קאמענטארן אויף די אינטערוויא מיט ר' שמואל שפיטצער.

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 26, 2010 2:18 pm

תגובהדורך moshele11211 » דאנארשטאג מארטש 15, 2012 9:57 am

מבין נומ 1 האט געשריבן:הערליכע אינטערוויו, כ'האב געשלינגען מיט דורשט יעדע איינציגע שורה
יישר כח פאר אלע וואס האבן געהאט א חלק אין עס אהערשטעלן

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דאנארשטאג מארטש 15, 2012 10:24 am

איך האלט אינמיטן ליינען, איך מוז מפסיק זיין מיט א ריזן יש"כ. יעצט עלמיר גיין ווייטער [קרעמער; איך ווארן דיך אויב דו האסט עס יעצט נאכאמאל אוועקגענומען..]

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6517
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג מארטש 15, 2012 10:48 am

וועט נאך קומען א PDF?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » דאנארשטאג מארטש 15, 2012 1:12 pm

וואס איז דאס עקנאבעל

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8759
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג מארטש 15, 2012 1:16 pm

"ענקעבאל"

קוק דא: http://www.shopenkebolldesigns.com/builders-series.html

קוק ארום זייער זייטל.
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 30, 2010 7:04 pm

תגובהדורך זייער נייגעריג » דאנארשטאג מארטש 15, 2012 1:28 pm

איינער (הרוצה בעילום שמו)האט מיר געשיקט אין אישי דעם גאנצן אינטערווייא אויף א PDF
צוגעלייגטע
אינטערוויו שמואל שפיצער.pdf
(2.4 MiB) דאונלאודעד 282 מאל

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » דאנארשטאג מארטש 15, 2012 1:40 pm

זאג אים א ריזיגן יישר כח

אוי טאטי
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 01, 2012 4:36 pm
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

תגובהדורך אוי טאטי » דאנארשטאג מארטש 15, 2012 3:02 pm

גרויסע שעכויעח פאר די אינטערוויא עס איז סופער סופער!
אין אויך ש׳כח פאר די פי די עף
טאטע איך דאנק דיך טאטע איך לויב דיך ווייל כ׳בין א איד

זאג נאר
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 12:26 pm

תגובהדורך זאג נאר » דאנארשטאג מארטש 15, 2012 3:05 pm

איך בין געפלעפּט!

אזא פראפעסיאנאלער צוזאמשטעל ברענגט ממש צום שטוינען! איצט פארשטיי איך שוין פארוואס ס'האט גענומען אזוי לאנג... עס ליגט דאך אין דעם שעות און טעג מיט ארבעט, יעדע זאך מסדר צו זיין דבר דבר על אופנו, און ס'איז שלא על מנת לקבל פרס. זאל דער נאמן לשלם שכר אייך באצאלן דערפאר.

אויסער די רייכע קאלירפולע ביאגראפיע — וואס איז דוכט זיך מאל דאס ערשטע מאל אזוי שיין באשריבן און דאקומענטירט די אנהייב פון די גראפיק עפאכע ביים היימישן ציבור — און קרישקעלעך ארום זיין לאנג-יאריגע קאדענץ אלס דער גרעסטער היימישער ארטיסט בימינו, וואס איך האב געלייענט מיט איין אטעם מיט גרויס אינטערעסע, בין איך דאס מערסטע געווארן איבערגענומען פון ר' שמואל'ס נאבעלער פערזענליכקייט און איידעלער כאראקטער וואס לויפט דורך ווי א דינער צד השוה'דיגער שטריך דורכאויס דעם גאנצן אינטערוויו. איך בין באמת אנטציקט דערפון. פון זיין אנשטענדיגקייט און ארענטליכקייט וויאזוי זיך צו באגיין מיט קליענטן און קאמפעטישאנס צוגלייך קען מען זיך אסאך לערנען, וממנו ילמדו וכן יעשו.

איך וואונטש פאר ר' שמואל'ן אסאך אסאך הצלחה אין אלע זיינע אונטערנעמונגען, מעתה ועד עולם, מתוך נחת ושמחה, אמן.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6517
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג מארטש 18, 2012 12:39 pm

יישר כח פאר די PDF
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » זונטאג מארטש 18, 2012 9:57 pm

איך וויל איבערגעבן בשער בת רבים א הערצליכן יישר כח פארן חשוב׳ן ראש הקהל הרב שמערי בערי פארן אהערשטעלן דעם הערליכן און העכסט געלונגענעם אינטערוויו
מיר ווייסן גענוי וויפיל ארבעט עס ליגט דערין, דיין ארבעט איז אומשאצבאר - כה לחי!

און אן עקסטערן יישר כח פאר דעם נידן דידן הרב ר׳ שמואל שפיטצער פארן אוועקגעבן פון זיין פארנומענעם סקעדזשול און מיטטיילן מיטן ציבור פון זיין רייכן אוצר
דער אינטערוויו פארמאגט באמת אסאך חידושים און טיפס, עס איז מתוק לחיך!
ישלם ה׳ פעלו ותהי משכורתו שלמה מעם ה׳

מר. פאטאשאפ

יצחקל
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 9:22 pm

תגובהדורך יצחקל » מאנטאג מארטש 19, 2012 12:41 am

א גרויסן ישר כח
געליינט די גאנצע מיט א אפענע מויל און געשלינגן די ווערטער מיט דארשט ;l;p-

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » מאנטאג מארטש 19, 2012 9:32 am

יצחקל האט געשריבן:א גרויסן ישר כח
געליינט די גאנצע מיט א אפענע מויל און געשלינגן די ווערטער מיט דארשט ;l;p-


מי יודע האט געשריבן:יישר כח פאר די PDF
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10261
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » מוצ"ש מארטש 24, 2012 11:22 pm

הערליך שיין עס איז געוואלדיג, אזויפיל אינהאלטס רייכע אינפארמאציע קלאר אוועקגעשטעלט,
מען קען עס איבערגיין עטליכע מאל און אייביג ארויסנעמען נייע פונקטען אזוי רייך איז דער ארטיקעל,
א גרויסען ישר כח,
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » מיטוואך מארטש 28, 2012 1:19 pm

בס"ד,

יא, איך קען אויך זאגן WOWOW. אויף זיין ארנטליכקייט, פארגינען, אידישע ערליכע צוגאנג, פרעפאסיאנאלער ארטיסט און גראפיסט און אילוסטרירער, אלטע היסטאריע פון וויליאמסבורג (כ'האב נאך עספיעט צו זעהן ר' פישל באב"ד ז"ל ערגעץ אויף מארסי עוועניו מאלן א טראק פאר באר מים סאדא קאמפאני, די סאדע באבלעך...), אלטע היסטאריע פון פלאפי דיסקס (ווער געדענקט נאך די גרויסע שווארצע מיט 1.25 מעג, נאכדעם איז געקומען די קליינע הארטע...).

א משפחה מיינער איז א נאנטער ידיד מיט ר' שמואל נאך פון חדר, און ער האט מיר אפאר מאל געוויזן א קאפי פון וואס שמואל האט געמאלדן אין חדר... הערליכע מאלערייען פונעם ברך משה זצ"ל... ועוד ועוד...

די אינטערוויו איז עפעס לעילא ולעילא.

איצט וועל איך כאפן א שפאציר ארויס פון די טעמע דירעקט, מענין לענין באותו ענין, אויב די חברי המערכת וועלן עס צולאזן (אויב מען וויל מעקן, פארשטיי איך זיי גוט).

אויב די קרעטשע קען האבן אזא געוואלדיגע אינטערוויו - רייך, אידיש, געשמאק, אינפארמאטיוו, "נוגע" פאר אזויפיל אידן - דא אנליין, פארוואס קענען עס די צייטונגען און מאגאזינען נישט האבן????????????????????? אנשטאט די מאפיא און קעי. דזשי. בי. און יונעבאמבער און קאמאנדא ארטיקלען און אויסגעבלאזענע דזשאן מעקעין דזשאוקס???????????????????? מ'קען דאך יא, אינטערעסאנט איז עס שוין איינמאל, אפילו דראמאטיש - לייגטס אריין אין אזעלכע ארטיקלען און אינטערוויוס אנשטאט די צואה רותחת וואס איר פיטערט די יונגגווארג!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! איר, צייטונגען און מאגאזינען אייגענטומער און רעדאקטארן און שרייבער, קוקטס אהער וואס מיינט קוואליטי, "דאס" זוכט דער עולם!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

אנטשולדיגט, אז עס טוט וויי שרייט מען. און זאל מען נישט קומען מיט'ן באלאני תירוץ אז דער עולם זוכט דוקא יענע גרויליגע סחורה. דער אינטערוויו איז די גרעסטע ראי' פארקערט, און זאל דאס אליינס ברענגען זכותים און השפעות טובות אויף ר' שמואל זאל זיין געזונט און אלע וואס האבן צוגעהאלפן דערצו.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מיטוואך מארטש 28, 2012 2:05 pm

יונטעל דא איז אביסל אנדערש, אונזער וועלטל איז א פלאץ ווי יעדער ארבעט צוזאמען יעדער וויל צופרידשטעלן איינער דעם צווייטען, אוטומאטיש האט יעדער א הנאה אהערצושטעלן ווערדפולע סחורה.
ביי צייטונגען קוקט מען נישט אויף די ליינער אדער אויף זייער געברויך, מ'קוקט אויב די רעדאקטער איז צופרידן, און ער קוקט נאר אויף די געלט.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג מארטש 29, 2012 12:34 pm

טאקע ממש איצט בין איך על דרך לא דרך געוואויר געווארן די פונקטליכע סכום וואס מען האט געצאלט פאר שמערי, שמואל, וויכטיג, און די אנדערע וואס האבן אנטייל גענומען אינם שפיל. וואס זאל איך זאגן, איך בין געבליבן ערשטוינט! אזויפיל שעות ארבעט פאר גארנישט באצאלט? נו זאל השי"ת ענק באצאלן פארן מהנה זיין אזויפיל אידן וגם אני בתוכם.

אוועטאר
משה פאלאפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 21, 2010 12:59 pm

תגובהדורך משה פאלאפל » דאנארשטאג מארטש 29, 2012 2:27 pm

יום טוב ערליך דו זאגסט גאר גוט! הלוואי זאלן עס די חברה דערהערן!
לייבי נאדיר א גרינס ;l;p-

ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

תגובהדורך ביזנעסמאן » זונטאג יולי 28, 2013 12:16 pm

נו, ווען קומט שוין נאך אן אינטערוויו מיט איינער פון די שטערנס בעולם הגראפיקנות?
תורה איז די בעסטע סחורה.

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 1:21 pm

א הערליכע תוכן׳דיגע אינטערוויו ווערד אדורכצוליינען.
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.


צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט