בין לאדען ווארנט איבער נאך אטאקע'ס אין פרישער טעיפ.

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

בין לאדען ווארנט איבער נאך אטאקע'ס אין פרישער טעיפ.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג ינואר 24, 2010 10:05 am

קאירא, מצרים - א פרישער טעיפ איז פארענפענטליך געווארן היינט זינטאג ווי דאס מערסט געזיכטע מייסטער טעראריסט אסאמא בין לאדין געט איבער אז ער איז געשטאנען אינטער די געפלאנטע אטאקע אין דעטרויט מישיגען פארגאנגענעם מאנאט.

אין די איין מינוטוגע רעקארדינג וואס איז געווארן אויפגעשפילט אויף די אל-זשאזירא אראבישע טעלעוויזיע סטאנציע, האט אסאמא בין לאדין אדרעסירט צו פרעזידענט באראק אבאמא זאגענדיג אז די קראצמעך אטאקא איז געווען געפלאנט צו שיקן א מעסעדש ענליך צו וואס איז געווען אין די סעפטעמבער 11 אטאקע ה"י.

"דער מעסעדש וואס איז געשיקט געווארן צו דיר דורך אומאר פארוק אבדול מוטאללאב איז געווען א באשטעטיגונג צו די פריערדיגע מעסעדשעס וואס איז געשיקט געווארן דורך דער העלדן פון די סעפטעמבער 11", ער האט ווייטער געזאגט, "אמעריקע וועט קיינמאל נישט חלומען פון זיכערהייט סיידן מיר וועלן האבן אין פאקט פאלעסטינע". ער האט צוגעלייגט און געווארנט "אונזערע אטאקעס אויף דיר וועלן אנהאלטן אזוי לאנג ווי דיין שטיצע פאר די איזרעיליס וועט אנהאלטן", ה"י.

עס איז נאכנישט אינגאנצן באשטעטיגט געווארן אויב דאס איז א אויטענטישער רעקארד פון דעם מייסטער טעראריסט, אבער אין די פארגאנגענהייט האט די סי.איי.עי. קאנפערמירט אזעלעכע רעקארדירונגען וואס זענען געווארן אויפגעשפילט אויף די אל-זשאזירא טעלעוויזיע סטאנציע.
--

איך האלט נישט מיט וויפיל טעיפ'ס בין לאדין האט שוין ארויסגעגעבן, אבער כ'מיין אז משה גאלדמאן קען זיך שוין פארשטעקן פאר אום.. עניוועי, אריין אין היכל הנגינה.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

רעיא מהימנא
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2009 2:02 pm

תגובהדורך רעיא מהימנא » זונטאג ינואר 24, 2010 11:05 am

כ'מיין אז ס'איז א טריק פין אמעריקא יעדעס מאל צי זאגען אז "ס'איז ניש קאנפירמד".. ווייל אזוי מאכט עס נישט גלייך א אויפרייס-נייעס. אין שפעטער ווען ס'ווערט יא "קאנפירמד" איז עס שוין אלטע אויסגעדארשענע נייעס...
דאס נעמט אביסעל אוועק פין בין לאדענס אטענטשאן.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג ינואר 24, 2010 12:38 pm

איך האב א מעסעדזש פאר בין-לאדין: דיין קראצמעך מעסעדזש איז אריין אין וואויסמעיל... סארי, עס איז געבליבן אין די אונטערוועש.

פליעז הענג דיך אויף און פרוביר נישט נאכאמאל.

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » זונטאג ינואר 24, 2010 8:00 pm

מען קען ערגעץ הערן די ווידיאו? אדער עס ליגט נאר ביי די עף בי איי?

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » זונטאג ינואר 24, 2010 8:30 pm

א גרויסן שקויעך ר' צייטליך פארן מיטטיילן די נייעס פארן ברייטן ציבור דא..
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider], בארג, ברוך, גראד געטראכט, יישר כח, נו גוט נו שוין, פעטער שמואל, שטרויזאק און 32 געסט