ותבאש הארץ - מיסט שוין נישט אפגענומען איבער א וואך

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21964
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

ותבאש הארץ - מיסט שוין נישט אפגענומען איבער א וואך

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג דעצמבער 25, 2009 7:20 am

וויליאמסבורג, פרייטאג עש"ק ויגש תש"ע, בעת'ן שרייבן די שורות גרייטן זיך וויליאמסבורגער אידן צו דעם לעכטיגן שבת הממשמש ובא, יעדער איינער לפי מהלכו ודרכו אויסזויבערנדיג און אויספוצענדיג זייערע הייזער און הויפן , אבער די שטאטישע טאטעס האבן דערווייל נישט געטאן זייער חלק און נישט צוזאמענגענומען די מיסט וואס האט זיך שוין אנגעזאמעלט בערג מיט בערג זינט דעם פארגעגענעם צווייטן שבת חנוכה - פרשת מקץ ווען די סאניטאציע דעפארטמענט האט שוין געהאט גענומען קאמפס פאזיציעס אנטקעגן דעם ערווארטעטן שניי אויף וואס מ'האט זיך דאן גערישט, וואס איז שוין ב"ה אויך אריבער אן קיין ספעציעלע איבערקערענישן, וכתוצאה פון דעם האבן זיי שוין שב"ק נישט גענומען קיין מיסט, אלע קאנעס זענען שוין פול געווען דעם פארגעגענעם זונטאג און איצט באין ברירה שטעל מען אוועק דאס זעקל אויפן אנגעהויפענטן בערגל און מ'האפט אז די קריכעדיגע - מיט וואס די סיטי איז געבענטשט - וועלן נישט מאכן קיין תל דערפון איידער די מיסט אויטאס וועלן דאס אפנעמען.

מיר וויליאמסבורגער בירגער וואונדערן זיך:

האבן טאקע די סעניטאציע מיליטער נישט עספיעט ביז דאנערשטאג מיטאג ערב די חגא צו אפוצן די גאסן?

וויפיל טעג נעמט דען צו פוצן - און דאס אויך נישט כדבעי למהוי - די גאסן?

מיט וואס זיי זענען דען פארנומען, אז זיי לאזן אונז מיט די סחורה על כל צעד ושעל אזוי אז מען קען נישט שטעלן קיין צוויי טריט אן זיך צו אנשטאלפערן און א זעקל מיסט?

ויצברו אותם חמרים חמרים ותבאש הארץ.
צוגעלייגטע
.JPG
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

תגובהדורך ליסקא » פרייטאג דעצמבער 25, 2009 7:26 am

פארשלאפן אפשר וואלט כדי געווען צו טון דאס וואס מען האט געטון אין מאה שערים ווען די מדינה האט נישט געוואלט אפנעמען די מיסט. איינס מען זאל פארברענען די מיסט. צווייטענס מען זאל דאס לייגן אויף ד שטאטישע פראפערטי ביז עס וועט שוין זיי אינטערעסירן

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג דעצמבער 25, 2009 7:48 am

אויף לי עוו. האט מען די וואך גענומען צוויי מאל די מיסט. איינמאל דינסטאג טיף אין די נאכט אריין. און ס'צווייטע מאל נעכטן דארנעשטאג אום ניין אזייגער אויפדערנאכט.

מעגליך אז אויף די עוועניו'ס מאכן זיי זיכער אנצוקומען שנעלער ווי די לאקאלע סטריט'ס.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » פרייטאג דעצמבער 25, 2009 7:59 am

311?
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » פרייטאג דעצמבער 25, 2009 8:06 am

כ'האב באמת מיטלייד מיט אייך, מיינע טייערע ברודער תושבי וויליאמסבורג א מחי' גאר (?), מיר ב"ה האבן געפיצטע ראודס און גארבידזש זעקליך לעיני כל, מן דכר שמיה. איי ווי נעמט מען א ביל טאמסאן וואס ביי אים וואלט עס זיכער נישט פאסירט, והא ראיה אז סהאט נאכנישט, ווארפט ארויס בלומבערג, אבער שוין.

און לאמיר נישט פארגעסן אז די עקענאמיע האט אויפגעבליט אין אמעריקע שוין איבער א יאר, זינט מ'האט פארשווארצט דעם ווייסן הויז...
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » פרייטאג דעצמבער 25, 2009 8:30 am

צייטליך מיר וואוינען אויף שאסיי בעדפארד און מיר האבן נאך היינט אינדערפרי זיך אנגעשטויסן אין די מיסט זעקל וואס ענטהאלט די שריים פונעם פארגאנגענע סעודת שבת.. אט דערנענטערט זיך שוין דעם זמן כניסת שבת און די ריח וועט דאך זיין אומדערטרעגליך! (חוץ פאר די וואס טראגן מיטן עירוב...).

מ'קען מיינען אז די גאסן זענען כאטשיג גוט געפוצט פון די שניי פאר די פרייז וואס די 'סענזאציע דעפט' האבן זיך נישט געקאנט באפאסן מיט די מיסט, אבער א נעכטיגע שניי.. די זייטיגע געסלעך אין מיין שכינות זענען ניטאמאל באטראטן געווערן דורך א שטאטישע סענזאציע טראק זינט די שניי שטורעם האט זיך באזעצט דארט, אבער דאס אלעס האט נישט צוריקגעהאלטן דעם עגא'איסטישן מעיאר בלומבעג (- צו 'גארבידזש-בעג') פון דערקלערן מאנטאג אינדערפרי אז "מיר האבן שוין גערייניגט אלע גאסן אין די סיטי!" ס'ארא מין פארברעכער דער! מ'דארף עם ווען איבערגעבן פאר שומרים..

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » פרייטאג דעצמבער 25, 2009 8:35 am

גרויזאמער האט געשריבן:311?

מיר האבן גערופן 311 פערציג מאל בכוונה, אין מיר האבן געזען א גרויסע וואנט.. זיי פארשפרעכן אז די פראבלעם וועט געסאלווט ווערן פון 24 שעה - ביז 3 מעת לעת. (אדער ביז די ראטן וועלן קעיר נעמען דערפון, וועלכע ס'קומט פריער..)

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » פרייטאג דעצמבער 25, 2009 8:39 am

צום זאך האט געשריבן:צייטליך מיר וואוינען אויף שאסיי בעדפארד..


וועלכע אדרעס פונקטליך אויף בעדפארד? איך קען נאכטשעקן ביי די 311 דאטעבאזע וואו עס האלט די קאמפלעין.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » פרייטאג דעצמבער 25, 2009 8:45 am

גרויזאמער האט געשריבן:
צום זאך האט געשריבן:צייטליך מיר וואוינען אויף שאסיי בעדפארד..


וועלכע אדרעס פונקטליך אויף בעדפארד? איך קען נאכטשעקן ביי די 311 דאטעבאזע וואו עס האלט די קאמפלעין.

3166, ס'איז ביים ווינקל פון עוועניא J

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » פרייטאג דעצמבער 25, 2009 8:50 am

דו סעלף העיטינג דזשו! ווייטער איז וויליאמסבורג שולדיג אז ביי ענק אין פלעטבוש רוימט מען נישט אויף די גאסן? נעם אראפ דיינע טריפה'נע לאפעס פון וויליאמסבורג! מסור!!!! מסור!!!!
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » פרייטאג דעצמבער 25, 2009 8:54 am

חוץ דעם קענסטו אויף קיינעם נישט האבן קיין טענות אז מען שארט נישט די שניי אין פראנט פון דיין געלעגער אינמיטן די ראוד, ווען דו לאזט נישט די שארער טראק דורכפארן.

ירא הקהל וישפוט וואו דער מענטש וואוינט (גוגל סטריט וויו)

http://maps.google.com/maps?hl=en&sourc ... 45,,0,4.94
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » פרייטאג דעצמבער 25, 2009 8:56 am

א נענטערע בליק אויף צום זאך'ס וואוינארט, וואס די סיטי געבט אויס שווערע געלטער אים ארויסצוזעהן פון דארט, אבער אן ערפאלג.

http://maps.google.com/maps?hl=en&sourc ... 17&iwloc=A
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21964
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג דעצמבער 25, 2009 10:04 am

פארגעסן צו דערמאנען, אז דאס איז שוין נאכדעם וואס רעסייקלינג נעמט מען שוין עמטליך נישט אויף נאך א שניי פאר א פאר וואכן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג דעצמבער 25, 2009 11:52 am

פארשלאפן;

פערצופאל האב איך געזען 2 שחורים מיט די גרינע קליידער צוזאמנעמען די מיסט פון בעדפארד עוועניו נעכטן נאך מעריב (ניטל למספרינו, קראצמעך ערב למספרם), און איך האב זיי געשוינט אז זיי מוזן זיך נעבעך מטפל זיין מיט די אפפאל אויפן גאס אנשטאט מיט די פאמיליע מיטגלידער ביום אידם.

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » זונטאג ינואר 10, 2010 8:44 pm

און איצט אודך. וואסיז איצט דער תירוץ? דער שווערע שניי שוטרעם פרייטאג?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21964
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך פאברואר 19, 2014 9:16 am

ווידעראמאל, אנגעהויפענטע בערג איבער אלע גאסן אווי יעדעס יאר.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3696
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מיטוואך פאברואר 19, 2014 9:36 am

ביי דיר האט מען נאכנישט גענומען קיין גראביטש?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21964
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך פאברואר 19, 2014 9:52 am

ניין דערווייל נישט, און צו דעם האט מיין שכן ארויסגעשטעלט בערג מיט שטוב זאכן איבערלאזענדיג בלויז א שמאלער אדורכגאנג.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך פאברואר 19, 2014 9:56 am

אויפן ראדיו האט מען מלמד זכות געווען אז די חברה זעהן נישט די גארבעדש ווען עס איז דא אסאך שניי...

#באבסקעס
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3696
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מיטוואך פאברואר 19, 2014 9:58 am

איטערעסאנט ביי מיר האט מען שוין גענומען מאנטיג נאכט, סאט זיי טאקע גענומען 15 מינוט איין בילדינג און איין טראק איז נישט גענוג געווען, ריף אריין די לאקאלע סטעישאן 7183864726 פרעג זיי ווען מגייט נעמען גארביטש

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך פאברואר 19, 2014 10:58 am

די סיטי גארביטש טראקס זענען אפערירט דורך א יוניאן וואס לייגט ארויס פארריקטע תנאים ווען און וויזוי די פוילע ארבייטער מעגן זיך אנשטרענגען פאר זייער וועידזש, כ'אב שוין גערעדט מיט א קאונסילמאן דערוועגן זאגט מיר זיין אפיס אז זיי האקן בארן דערוויל מיט די יוניאן.
מילא ווען ס'קומט א שניי און די טראקס ווערן אפיציעל באניצט צי שארן די שניי (וואס שפרונגסטו? כ'אב נאר געזאגט 'אפיציעל') דאן נעמען זיי נישט אויף קיין גארבטעש, איי ווער האט געזאגט אז נישט? אבער גיי טענה'דיך מיט זיי.

הכלל ווען זיי הויבן שוין יא אן איינציזוזען אז זיי מוזען עפעס טוהן פאר זייער וועידזש דאן ווערט שוין ותבאש הארץ און מ'לאזט זיך ארויס ווי די סיריער מיליטער און מ'בלאקירט גאסן רעכטס און לינקס און מ'מאכט כאאס, ני היצט זאג מ'פיקט נישט אויף קיין גארביטש...

פלוצלינג נאך 3 שעה ווען אלע ארבייטער זענען שוין שפעט אין די ארבייט, די קינדער שפעט אין סקול, פסקים געפלויגן רעכטס און לינקס, פייפערס אויסגעברענט, געדולד געפלאצט ועוד ווערט פלוצלינג שטיל, וואס איז? די טראקס האבן א שיעור וויפיל זיי קענען אריינשלינגען אין זיך און מ'לאזט זיך ארויס אויף א רייד קיין ניו דזשערסי צום לענדפילד אויף אויסציגיסען ס'אינהאלט.

לאזט מען זיך ארויס אויף די יארכע און מ'פארט ביי-ביי, דער טראק וועט זיין צוריק נאכמיטאג און דאן לאזט'ם שויניש די יוניאן ארבייטן, און עס הויבט זיך אן א קייט רעאקציע, די גאסן ווערן צוריק אנגעלייגט, און מארגן זענען זיי געסקעדזשועלט צי גיין אין א צווייטע געגנענט און הויבט זיך אן דארט די כאגע.

אזוי גייט דאס אין א קייט, ביז איין טאג באשליסט דער קאמישינער אז מען גייט באצאלען אווער-טיים און מ'גייט אויפפיקן נאכמיטאג גארביטש, און הויבציך ווייטער אן, דער עולם פרייט זיך שוין אהיים ציגיין אבער דא שטייט א גארביטש טראק אין פראנט פון אן אפארטמענט בילדינג און ניו יארק סיטי קומט צו א טאטאלער אפשטעל.

אזוי ציט זיך א קייט ביז.... ערב פסח ווען זיי רייניגן אפ פון די פייער...
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2043
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » דאנארשטאג פאברואר 20, 2014 10:28 pm

פליגל ביסט דאך אזוי גרעכט, די גארביטש טראקס נעמען יעצט באנאכט אויף די מיסט.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21964
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מארטש 20, 2017 12:37 pm

viewtopic.php?f=6&t=33073&p=1413975#p1413975

טויגליכער איד האט געשריבן:והאגארבעדזש להם חומה מימינם ומשמאלם

פארוואס נעמט מען לעצטנס נישט די מיסט אין ווילי?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4972
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג מארטש 20, 2017 3:08 pm

די חוצפה איז א שבת האבן זיי גאר געטיילט טיקעטס, ווייל די מיסט איז נישט שיין צוזאמגעלייגט
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
ישעי בלום
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 16, 2015 6:08 pm

תגובהדורך ישעי בלום » מאנטאג מאי 01, 2017 1:40 am

האב איך די שבת ביינאכט שפאצירט אין בארא פארק, די שמעק פון די מיסט איז געווען שרעקליך
וואס איז פשט פון דעם? אזא עיר ואם בעסקנים זאל נישט קעיר נעמען פון זייער שטאט?
וְהָאֲחֲרֹנִים כָּתַב יְשַׁעְיָהוּ


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Jobless, א גולם, בארג, ווינדאוי, טראנספארט, יישר כח, יציב פתגם, קהל עדתינו, ר' זעקל און 96 געסט