די 'א.ג. ערדציטערניש' אין מאסעטשוסעטס... וואס ווייטער?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

די 'א.ג. ערדציטערניש' אין מאסעטשוסעטס... וואס ווייטער?

תגובהדורך עס עפעס » זונטאג ינואר 24, 2010 1:02 pm

יא, די רעפובליקאנער זענען אין די הימלען, נאכדעם וואס דער רעפובליקאנער סקאט בראון האט געווינען אין אזא בלויע סטעיט ווי מאסעטשוסעטס און די רעפובליקאנער טריאומפירן אז דאס איז שטארקע באווייז אז עס וועט זיי געלונגען צוריקצונעמען די מאכט אין קאנגרעס און אינעם סענאט אין די היי-יאריגע וואלן.

נו, לאמיר טאקע א קוק טון אויף די פאקטן און ציפערן פון די לעצטע פאר טעג, און לאמיר זען צי עס האלט טאקע ביי אזא מצב אז די רעפובליקאנער פארטיי וועט אט אט איבערנעמען די מאכט אין וואשינגטאן און די דעמאקראטן וועלן זינקען צום מינאריטעט סטאטוס, פון וועלכע זיי וועלן זיך נישט ערהוילן פאר א לענגערע צייט...

יאפס, טאקע, עס איז נישט צום אוועקמאכן אז די רעפובליקאנער פארטיי האט זיך עטוואס געהויבן דעם קאפ און זענען מער ענטוזיאסטיש ווי ביז יעצט. רעפובליקאנער האבן פאקטיש געווינען דריי מעכטיגע פאליטישע קאמפן, אריינגערעכנט די גאווערנאר זיץ אין ניו דזשערסי און אין ווירדזשיניע.

אבער אין די זעלבע צייט איז אויך קלאר אז דער אויפשיין פון די רעפובליקאנער פארטיי האט גאנץ קנאפ מיט די וויילער'ס בליק אויף די רעפובליקאנער פארטיי בכלליות (ווי מיר וועלן שפעטער בעסער געבן צו פארשטיין) און אז די פראבלעמען וועלכע האבן ארויסגעווארפן די רעפובליקאנער פון פירערשאפט, זענען נאכנישט פארשוואונדן.

"וויילער האבן מער נישט ליב אזוי שטארק די דעמאקראטן" –זאגט רעפובליקאנער קאנגרעסמאן עדעם פאטנאם פון פלארידע. "אבער זיי האבן נאכנישט קיין ליבשאפט צו אונז".

געוועזענער רעפובליקאנער קאנגרעסמאן פון מינעסאוטע, ווין וועבער, זאגט אז "וויילער האבן נאך אלץ ליב אבאמא אלס זיין פערזענליכקייט און זיי ווילן נישט זען אז די רעפובליקאנער פארטיי פייערט זיין פארלוסט. זיי ווילן די פארטייען זאלן ארבעטן אינאיינעם".

מעטיו דאוד, א קאנסאלטענט וועלכער האט געארבעט פאר פרעזידענט דזשארדזש דאבעליו בוש, האט געזאגט מיט צוויי טעג צוריק "אויב רעפובליקאנער לויפן יעצט ארום און פייערן דעם ענדגילטיגן זיג און באזיגונג פון אבאמא, זאלן זיי געדענקען אז יעדע פארטיי קריגט נישט מער א איין מעכטיגע מאמענט און זאכן קענען זיך טוישן אבנארמאל".

רעפובליקאנער אויף קעפיטאל היל האפן אז זייער מאמענט וועט קומען אין נאוועמבער, אבער די ציפערן זענען נישט אזוי באקוועם פאר זיי.

לאמיר גיין צושטאטליך: כדי צו באקומען פירערשאפט אין קאנגרעס, דארפן זיי געווינען 40 זיצן און אינעם סענאט 10 זיצן. בלויז 12 מאל זינט יאר 1912 (וואס דאן האט מען פארגרעסערט קאנגרעס צו 435 רעפרעזענטאטן) האבן די רעפובליקאנער געווינען 40 זיצן אויפאמאל אינעם קאנגרעס. און בלויז 4 מאל האבן זיי געווינען 10 סענאט זיצן אויפאמאל זינט יאר 1912.

די רעפובליקאנער וועלן זיכער געווינען א ריזיגע סומע זיצן אינעם קאנגרעס, עס איז שוין יעצט מעגליך פאראויסצוזאגן אזויפיל 15 זיצן. היסטאריע צייגט אז דער ציפער וויפיל קאנגרעס זיצן די אפאזיציע פארטיי געווינט געווענליך אין א פרעזידענט'ס ערשטע טערמין, איז 24.

שטילערהייט זאגן די רעפובליקאנער אז זיי זענען אין א קריטישן מצב און עס וועט זיי זיין גאר גאר שווער צו געווינען גענוג זיצן צו קענען איבערנעמען קאנטראל.

איינס פון די הויפט פראבלעמען וואס די רעפובליקאנער האבן, איז מיט די בערזלעך זייערע. לאמיר געבן א קוק אויף די ציפערן:

די דעמאקראטישע קאנגרעסיאנאלע קאמפיין קאמיטע פארמאגט יעצט אזויפיל ווי 15 מיליאן דאלער אין באנק, אינדערצייט וואס די רעפובליקאנער קאנגרעסיאנאלע קאמפיין קאמיטע פארמאגט בלויז ארום 4 מיליאן דאלער אין באנק.

דאס איז מיט די קאנגרעסיאנאלע קאמפיין קאמיטעען. לאמיר א קוק טאן אין די בערזלעך פון די קאנדידאטן. דעמאקראטישע קאנדידאטן האבן מיט ארום 60 מיליאן דאלער מער אין סך הכל ווי די רעפובליקאנער קאנדידאטן (175 מיליאן צו 114 מיליאן), לויט א באריכט פון די "אומפארטייאישע צענטער פאר אפענע פאליטיק".

די פארטיי שישקעס זענען געפערליך ברוגז אויפן טשעירמאן פון די נאציאנאלע רעפובליקאנער פארטיי, מייקל סטיעל. ער טרייבט נישט געהעריג אויף קיין געלטער און עטליכע גרויסע געבער פאר די פארטיי האבן געשניטן פון זייערע דאנעישאנס, ווייל זיי קענען נישט דולדן דעם לויזן צונג פון סטיעל און זיין פירערשאפט סטייל.

רעפובליקאנער פארענטפערן דעם געלט פראגע מיט א האפענונג אז יעצט נאכן מאסעטשוסעטס געווינס וועט די געלטער אנהייבן אריינפליסן און זיי וועלן האבן גענוג געלט פאר נאוועמבער צו קענען קאפיינען קעגן די דעמאקראטן. די עקאנאמיע זעט נישט אויס א פאקטאר וואס זאל זיי העלפן, ווייל מענטשן געבן ווייניגער געלט ווי אמאל. אבער לאמיר שוין יא אננעמען אז עס וועט זיי געלונגען אויפצוטרייבן גרויסע סומעס, האבן די רעפובליקאנער א פרישע טייך פון ציפערן וועלכע פליסט נישט אין זייער ריכטונג.

די לעצטע וואל סטריט דזשורנאל אנקעטע צייגט אז בלויז 30 פראצענט אמעריקאנער גלייכן וואס די רעפובליקאנער פארטיי פארקויפט, קעגן 38 פראצענט וועלכע גלייכן וואס די דעמאקראטישע פארטיי פארקויפט. און 52 פראצענט גלייכן וואס אבאמא פארקויפט.

(די ווארט וואס מען האט אויסגעפרעגט איז געווען: do you like the brand the GOP is selling? און אזוי האט מען אויך געפרעגט איבער אבאמא און די דעמאקראטן.)

"די אמעריקאנער זענען טאקע קעגן די אגענדע און פאליסיס פון די דעמאקראטן" זאגט רעפובליקאנער קאנגרעסמאן פון דזשארדזשיע לין וועסטמארלענד. "אבער די רעפובליקאנער האבן יעצט שוועריגקיטן מיטן פארקויפן זייער אגענדע. מיר דארפן טון א בעסערן דזשאב אין קלארשטעלן וואס מיר פארקויפן".

און אפילו רעפובליקאנער וויילער זענען אויך נישט אזוי צעפרידן פון די רעפובליקאנער. א "סי בי עס" אנקעטע האט געוויזן אז בלויז 55 פראצענט רעפובליקאנער האלטן אז זייערע קאנגרעסיאנאלע מעמבערס טוען א גוטן דזשאב.

און נישט נאר דאס, נאר וויילער האבן נאכנישט געפינען צוטרוי אין די רעפובליקאנער ביי גרויסע אישוס. א לעצטערע וואשינגטאן פאוסט אנקעטע אז בלויז 24 פראצענט אמעריקאנער געטרויען רעפובליקאנער צו מאכן די ריכטיגע באשלוסן פארן לאנד. 32 פראצענט געטרויען די דעמאקראטן צו מאכן די ריכטיגע באשלוסן פארן לאנד און 47 פראצענט געטרויען אבאמא צו מאכן די ריכטיגע באשלוסן פארן לאנד.

"סקאט בראון איז נישטאמאל געלאפן אויף א רעפובליקאנער אגענדע" –זאגט דער אויבנדערמאנטער בוש קאנסולטענט מעטיו דאוד. "ער איז געלאפן ווי א דרויסנדיגער".

***

יא, די רעפובליקאנער האבן איין זאך מיט וואס זיי קענען גלייבן אז דערמיט וועלן זיי געווינען קאנטראל אין קעפיטאל היל. דאס איז דער פאקט אז היסטאריע ווייזט אז וויילער געבן אויס זייער פרוסטורירונג אויף די פארטיי וועלכע איז אין קאנטראל און נאכדערצו ווען מען קען רייטן אויף אישוס אז די אבאמא אדמיניסטראציע האט נישט גענוג געטון פאר די עקאנאמיע, האט געשפענדעט צופיל פעדעראלע געלטער וכדומה וכדומה.

אבער עס זעט עפעס אויס אז דערווייל פארשטייען די וויילער אז די פראבלעמען אין לאנד האט גאנץ קנאפ צו טון מיט פרעזידענט אבאמא. די אויבנדערמאנטע וואל סטריט דזשורנאל אנקעטע צייגט אז אזויפיל ווי 65 פראצענט אמעריקאנער זאגן אז אבאמא האט גע'ירש'נט דער יעצטיגער שלעכטער מצב אין אמעריקע און בלויז 17 פראצענט האבן געזאגט אז זיינע פאליסיס האבן ערגער געמאכט דעם מצב.

דאך קען מען נישט אוועקמאכן אז די דעמאקראטן וועלן מער ליידן פון די שווערע צייטן אין אמעריקע. געבט נאר א פרעג דעם געוועזענער ניו דזשערסי גאווערנאר דזשאן קארזיין און געוועזענע דעמאקראטישע מאסעטשוסעטס סענאט קאנדידאטקע מארטא קאוקלי ווער פונקטליך עס דערלייגט דערווייל פון די אויפרעגעניש פון אמעריקאנער בירגער...

(פארגעסט אבער נישט אז זאכן קענען זיך רוקן און די עקאנאמיע קען נאך אויפלעבן, וואס דאן קענען די רעפובליקאנער זאגן המפיל אויף א קאנטראל-געווינס אין נאוועמבער...)

נאך צוויי קליינע פאקטן, איידער איר ציהט זיך אויס די ביינער:

עריק קענטאר, פון די רעפובליקאנער מינאריטעט פירער אין קאנגרעס, האט פארגאנגענע וואך אויסגעדריקט זיין שטארקע זארג אז עס פעלט קאלירפולקייט צווישן די רעפובליקאנער קאנדידאטן. דאס בעסטע דעמאגראפיק וואו די רעפובליקאנער קענען אצינד באקומען פרישע טויזנטער שטימען איז צווישן ספאנישע וויילער –וואס זיי זענען די שנעלסטע-וואקסנדע מינאריטעט גרופע- און א לעצטערע אנקעטע ווייזט אז אזויפיל ווי א דריי-פערטל ספאנישע וויילער האבן נעגאטיווע מיינונגען אויף רעפובליקאנער. און ס'איז נישט קיין וואונדער פארוואס: אלע רעפובליקאנער פאליטישע קאנדידאטן לעצטנס זענען געווען ווייסע מענער, אויסער סערע פעילין, און דאס באדערט זייער שטארק פאר די מינאריטעטן. זיי פילן זיך נישט באקוועם מיט אזא סיסטעם.

נאך א ציפער וואס עס ציטערט די רעפובליקאנער אין די הויזן און זיי האלטן א נאנטן אויג דערויף, איז דער ציפער וויפיל קאנסערוואטיווע קאנדידאטן וועלן פירן העפטיגע קאמפיינס קעגן רעפובליקאנער-עסטאבלישמענט קאנדידאטן. אזעלכע פארמעסטן, צווישן רעפובליקאנער פאליטישאנס און קאנסערוואטיווע פאליטישאנס, וועט נאכמער צערייסן די רעפובליקאנער פארטיי און דער הארץ-מאניטאר פון די רעפובליקאנער פארטיי וועט שפייען גלייכע ליניעס...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג ינואר 24, 2010 1:21 pm

עס עפעס, זייער שיין צולייגט דיין פוינט אוו וויא.

אבער צום אלעם ערשטן, קיינער זאגט זיכער אז מ'גייט איבערנעמען קאנטראלל פון ביידע הייזער, נאר מ'האפט אויף דעם, און מ'רישט זיך אויף מאסיווע געווינסן, און די עגרי'סט אויף די פאקט אז לויט וויזוי ס'קוקט אויס, בעיס'ד אויף די מצב און ווינט אין לאנד, און בעיס'ד אויף היסטארי, וועלן די ריפאבליקאנער ווארשיינליך האבן שטארקע געווינסן, איא?

ווייטער די געלט פראבלעם, איז קיין פראבלעם, ווי נאר סקאט בראון איז ארויפגעקומען אויף די מאפע, אז ער האט א טשאנס צו געווינען, האט ער אריינגעשארט איבער א מיליאון דאללער א טאג!!! הערסט גוט? יא!!! א מיליאון דאללער א טאג!!! סאו די סיבה פארוואס די דעמעקראטן האבן די אויבערהאנט, איז ווייל זיי האבן געהאט די מאמענטום אין לאנד, די רגע די מאמענטום שיפט צו ריפאבליקאנער, גייט געלט ביי זיי קיין פראבלעם נישט זיין...

וועגן די אומצופרידענהייט פון די ריפאבליקאנער, וואס דו רעדסט אזוי ארום, ס'איז אמת, קיינער האלט נישט אז דאס לאנד האט פלוצלינג ליב באקומען די ריפאבליקאנע פארטיי, נאר וואס יא? די זעלבע זאך וואס האט געטריבן די דעמעקראטן צו מאסיווע געווינסן א יאר צוריק, נעמליך, דאס אויפגערעגטקייט, די אומצופרידענהייט מיט די אינסיידער'ס, דאן די ריפאבליקענ'ס, וועט ווארשיינליך אויך יעצט ארויסטרייבן די אינסיידער'ס, דאס מאל די דעמעקראטן.

וועגן קאנסערוועטיוו קאנדידאטן פריימערי'ס, דאס איז א פראבלעם, אבער איך גלייב נישט אז ס'איז אזאאאא פראבלעם וואו דו ווילסט סאל זיין.

עניוועי, עס עפעס, טענקס פאר דיין אפהאנדלונג, א_וואו אלעמאל, הערליך געשריבן!!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג ינואר 24, 2010 1:29 pm

עס עפעס. א גוטער אפהאנדלונג.

אין דיין ארטיקל רעדסטו בעיקר ארום איבער די קומענדיגע וואלן צו די רעפובליקאנער זענען שוין טאקע אינווייניג ווי עס וויל זיך פאר מאנכע דאכטן נאכן געווינס פון בראון. זיכער אז נישט. מ'האט נאכנישט געווינען און מ'איז נאכנישט די מערהייט פון קאנגרעס און סענאט.

אבער פארפעלסט צו רעדן איבער דעם יעצטיגען ערד ציטערניש. די בראון געווינס פאר זיך זעלבסט איז לויט יעדעם וואר א "ערד-ציטערניש" און נישט "אזוי געריפן" נאר עס איז אין ווירקלעכקייט.

רעדענדיג איבער די קומענדיגע וואלן האט דער געווינס פון בראון אין די בלויע שטאט אויפגעטוען אזויפיל אז עס גוט די מאמענטום און עס גיט די קוראדזש און כח פאר די רעפובליקאנער אנצוגיין ווייטער מיט זייער אגענדע נאכדעם וואס זיי לעבן שוין אין יאוש די לעצטע יאר.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » זונטאג ינואר 24, 2010 1:41 pm

זייער שיין געשריבן דיין טרייסט.

אבער א'ווי צייטליך שרייבט שוין אז דאס איז אלעס אויף קומענדיגע וואלן, אין אויך נאר שאצונגען, אבער די יעצטיגע מציאות ווערט נישט געטוישט אז דאס איז געווען אן "ערד ציטערניש" בכמות ובאיכות..
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג ינואר 24, 2010 1:42 pm

איבער דעם געלט פראבלעם - די סופרים קאורט האט אנידערגעשטימט קאמפיין פינאנץ רעפארם, וואס קען שטארק ארויסהעלפן די רעפובליקאנער מיט נדבות פון גרויסע ביזנעסער.

ydbh
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 16, 2008 1:41 am

תגובהדורך ydbh » זונטאג ינואר 24, 2010 1:45 pm

*
עס עפעס, פארוואס שרייבט איר נישט אייערע מקורות,

דא האט איר פון דיק מאריס,
Now is the time to finish off the prospects of Obamacare with the Democrats reeling from the defeat in Massachusetts.

We must not trust them. The apparent reluctance of the House Democrats to pass the Senate version will evaporate once Obama puts his weight behind the bill and Pelosi starts to twist arms. Moderate Democrats cannot be counted upon.

So we need to target Democrats in swing districts who voted for the health care legislation in its first go-round in the House and convince them of the error of their ways. As the Republican floor leader in the 60s Senator Everett Dirksen once said “when they feel the heat, they see the light.”

Here is a list of twenty-three Democrats who voted for Obamacare and who are vulnerable in 2010. Its time to turn up the heat on them:

Harry Mitchell = Arizona 5

Gabrielle Giffords = Arizona 8

Alan Grayson = Fla 8

Mark Schauer = Mich 7

Carol Shea-Porter = NH 1

Mike Arcuri = NY 24

Mary Jo Kilroy = Ohio 15

Kathy Dahlkemper = Pa 3

Christopher Carney = Pa 10

Tom Perriello = Va 5

Ann Kirkpatrick = Arizona 1

Baron Hill = Indiana 9

Dina Titus = Nevada 3

John Hall = NY 19

Stephen Driehaus = Ohio 1

Paul Kanjorsky = Pa 11

Dan Maffei = NY 25

Allan Mollohan = W Va

Nick Rahall = W Va

Steve Kagen = Wisc

Marion Berry = Arkansas

John Spratt = Georgia

Zack Space = Ohio 18

These are the key votes. If we can create a groundswell among their voters, demanding that they retreat from their position of forcing socialized medicine and Medicare cuts on the country, we can win.

Nancy Pelosi’s strategy is to delay and let the impact of the Brown win in Massachusetts be blunted by time. Meanwhile, she will propose amendments to the Senate bill and submit her proposed changes to the upper chamber. Harry Reid will tell her that such a bill is dead on arrival but she will demand a vote. When the measure is rejected (or fails of closure), she will go back to her caucus and say, “I tried, but the Senate would not accept any of our amendments.”

Then the question is: What happens then? If we have prepared the way by influencing the districts of the marginal members who voted for the bill, we can assure that the centrist Democrats do not support the new legislation. We can peel away some of the 220 votes (with 215 against) by which the bill passed the House.

But we need to start now! We cannot let the momentum of the Massachusetts win dissipate as Pelosi wants. Please help us to run ads in the districts of these moderate Democrats and move them into the “no” column on Obamacare. This is our last, best chance to defeat this horrible bill.

Continue your support to defeat Obamacare by donating again to the League of American Voters.

מקור

*

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » זונטאג ינואר 24, 2010 1:47 pm

אז עס שטערט ענק שטארק די צוויי ווערטער "אזוי גערופענע", וועל איך עס אראפנעמען...

און דא האסטו איינס פון מיינע מקורות.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג ינואר 24, 2010 1:48 pm

עס עפעס, הערליך אראפ געלייגט דיין זייט. (כ'רעד מיך איין אז כ'נעם קרעדיט, ווייל כ'האבעס פארלאנגט פון דיר אינעם אנדערן אשכול...)

אבער ווי די איבריגע דא שרייבן, האסטו נאר גערעדט פונעם עתיד און נישט פונעם הווה.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » זונטאג ינואר 24, 2010 1:49 pm

קייען איבערן הוה און עבר האב איך שוין גענוג אינעם "הילכיגער פראסק הילכט אפ מיט בראון געווינס" אשכול. אצינד איז די צייט צו קוקן אויפן צוקונפט. נישט אזוי? דאס איז דאך דער ענד-ציל: צו זען ווער עס וועט האבן קאנגרעס און סענאט קאנטראל פאר די קומענדיגע יארן.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג ינואר 24, 2010 1:51 pm

קען זיין ביסט גערעכט, דעמאלטס עמער זיך ווענדן צו קאלעגע ר' יודל, ער זאל אראפ געבן זיין בליק אויף פאראויס.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » זונטאג ינואר 24, 2010 1:53 pm

איך_הער האט געשריבן:קען זיין ביסט גערעכט, דעמאלטס עמער זיך ווענדן צו קאלעגע ר' יודל, ער זאל אראפ געבן זיין בליק אויף פאראויס.

;l;p-
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג ינואר 24, 2010 1:58 pm

איכער, די ביסל וואס דו ביסט יא דא, ביסטו ציקער זיס!!!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג ינואר 24, 2010 3:18 pm

עמער זיך שוין ווענדן מיט אן אפיציעלע בקשה צו ר' יודל'ן, אז ער זאל אהער שטעלן עפעס.

סיז אין מיין נאמען, און וויכי'ס נאמען, (אזוי האבעך ארויס גענומען פון וויכי'ס קאמפלימענט צו מיר, כ'האף אז כאמעך נישט טועה געווען.) און עס עפעס'ס נאמען.

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » זונטאג ינואר 24, 2010 3:30 pm

אויב איך מעג וויל איך צולייגן מיין נאמען צו די פעטיציע.

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » זונטאג ינואר 24, 2010 4:01 pm

עסעפעס הערליך שיינע אפהאנדלונג, אזוי ווי יעדע פאליטישע זאך קען מען דרייערן און רעדן, אבער וואס וועט פאקטיש געשען קען קייייינער פאראויסזאגן, איבערהויפט ביי פאליטיק.
ונראה מה יהי' חלומותיהם של הרעפובליקאנע, וחלומותיו של אבאמא...
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג ינואר 24, 2010 5:20 pm

אזוי גערופענע ערד ציטערנישט אין הייטי...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11885
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג ינואר 24, 2010 5:31 pm

עס עפעס, הערליך אראפגעלייגט די טרייסט זייט,
אבער ווען איך בין ווען און דיינע שיך וואלט איך מער אויפגעשפילט און צולייגט די זינלאזע און אוםבאלומפערטע קאמפיין וואס זי האט אנגעפירט און מיט דעם זיך געטרייסט אז ס'איז נישט עק וועלט נאר מיט אזא קאמפיין קען יעדער געוואונען,

אבער צו קומען מיט אזאנע לעכערליכע פונקטען וואס די האסט דא ארויסגעברענגט הייסט שוואך זיך געטרייסט.

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » זונטאג ינואר 24, 2010 7:35 pm

געלעגער האט געשריבן:עס עפעס, הערליך אראפגעלייגט די טרייסט זייט,
אבער צו קומען מיט אזאנע לעכערליכע פונקטען וואס די האסט דא ארויסגעברענגט הייסט שוואך זיך געטרייסט.


יעצט האסטו מיר געמאכט לאכן... לעכערליך צו הערליך?
און ווען דו זאגסט לעכערליך ווערט עס נישט לעכערליך... ביטע צייג אן וואס און וואו און פארוואס סאיז לעכערליך, דאס זענען אנקעטעס און פאקטן וואס ער ברענגט

און יא, אוודאי איז די סיבה (כמיין טרייסט) וועגן קאוקליס שוואכע קאמפיין, ווייל נאך די אלע 'לעכערליכע' טרייסט וואס ער ברענגט ארויס, שטופט דאס צו זאגן אז די סיבה פון פארלוסט איז היבש אויך וועגן קאוקלי
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11885
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג ינואר 24, 2010 7:48 pm

א הערליכן ליקוט פון לעכערליכע שטותים!

ydbh
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 16, 2008 1:41 am

תגובהדורך ydbh » מאנטאג ינואר 25, 2010 7:28 am

מיר האבן שוין איין מאל גענטפערט אויף די קשיא פון דעם פותח האשכול וואס ווייטער? ברענגענדיג די צד פון דיק מאריס,
יעצט וועלן מיר זען וואס דער פרעזידענט יר"ה האט שוין געטון אויף וואס ווייטער? רויטערס ביי יאהו,
ענדיגט עס צו ליינן, דאן זעט וויאזוי די מכלומפרשטע פרעסטזשיפולע נ י טיימס באריכטעט די נייעס,
ניין, זיי פארדרייען נישט דעם עצם סיפור, נאר זיי פוצן עס צו . . .

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג ינואר 25, 2010 8:51 am

קרעמער האט געשריבן:איבער דעם געלט פראבלעם - די סופרים קאורט האט אנידערגעשטימט קאמפיין פינאנץ רעפארם, וואס קען שטארק ארויסהעלפן די רעפובליקאנער מיט נדבות פון גרויסע ביזנעסער.



סאיז נישט ממש אזוי. עס קען אויך שטארק העלפן פאר די דעמאקראטן, ווייל זיי זענען יעצט די פארטיי אין מאכט.

ליין דא
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג ינואר 25, 2010 8:53 am

ydbh זיסער, דו ברענגסט מיר מיינונגען און אנאליזן פון דיק מאריס, און איך האב דיר געברענגט פאקטן.

מאכסט מיר לאכן... דיק מאריס... וואס דען האסטו געוואלט ער זאל זאגן?
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג ינואר 25, 2010 8:54 am

געלעגער האט געשריבן:א הערליכן ליקוט פון לעכערליכע שטותים!



געלעגי, ס'איז געווארן לעכעריג פונעם מאסיוון "ערדציטערניש" אין מאסעטשוסעטס...

זיי מסביר ביטע מיט וואס די פאקטן וואס איך ברענג זענען לעכערליך!
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג ינואר 25, 2010 9:09 am

עס עפעס האט געשריבן:די פארטיי שישקעס זענען געפערליך ברוגז אויפן טשעירמאן פון די נאציאנאלע רעפובליקאנער פארטיי, מייקל סטיעל. ער טרייבט נישט געהעריג אויף קיין געלטער און עטליכע גרויסע געבער פאר די פארטיי האבן געשניטן פון זייערע דאנעישאנס, ווייל זיי קענען נישט דולדן דעם לויזן צונג פון סטיעל און זיין פירערשאפט סטייל.



די רעפובליקאנער האבן שוין געטון יעצט צו דעם פראבלעם. זיי האבן אויפגענומען דעם געוועזענעם פירער פון די נאציאנאלע רעפובליקאנער פארטיי עד גילעספי צו פירן די "רעפובליקאנער סטעיט פירערשאפט קאמיטע", מיט א האפענונג אז ער וועט אויפלעבן די פארמעסטן איבערן לאנד.

ליינט דא
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מאנטאג ינואר 25, 2010 9:23 am

מבין נומ 1 האט געשריבן:עסעפעס הערליך שיינע אפהאנדלונג, אזוי ווי יעדע פאליטישע זאך קען מען דרייערן און רעדן, אבער וואס וועט פאקטיש געשען קען קייייינער פאראויסזאגן, איבערהויפט ביי פאליטיק.
ונראה מה יהי' חלומותיהם של הרעפובליקאנע, וחלומותיו של אבאמא...


איך בין מסכים צו יעדעס ווארט.

ווי קאמיש איז אבער אז די זעלביגע ווערטער שרייבט כסדר דוב שטרייכער, אבער ווען צום סוף פאסירט וויאזוי ער שרייבט פאר, מאכט ער א לאנגס און א ברייטס, וואו ער האט עס שוין פאראויסגעזעהן, און אלס איינער וואס פלעגט הערן לימבאו, ברענגט מיר עס ארויס עקל און אפשיי, ווייל ער נוצט די זעלביגע גאוה'דיגע נוסח.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ארויף, בלינצע, יאנקעל פעדראטשיק, מי הוא זה און 49 געסט