צוויי סעללפאונס מיט די זעלבע נומבער

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2529
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

צוויי סעללפאונס מיט די זעלבע נומבער

תגובהדורך משיח » דינסטאג פאברואר 21, 2017 3:27 pm

ס'איז זייער איינגעפירט געווארן לעצטענס ב"ה אז אידן וואס נוצען א סמארט פאון פאר מסחר, פרובירן אויב מעגליך צו האבן נאך א פאון, א סימפל פאון (א.ב.א. פליפ פאון), וואס דאס נוצט מען אנדערע צייטן שלא בשעת עיסוק בפרנסה, ווי למשל אינדערהיים אדער אין ביהמ"ד וכדומה.

ס'איז אבער א שטיקל שלעפ ארומצוגיין במשך'ן טאג מיט צוויי פאונס, און מענטשן פרובירן אמאל צו רופן אויף די צווייטע פאון ווען מ'האט עס נישט, און בכלל מענשטן ווערן צומישט ווען די זעלבע מענטש רופט אמאל פון די נומבער און אמאל פון די נומבער, און אויב איז עס א צווייטע נומבער וואס מענטשן ווייסן נישט וועלן זיי אמאל נישט אויפהייבן וכו', כידוע, ממילא איז גרינגער און באקוועמער אויב מ'קען האבן איין נומבער וואס זאל אפערעיטן אויף ביידע פאונס. אזוי דארף מען אייביג האבן נאר איינס פון די צוויי פאונס, און מענטשן ווייסן נאר די איין נומבער.

איז דא אויף דעם צוויי מהלכים – פאר די וואס נוצען ווירייזען.
ס'זעט אפשר אויס אביסל קאמפלעצירט, אבער ס'איז בכלל נישט.


דער ערשטער וועג ארבעט אזוי:

מ'פארט (port) אריבער די געהעריגע סעלל פאון נומבער צו גוגל וואויס, (דאס קאסט אן איינמאליגע פי פון 20$), און דיין געהעריגע נומבער וואס מענטשן ווייסן ווערט יעצט א גוגל וואויס נומבער,

אינקאמינג קאללס:
מ'פארווערט די קאללס פון גוגל וואויס צו ביידע טעלעפאונס, און ביידע פאונס קלינגן (אויפאיינמאל, אדער וויאזוי מ'וויל עס איינשטעלן),

ארויסגייענדע קאללס:
אויף רוב ווירייזן פלענס קען מען איינשטעלן די קאללער איידי זאל ווייזן וועלכע נומבער דו ווילסט, ד.ה. ווען דו רופסט ארויס פון סיי וועלכע פאון וועט ארויפקומען דיין גוגל וואויס נומבער,

טעקסט מעסידזעס:
אויף די סמארט פאון נוצט מען די הענגאוט עפפ צו שיקן און באקומען טעקסט פון די גוגל וואויס נומבער, (ס'איז די זעלבע גרינג ווי צו נוצען די געהעריגע טעקסט עפפ).
אויך שטעלט מען איין אז די טעקסט פון גוגל וואויס זאל ווערן געפארוועד צו די נומבער פון די סימפל פאון,

דא אבער קומט שוין יא א פראבלעם, אז מ'קען נישט שיקן קיין טעקסט אויף די סימפל פאון פון די גוגל וואויס נומבער. קענסט טאקע זעהן אז איינער זוכט דיר, פרעגט עפעס, לאדענט דיר צו א שמחה וכדומה, אבער ווען מ'ריפלייט צו טעקסט אויף די סימפל פאון וועט עס יענער באקומען פון די נומבער פון דיין סימפל פאון. [איז דא עפעס אן עצה אויף דעם?].

אגב איז דא נאך פארשידענע מעלות פון האבן די געהעריגע נומבער אויף גוגל וואויס, ובתוכם אז מ'קען טעקסטן פון די קאמפיוטער, אויך אז מ'קען זעהן מיססעד קאללס אפילו ווען די פאון איז אויסגעלאשן אדער מ'האט נישט קיין סערוויס, ועוד.


נאכדעם איז דא נאך א מהלך, וואס ארבעט נאר אויף אן איי-פאון:

מ'לאזט די געהעריגע נומבער אויף די סימפל פאון, וואס אלע קאללס און טעקסט אויף די פאון קומען און גייען געהעריג.

אויף די איי-פאון שטעלט מען איין אז ארויסגייענדע קאללס זאל'ן ווייזן דיין געהעריגע נומבער פון די סימפל פאון כנ"ל,

אויף אינקאמינג קאללס האט ווירייזן אן אפשען (אויף רוב פלענס) אז מ'קען איינשטעלן אז ס'זאל קלינגן צו נאך א פאון (גלייך, אדער אויב מ'הייבט נישט אויף נאך למשל 10-20 סקונדעס, וויאזוי מ'וויל), וואס דא לייגט מען אריין די נומבער פון די איי-פאון, אזוי קלינגן ביידע פאונס.

טעקסט מעסידזעס: אויף די איי-פאון קען מען דאונלאודן אן עפפ וואס הייסט "מעסידזינג", וואס דארט קען מען אריינסיינען מיט וועלכע פאון נומבער מ'וויל, און מ'נוצט די עפפ צו שיקן און באקומען די טעקסט פון די סימפל פאון נומבער, אנשטאט נוצען די געהעריגע טעקסט מעסידזעס עפפ וואס קומט מיט די פאון. (ס'איז די זעלבע גרינג און באקוועם ווי די געהעריגע טעקסט עפפ).

היות איך וויל עס יעצט טוהן, וויל איך הערן פון די חברים דא אויב איינער האט עקספיריענס מיט איינע פון די צוויי מהלכים, אדער אויב ס'איז דא א גרינגערע וועג וכדומה.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1131
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » דינסטאג פאברואר 21, 2017 3:33 pm

דאס האסטו שוין דורכגעליינט ?

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » דינסטאג פאברואר 21, 2017 3:38 pm

משיח האט געשריבן:טעקסט מעסידזעס: אויף די איי-פאון קען מען דאונלאודן אן עפפ וואס הייסט "מעסידזינג", וואס דארט קען מען אריינסיינען מיט וועלכע פאון נומבער מ'וויל, און מ'נוצט די עפפ צו שיקן און באקומען די טעקסט פון די סימפל פאון נומבער, אנשטאט נוצען די געהעריגע טעקסט מעסידזעס עפפ וואס קומט מיט די פאון. (ס'איז די זעלבע גרינג און באקוועם ווי די געהעריגע טעקסט עפפ).

אויב מיינסטו +Message פון ווערייזאן, האב איך דאס אויך אויף מיין ענדרויד טעבלעט.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג פאברואר 21, 2017 3:42 pm

משיח האט געשריבן:דא אבער קומט שוין יא א פראבלעם, אז מ'קען נישט שיקן קיין טעקסט אויף די סימפל פאון פון די גוגל וואויס נומבער. קענסט טאקע זעהן אז איינער זוכט דיר, פרעגט עפעס, לאדענט דיר צו א שמחה וכדומה, אבער ווען מ'ריפלייט צו טעקסט אויף די סימפל פאון וועט עס יענער באקומען פון די נומבער פון דיין סימפל פאון. [איז דא עפעס אן עצה אויף דעם?].


מ'קען געהעריג ריפלייען און ס'קומט ארויף די גוגל וואויס
איך פלעג מיינען אז איך פארשטיי אלעס, אין זייט איך דריי מיר דא הייב איך טאקע אן אלעס פארשטיין.
קרעדיט פאר דוקא

אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 7:45 pm

תגובהדורך יא איך » דינסטאג פאברואר 21, 2017 3:47 pm

איך ווייס עס איז נישט די ריכטיגע פלאץ
אבער איינער האט די נומער ווי מען קען באקומען free סעלפאנס אן טעקס?

תורה לערנער
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 17, 2013 4:12 pm
לאקאציע: אין כולל

תגובהדורך תורה לערנער » דינסטאג פאברואר 21, 2017 3:50 pm

איך האב געזיכט א וועג וויאזוי צו ניצן +message אויף ענדראוד מיט א אנדערע נאמבער. איינער האט עפעס א וועג??

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2529
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דינסטאג פאברואר 21, 2017 3:51 pm

יואל שווארטץ האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:טעקסט מעסידזעס: אויף די איי-פאון קען מען דאונלאודן אן עפפ וואס הייסט "מעסידזינג", וואס דארט קען מען אריינסיינען מיט וועלכע פאון נומבער מ'וויל, און מ'נוצט די עפפ צו שיקן און באקומען די טעקסט פון די סימפל פאון נומבער, אנשטאט נוצען די געהעריגע טעקסט מעסידזעס עפפ וואס קומט מיט די פאון. (ס'איז די זעלבע גרינג און באקוועם ווי די געהעריגע טעקסט עפפ).

אויב מיינסטו +Message פון ווערייזאן, האב איך דאס אויך אויף מיין ענדרויד טעבלעט.


יא, פון דעם רעד איך,

אבער אויף א ענדרויד פאון קען מען נישט אריינסיינען וועלכע נומבער מ'וויל, ס'ניצט אטאמאטיש די נומבער פון די פאון,
אויף אן אייפאון קען מען יא
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2529
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דינסטאג פאברואר 21, 2017 3:53 pm

דוד משה האט געשריבן:דאס האסטו שוין דורכגעליינט ?

נישט באמערקט די אשכול,
אפשר זאל מען שמעלצן
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4804
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג פאברואר 21, 2017 4:53 pm

יא איך האט געשריבן:איך ווייס עס איז נישט די ריכטיגע פלאץ
אבער איינער האט די נומער ווי מען קען באקומען free סעלפאנס אן טעקס?

347-983-6652
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 7:45 pm

תגובהדורך יא איך » דינסטאג פאברואר 21, 2017 4:53 pm

שכח

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2445
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג פאברואר 21, 2017 5:14 pm

עין טובה האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:דא אבער קומט שוין יא א פראבלעם, אז מ'קען נישט שיקן קיין טעקסט אויף די סימפל פאון פון די גוגל וואויס נומבער. קענסט טאקע זעהן אז איינער זוכט דיר, פרעגט עפעס, לאדענט דיר צו א שמחה וכדומה, אבער ווען מ'ריפלייט צו טעקסט אויף די סימפל פאון וועט עס יענער באקומען פון די נומבער פון דיין סימפל פאון. [איז דא עפעס אן עצה אויף דעם?].


מ'קען געהעריג ריפלייען און ס'קומט ארויף די גוגל וואויס


אויב דו ריפלייסט צו די נומבער פון ווי דו האסט באקומען די טעקסט (נישט צו יענעם דירעקט) וועט ארויף קומען די גוגל נומבער
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.


צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט