א שטיקל שפרינג אין אבאמא'ס צעפרידנהייט ראטעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22354
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג ינואר 18, 2010 11:11 am

עס עפעס, איך ווייס נישט פון קיין צוגעזאגעכצער וואס אבאמא גייט טוהן נעקסטעס יאר, און איך האב נישט קיין אהנונג פון דו טרעפסט אלץ אויס דיינע שטודיעס, די פאקט איז אז אבאמא האט געספענד אין זיין ערשטע יאר אלץ פרעזידענט מער ווי סיי ווער.

ער האט טאקע א גוטע תירוץ, אז די עקאנעמי איז אזוי אין דער ערד, בלא בלא בלא, אבער דאס איז נאך אלץ די פאקט, און יעצט, צום נייעם יאר, "פערצופאל" א אילעקשן יאר, זאגטער צו צו קאט'ן די בודזשעט.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מאנטאג ינואר 18, 2010 11:17 am

שאקינג!! אבאמא'ס עפראוועל האט זיך געהויבן? ליין איך גוט? איז דאס ס'קעפל פון די ארטיקל?

ס'קען נישט זיין!! ניין. ס'קען נישט זיין!

איך האב געליינט די וואך אין די ב. פון דעם וועלט בארימטן קאלומניסט דוב שטרייכער אז אמעריקא איז איצט אין א ''אומבאשרייבליכע חורבן'', גאנץ אמעריקע! נישט האיטי, נישט די רעפובליקאנער, און נישט די דעמאקראטן. ''גאנץ אמעריקא''!

מיט גרויס אינטערעס ליין איך די שורות ווי ער ברענגט ארויס די שרעקליכע חורבן, נישט קיין טעראר אטאקע, נישט קיין ערד ציטערניש, ס'סך הכל פונעם חורבן איז אז דריי דעמאקראטישע גאווערנער'ס גייען נישט לויפן פריש ערוועלט צו ווערן.

אויב פארשטייט איר נישט וואס די חורבן איז, דעמאלט ליינט איבער די קעפל, ''א אומבאשרייבליכע חורבן'', נו אז מען קען עס נישט באשרייבן וויאזוי ווילסטו עס קענען ליינען.

א צוויי וואכן צוריק איז געווען די קעפל עפעס ענליכס צו דעם ווי שרעקעדיג די מצב אין אמעריקא איז, דעמאלט איז געווען די פאנטש ליין אז יוגא שאוועג האט גערעדט ביי די קאפענהאגען סאמיט, און די דעלעגאטן דארט האבן אים אפלאדירט.

סאו פון ווי נעמסטו אזעלכע גינסטיגע נייעס אויף אבאמא? האאא?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22354
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג ינואר 18, 2010 11:29 am

חאחאחאחאחא

עס עפעס, דו מאכסט מיך געהעריג לאכן, מ'האט אנגענומען 60 פון די שניטן וואס אבאמא האט געמאכט, וואס איז אבער די נומבער דערפון? דו ווייסט אז 60 פראצענט פון 500 איז ווייניגער וואו 40 פון 1000...

די שאלה איז נישט וויפיל פראצענט פון זיינע שניטן זענען אנגענומען געווארן, די שאלה איז וויפיל $$$ מ'האט פאקטיש געספענדט.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג ינואר 18, 2010 11:35 am

וויכי, לאך נישט אזוי הויעך

כווייס אויך אז אבאמא האט אין זיין ערשטן יאר געשפענדעט מער ווי סיי וועלכע פרעזידענט, אבער אין די זעלבע צייט האט ער אסאך געטון צו שניידן דעם בודזשעט. און דער פונקטליכער ציפער איז 6.9 ביליאן דאלער וואס ער האט באוויזן צו שניידן. טאקע א שפיי אין אטלאנטיק, אבער פארט עפעס.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22354
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג ינואר 18, 2010 12:00 pm

אמת, אבער דאס מיינט נישט אז ער האט געקאט מער וואו בוש...

(די געלעכטער איז געווען פון די נומבער'ס וואס דו האסט געברענגט.)

צווייטענס, אידעך ווידער שווער די קשי' וואס שטארק זיך האט געפרעגט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג ינואר 18, 2010 7:08 pm

וויכי, פראצענטואל האט ער מער באוויזן צו שניידן ווי פרעזידענט בוש, כבין נישט אריין אינעם עצם סכות, כהאב דאס נאר צוגעברענגט פאר די קלארקייט.

פאקטיש טוט אבאמא מער ווי בוש האט געטון צו שניידן דעם בודזשעט, און שפענדערס, זענען זיי ביידע אייניג. אבאמא געבט אויס געלטער פאר הילף פעקעדזשעס און בוש האט אויסגעגעבן געלט דורך שטייער שניטן און א בענק-בעילאוט פאר וועלכע אבאמא ווערט אומזיסט באשולדיגט און די באפעלקערונג האט שוין פארגעסן אז בוש איז געווען דער וואס האט געשפיגן ביליאנען פאר די בענק און פינאנציעלע אינסטיטוציעס.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22354
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג ינואר 18, 2010 7:26 pm

עס עפעס, פראצענטואל פון וואס? סארי, אבער איך מיין אז דו דארפסטעך גיין לערנען רעכענען פאר דו שרייבסט.

דיין א.ג. שטודיע (וואס אגב איך ווייס נישט די סארס דערפון, אבער ס'מאכט נישט אויס) זאגט נאר, אז פון די שניטן וואס אבאמא האט פארלאגט, האט ער באקומען 60 פראצענט, זיי זאגן נישט צו ער האט פארלאנגט 100, ביליאון דאללער, צו א טריליאון דאללער.

אדרבה, פון דיין שטודיע אז משמע אז בוש האט פארלאנגט צו פיהל, האבן זיי נישט געוואלט נאכגעבן מער ווי 40 פראצענט, משא"כ אבאמא האט פארלאנגט ווייניגער, האבן זיי עם נאכגעגעבן 60 פראצענט.

אבער מ'רעדט נישט קיין ווארט פון וויפיל פראצענט שניט אדער וויפיל געלט מ'האט געשניטן.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג ינואר 18, 2010 7:38 pm

וויכי, די שניטן וואס בוש האט פארגעשטעלט אינעם 2007 בודזשעט, וואס איז מיר יעצט געלונגען שנעל אויפצוקוקן, איז ארום 50 ביליאן דאלער, וואס דערפון האט ער בלויז גע'פועל'ט מערסטנס 40 פראצענט.

חכחחאחחכחאחאח, שרייבסטו אין אזא פאל...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג ינואר 18, 2010 7:38 pm

נייע אנקעטע ווייזט פרישע גינסטיגע ציפערן פאר אבאמא!

קיינער רעדט זיך נישט איין אז אט די אנקטעס איז גאר מעכטיגע גוטע נייעס פאר אבאמא און פאר די דעמאקראטן, אבער פאקטיש, נאכדעם וואס די רעפובליקאנער האבן געשאלט און טרומפייטערט אז אבאמא ציפערן פאלט נאנטער צו בלויז 40 פראצענט און אט אט פאלט עס צו די 30'ער ציפערן, ווייזן יעצט די אנקעטעס אז אבאמא כאפט זיך צוריק ארויף עטוואס.

דער עולם איז טאקע שטארק אנטוישט און מען האט געמיינט אז אבאמא גייט אריינקומען אין אפיס און יעדע קרומע זאך וועט ווערן פון זיך אליינס אויסגעגראדט, ווי מבין נומער 1 האט פריער זייער זיסלעך צעלייגט, אבער פארט זעט מען אז דער עולם איז נישט אזוי געפערליך גערעגט ווי די רעפובליקאנער ווילן דאס אראפמאלן.

ווינציגער פון 50 פראצענט זענען צעפרידן פון אבאמא'ס באהאנדלונג פון העלט קעיר און די עקאנאמיע, אבער מער פון 50 פראצענט זענען יא צעפרידן וויאזוי ער האנדלט מיט טעראריזם און אויסערן פאליטיק.

אבער אפגעזען פון די געמישטע רעזולטאטן איבער די אויבנדערמנטע אישוס, פארשטייען א מערהייט פון אמעריקאנער, אזויפיל ווי 63 פראצענט אז אבאמא האט פיל א שווערערע דזשאב ווי פרעזידענט בוש און זיינע פארגייער. בלויז 6 פראצענט זאגן אז ער האט א גרינגערן דזשאב פון בוש.

6 פון יעדע 10 האבן געזאגט אז זיי האלטן אז אבאמא קעירט פאר די באדערפענישן פון אמעריקאנער בירגער.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג ינואר 18, 2010 7:41 pm

דא האט איר די לינק צו די נייע אנקעטע

דא
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג ינואר 18, 2010 7:51 pm

עס עפעס, כ'אב נאר געליינט דיין ערשטע תגובה דא איך מוז דיר זאגן אז אלבערט קען זיך פארשטעקן פאר דיר, דו שטייגסט אים איבער מיט דיין דעמאקראטישקייט פולפאכיג.

איך שיק אים א לינק אהער, זאל ער הנאה האבן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22354
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג ינואר 18, 2010 8:02 pm

עס עפעס, וואו האסטו נאכגעקוקט, און וואס האסטו נאכגעקוקט.

וואס הייסט געשניטן, ווען א בודזשעט איז א טרילאון דאללער, קען מען נישט שניידן מער ווי 50 ביליאון, ווען א בודזשעט איז 2 טרילאון, קען מען שניידן 500 ביליאון, יא פון די ביליאונען וואס אבאמא האט פארגעשלאגן צו ספענדען, האט ער געשניטן... משא"כ בוש האט נישט קודם פארגעשלאגן אזוי סאך, האטער נישט געקענט אזוי פיהל שניידן.

די באדדעם ליין איז, ווער איז א גרעסערע ספענדער?

און דו פרייסטעך מיט א אנקעטע פון 50 פראצענט, לאמעך דיר קלאר זאגן, יעדער עקספעקט אז נאך די סטעיט אוו די יוניען גייטעס ארויפגיין, און ס'גייט אראפגיין, און צוריק ארויפגיין.

אבער קיינער האט נישט עקספעקטעד אז א פרעזידענט וואס האט געווינען מיט אזא שטארקע פראצענט, און האט בלינדערהייט די שווארצע שטיצע, זאל האלטן ביי בלויז 50 פראצענט נאך א יאר אין אמט.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג ינואר 18, 2010 8:07 pm

וויכי, פארקערט. טאקע ווייל ער האט געווינען מיט אזא גרויסע פראצענט, מאכט מער סענס אז ער זאל שטארק פאלן, ווייל דאס וואס ער האט געווינען מיט גרויסע ציפערן איז געווען ווייל דער עולם האט זיך איינגערעדט אויף אים אז ער איז גאט אליינס און מען האט זיך יעצט איבערצייגט אז נישט, איז מען אנטוישט
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג ינואר 18, 2010 8:08 pm

שוואם, מיינסט אלבערט פרידמאנ'ן?
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » מאנטאג ינואר 18, 2010 8:30 pm

איך פארשטיי נישט די גאנצע מעשה, דער קעפל פונעם דעילי ניוס אויף וואס עס עפעס בויעט די גאנצע זאך איז אז אז די פאולס ווייזן "געמישטע" רעזולטאטן... דאס איז שוין דער דעילי ניוז וואס וועט חלילה נישט זאגן קיין שלעכט ווארט אויף אבאמא, קומט הרב עס עפעס און איז נאך פויפסטליכער פון פויפסט, געמישטע רעזולטאטן מיינט ביי אים אז אבאמא שפרינגט שוין ארויף?

און אז מען רעדט שוין פון פאולס, נאט אייך ריעל קלער פאליטיקס, א סך הכל פון אלע פאולס, פאראיאר די צייט האט אבאמא געהאלטן ערגעץ אין די זיבעציגערס, היצטערט האלט ער אויפן בעסטן פאל אין די הויכע פערציגער, און דאס הייסט ארויף?

ס'דערמאנט מיך פון גליל אין ארץ ישראל, ערגעץ איז דא א פלאץ ווי די טור גייד'ס פירן דעם עולם, ס'קוקט אויס ווי בארג אראפ, אבער ווען מען לייגט עפעס אראפ קוילערט זיך עס אויף ארויף, דא איז פארקערט, אבאמא קוילערט זיך אויף אראפ, און פאר עס עפעס קוקט עס אויס ווי ארויף... כ'מיין ער זאל גיין עסן עפעס.... (כ'האף אז דו נעמסט עס נישט פערסאנעל... מ'בלייב מיר גוטע פריינט, כ'זאג נאר מיין מיינונג)


http://www.realclearpolitics.com/epolls ... -1044.html

President Obama Job Approval

Polling Data

RCP Average 1/3 - 1/17 -- 49.4 Approve 44.6 Disapprove
Gallup 1/15 - 1/17 1547 A 50 43 +7
Rasmussen Reports 1/15 - 1/17 1500 LV 47 52 -5
CBS News 1/14 - 1/17 1090 A 50 40 +10
ABC News/Wash Post 1/12 - 1/15 1083 A 53 44 +9
FOX News 1/12 - 1/13 900 RV 50 42 +8
Ipsos/McClatchy 1/7 - 1/11 1336 A 52 45 +7
Quinnipiac 1/5 - 1/11 1767 RV 45 45 Tie
CNN/Opinion Research 1/8 - 1/10 1021 A 51 48 +3
Pew Research 1/6 - 1/10 1504 A 49 42 +7
National Journal/FD 1/3 - 1/7 1200 A 47 45 +2
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » מאנטאג ינואר 18, 2010 8:41 pm

אנשולדיג פארן איבער האקן אבער בעילאוטן קומט זיך א גרינע ;l;p-

(הגם דער שרייבער דארט ברענגט בעיקר ארויס אז די פאליסיס פירן אין ד'רערד לשיטתו, און אז אמעריקע איז נישט ארויפגעקוקט איבער די וועלט, אבער די זעלבע זאך וואס דו ברענגסט דא ארויס איז מיר געקומען אין מחשבה ווען כ'עס געליינט...)
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » מאנטאג ינואר 18, 2010 8:46 pm

א פיקטשער פון דעם "שפרינג ארויף" פון די אפראוועל רעיטינג...

כ'מיין אז מען קען גיין סקיען אויף דעם גליטשער...
צוגעלייגטע
Doc2.jpg
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22354
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג ינואר 18, 2010 9:12 pm

עס עפעס, דו העסט אלעמאל טרעפן א תורה...

אוודאי איינער וואס קומט אריין מיט 90 פראצענט אפראוועל מוז זיין אז ער גייט פאלן... קיינער זיצט נישט אזוי הויעך לייף טיים, אבער אז ביז איין יאר זאלער אזוי שטארק פאלן, דאס איז א סורפרייז...

ובפרט אז דו וועסט נעמען אין באטראכט אז אבאמא האט די בלינדע שטיצע פון 90 פראצנט שווארצע, ד.מ. אז לאמער זאגן 10-20 פראצענט פון די באפעלקערונג איז צופרידן מיט עם נישט קיין חילוק וויזוי ס'איז, איז 50 זייער א שוואכע נומבער...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22354
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג ינואר 18, 2010 9:13 pm

מבין, איך וואלט געוואלט זעהן וואו די געסט א גרינע פאר א קאנסערוועטיוו...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » מאנטאג ינואר 18, 2010 9:19 pm

וואס ווילסטע כ'זאל נאך דעיס אויך טון??? חחח

וויכי יאר אר סאו סאו ספעשל, איי מין, באמת, נא...
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג ינואר 18, 2010 9:29 pm

עס עפעס,

מיר ווילן טאקע אנוואונטשן מר אבאמא אז זיין פאפולעריטעט זאל זיך ווייטער הייבן און הייבן אין דעם ריכטונג ווי ער הייבט זיך איצט עד למטה מעשרה טפחים... במהרה דידן ממש.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דינסטאג ינואר 19, 2010 6:51 pm

גראדער קומט אן מיט אן אטאקע, כאילו איך האב דא געשריבן אז אבאמא'ס ציפערן האבן זיך געהויבן פון די מינוט וואס ער איז אריינגעקומען אין אפיס, און ער ברענגט נאך דערצו גאנצעטע בילדער און באקסעלעך.

גראדער טייערער, קיינער, אריינגערעכנט איך "עס עפעס" האט נישט פרובירט דא אראפצומאלן אזא בילד. כהאב קלאר געשריבן אנהייב אז טראץ וואס זיינע ציפערן טראסקענען נאכאנאנד, זעט מען אין די לעצטערע טעג א שטיקל ערהוילונג, וואס עס קען מעגליך זיין אז דאס טוט אנדייטן אז זיין פאפולאריטעט ערהוילט זיך און זיינע ציפערן וועלן אנהייבן שפילן גוט.

דא איז געשטאנען ווערטער וואס זענען געווען עטוואס צו שארף. ואתכם הסליחה.

און "שטארק זיך" איז נעבעך מיטגעכאפט געווארן אינעם וואגאן און גאר תפילה געטאן עד למטה מעשרה טפחים...

אוי וויי!
לעצט פאראכטן דורך עס עפעס אום מיטוואך ינואר 20, 2010 1:10 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » דינסטאג ינואר 19, 2010 7:16 pm

אוי באשעפער!

ידידינו הרב עס עפעס האט עס גענומען פערסאנעל... כ'בין גרייט מקבל נזיפה צו זיין, כ'האב מיר אויסגעטון די שיך און איך פאל דיר צו די פיס, כ'בעט מחילה... כ'האב נישט געמיינט דיך פערזענליך צו אטאקירן, כ'האב פראבירט פשוט צו דעבאטירן דיינע ווערטער, האבעך געברענגט ראיות אז דער שפרינג ארויף וואס דו האסט געמאלדן עקזעסטירט ניטאמאל אין די מקורות וואס דו ברענגסט, איך האב ח"ו נישט געמיינט גארנישט פערזענליך... כ'ווייס נישט וואו איך האב דיך געקרוינט אלץ שוטה, חס ושלום! כ'האב דאס נישט געזאגט און נישט געטראכט און נישט געמיינט, (כ'הייב שוין אן צו פארשטיין וויאזוי מען לייגט אריין ראסיסטישע ווערטער און פאליטישענ'ס מיילער, אוי, כ'טשעפע שוין ווידער... האבעך גארנישט געזאגט...)


ביטע זיי מיר מוחל...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דינסטאג ינואר 19, 2010 7:43 pm

דארפסט זיך נישט אזוי שטארק אנטשולדיגן און זיי מיר מוחל אויב האב איך דיר צו שארף אטאקירט.

כהאב נאר געוואלט קלארשטעלן אז דאס וואס כהאב געשריבן "שפרינג" האב איך געמיינט צו זאגן טאקע נאכדעם וואס ער האט געליטן מאנאטן פון גאר אפגעשוואכטע ציפערן, זעט מען יעצט עטוואס עטוואס ערהוילונג. ודי בזה.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

ניק לאז
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2009 9:55 am

תגובהדורך ניק לאז » מיטוואך ינואר 20, 2010 1:36 pm

עמער זען וואס איז די צופרידנהייט ראטע פון אונזערע מעמבערס אין אבאמא:
http://www.yiddishworld.com/forum/index ... =viewtopic


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פעטער שמואל, קארפענטער, שטיל און 60 געסט