א שטיקל שפרינג אין אבאמא'ס צעפרידנהייט ראטעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

א שטיקל שפרינג אין אבאמא'ס צעפרידנהייט ראטעס

תגובהדורך עס עפעס » זונטאג ינואר 17, 2010 11:32 am

46 פראצענט, 42 פראצענט, אהער אהין, וויכי מיט די אנדערע טרומפייטערן דא אז אבאמא'ס צעפרידנהייט ציפערן טראסקעט ווי אין ענדלאזן תהום.

ס'איז טאקע וואר אז זיינע ציפערן טראסקענען, און מער ווי סיי וועלכע פרעזידענט אינעם ערשטן יאר, און דאס איז צוליב וואס ער האט געטון מער ווי סיי וועלכע פרעזידענט האט געטון אין זיין ערשטן יאר.

עס שטעלט זיך עפעס ארויס א מאדנער צוזאמשטעל. ווי שטארק אמעריקאנער בירגער זענען פארכישופט געווארן פאר "טשעינדזש", האבן זיי אבער שוין גארנישט ליב קיין ריכטיגע טשעינדזש. אזוי ווי די נאטור פון יעדן מענטש, אז מען קען זיך שווער צוגעוואוינען צו טשעינדזש און מען איז נישט געוואוינט צו זען א פרעזידענט וועלכער קומט אריין און שאקעלט אלעס אויף...

אבער טראץ וואס עס האט ביז יעצט נאר געטראסקעט, זעט עפעס אויס ווי דאס שטעלט זיך צושטאטליך אפ! געבט א קוק! 'עפעס' האט זיך עס צוריק געהויבן. א נייע אנקעטע פון היינט צייגט אז אבאמא'ס צעפרידנהייט ראטעס, א יאר נאכן אריינקומען אין אמט, שטייט ביי 53 פראצענט.

טאקע 15 פראצענט נידריגער מיט וויפ ער איז אריינגעקומען אינעם ווייסן הויז, און דער אמעריקאנער פאלק איז טאקע דערשראקן און אומזיכער מיטן צוקונפט, אבער דאך טוט א מערהייט פונעם אמעריקאנעם פאלק, באשטעטיגן אבאמא'ס דזשאב אלס פרעזידענט!

ליינט דא
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג ינואר 17, 2010 11:59 am

עס עפעס, איך גיי שוין ליינען דא... איך ווייס נאכנישט פון וועלעכע אנקעטע דו רעדסט.

אבער איין זאך איז זיכער לויט דיינע ווערטער, אז די סיבה פארוואס בוש איז ארויס מיט אזא נידעריגע צופרידענהייט ראטע איז פשוט ווייל ער האט אסאאך אויפגעטוהן, און דאס פאלק האט נישט ליב ווען מ'טוט אויף.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

תגובהדורך שמיי_דריי » זונטאג ינואר 17, 2010 12:17 pm

וויכי אייזן גוט געענטפערט. עס קומט זיך דיר א עי פלאס
א חתימה ברויך מען האבן ?

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » זונטאג ינואר 17, 2010 12:31 pm

וויכי ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » זונטאג ינואר 17, 2010 12:57 pm

פארוואס זענען זיינע ציפערן צוריק ארויף? לשיטתך מוז זיין אז ער האט אויפגעהערט צו טון...
לעצט פאראכטן דורך גראדער אום זונטאג ינואר 17, 2010 2:00 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11885
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג ינואר 17, 2010 1:04 pm

וויכי שפתים ישק

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » זונטאג ינואר 17, 2010 1:29 pm

וויכי קורץ אין שארף!

גוט געזאגט..
לעצט פאראכטן דורך לוסטיג אום זונטאג ינואר 17, 2010 5:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » זונטאג ינואר 17, 2010 1:35 pm

לוסטיג איך מיין זאלסט פאריכטען דיין תגובה
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג ינואר 17, 2010 1:39 pm

עס עפעס, איך גלייב עס נישט פון דיר...

די פאול זאגט אז צום ערשטן מאל זאגן 53 פראצענט אז זיי טראסטן "נישט" דעם פרעזידענט.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » זונטאג ינואר 17, 2010 2:27 pm

וויכי זיי זאגען ביידע, אין מ'קען טאקע ווערן דיזי ווען מ'ליינט עס,
53 פראצענט זאגען אז זיי האלטען נישט אבאמא קען מאכען די ריכטיגע באשלוסען וואס איז גוט פארן לאנד אין די זעלבע צייט זאגען 53 אז זיי אפראווען זיין דשזאב performance...
נאר 41 פראצענט זאגען אז אבאמא האלט איין וואס ער האר צוגעזאגט אין זיין קאמפיין אין 52 פראצענט מער ווי האלב זאגען אז אבאמא האט נישט קיין סאך אויפגעטוהן אלס פרעזידענט,
נאר 47 פראצענט האלט אז ער ער טוט די ריכטיגע זאך וועגען די עקאנאמי אין 52 פראצענט האלטען נישט פון זיינע פאליסיס לגבי העלט קער,
אין טאטעל איז עס זייער א שלעכטע ריפארט פאר אבאמא, רוב פאלק איז נישט צופרידען וויאזוי ער הענדעלד די עקאנעמי אין רוב פאלק איז נישט צופרידען פון זיינע העלט קעיר פלענער, אבער אז מ'האט די קאפ אויפן פלאץ קען מען ארויסנעמען איין שורה פון די פאול אין מאכען דערפון א גינסטיגע העדליין פאר אבאמא,
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג ינואר 17, 2010 5:36 pm

דער עולם איז מער פארנומען מיט הייטי, האבן זיי נישט קיין צייט צו שעלטן אבאמא.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » זונטאג ינואר 17, 2010 6:31 pm

קרעמער, חחחחח

וויכי, כהאב קלאר געשריבן אז די אנקעטע זאגט נישט גענצליך גינסטיג פאר אבאמא. איך ברענג אראפ פון אויבן מיינע ווערטער:

טאקע 15 פראצענט נידריגער מיט וויפ ער איז אריינגעקומען אינעם ווייסן הויז, און דער אמעריקאנער פאלק איז טאקע דערשראקן און אומזיכער מיטן צוקונפט, אבער דאך טוט א מערהייט פונעם אמעריקאנעם פאלק, באשטעטיגן אבאמא'ס דזשאב אלס פרעזידענט!
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג ינואר 17, 2010 6:34 pm

איך האב עס געליינט, און טאקע פארדעם האב איך דיר געזאגט אז ס'איז בעסער פון אזא אנקעטע נישט צו רעדן, ווייל ס'ווייזט ווי גרויס די אומצופרידענהייט איז.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג ינואר 17, 2010 7:22 pm

עס עפעס טייערער, זאלסט מיר זיין געזונט, אבער טעית.

דאס פאלק וויל שוין איינמאל טשעינדז, די שאלה איז נאר, פון וועלעכן סארט טשעינדזש, כ'וועל עס אביסעלע צעלייגן:

דאס פאלק וויל נישט פארטוישן...

1. גוטע דאקטוירים פאר שוואכע


2. פריוואטע ביזננסער פאר רעגירונגס געפירטע


3. קאפיטוליזם פאר קאמיונים


דאס פאלק וויל יא פארטוישן...

1. וואשינגטאנס קארופטירע פאליטיק פאר אומקארופטירטע


2. רעפרעזענטאטן וואס שטימען לויט'ן פארטיי'ס ווילן פאר וואס שטימען פארן פאלקס ווילן


3. אויסשפענדעריי פאר לאגיש אויסגערעכענטע בודזשעט.


און דאס זענען נאר דוגמאות.

אזוי ווי דער עולם איז זייער, זייער אנטוישט פון דעם טויש, טראסקען די ציפערן.

פארשטאנען?
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג ינואר 17, 2010 7:28 pm

דער איבערמארגענדיגער דינסטאג איז א געוואלדיגע אנקעטע נעמער אויף אבאמא, יומיים ידברו.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » זונטאג ינואר 17, 2010 7:43 pm

שטארק זיך, הערליך שיין צעלייגט...

ווען כוועל האבן צייט וועל איך זיך נעמען איבער יעדע פון די פרטים

אבער לאמיך יעצט רעדן איבער איין נקודה:

אויסשפענדעריי פאר לאגיש אויסגערעכענטע בודזשעט


אוי אוי אוי, דו ווייסט נישט אין וואספארא בלאטע דו האסט אריינגעטראטן.

אקארשט איז ארויסגעקומען א איבערראשנדע באריכט אז פרעזידענט אבאמא האט מער מצליח געווען ווי פרעזידענט בוש צו שניידן שטיקער פונעם בודזשעט.

ווער עס געדענקט, פארשטייט זיך ווער עס וויל געדענקען פאקטן נישט נאר וואס זענען אים גינסטיג, האט אבאמא, גלייך ביים אריינקומען אין אפיס, פארארדענט זיינע ראטגעבער איבערצוגיין די ליסטע פון פעדעראלע פראגראמען און אויסשטרויכן און פארניכטן די וועלכע זענען אומוויכטיג אדער אומווירקזאם.

שטעלט זיך ארויס אז אזויפיל ווי 24 פעדעראלע פראגראמען האט די אבאמא אדמיניסטראציע מצליח געווען צו איבערצייגן דעם בודזשעט אפיס אין קאנגרעס גענצליך צו פארמאכן און נאך פילע אנדערע צו שניידן שטיקער דערפון.

איבער דער עצם זאך פון בודזשעט שניטן, האט אבאמא באוויזן צו איבערצייגן דעם בודזשעט אפיס אנצונעמען 60 פראצענט פון זיינע 11 ביליאן דאלער אין בודזשעט שניטן.

פרעזידענט בוש בשעתו האט בלויז מצליח געווען צו שניידן 40 פראצענט פון די שניטן וואס ער האט אריגיאנעל געוואלט דורכפירן אין יאר 06 און אין 2007 און 2008 האט ער בלויז מצליח געווען צו באקומען 15 20 פראצענט פון די בודזשעט שניטן וואס ער האט געוואלט מאכן.

(ואל תשיבני אז דעמאלט זענען די דעמאקראטן געווען אין קאנטראל פון קאנגרעס ממילא האבן זיי געשטערט בוש, ווייל די קאנגרעסיאנאלע בודזשעט אפיס איז באוואוסט אלס אומפארטייאיש.)

גיימער צום נעקסטן טרעפל.

פרעזידענט בוש איז אריינגעקומען אין אפיס און איבערגענומען א בודזשעט סורפלוס פון 263 ביליאן דאלער און א פאראויס-געשאצטע סורפלוס פאר די קומענדיגע צען יאר פון 5 טריליאן דאלער. ער איז ארויס פון אפיס מיט א 1.3 טריליאן אין דעפיציט, וואס דאס צו לייגן אין פערספעקטיוו איז די בוש אדמיניסטראציעס סווינג פון א סורפלוס צו א דעפיציט איבערוועגנד פון וויפיל אלע פרעזידענטן אינאיינעם -ביז אים- האבן צוגעלייגט צום אמעריקאנעם נאציאנאלן חוב און דעפיציט!

און מען ווערט נישט דא פארטיג. אזוי שטילערהייט קריטיקירן די רעפובליקאנער די אבאמא אדמיניסטראציע איבער די בענק בעילאוט, וואס זיי פארגעסן איז אבער, אז פרעזידענט בוש איז דער וועלכער האט אזוי געשמירט ארויסגעווישט 700 ביליאן דאלער פון אמעריקאנער שטייערצאלער פאר די בענק און די אבאמא אדמיניסטראציע טוט יעצט פארשידענע פעולות צו צוריקבאקומען די שטייערצאלער געלטער.

טא, האק נישט קיין טשייניק איבער פאראנטווארטליכע שפענדערייען!!!

מיינע קוועלער:

אן ארטיקל פון דעיווד עקסעלראד, פרעזידענטס ראטגעבער

און א ארטיקל אינעם וואשינגטאן פאוסט
לעצט פאראכטן דורך עס עפעס אום זונטאג ינואר 17, 2010 7:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » זונטאג ינואר 17, 2010 7:50 pm

קרעמער האט געשריבן:דער איבערמארגענדיגער דינסטאג איז א געוואלדיגע אנקעטע נעמער אויף אבאמא, יומיים ידברו.



גערעכט.

אגב, די דעמאקראטן גרייטן צו א "פלען בי" אין פאל אז זיי וועלן נישט האבן קיין 60 שטימען פארן ענדגילטיגן העלט קעיר אפשטימונג, אויב וועט די מאסעטשוסעטס קאנדידאטקע פארלירן.

לויט דער נייער פלאן, ברויך מען נאר האבן 51 סענאטארן צו שטימען פארן ביל

ליינט דא
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג ינואר 17, 2010 8:24 pm

עס עפעס, איך האלט נישט אז די ריפאבליקאנער גייען געווינען, איך האלט אז זיי קענען געווינען, אבער אז די פארמעסט גייט טאקע זיין אזוי נאנט אין אזא ליבעראלע סטעיט, ווייסעך שוין וואו די אלגעמיינע צופרידענהייט פונעם פרעזידענט אינעם לאנד האלט.

בנוגע ספענדיגען, קענסט נישט באשולדיגען בוש אינגאנצן פאר אזא גרויסע דעפיציט, נאך אלעם איז געווע סעפטעמבער עלעווען, א זאך וואס איז נישט געווען אריינגערעכענט אין פאראויסשאצונג פון 5 טריליאון דאלער סורפלאס, די מלחמות אין איראק און אין אפגאניסטאן איז אויך נישט געווען אריינגערעכנט.

און יא, בוש האט געהאט די איין חסרון, ער איז געווען א שטארקע ספענדער.

ובפרט אין די לעצטע צוויי יאר, ווען ער האט געהאט א דעמעקראטישע קאנגרעסס, האטער זיך געמוזט צושטעלן צו זיי, כדי צו באקומען אנדערע קאנצעסיעס.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג ינואר 17, 2010 8:33 pm

עס עפעס,

אוויא וויכי ברענגט צו, האט בוש צופיל געשפענדעוועט, און מ'האט אונז דאך צוגעזאגט טויש, און מיר ווארטן.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » זונטאג ינואר 17, 2010 9:16 pm

מערהייט אמעריקאנער זענען פויל און פלאטשיק, ווען נישט וואלט אמעריקע סך בעסער אויסגעזען...

אין אמעריקע שטימט מען פאר א קאנדידאט וואס זעט אויס קיל... און רעד גלאנציג...
קומט אן אבאמא, רעד געשליפן, און סאונד קיל, און מלללויפט שטימען פאר אים, כאילו ווי נאר ערעט אריינטרעיטן אינעם ווייט האוז גייען די קראנקע געזונט ווערן ווי ביי מתן תורה... זשאבס גייען קומען צופליען, און די וועלט גייט שפיגלען...

אט די אלע טפשים באשטייערן צו אבאמאס נידריגע אפראוועל רעיט, ווייל למעשה, קענסט זיין מחולק מיט זיינע פאליסיס, אבער ער ארבעט! ער רוט נישט אויף קיין איין פראנט, עק שיקט טרופן קיין אפאגאניסטאן, ער מאכט איבער העלט קעיר, מאכט א סטימיולוס, בקיצור ער שוויצט און ארבעט, אפי ווען ער וואלט געהאט די בעסטע פאליסיס ווערט נישט אזוי שנעל גוט, כ"ש ווען די רעפובליקאנער פארפירן נאך אז ער פירט אונז אין דרערד אריין...
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג ינואר 17, 2010 9:49 pm

חאחאחאחאחאחא...
מבין, דו מאכסט מיך לאכן...

ווען נישט די משיגעים וואלט אבאמא'ס אפראוועל רעיטינג געווען סאאאך נידעריגער...

טראכט איין מינוט, מ'פרעגט אויס 1000 מענטשן וואס זיי האלטן וועגן די פרעזידענט, נישטא קיין האלב וואס האלטן מיט עם אויף קיין איין אישו, אויף אלעם באקומטער צווישן א 35 און 49 פראצענט, אבער אווער אלל, האטער א 53 פראצענט אפראוועל...

ד.מ. איך גיי פאר זיין רעדן, איך בין פאר עם ווייל ער איז אבאמא... דעץ איט... גאניש מיט פאליסי'ס...

ווען מ'קוקט ווען נאר אויף פאליסי'ס, האטער נאך א שוואכערע אפראוועל רעיטינג.

אגב, ווי שוין געשריבן אין מיין ערשטע תגובה אין דעם אשכול, אפשר איז דאס די סיבה פון בוש'ס שוואכע צופרידענהייט די לעצטערע יארן, ווייל למעשה האטער געטוהן, אפילו דו האלטסט נישט פון זיינע פאליסי'ס, אבע געטוהן האטער... איי דער עולם האלט אנדערש, אהה, דאס איז ווייל די דעמעקראטן... און פשוט ווייל בוש איז א גוטע רעדנער, האט מען אסאאך עקספעקטעד... בלא בלא בלא.. פיניש די רעסט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » זונטאג ינואר 17, 2010 10:08 pm

די כאפסט נישט מיין פוינט, דעי אלע וואס האלטן נישט פון זיינע פאליסיס האבן נישט געהאלטן פונעם ווען זיין אפראוועל רעיט איז געווען ביי 75אויך נישט, כאפסט? וואו זענען זיינע אלע אפראווערס? אט דאס זאגיך ז'זענען סתם פלאטשיק...
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג ינואר 17, 2010 10:43 pm

תבוא אמו ותקנח,

די טפשים האבן אים בכלל אריינגעברענג, היצטערט זאלן זיי אים ארויסטראגן...

דער אמת איז אבער אז די טפשים ווערן פשוט קלוגער, דער לופט באלאן האט געקראכט ס'צרות מיט'ען, סך הכל רייט ער אויף איבערוויגנדע מערהייט אין ביידע הייזער, וועלעכע ווערן מאניפולירט מיט גוטן און מיט בייזן צו שטימען מיט די קאקוס, איינמאל דאס טוישט זיך איז אבאמא טאוסט.

כ'מיין אז ווען ער וואלט ווייניגער אנגעווערטשאפט, און ווייניגער געפירט דאס לאנד אין דעפיציט אריין וואלט זיין פאפולעריטעט גאר געשטיגן.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג ינואר 17, 2010 11:23 pm

מבין, איך כאפ זייער גוט, דו האסט נאר נישט געליינט מיין ענטפער.

איך זאג דיר אזוי ווי שטארק זיך האט געשריבן, די זעלבע פערדן וואס האבן געשריגן יעס ווי קען!!! ווייל די ווינט האט אזוי געבלאזן, שרייען יעצט פובליק אפשען!!! ווייל די ווינט בלאזט אזוי.

(ווער געדענקט נאך ווען מ'האט געפרעגט א שחור צו ער האלט אז אבאמא האט גוט געטוהן מיטן נעמען פעילין און ער האט געזאגט אז יא...)
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג ינואר 18, 2010 10:23 am

שטארק זיך האט געשריבן:עס עפעס,

אוויא וויכי ברענגט צו, האט בוש צופיל געשפענדעוועט, און מ'האט אונז דאך צוגעזאגט טויש, און מיר ווארטן.


שטארק זיך, דו זאגסט אז בוש האט טאקע געשפענדעט און מיר ווארטן אויף טשעינדזש. נו טאקע דערפאר טוט אבאמא פיל מער ווי בוש האט געטון צו שניידן דעם בודזשעט, ווי כהאב פריער אראפגעברענגט קלארע פאקטן. און ער האט קלאר געזאגט אז דאס נייע יאר גייט ער זיין מער קאנצעטרירט אויף ווייטער שניידן דעם בודזשעט.

אגב געפעלט מיר זייער שטארק דער וועג וויאזוי דו פארמיידט צו ענטפערן אויף קריטיש-וויכטיגע אישוס און טענות. איך שרייב א גאנצע נייע אויפדעקונג אז בוש האט אפילו מער געשפענדעט ווי אבאמא, וואס אין אנדערע אשכולות ביזטו פארנומען צו שעלטן די אבאמא אדמיניסטראציע פארן שפענדן צופיל און נישט געבן שטייער שניטן ווי די געלונגענע בוש אדמיניסטראציע האט געטון, און פלוצלינג דא, ווען איך ברענג אראפ אט די נייע אויפדעקונג, שפרינגסטו נישט אויף, נאר לאזט עס ארויספאלן צווישן די שפאלטענעס! ווייל דו ווייסט אז דאס איז גאר א אומגעשמאקע אויפדעקונג...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Good eye, בועז, הויעך, חטאת הקהל, סמארט, שכל טוב און 58 געסט