עז איי נאו, האבן די ריפאבליקען'ס נישט געהאט טענות אויפן פרעזידענט פארן שיקן נאך טרופן קיין אפגאניסטאן, די טענות איז געווען פארוואס ס'דויערט אזוי לאנג, די ליבעראלן זענען די וואס זענען געווען דערקעגן.

וועגן די געלטער פון וואס דו רעדסט, דארפסטו אויך זיין קלארער, און ספעסיפיק.

די געלטער וואס בוש האט געגעבן פאר די בעילאוט, איז שוין צוריקגעקומען מיט פראפיט'ס, משא"כ די געלטער פון אבאמא'ס בעילאוט, איז נאכנישט דא, און איז נישט ערווארטעט צוריקצוקומען אינגאנצן, סאו די ריפאבליקען'ס זאגן נישט ניין אויף אלעס וואס ער טוט, נאר אויף די וועג וויזוי ער טוטעס.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22976
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג ינואר 25, 2010 9:40 am

עס עפעס, איך האב געלייגט אין א אנדערע אשכול דעם ארטיקל, ער פארענטפערט זייער שיין דיין צווייטע קשי', איך ווארט צו הערן וואס דו זאגסט דערצו.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מאנטאג ינואר 25, 2010 9:54 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:עס פאר עז איי נאו, האבן די ריפאבליקען'ס נישט געהאט טענות אויפן פרעזידענט פארן שיקן נאך טרופן קיין אפגאניסטאן, די טענות איז געווען פארוואס ס'דויערט אזוי לאנג, די ליבעראלן זענען די וואס זענען געווען דערקעגן.

ביסט גערעכט. איך וואונדער זיך אויך אויף עס עפעס ווערטער.
די ליבעראלן זענען געווען זייער ברוגז.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג ינואר 25, 2010 11:16 am

וויכי און סתם, די ליבעראלן זענען טאקע געווען ברוגז, אבער פון די רעפובליקאנער האט מען אויך געהערט קריטיק דא און דארט. אז כ'וועל האבן צייט וועל איך אויפזוכן מער ספעציפיש.

און דאס וואס וויכי ברענגט א "בפירוש'ער קארל ראוו" מאכט מיר לאכן... ווייל איך האב געהאט געברענגט א לינק צו אן ארטיקל פון דעיוויד עקסעלראד וואו ער שרייבט אז טראצדעם וואס אבאמא האט מער געשפענדעט, האט ער אבער מער מצליח געווען צו שניידן דעם בודזשעט (יא, פראצענטואל, נישט אין סכומים, וויכי), און מען האט פון מיר געמאכט דאס גענאר פארן זיין אזוי "נאאיוו און ברענגען עקסעלראד'ס ווערטער". סאו וכן למר...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » מאנטאג ינואר 25, 2010 11:30 am

איימסארי, קיינער פון די רעפובליקאנער האט נישט בפועל געהאקט אויפן סורדזש, אויב עפעס האט מען געלאכט אז ביי איראק איז אבאמא געווען קעגן סוירדזש (פארשטענדליך ווייל אבאמא שרייט שוין אפאר יאר אז די פראבלעם שטעקט אין אפגאניסטאן)
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג ינואר 25, 2010 11:34 am

מבין, כהאב געטראפן אן עדיטאריעל פון דעם קאנסערוואטיוון קאלומניסט דזשארדזש וויל אינעם וואשינגטאן פאוסט וואו ער רופט אמעריקע ארויסצוגיין פון אפגאניסטאן און נישט פארמערן נאך טרופן.

כ'וועל אויפזוכן נאך אי"ה.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג ינואר 25, 2010 11:36 am

קלארשטעלונג: כהאב נישט געזאגט אז די רעפובליקאנער פארטיי פירער אדער רעפובליקאנער אויף קעפיטאל היל זענען געווען קעגן אבאמא'ס אפגאניסטאן פאליסי. כ'האב געזאגט אז מען האט געהערט פון רעכטע פאנדיטס און מידיא און ראדיא פיגורן, קריטיק אויף אבאמא'ס טרופן-פארמערונג.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג ינואר 25, 2010 11:49 am

דער קאנסערוואטיווער היסטאריקער ענדרו בעקאוויטש, האט זיך זייער שארף אקעגנגעשטעלט אבאמא'ס טרופן-פארמערונג. ליינט דא
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג ינואר 25, 2010 11:58 am

וואס איז שייך בכלל מגיב צו זיין דא. יעדע פרעזידענט וואס ער זאל נישט טוען, פון וועלעכע פארטיי ער איז, וועט די צווייטע פארטיי האבן טענות.

די דעמאקראטן - ווען בוש 43 איז געווען פרעזידענט - זענען אין א זין געווען אסאך ארגער.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מאנטאג ינואר 25, 2010 12:18 pm

וואס זיי ווילן?....

זיי ווילן איין זאך מאכן ווי מער געלט!!

און זיי האבן איינגעזען אז מיטן שטופן א קאנסערוואטיווע אגענדע ציען זיי מער עטענשאן, וואס דאס ברענגט זיי מער געלט, שטופן זיי א קאנסערוואטיווע אגענדע.

ס'איז דא צוויי פראגעס וואס לימבא איז געפרעגט געווארן וואס האט מיך געכאפט.

איינס איז געווען אויף א אינטערוויא אויף NBC, דער אינטערוויאער האט אים געפרעגט, וויפיל פראצענט פון דיין אגענדע איז הייליג קאנסערוואטיזם, און וויפיל איז ביזנעס, ער האט גוט געדרייט מיטן גרויסן צינג וואס ער פארמאגט, אבער דער פרעגער און לימבא און איך אין די ווייסן אז ס'איז גארנישט אזא פשוט'ע פראגע, און ביזנעס שטעקט דא.

די צווייטע איז געפרעגט געווארן אויף שאטנער'ס רויע נערוו, ער האט אים געפרעגט א בייסיגע פראגע אין דריי ווערטער, ''ווער זאגט דיר''? ער איז געווארן רויט און געשפרינגען, וואס הייסט ווער ''דאס איז מיין לעבן, מיין בליק, מיין חלו', מיין מיין מיין....''

און יעצט לאמיך אייך זאגן פארוואס די פראגע האט אים געמאכט שפרינגען, לימבא איז א מורא'דיגע קאנספיראטאר, ער מאכט אפ קודם א בילד אויף א מצב און נאכדעם שטיצט ער עס אונטער מיט פאקטן, למשל, אבאמא וויל טוישן די העלט קעיר ווייל ער וויל אראפפירן אמעריקע צו סאציאליזם, ס'טייטש אבאמא איז א סאציאליסט, דאס האט לימבא אפגעמאכט פון פריער, און ער האט עס אונטערגעשטיצט דורכן וועלן דורכפירן העלט קעיר, און מיט קאמענטס וואס ער האט געמאכט צוואנציג יאר צוריק.

אויף דעם פרעגט ער ''ווער זאגט דיר''?

אפשר וויל אבאמא טוישן העלט קעיר ווייל ווען זיין מאמע איז געליגן טויט קראנק מיט יענע מחלה האט ער געהאט ציפקע צרות פון די אינשורענס.
אפשר וויל ער טוישן העלט קעיר ווייל דאס איז די נומער 1 גורם אז מענטשן זאלן גיין באנקראט.

און דאס איז זיין סוד, ווען די הערסט זייערע געשרייען פון די פאנדיט'ס זאלסטו גוט אנאליזירן וויפיל איז געבויעט אויף הארטע באווייזן, און וויפיל פון זייערע געשרייען שטעלט זיך די פראגע ''ווער זאגט דיר''?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22976
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג ינואר 25, 2010 12:22 pm

עס עפעס, איך האב געלאכט פון דיין ברענגען דעוויד עקסעלראד? (וויזוי ספעלט מען דאס?) כאב געלאכט פון דיין צומישעניש, דו האסט געשריבן אז בוש האט מער געספענדט וואו אבאמא, והא ראי' ער האט מער געקאט, אדער מ'האט אנגענומען מער פון זיינע קאט'ס, אבער דאס האט נישט געמיינט אז בוש איז געווען א גערעסערע ספענדער.

משא"כ דאס וואס איך ברענג פון ראוו, ווייזט דיר נאמבער'ס און די חילוק פון בוש'ס סטימיולעס, צו אבאמא'ס סטימיולעס.

אגב, די ארטיקל האבעך נאר געברענגט ווייל כאבעס געלייגט אין א אנדערע אשכול, און כ'אניש באקומען קיין ענטפער פון דיר דערויף.

נאך א זאך, אין דעם ארטיקל ענטפערט ער אפ א ארטיקל פון דעוויד עקסעלראד.

יעצט זוך מיר נישט אויף אין יעדן ווינקל וואו ס'איז דא עפעס א קאנסערוועטיוו און ער האלט אז מ'האט נישט געדארפט טוהן אזוי, (גראדע ווען אבאמא טוט ווען פארקערט קען זיין אז זיי וואלטן יא געווען צופרידן. סאו איז אויף זיי אויך נישט שווער.) די עסטעבלישמענט איז געווען דערפאר, איי דאונט סי עניטינג ראנג.

און יא, די דעמעקראטן זענען פונקט אזוי געווען קעגן בוש!!! אפילו נאכדעם וואס די איראקע סוירטש האצעך אויסגעארבעט, האט אבאמא נישט געוואלט געבן קרעדיט פאר בוש דערויף. דעטץ פאליטיק'ס!!!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג ינואר 25, 2010 12:27 pm

יא יא, צייטי, גערעכט, אבער ליין וואס גאלאפ שרייבט היינט.

די רעפובליקאנער זענען פיל מער שארף און נעגאטיוו קעגן אבאמא, ווי די דעמאקראטן זענען געווען קעגן פרעזידענט בוש. ליינט און שטוינט
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22976
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג ינואר 25, 2010 12:28 pm

חאחאחאח!!! שוין ווייטער מישטו אויס, דו פאול איז די אפראוועל רעיטינג דיפרענטס... גארנישט מיט קאנגרעסס/סענאט!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג ינואר 25, 2010 12:28 pm

און נאכמער שאקירנד, דאס מעג וויכי אויך הערן, אבאמא'ס עווערידזש אין זיין ערשטן יאר, איז געווען 57 אפראוועל!!!!!!!!!!!

ליין דא
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג ינואר 25, 2010 12:30 pm

און יעצט כיהודה ועוד לקרא:

זיינע ציפערן ווערן געשאצט צווישן די בעסטע פון אלע פרעזידענטן נאכן צווייטן וועלט קריג!!!!!!

ליין דא

יעצט שריי אז דו טראסט נישט גאלאפ
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג ינואר 25, 2010 12:32 pm

וויכי, הייסט עס אז דערמיט האסטו אפגעפרעגט די אנקעטע???????

כ'ברענג דיר דא פיינע אנקעטעס איבער אבאמא, ערלויב דיר אוועקצוקריכן פונעם סובדזשעקט און ענטפערן דערויף.

ווער נישט פארשווינדן צווישן די שפאלטענעס
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22976
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג ינואר 25, 2010 12:42 pm

ביידעוועי, עס עפעס, וויזוי פארענטפערסטו די דעמעקראטן פארן וואוטען קעגן די ריפאבליקאנע העלט קעיר געזעץ?

די ריפאבליקען'ס האבן פארגעשלאגן א פלאן, אז מ'זאל עפענען די סטעיט בעריער, ד.מ. מ'זאל קענען קויפן פון איין שטאט אויף די צווייטע.

און נאך א זאך, מ'זאל לימיטן די אמאונט וויפיל מ'קען סוען א דאקטער.

ביידע זאכן וועלן אוטאומאטיש ביליגער מאכן העלט אינשורענס, סיי ווייל ס'איז דא קאמפעטישן, און סיי ווייל דאקטוירים וועלן נישט דארפן באצאלן אזוי טייער פאר אינשורענסעס, וועלן זיי בעטן ביליגער.

און, ס'וועט נישט קאסטן קיין פעני פאר די גאווערמענט!!!

און די דעמעקראטן האבן דאס אפגעווארפן...

אפשר קענסטו מיר פארשטיין געבן פארוואס? אויסער אז זיי זענען דעמעקראטן, און אז דו ווילסט יא, וויל איך נישט!!!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג ינואר 25, 2010 12:49 pm

עס עפעס,

אלף
רעפוליקאנער זענען פרא שיקן טרופן קיין אפגאניסטאן, און קעגן דאס צעגערן ביז'ן שיקן (חוץ בראון).

בית
רעפובליקאנער זענען קעגן די סטמיולעס פעקעדזשעס, סיי בוש'נס, סיי אבאמא'ס, נאר אבאמא האט פשוט נאכמער איבער געצויגן דאס שטריקל.

יעצט טוה א טובה, ווען דו מאכסט אן אישו פון איינצעלנער רעפובליקאנער און קאנסערוואטיוונ'ס סטעיטמענטס, רעד בפרטית און זאג אז "רעפובליקאנער זענען קעגען", גוט?
...................
און יא, אני כשלעצמי קען דעם דיסקאנעקטעד אראגאנטן אבאמא נישט סובל זיין, דער טראכט נאר פון דריי זאכן 1. איך 2.איך און... יא איר צוגעטראפן, 3. איך, סאו וואס ער זאל נאר טוהן איז ער ביי מיר 'גילטי אנטיל פראווען אינעסענט', ניין, נישט רעפובליקאנער האלטן אזוי, איך האלט אזוי.

און שוין...
לעצט פאראכטן דורך שטארק זיך אום מאנטאג ינואר 25, 2010 12:51 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג ינואר 25, 2010 12:50 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:עס עפעס, איך האב געלייגט אין א אנדערע אשכול דעם ארטיקל, ער פארענטפערט זייער שיין דיין צווייטע קשי', איך ווארט צו הערן וואס דו זאגסט דערצו.


האסט זיך ערלויבט צו פארדרייען דעם סאבדזשעקט, טו איך יעצט די זעלבע און ענטפער די פרישע אנקעטעס און ציפערן וואס כ'געברענגט.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג ינואר 25, 2010 12:53 pm

שטארק זיך האט געשריבן:עס עפעס,

אלף
רעפוליקאנער זענען פרא שיקן טרופן קיין אפגאניסטאן, און קעגן דאס צעגערן ביז'ן שיקן (חוץ בראון).

בית
רעפובליקאנער זענען קעגן די סטמיולעס פעקעדזשעס, סיי בוש'נס, סיי אבאמא'ס, נאר אבאמא האט פשוט נאכמער איבער געצויגן דאס שטריקל.

יעצט טוה א טובה, ווען דו מאכסט אן אישו פון איינצעלנער רעפובליקאנער און קאנסערוואטיוונ'ס סטעיטמענטס, רעד בפרטית און זאג אז "רעפובליקאנער זענען קעגען", גוט?
...................
און יא, אני כשלעצמי קען דעם דיסקאנעקטעד אראגאנטן אבאמא נישט סובל זיין, דער טראכט נאר פון דריי זאכן 1. איך 2.איך און... יא איר צוגעטראפן, 3. איך, סאו וואס ער זאל נאר טוהן איז ער ביי מיר 'גילטי אנטיל פראווען אינעסענט', ניין, נישט רעפובליקאנער האלטן אזוי, איך האלט אזוי.

און שוין...


שטארקי, ווען איך גיי דיר בעטן אז זאלסט מיר אבער ענטפערן די רעפובליקאנער היפאקריטיע איבער די בעילאוטס און די בענק, גייסטו מיר ענטפערן ווארשיינליך אז די דעמאקראטן זענען גענוי אזוי געווען קעגן פרעזידענט בוש, און דערויף ענטפער איך דיר שוין אז זאלסט קוקן די גאלאפ אנקעטע, וועלכע ווייזט אז רעפובליקאנער זענען סאך מער אויסגעשפראכן קעגן אבאמא ווי די דעמאקראטן זענען געווען קעגן בוש.

און נאך...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג ינואר 25, 2010 12:59 pm

איך גיי דיר בכלל נישט ענטפערן אויף דעם, ווייל איך קוק פאקטן, קיינער קען נישט אנווייזען וואס און וויאזוי אבאמאס סטימיולעס זאל האבן וועמען געהאלפן, מאידך גיסא, די בענק ערהוילן זיך הערליך, און א שטארקע בענקינג סיסטעם מיינט עווענטועל א גוטע עקאנאמיע, כאטש דער אבאמא וויל זיי זאלן נאכמאל טיילן געלטער אנע חשבון, און רופט זיי צוליב דעם קינדישע צונעמען, און דער היפאקריטס שטאב איז פול מיט באנוס פרעסענדע 'פעט קעט'ס', קען מען פארט נישט אוועקמאכן דעם פאקט אז די בענק האלט אט ביים צוריק צאלן זייערע בעילאוט געלטער.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: כלל וכלל, מחצה''ק, משה שטינקאוויטש און 43 געסט