מארקעטינג: קריעטיוו איידיעס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
Graphic24
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

מארקעטינג: קריעטיוו איידיעס

תגובהדורך Graphic24 » דאנארשטאג יוני 07, 2018 4:31 pm

איך וויל דא לאדענען דעם עולם, וועם עס פאלט ביי א גוטע געדאנק וויאזוי צו מארקעטן סיי וואס (און איז גרייט עס צו מיטיילן מיטן עולם) איז מכובד צו נעמען דאס ווארט...

פאלגענד לייג איך ארויף א איידיע וואס מיין קאסטומער (וואס טוט אין פראמאשען׳ס) האט געלאזט מאכן. ס׳קוקט מיר אויס ווי גאר א שטארקע זאך וויבאלד עס איז געצילט אויף די קינדער... נעמליך; ״סקרעטש-אף״ טרעידינג קארד׳ס, די קינדער באקומען איין קארד (פון א סעט פון 20 למשל) און נאכן אראפקראצן זעט דאס קינד וועלכע ער האט באקומען.. הקיצור, ער וועט דארף ׳טרעידן׳ ביז ער וועט האבן דעם גאנצן סעט, וואס דאן וועט ער זוכה זיין צו א פרייז...

קליק דא, פאר מער אינפארמאציע!

בסך הכל וואלט איך געזאגט אז מ׳פארדינט 3 זאכן:
1) די קינדער רעדן פון דיר אלל אווער...
2) די קינדער שלעפן די עלטערן צו דיין געשעפט...
3) די פרייז וואס דו טיילסט האט ווייטער דיין לאגא...

וואס זאגט דער עולם?

בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע: ניו יארק

תגובהדורך בנימין » דאנארשטאג יוני 07, 2018 4:39 pm

אין א ווארט:
ס'איז א געדאנק וואס דארף עדיוקאציע, מען דארף אויסלערנען אלעמען וויאזוי עס ארבעט וכו', סיי די געשעפטסלייט, די קינדער און זייערע עלטערן.
דאס מיינט אז ס'דארף א גרויסע מארקעטינג בודזשעט. (מעגליך אז דאס טאקע פראבירסטו מיט די אשכול, אבער אייוועלט איז ווייט ווייט פון גענוג...)
ס'איז א ווייטע וועג צו גיין פאר א קליינע ריווארד. נניח ס'ארבעט זיך אויס און ס'ווערט יודזש אזוי ווי די פידזשעט ספינערס, האלט עס אויך נאר אן פאר אפאר חדשים.
וויפיל קען שוין זיין די פאטענציאלע ריוח קעגן די ריסק אויב ס'ארבעט זיך נישט אויס?
מארקעטינג\ברענדינג עדווייס? פרעגט מיר אין אישי, כ'ענטפער גערן.

אוועטאר
Graphic24
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » דאנארשטאג יוני 07, 2018 4:49 pm

בנימין האט געשריבן:אין א ווארט:
ס'איז א געדאנק וואס דארף עדיוקאציע, מען דארף אויסלערנען אלעמען וויאזוי עס ארבעט וכו', סיי די געשעפטסלייט, די קינדער און זייערע עלטערן.
דאס מיינט אז ס'דארף א גרויסע מארקעטינג בודזשעט. (מעגליך אז דאס טאקע פראבירסטו מיט די אשכול, אבער אייוועלט איז ווייט ווייט פון גענוג...)
ס'איז א ווייטע וועג צו גיין פאר א קליינע ריווארד. נניח ס'ארבעט זיך אויס און ס'ווערט יודזש אזוי ווי די פידזשעט ספינערס, האלט עס אויך נאר אן פאר אפאר חדשים.
וויפיל קען שוין זיין די פאטענציאלע ריוח קעגן די ריסק אויב ס'ארבעט זיך נישט אויס?

זעט זיך אויס האסט נישט געדריקט דעם ׳לינק׳ דארט אויבן... דאס איז פאר די געשעפטסלייט. די קינדער? זיי פארשטייען אויפן ווינק, און די עלטערן; זיי וועלן שוין די קינדער לערנען... אבער נאך ווי...

בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע: ניו יארק

תגובהדורך בנימין » דאנארשטאג יוני 07, 2018 4:52 pm

נאך ווי כ'האב געדרוקט. ביזט האלב גערעכט וועגן די עלטערן. די איבריג וואס כ'האב געשריבן איז קאי וקיימא.
כ'האב עס שוין צופיל מאל מיטגעהאלטן.
מארקעטינג\ברענדינג עדווייס? פרעגט מיר אין אישי, כ'ענטפער גערן.

אוועטאר
Graphic24
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » דאנארשטאג יוני 07, 2018 4:59 pm

בנימין האט געשריבן:נאך ווי כ'האב געדרוקט. ביזט האלב גערעכט וועגן די עלטערן. די איבריג וואס כ'האב געשריבן איז קאי וקיימא.
כ'האב עס שוין צופיל מאל מיטגעהאלטן.

איך האב נאר וואס באמערקט מיט וועם איך האנדל דא (געזען דיין אינטערשריפט...) איז האבעך דרך ארץ, כ׳מיין טאקע אז דאס איז א מעידזשאר פראמאשען מארקעטינג איידיע און איז געאייגנט פאר ׳גרעסערע׳ וואס קענען זיך ערלויבן...

אגב; כ׳מיין אז אין געוויסע שטעיט איז עס נאך אוועילעבל, אויב עמיצער וויל, קען מיך קאנטעקטן אין אישי און כ׳וועל איבערגעבן פאר דעם אחראי

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20208
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג יוני 07, 2018 5:19 pm

לייגעך אוועק דעם אשכול, ווייל איך ארבייט יעצט אויף א יוניק איידיע, כאף סעט זיין גרייט ביז א וואך...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

קנקן מלא
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 1:14 pm

תגובהדורך קנקן מלא » דאנארשטאג יוני 07, 2018 5:27 pm

פיינע נייעס דער גרעפיקער

מארקעטינג לאז איך איבער פאר די מבינים אבער דעי בראשור איז גוט אראפגעלייגט, און וואס טוט זיך מיטן געמאלענעם בילד? ס׳איז הערליך א נחת צו קוקן דערויף, האסט עס אויך דו געמאכט?
אל תסתכל בקנקן... אלא במה שיש בו!

אוועטאר
Graphic24
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » דאנארשטאג יוני 07, 2018 5:36 pm

קנקן מלא האט געשריבן:פיינע נייעס דער גרעפיקער

מארקעטינג לאז איך איבער פאר די מבינים אבער דעי בראשור איז גוט אראפגעלייגט, און וואס טוט זיך מיטן געמאלענעם בילד? ס׳איז הערליך א נחת צו קוקן דערויף, האסט עס אויך דו געמאכט?

יא ב״ה, ס׳גאנצע פראדזשעקט. ישר כח

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג יוני 07, 2018 7:45 pm

קע''ה א געלונגענע איידיע!
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » דאנארשטאג יוני 07, 2018 7:57 pm

די איידיע איז גוט, אבער 1 קארטל פאר א צוואנציגער, און נאכן האבן אלע וואס מיינט 400 דאלער שאפינג פלאס, באקומט מען א פען.... זייער שוואך.

וואלט געווען בעסער צו טיילן פאר יעדע פינעווער 2 קארדס, און פאר יעדע פופציג קארדס אן אויסוואל צווישן עטליכע קלייניקייטן. אדער זאל זיין אריינגעווארפן עטליכע געווינער קארדס צווישן די קארדס.....
פארוואס טענה'סטו דיך מיט מיר? זעסטו דען נישט אז כ'הייב נישט אן צו וויסן וואס כ'רעד?!

אההה, ווייל דו ווייסט אויך נישט וואס דו רעדסט!

אוועטאר
Graphic24
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » זונטאג יוני 10, 2018 1:41 pm

יאיר גאלד האט געשריבן:די איידיע איז גוט, אבער 1 קארטל פאר א צוואנציגער, און נאכן האבן אלע וואס מיינט 400 דאלער שאפינג פלאס, באקומט מען א פען.... זייער שוואך.

וואלט געווען בעסער צו טיילן פאר יעדע פינעווער 2 קארדס, און פאר יעדע פופציג קארדס אן אויסוואל צווישן עטליכע קלייניקייטן. אדער זאל זיין אריינגעווארפן עטליכע געווינער קארדס צווישן די קארדס.....

דארפסט פארשטיין; די טארגעט דא זענען די קינדער, צו זיי רעדט: די ׳קארדס׳, די מעידזשאר פרייז און די פען...

אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 2:06 pm

תגובהדורך זבולון ווייס » זונטאג יוני 10, 2018 1:55 pm

די שאלה איז נאר אויב עס איז אויסגעהאלטן צו מאכן קינדער מארקעטינג אז קינדער זאלן שלעפן די עלטערן קויפן עפעס בלויז ווייל די קינדער גייען זיי שלעפן.

צום ערשט דאף מען פארשטיין וואס איז דאס מארקעטינג בכלל. רוב מענטשן מיינען אז מארקעטינג מיינט אז איך האב א ביזנעס, איך האב א סערוויס/פראדוקט, און איך וויל מאכן געלט, און יעצט וויאזוי גיימיר אייננארן דעם עולם צו קויפן מיין פראדוקט און אזוי וועל איך מאכן געלט. איך וועל שרייבן אז מיין פראדוקט איז די בעסטע, איך וועל מאכן קינדער פראמאושענס אז קינדער זאלן ממש צווינגען די עלטערן צו קויפן מיין פראדוקט, איך וועל שרייבן אז איך בין די ביליגסטע, די טייערסטע, די שענסטע, די פשוט'סטע, בקיצור, עס איז אלעס וואס יעדער וויל פון דעם פראדוקט.

דאס איז נישט מארקעטינג, דאס איז אריינערקעטינג.

הער אויס טייערער ביזנעס אונער, דיין פראדוקט/סערוויס איז נישט געמאכט פאר יעדן איינעם! און דו קענסט 'נישט' יעדן צופרידנשטעלן.

דיין פראדוקט האט א געוויסע יוניקנעס, וואס איז זייער אינטערסאנט פאר א געוויסע סארט מענטש, און נישט סתם אינטערסאנט, נאר גאר העכסט וויכטיג, זיי האבן א פראבלעם וואס 'נאר' דיין פראדוקט קען העלפן.

דו דארפסט אויפזוכן אט די מענטשן, און רעדן צו זיי די שפראך וואס זיי ווילן הערן!

כאפ זיי נישט, און באצווינג זיי נישט, נאר זוך זיי אויף, און טראכט פון זייער פראבלעם וואס דו העלפסט זיי מיטן צושטעלן דיין יוניק פראדוקט.

ודו"ק כי קצרתי.

אוועטאר
Graphic24
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » זונטאג יוני 10, 2018 6:11 pm

זייער גערעכט טאקע ווען איך פארקויף א יוניק פראדוקט ווי די שרייבסט, משא״כ אויב פארקויף איך עפעס וואס יעדער ברויך צוקומען דערצו נאר ס׳דא קאמפאטישן דערויף איז זייער א שטארקע מהלך צו מארקעטן צו די קינדער און זיי וועלן ברענגן די עלטערן צו ׳מיין׳ געשעפט... וכך הווה:

ס׳קומט טאקע איצט אריין די ׳ברעיקינג נייעס׳ אז איינע פון די גרויסע סופער-מארקעטס אין מאנסי גרייט זיך בקרוב ארויסציקומען מיט דעם ׳סקרעטש-אף טרעידינג קארד׳ פראגראם... מאנסי קינדערלעך הכונו!!
לעצט פאראכטן דורך Graphic24 אום מאנטאג יוני 18, 2018 6:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
Graphic24
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » מאנטאג יוני 18, 2018 6:15 pm

חברה העלפט ארויס...

איך דארף האבן 20 מצוות (אינטערסאנט פאר קינדער, אינגלעך און מיידלעך) למשל;
- נטילת ידים (סעמפל קארד)
- נרות שבת
- קידוש
- סעודת שבת
- מאכלי שבת
- עונג שבת (אייסקרים)
- לכבוד שבת (בלימען)

פאר דעם ׳סקרעטש-אף קארד׳ פראגראם:
Fishing Mitzvos.png
Fishing Mitzvos.png (729.54 KiB) געזעהן 570 מאל


מער אינפארמעישן זעיט דא

קומט אריין מיטן ליסט... ישר כח, תזכו למצוות!

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1141
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מאנטאג יוני 18, 2018 7:04 pm

דארף זיין שבת?
אויב נישט האסטו פון פסח- מצות, בדיקת חמץ, שריפת חמץ,
סוכות - סוכה , ד' מינים,
דערוילעם ווערט געבעטן צו פארענדיגן די ליסטע

אוועטאר
Graphic24
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » מאנטאג יוני 18, 2018 7:04 pm

קען זיין סיי וועלכע מצוות וואס רעדט צו קינדער....
לעצט פאראכטן דורך Graphic24 אום מאנטאג יוני 18, 2018 7:05 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1141
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מאנטאג יוני 18, 2018 7:04 pm

מגילה

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1141
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מאנטאג יוני 18, 2018 7:04 pm

משלוח מנות

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1141
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מאנטאג יוני 18, 2018 7:05 pm

שליח הקן

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1141
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מאנטאג יוני 18, 2018 7:06 pm

והדרת פני זקן

אוועטאר
Graphic24
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » מאנטאג יוני 18, 2018 7:10 pm

איש האשכולות האט געשריבן:שליח הקן

דאס-א-גיטס! ;l;p-

אוועטאר
Graphic24
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » מאנטאג יוני 18, 2018 7:11 pm

איש האשכולות האט געשריבן:והדרת פני זקן

דאס ווייסעך נישט צו שייך צו מאכן אין קליין בילד...

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1141
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מאנטאג יוני 18, 2018 7:21 pm

עזוב תעזוב עמו

אוועטאר
Graphic24
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » מאנטאג יוני 18, 2018 7:24 pm

איש האשכולות האט געשריבן:עזוב תעזוב עמו

נעוודאי! דעיס טוסטו דאך יעצט... 8.)

....אבער וואסערע קליין בילד קען דאס צייגן?

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1141
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מאנטאג יוני 18, 2018 7:25 pm

טוישן א פלעט טייער, א בוסט, חבירים עפענט א שלאס


צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט