אברהם פאקסמאן, ADL באשולדיגט לימבאו אין אנטיסעמיטיזם

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

אברהם פאקסמאן, ADL באשולדיגט לימבאו אין אנטיסעמיטיזם

תגובהדורך קאמענטאטאר » פרייטאג ינואר 22, 2010 10:44 am

לימבאו האט געלאזט פאלן די פאלגענדע ווערטער פארגאנגענע וואך:

To some people, banker is a code word for Jewish; and guess who Obama is assaulting? He's assaulting bankers. He's assaulting money people. And a lot of those people on Wall Street are Jewish. So I wonder if there's - if there's starting to be some buyer's remorse there


אויף דעם ארויף האט פאקסמאן פארעפענטליכט א פרעס רעליס פארדאמענדיג לימבאו'ס רייד אלס זיך גרעניצנדיג מיט אנטיסעמיטיזם.

אויף זיין זייטל האט לימבאו געלינקט זיין אנטווארט.
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » זונטאג ינואר 24, 2010 4:30 am

יישר כח הער 'קאמענטאטאר' פאר די נייעס באריכט.

ס'איז נישט קיין אנטווארט פון לימבאו פערזענליך, נאר פון עמיצן נארמאן פאדהארעץ, ('סאַ נאמען! ער שטאמט אפשר פון יעהופעץ?!) מסתם א איד. לימבאו האט אוודאי "עפרואווד די תגובה". (קרעדיט: צייטליך)

דער נארמאן האט פארעפענטליכט א בוך אונטער'ן טיטל: "פארוואס זענען אידן ליבעראלן?"
דיסקלעימער: איך האב נישט געליינט דעם בוך, אבער בין איינשטימיג מיט'ן פראגע...

דאס איז כולי עלמא מודי אז פאקסמאן איז עקסטרעם-לינק, און שוין נישט פון היינט. ער האט לעצטענס אויך קריטיקירט אין א פרעס-רעליס א גאנצע רייע אמעריקאנע קאנסערוואטיווע פיגורן. ער איז אויסדרוקליך פרעסע-הונגעריג, און אלץ זעלבסט-געקרוינטער ווארטזאגער און אטאקע-הונט פון דעם אלוועלטליכן אידענטום, ווי קען ער דען אויפטרייבן גרעסערע העדליינס ווי אטאקירן דעם אומ-געקרוינטן קאנסערוואטיוון קעניג מר. לימבאו?!

לגופא דעובדא, זעהט אויס אז פאקסמאן האט דא פרובירט אים צו "כאפן ביים ווארט."

אגב: ביי אונז האט מען תמיד געהאלטן אז אזעלכע ווי פאקסמאן וחבורתו טוען מער שאדן ווי גוטס.
לעצט פאראכטן דורך יודל מענדלזאהן אום דאנארשטאג ינואר 28, 2010 4:39 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

DONE
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 9:32 pm

תגובהדורך DONE » זונטאג ינואר 24, 2010 6:10 am

יודל מענדלזאהן האט געשריבן: ביי אונז האט מען תמיד געהאלטן אז אזעלכע ווי פאקסמאן וחבורתו טוען מער שאדן ווי גוטס.

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » זונטאג ינואר 24, 2010 6:52 am

קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דאנארשטאג ינואר 28, 2010 4:29 am

זעהט נאר א השגחה פרטית. פונקט האב איך גענישטערט ביי מיר אויפ'ן קאמפיוטער וועגן די וואכעדיגע סדרה, און אנגעטראפן א PDF ספר אן קיין נאמען. מאך איך עס אויף, און זעה אז דאס איז "דאס אידישע ווארט" פון תשל"א. נו, אז דער ספר איז שוין אפן, פאסירט דאס וואס פאסירט יעדעס יאר ערב פסח ביים ריין מאכן די ספרים: מען זעצט זיך לערנען...

מישנ'דיג אזוי צום 8'טן בלאט, טרעפן מיר אן ארטיקל אונטערן קעפל "דער קאמענטערי איז חוזר בתשובה". קודם האבן מיר געקלערט אז דאס באציהט ער זיך צום שרייבער פון די ארטיקל, אז ער איז א חוזר בתשובה. באלד באמערקן מיר אבער אז דא רעדט זיך פון אן 'אידישע' זשורנאל, וועלכער האט תמיד געשפיגן ליבעראלע מיינונגען, אבער אין א שיינעם טאג האט דער רעדאקטאר, עמיצער מיט'ן נאמען "נארמאן פאדהארעץ" אינאיינעם מיט עטליכע שרייבער געמאכט א 180-דעגרי דריי, און אנגעהויבן שרייבן צו דער זאך...

איר קענט זיך פארשטעלן אז לכתחילה, ווען מיר האבן מגיב געווען אויף הער קאמענטאטאר'ס באריכט, איז אונז נישט איינגעפאלן צו זוכן דעם פאדהארעץ'ן אונטער אידישע בוכשטאבן. בכלל האט דער כאראקטער ביי אונז נישט אויסגערופן קיין באזונדערע אינטערעסע. אבער מיט'ן עסן קומט די אפעטיט, און מיר האבן געפיטערט גוגעל מיט'ן נאמען "נארמאן פאדהארעץ" אויף אידיש ככתבו וכלשונו, און געפינען נאך צוויי ערטער אין די "אידישע ווארט" וואו ער ווערט דערמאנט. ביידע מאל לשבח, כאטש צום ערשטן מאל, אין תשל"ב, דערמאנט מען נאך זיינע חטאת נעורים...

פון די צווייטע ארטיקל פון תשמ"ט קען מען דרינגען אז די 'מעינסטרים מידיע', ובפרט די נ.י. טיימס, איז תמיד געווען די זעלבע. דארף מען דאנקן און לויבן השי"ת פאר די היינטיגע טעכנאלאגיע, אז מען איז שוין מער נישט אנגעוויזן אויף זייערע קרומע מיינונגען.

וואס נאך? לויט דעם איז דער פאדהארעץ טאקע א פאסיגער קאנדידאט אראפצורייסן אידן מיט ראדיקאלע און ליבעראלע אנשואונגען. ער איז דאך זעלבסט געווען אזא איינער, געזעצן מיט די אויבער-חכמים אויף איין באנק, און געקייעט מיט זיי אינאיינעם די זעלבע שטרוי. דערפאר פארשטייט ער טאקע זייער גוט זייער געדאנקען גאנג, און ווייסט ווי אזוי צו באצאלן מנה אחת אפים, בכפלי כפליים, א שיך אין קאפ צווישן די עינים, און ארויסהאקן זיי די שיניים.

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » דאנארשטאג ינואר 28, 2010 8:12 am

זעהר אינטערסאנט. ייש"כ.

דא איז א רעדע וואס ער האט געגעבן בעת זיין "בוך טור", כ'בין נישט אזוי איבערגענומען ווי ער מאכט איין קוגל פון דזשודעאיזם און איזראעליזם, כ'האב געמיינט ער ווייסט בעסער דערפון.
קאמענטארן זענען איבריג


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider], Majestic-12 [Bot], פעטער שמואל, פתחיה און 31 געסט