פיינע אינדיזיין סקריפטס וואס כ'האב לעצטנס געקויפט

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע: ניו יארק

פיינע אינדיזיין סקריפטס וואס כ'האב לעצטנס געקויפט

תגובהדורך בנימין » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 5:18 pm

איך האלט אינמיטן דעזיינען א ביכל פון בערך 6-7 הונדערט עמודים, מיט באלד טויזנט בילדער, און איידערן אנהייבן האב איך אביסל ארומגעקוקט וויאזוי כ'קען מיר גרינגער מאכן און בעיקר פארשנעלערן די פראסעס, ווייל כ'האב עס געדארפט ארויסרוקן אין צוויי וואכן.
איך האב זיך אנגעשטויסן אין א ניק אויף פרוג וואס פראדוצירט גאר פיינע ווארע, קאסטום אינדיזיין סקריפטס, אזש ס'ממש א מחי'.
כ'האב געקויפט פון אים אפאר סקריפטס, איינס וואס ברענגט אליינס אריין די בילדער און מאכט עס פאר ענקערד אבדזשעקטס, איינס וואס נעמט ארויס ענקערד אבדזשעקטס און פעיסט עס אויפן פלאץ, ועוד. איך בין זיך ממש מחי' דערמיט. געצאלט האב איך זייער ווייניג, און כ'האב באקומען קאסטום-(ער...) סערוויס, ער האט עס קאסטומייזט פונקטליך לויט מיינע געברויכן, און זיך זייער אפגעגעבן דערמיט.
איך האב אויך געהערט אז אז ער מאכט גאר קאמפליצירטע סקריפטס פאר היימישע דעזיינערס.
איך ברענג עס דא ארויף סיי צו מהנה זיין דער עולם וואס קען זיך פארגרינגערן, און סיי אלס הכרת הטוב פאר דער איד, כ'קען אים נישט, וואס האט זיך ממש אפגעגעבן מיט מיר עד אין סוף... ער רעדט עברית אבער ער שרייבט א פיינעם ענגליש.

בקיצור, וואוילע קינדער, און אויך א טאטע וואס וועט קעיר נעמען אויב פעלט אויס...

דא זענען לינקס צו אפאר זאכן וואס ער האט געפאוסט אויף פרוג.
http://www.prog.co.il/showthread.php?t=281645
http://www.prog.co.il/showthread.php?t=278099
http://www.prog.co.il/showthread.php?t=280136
http://www.prog.co.il/showthread.php?t=280425

דאס איז זיין אימעיל, ער מאכט גערן קאסטום וואס מען בעט אים:
r5127109 @ okmail.co.il
מארקעטינג\ברענדינג עדווייס? פרעגט מיר אין אישי, כ'ענטפער גערן.

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 5:31 pm

כ׳האב נאכנישט געהאט קיין צייט דאס אויסצוטשעקן, אבער אז @בנימין ברענגט דאס מוז דאס זיין סאטמינג ספעשיל.

שכוח בנימין.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1161
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 5:54 pm

סזעהט מיר אויס ווי א עקסטערע אפליקעישאן, נישט ווי א געווענדליכע אינדיזיין סקריפט, ריכטיג ?

בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע: ניו יארק

תגובהדורך בנימין » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 6:24 pm

טאקע א שטיקל עקסטערע אפליקאציע, אבער ס'ארבעט ווי א סקריפט.
די ווארקפלאו איז זייער סמוט. ס'נישט ווי צו צוויי באזונדערע פראגראמס.
ס'שפירט זיך ווי נאך א פענל אין אינדיזיין.
מארקעטינג\ברענדינג עדווייס? פרעגט מיר אין אישי, כ'ענטפער גערן.

בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע: ניו יארק

תגובהדורך בנימין » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 6:32 pm

סתם אינטערעסאנט:
כ'האב געקוועטשט צו אים אז שוין לאנג וואס איך וויל קענען סעלעקטן א פאראגראף, דרוקן א קנעפל, און ס'זאל זיך אליינס עקסטרעקטן און פעיסטן אין א נייעם טעקסט באקס, אבער בלייבן פונקטליך אויפן זעלבן פלאץ.
וואו ס'קומט צו נוץ איז ביי קעפלעך פון ארטיקלן וואו מען מאכט טיפאגראפיע און אסאך מאל לייג לייג איך יעדעס ווארט אין א באזונדערע באקסל, אדער ביים דעזיינען א פאסטער, גלייך איך עס צעברעכן אין קלענערע באקסעלעך, אזוי האב איך מער קאנטראל.
א טאג שפעטער איז ער צוריקגעקומען מיט אזא סקריפט...
http://www.prog.co.il/showthread.php?t=278341
מארקעטינג\ברענדינג עדווייס? פרעגט מיר אין אישי, כ'ענטפער גערן.

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1161
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » דאנארשטאג סעפטעמבער 22, 2016 3:28 pm

בנימין האט געשריבן:סתם אינטערעסאנט:
כ'האב געקוועטשט צו אים אז שוין לאנג וואס איך וויל קענען סעלעקטן א פאראגראף, דרוקן א קנעפל, און ס'זאל זיך אליינס עקסטרעקטן און פעיסטן אין א נייעם טעקסט באקס, אבער בלייבן פונקטליך אויפן זעלבן פלאץ.
וואו ס'קומט צו נוץ איז ביי קעפלעך פון ארטיקלן וואו מען מאכט טיפאגראפיע און אסאך מאל לייג לייג איך יעדעס ווארט אין א באזונדערע באקסל, אדער ביים דעזיינען א פאסטער, גלייך איך עס צעברעכן אין קלענערע באקסעלעך, אזוי האב איך מער קאנטראל.
א טאג שפעטער איז ער צוריקגעקומען מיט אזא סקריפט...
http://www.prog.co.il/showthread.php?t=278341

איך האב געטראפן איינער וואס האט געשריבן א סאפיסטיקירטע סקריפט פאר דעם צוועק, מען קען צוטיילן לויט פאראגראפן, שורות, טעבס און נאך, עס לוינט זיך אויסצוטשעקן
http://ajarproductions.com/blog/2014/09 ... r-indesign (מדארף זיך סובסקרייבן צו זיין ניוסלעדער דאס צו באקומען אבער מקען זיך גלייך אנ-סובסקרייבן).

אויך האט ער א סקריפט וואס טוט פארקערט, עס שטעלט צוזאם טעקסט פרעימס
http://ajarproductions.com/blog/2008/11 ... e-indesign

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5178
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג סעפטעמבער 22, 2016 4:35 pm

יישר כח!! (נאכנישט פרובירט)
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1161
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 11:26 pm

א פיינע סקריפט צו קענען זעהן וואו אינעם פייל א פאראגראף-קערעקטער סטייל ווערט גענוצט.
http://www.indiscripts.com/blog/public/ ... ighter.zip
פאר אינטרוקציעס זעהט דא

אוועטאר
טויגליכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 908
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 11:50 pm

דוד משה האט געשריבן:א פיינע סקריפט צו קענען זעהן וואו אינעם פייל א פאראגראף-קערעקטער סטייל ווערט גענוצט.
http://www.indiscripts.com/blog/public/ ... ighter.zip
פאר אינטרוקציעס זעהט דא

דעס קען מען אויך טוהן מיט פיינד\ריפלעיס

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1161
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » זונטאג נובעמבער 20, 2016 7:56 pm

סקומט מיר אסאך אויס צו דארפן מעניולי טוישן די ספעיס עפטער פאראגראף סייז, און אזויווי אינדיזיין שטעלט נישט צו קיין שארטקאט פארדעם איז עס אביסל אומבאקוועם צו דארפן יעדעס מאל נעמען דעם מייזל און ארויפפארן אויבן כדי דאס צו קענען טוישן, האב איך געמאכט צוויי סקריפטס, איינס וואס מאכט גרעסער די איצטיגע סייז מיט 1 פאינט, און איינס וואס מאכט קלענער די איצטיגע סייז מיט 1 פאינט, און איך האב עסיינט א אייגענע שארטקאט צו יעדע סקריפט און סארבעט ב"ה א מחי'.

איך לייג עס ארויף דא, אפשר וועט עס איינעם צונוצקומען.

SpaceAfter.zip
(696 Bytes) דאונלאודעד 32 מאל

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1161
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » דינסטאג מארטש 06, 2018 11:13 pm


קרש
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 10:42 am

תגובהדורך קרש » דינסטאג אפריל 10, 2018 12:55 pm

בנימין האט געשריבן:איך האלט אינמיטן דעזיינען א ביכל פון בערך 6-7 הונדערט עמודים, מיט באלד טויזנט בילדער, און איידערן אנהייבן האב איך אביסל ארומגעקוקט וויאזוי כ'קען מיר גרינגער מאכן און בעיקר פארשנעלערן די פראסעס, ווייל כ'האב עס געדארפט ארויסרוקן אין צוויי וואכן.
איך האב זיך אנגעשטויסן אין א ניק אויף פרוג וואס פראדוצירט גאר פיינע ווארע, קאסטום אינדיזיין סקריפטס, אזש ס'ממש א מחי'.
כ'האב געקויפט פון אים אפאר סקריפטס, איינס וואס ברענגט אליינס אריין די בילדער און מאכט עס פאר ענקערד אבדזשעקטס, איינס וואס נעמט ארויס ענקערד אבדזשעקטס און פעיסט עס אויפן פלאץ, ועוד. איך בין זיך ממש מחי' דערמיט. געצאלט האב איך זייער ווייניג, און כ'האב באקומען קאסטום-(ער...) סערוויס, ער האט עס קאסטומייזט פונקטליך לויט מיינע געברויכן, און זיך זייער אפגעגעבן דערמיט.
איך האב אויך געהערט אז אז ער מאכט גאר קאמפליצירטע סקריפטס פאר היימישע דעזיינערס.
איך ברענג עס דא ארויף סיי צו מהנה זיין דער עולם וואס קען זיך פארגרינגערן, און סיי אלס הכרת הטוב פאר דער איד, כ'קען אים נישט, וואס האט זיך ממש אפגעגעבן מיט מיר עד אין סוף... ער רעדט עברית אבער ער שרייבט א פיינעם ענגליש.

בקיצור, וואוילע קינדער, און אויך א טאטע וואס וועט קעיר נעמען אויב פעלט אויס...

דא זענען לינקס צו אפאר זאכן וואס ער האט געפאוסט אויף פרוג.
http://www.prog.co.il/showthread.php?t=281645
http://www.prog.co.il/showthread.php?t=278099
http://www.prog.co.il/showthread.php?t=280136
http://www.prog.co.il/showthread.php?t=280425

דאס איז זיין אימעיל, ער מאכט גערן קאסטום וואס מען בעט אים:
r5127109 @ okmail.co.il

ייש"כ ר' בנימין, ממש אזוי ווי דו זאגסט.
דער איד האט אסאך גאר גוטע סקריפטס פאר ווארד-אינדיזיין, ווארד-תג, פידיעף-אינדיזיין וכדומה, ער מאכט אויך קאסטום סקריפטס.
איך האב באשטעלט ביי אים א קאסטום סקריפט פאר אינדיזיין וואס לייגט אריין פידיעפ'ס אין אינדיזיין לויט געוויסע חשבונות. עס ארבייט ממש א מחי'.
ער האט שוין היינט א אייגענע וועבסייט, די אדרעס איז: http://extra-word.com/
ער שרייבט זייער גוט אין ענגליש, און פארשטייט זיך אויך אין עברית.

אוועטאר
יודל1
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2016 2:50 am
פארבינד זיך:

סקריפטס פאר אינדיזיין

תגובהדורך יודל1 » מיטוואך יוני 13, 2018 2:34 am

איך האב געשריבן לעצטנס א פאר פיינע סקריפטס פאר אינדיזיין.
געבט א קוק דא.

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1161
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » זונטאג אוגוסט 19, 2018 7:21 pm

מיר קומט כסדר אויס צו דארפן סעלעקטן גאנצענע פאראגראפן (צו טוישן די פארמאטינג אדער צו קאפיען) און עס איז נישט אזוי געשמאק צו דארפן קוואדראפל-קליקן אדער דרעגן מיטן מייזל פון אנהייב פאראגראף ביזן סוף, ווער רעדט נאך ווען מען רעדט פון מערערע פאראגראפן איז פי כמה שווערער.

האב איך בעז"ה געשריבן א קליינע סקריפט וואס דאס טוט סעלעקטן די גאנצע פאראגראף ווי די קורסער געפונט זיך, אויב איז סעלעקטעד טעקסט פון מער ווי איין פאראגראף טוט דאס סעלעקטן ביידע גאנצע פאראגראפן.
דערנאך האמער אסיינט דעם שארטקאט קנעפל ALT+A צו דעם סקריפט און עס ארבעט ב"ה אמחי'

סא ווען מען וויל סעלעקטן 2 גאנצע פאראגראפן טוט מען אזוי: מען סעלעקט מיט מייזל אביסל פון ביידע פאראגראפן און מען קליקט דעם שארטקאט, פאר מיר שפארט דאס אסאך צייט.

איך לייג עס דא ארויף לתועלת הציבור

SelectParagraph.zip
(290 Bytes) דאונלאודעד 19 מאל


אויב איינער זוכט אזעלכע סארט קליינליכע סקריפטס וואס קען שפארן אסאך צייט, זאל מען מיר לאזן וויסן און איך וועל זיך בל"נ משתדל זיין דאס צוצושטעלן.


צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט