טעקסאס; האלב מיליאן גאלאן אויל אויסגוס אין פארט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

טעקסאס; האלב מיליאן גאלאן אויל אויסגוס אין פארט

תגובהדורך שוועמל » זונטאג ינואר 24, 2010 1:55 am

פארט ארטור, די קאמערציעלע פארט אין טעקסעס האט געליטן פון א שווערע אויסגוס פון קרוד אויל נאכדעם וואס א ריזיגער טאנקער שיף האט אריינגעזעצט אין צוויי קלענערע בארזשעס וואס זענען געשלעפט געווארן אין די וואסערן דורך א שלעפ שיפל.

די בארזשעס האבן געשאפן א מאסיוון לאך אין די וואנט פונעם טאנקער וואס האט אין רעזולטאט ארויסגעלאזט איר שעדליכע אינהאלט די קרוד אויל וואס פארמאגט סולפייד עסיד.

יו. עס. קאוסט גארד זענען גלייך געקומען צו הילף אויסגיסנדיג א ספעציעלער מאטריאל ארום און ארום עס זאל זיך נישט פארשפרייטן, אויך ווערן אנגאזשירט אנדערע טאנקערס מיט ספעציעלע פאמפס צו העלפן אריינציען און אויפרייניגן די וואסערן.

קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן אין דעם צוזאמענשטויס.
די קאוסט גארד פעטי אפיציר האט געזאגט אז צו מזל איז דער אויסגוס פארגעקומען אין שטילע וואסערן וואס ווערט נישט שנעל פארשפרייט, ווי אויך איז דער געגענט א שטארק קאמערציעלע אן דעם וואס ס'זאל שטערן דערנעבענדיגע וואסערן.


בילד
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מאנטאג ינואר 25, 2010 9:04 am

ווער איז דער אומגליקליגע שיפס קאפיטאן?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט