טעכנאלאגיע נייעס

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9031
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג מארטש 16, 2015 5:56 pm

חחחח, גוט!
און ווילאנג האט עס גענומען פאר דער YO# עפפ?...
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3728
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג מארטש 16, 2015 5:58 pm

אז מ'רעדט שוין, אין 1999 האט איינער (מיטן נאמען...) מחליט געווען אז ס'איז שוין דא צופיל דאמעינס, און ער האט געמאכט א סירטש ענדזשין. ה"ה גוגל.
...

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » פרייטאג מאי 01, 2015 1:18 pm

Grooveshark האט זיך אפגעשפארט- היינט אין די נייעס

זיי האבן פארלעצט קאפירייט געזעץ און געווען געצווינגען צו אויפגעבן זייער בעלות אויף די סייט און די עפפס
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » מוצ"ש מאי 02, 2015 10:17 pm

אין א פרישע דירעקציע אוועק פון זייערע טראדיציאנעלע דזשי.פי.עס מאשינען, האט דער סאטנעוו קאמפאני טאם טאם געמאלדען אז זיי קומען ארויס מיט א נייע פראדוקט, א עקשען קעמערע (קעמערעס וואס מען טוט אן אויפן קאפ ביים דרייווען בייקס, שווימען און טאנצען פון הויכע פלעצער וכו') מיטן נאמען "בענדיט".

דער בענדיט עקשען קעמערע וואס גייט ארויס קומען סוף חודש, איז געצילט צו כאפען גרינג און לייכט א קליפ און עדיטען די ווידעא און דאס שנעל שערן און מיטטיילען מיט אנדערע.

דער עיקר מעלה פונעם מאשינקע איז אז מען דארף נישט אראפ נעמען די איהאלט צו א קאמפיוטער, און דארט עדיטען און ווייטער שערען. אלעס ווערט געטוען אין די דעווייס זעלבסט, וואו אויך אויף די טעלעפון מיט'ן שפעציעלע אפפ דערפאר (ביזדערווייל נאר איי.או.עס, ענדרויד וועט נאכפאלגען).

דער בענדיט קעמערע קומט אריינגעבויט מיט פילע פארשיעדענע קעמערע מאושען און דזשי.פי.עס. (פארשטייצעך) סענסארס, און וועט אויטאמאטיש טעגען אינטרעסאנטע מאמענטען (באזירט אויף פארשידענע פאקטען וואו שנעלקייט, הארץ ראטע, באוועגונגען אא”וו).

די קעמערע איז א 16 מ"פ, מיט א מעגליכקייט פון אויפכאפען 1080 פ' און איז וואסער-פראוו. די מאשין וועט קאסטען $400.
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » מוצ"ש מאי 02, 2015 10:17 pm

לעצט פאראכטן דורך יאפין אום מוצ"ש מאי 02, 2015 10:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אוועטאר
איךביןשויןגרויס
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 14, 2011 9:36 am
לאקאציע: אונטער די קאפל

תגובהדורך איךביןשויןגרויס » זונטאג מאי 03, 2015 2:41 am

בנימין הלוי האט געשריבן:Grooveshark האט זיך אפגעשפארט- היינט אין די נייעס

זיי האבן פארלעצט קאפירייט געזעץ און געווען געצווינגען צו אויפגעבן זייער בעלות אויף די סייט און די עפפס

שלעכטע נייעס! איך פלעג עס אסאך ניצן

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9031
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

uBeam, ווייערלעס פלאגס, אבער עכט ווייערלעס!

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג מאי 04, 2015 8:26 am

איר קומט אהיין ביינאכט און אייער פאון'ס בעטערי האלט שוין ממש ביי כלות, איר נעמט א שטעקער און שטעקט עס אריין צום פלאג אין וואנט, פרובירט צו טרעפן דער לענגסטער ווייער אמער ברויכסט דאך נאך שפילן איין רונדע פון קענדי קראש... אבער שיקן אפאר אימעילס.... און איר גיבט אזא טראכט פארוואס אין דער וועלט דארף מען נאך היינט אריינפלאגן עפעס?... קיינער קען נישט מאכן עפעס אזויווי ווייפיי פאר עלעקטעריק? עס העטעך געווען אזוי גוט... (דער נארישער טעכנאלאגיע וואס ווערט גערופען ווייערלעס טשארדזשינג היינט איז דאך סתם נאריש, מען מוז לייגן דער דעווייס אויפן טשארדזשינג פעד און עס טשארדזשט מיט מאגנעטישע כח, אבער מיר דארפן עפעס עכט ווייערלעס...).

נו שוין, פאר אייך... דער פירמע uBeam האט אנגעהויבן צאמצונעמען אינוועסטער צו ארויסגעבן זייער פראדוקט. און זיי זאגן אז עס וועט זיין ברייט עוועליבעל ביז ארום צוויי יאר, און עס וועט זיין אן אפארדעבעל אפאראט נישט א לוקזשורי אייטעם.

דער מאשין וועט קומען מיט צוויי חלקים (דאס איז ביז ווילאנג עס פאנגט אן צו קומען אריינגעבויעט אין דעווייסעס און אין ווענט...). איינס וועט זיין אזויווי א ספיקער וואס מען וועט אריינפלאגן אין דער וואנט אוטלעט און עס וועט לאזן הערן זיין שטומע, אבער עס וועט זיין א שטומע שטומע פון אלטרע-וועיוו סאונדס (דאס איז סאונד אויף א הויכע פריקווענסי מער ווי א מענטש קען הערן) וואס האט דער כח פונקט ווי עלעקטעריק. און לעומתו איז דער דער בעטערי אדאפטער וואס איז בערך די סייז פון א יו.עס.בי. פלעש-דרייוו און דאס וועט אריינעמען אין זיך די אלטרע-סאונד וועיוו און עס איבערדרייען צו נארמאלע עלעקטעריק, און עס וועט סטארן די פאוער אין א בעטערי וואס מען וועט דערינען אריינפלאגן סיי וועלכע כלי מיט א נארמאלע פלאג און עס טשארדזשן/נוצן (אדער וועט דער רעסיווער קענען זיין א פאון קעיס וכדו').

דער קאנצעפט איז שוין ארויסגעשטעלט געווארן אין 2011 דורך צוויי יונגע פענסילוועניע קאלעדזש גרעדס, און עס האט דעמאלטס באקומען דער טעק פראדוקט אינווענטשען אווארד פון פען קאלעדזש. יעצט האלטן זיי ביי א רעינדזש פון ארום 15 פיס ווייט וואו דאס וועט ארבעטן (שטייצעך אז דאס קען בעסער ווערן מיט דער צייט). עס גייט נישט אריבער קיין יומען באדי'ס סאו דער בעסטער פלאץ דערפאר וועט זיין אויפן דאך.

uBeam.PNG
uBeam.PNG (7.17 KiB) געזעהן 3473 מאל
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6917
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מאנטאג מאי 04, 2015 8:50 am

wow
ווי א שטארקע קראפט וועט עס האבן?
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » מאנטאג מאי 04, 2015 8:51 am

מורא'דיג זאך, ווילאנג דארף מען טשארדזשען, אז די בעטערי זאל זיין אינגאנצען פיל?

מ'האקט, שלח!
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9031
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג מאי 04, 2015 8:53 am

מיסטעריעז האט געשריבן:wow
ווי א שטארקע קראפט וועט עס האבן?

לויט דער בעטערי, דאס גייט דאך למעשה געבן פאוער פאר דער כלי.
יאפין האט געשריבן:מורא'דיג זאך, ווילאנג דארף מען טשארדזשען, אז די בעטערי זאל זיין אינגאנצען פיל?

איך ווייס נישט יעצט, אבער אין 2011 האבן זיי געזאגט 3 און אהאלב שעה פאר א פולע בעטערי און דאן וועט עס ארבעטן ממש ווי א פלאג. כ'גלויב אז יעצט איז עס שוין נאך בעסער פון דעם.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6917
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מאנטאג מאי 04, 2015 8:56 am

קנאפער ידען האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:wow
ווי א שטארקע קראפט וועט עס האבן?

לויט דער בעטערי, דאס גייט דאך למעשה געבן פאוער פאר דער כלי.

וואס?! וואסארא קראפט גייט דער ריטשארדזשער ארויסגעבן? די output, וויפיל mA?

דיין תשובה גילט אויף יאפין'ס שאלה
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9031
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג מאי 04, 2015 9:43 am

מיסטעריעז האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:wow
ווי א שטארקע קראפט וועט עס האבן?

לויט דער בעטערי, דאס גייט דאך למעשה געבן פאוער פאר דער כלי.

וואס?! וואסארא קראפט גייט דער ריטשארדזשער ארויסגעבן? די output, וויפיל mA?

זיי האבן נישט געזאגט קיין נומער, אבער דאס איז נישט אן איין נומער'דיגע ענפער, זינט זיי קענען דאך מאכן אלע סארט.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מאי 04, 2015 12:58 pm

געוואלדיג!!

(עקסטערע אשכול אלערט)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » מאנטאג מאי 04, 2015 2:31 pm

געוואלד! די שטראלן זענען דאך געפערליך נישט געזונט, מ'וועט דארפן ארויפשרייבן אויף די באקס אז עס קען גורם זיין יענע מ...

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9031
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג מאי 04, 2015 2:39 pm

בערקא האט געשריבן:געוואלד! די שטראלן זענען דאך געפערליך נישט געזונט, מ'וועט דארפן ארויפשרייבן אויף די באקס אז עס קען גורם זיין יענע מ...

פארוואס זאגסטו אז עס איז נישט געזונט? עס איז נישט לייט וועיווס ווי מייקראוועיוו וכדו', נאר סאונד וועיווס אזויווי אודיאו, איך האב קיינמאל געהערט אז דאס איז נישט געזונט.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » מאנטאג מאי 04, 2015 3:00 pm

ווארט נאר צו, מ'עט שוין טרעפן פארוואס ס'איז נישט געזונט.


ביי דע וועי וואסארא סארט שטראלן שיקט א סעלפאון ארויס?

כ'פרעג ווייל כ'ווייס פון מענטשן וואס די וועיווס שטערט זיי,

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9031
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג מאי 04, 2015 3:01 pm

בערקא האט געשריבן:ווארט נאר צו, מ'עט שוין טרעפן פארוואס ס'איז נישט געזונט.


ביי דע וועי וואסארא סארט שטראלן שיקט א סעלפאון ארויס?

כ'פרעג ווייל כ'ווייס פון מענטשן וואס די וועיווס שטערט זיי,

א סעלפאן שיקט לייט שטראלען.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4264
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

וועריזאן קויפט אפ AOL

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג מאי 12, 2015 9:52 am

'ווערייזאן' האט געמאלדן אז זיי גרייטן זיך צו שליסן א דיעל אפצוקויפן די אינטערנעט ריז AOL פאר 4.4 ביליאן דאללער.
הק' איש ימיני

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9031
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג מאי 12, 2015 10:13 am

גערעכטער האט געשריבן:'ווערייזאן' האט געמאלדן אז זיי גרייטן זיך צו שליסן א דיעל אפצוקויפן די אינטערנעט ריז AOL פאר 4.4 ביליאן דאללער.

זענען זיי נאכאלץ קאנסידערט אלץ 'ריז'?

אגב, עס איז פאריגע וואך געווען אין די נייעס אז 2.1 מיליאן מענטשן נוצן נאך דייל-אפ קאננעקשאן פון AOL לא עלינו!... דייל-אפ איז בערך א צוויי-הונדערטסטעל פון בראדבענד ספידס!
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4264
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג מאי 12, 2015 10:17 am

קנאפער ידען האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:'ווערייזאן' האט געמאלדן אז זיי גרייטן זיך צו שליסן א דיעל אפצוקויפן די אינטערנעט ריז AOL פאר 4.4 ביליאן דאללער.

זענען זיי נאכאלץ קאנסידערט אלץ 'ריז'?

אגב, עס איז פאריגע וואך געווען אין די נייעס אז 2.1 מיליאן מענטשן נוצן נאך דייל-אפ קאננעקשאן פון AOL לא עלינו!... דייל-אפ איז בערך א צוויי-הונדערטסטעל פון בראדבענד ספידס!

גערעכט.
געוועזענע ריז און פיוטשער ריז..
הק' איש ימיני

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג מאי 12, 2015 4:55 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:'ווערייזאן' האט געמאלדן אז זיי גרייטן זיך צו שליסן א דיעל אפצוקויפן די אינטערנעט ריז AOL פאר 4.4 ביליאן דאללער.

זענען זיי נאכאלץ קאנסידערט אלץ 'ריז'?

אגב, עס איז פאריגע וואך געווען אין די נייעס אז 2.1 מיליאן מענטשן נוצן נאך דייל-אפ קאננעקשאן פון AOL לא עלינו!... דייל-אפ איז בערך א צוויי-הונדערטסטעל פון בראדבענד ספידס!

גרויסע מעלה גראדע!! מען האט בערך צוויי וואכען צו קענסלען א אי-מעיל......
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » פרייטאג יולי 03, 2015 11:37 am

פארד האט א ריקאלל אויף 433,000 קארס צוליב א סאפטווער באג וואס מאכט אז מ'קען נישט אויסלעשן די מאטאר אפילו נאכן ארויסנעמען די שליסל.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9031
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

דער Reddit רעוואלט - וואס גייט פאר?

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג יולי 07, 2015 11:31 pm

אסאך געדענקן נאך ווען ארענדער מיט קרעמער האבן זיך צעשלאגן און עס האט ממש געהאלטן ביי א טיילונג פון אייוועלט. נע... דאס איז נאר געווען א אפריל פאאלס וויץ און איז ב"ה קיינמאל נישט פארגעקומען אין ריאליטעט...

אבער אויף רעדיט, דער וועבזייטל וואס רופט זיך "דער פראנט פעידזש פונעם אינטערנעט", איז יא עפעס ענדליך געשען... אדער כמעט געשען. רעדיט איז פון די מערסט באנוצטע אינטערנעט וועבזייטלעך (מער פונקטליך דער איין און דרייסיגסטער אויפן ליסטע), וואס דאס נעמט בלויז ארום 170 מיליאן יוניק וויזיטארס א חודש (נע... אייוועלט האט שוין באלד מער...). רעדיט איז דער שפיץ פון פארומען זייטלעך, מיט אירע איבער 9000 אקטיווע (אומאקטיווע איז דא קרוב צו א מיליאן) סאב-רעדיטס, דאס זענען אזויווי עקסטערע פארומען אין דער מעין סייט (ענדליך צו וויאזוי היימישע קרעטשמע פלעגט אנגיין אין ה"פ).

אבער וואס איז שוין געשען יעצט?... איז אזוי: רעדיט איז געגרינדעט געווארן אין 2005 דורך אקטיוויסטן פאר פרי ספיטש (איינער איז דער באקאנטער אראן שווארץ וועלכער איז לויט געוויסע געשטארבן נאכן ווערן אונטערדריקט דורך די גאווערמענט וועגן זיינע אקטיוויסטישע טאהטן, באט איי דיגרעס) און איז שפעטער אויסגעקויפט געווארן דורך א פירמע וואס באלאנגט פאר דער קאמפאני 'עדווענס פאבליקעישאנס'. אבער אפילו זייענדיג אונטער א פאר-פראפיט קאמפאני איז עס געווען נאכאלץ זייער שטארק פריי אן קיינע נארמאלע גדרים, מען האט געשריבן אלעס וועגן איעדעם און אלעס... פרידאם אוו ספיטש אין איר שטערקסטער פארעם. דער פלאץ ווערט בעיקר געפירט דורך די וואלענטיר מנהלים און אחראים, און האט א קליינע באצאלטע סטעף אין שפיץ פון דער - צייטווייליגע - CEO עלען פאו (באקאנט פון איר אנקלאגע איבער פרויען רעכטן קעגן קליינער פערקינס וואס זי האט לעצטענס פארלוירן, אבער ווייטער איי דיגרעס...).

נאך איין נקודה וואס פעלט אויס צו פארשטיין דער מערכה, פאר מיר גיימיר צו צו די נייעס. די מערסט באוואוסטע חלק פון רעדיט איז געווען די AMA (עסק מי עניטינג) און IAmA (איי עם עי) ווי אויכעט AMAA (עסק מי אלמאוסט/אבסעלוטלי עניטינג). דאס זענען אלעס אזאנע סארט אנליין פרעס קאנפרענצן וואו יוזערס פרעגן שאלות פון דער האוסט און ער ענפערט. דער אפטיילונג האט שוין געהאט געסט פון די סאמע שפיץ פונעם (גוי'שע, סעלעבערטי) פאלק, עטליכע דוגמאות זענען פרעזידענט אבאמא, ביל געיטס, ראן פאול, אן אסטראנאט גראד פון ספעיס סענטער, און נאך אסאך. דער אפטיילונג ווערט שוין געפירט פאר אפאר יאר דורך א באצאלטער ארבעטארין מיטן נאמען וויקטאריע טעילער. זי האט אויך געדינט ווי א שטיקל ליעיזאן צווישן די וואלענטיר מאדערעטערס און די אדמיניסטרעישאן.

זינט דער פירמע וואס אונט עס זוכט דאך צו מאכן געלט וואס דערווייל מאכן זיי נישט עכט, האבן זיי זיך גענומען זוכן אדווערטייזערס וואס זאלן אדווערטייזן ביי זיי זינט עס איז דאך א נישט נארמאלער פאפולערער פלאץ. אבער דא האבן זיך די פראבלעמען אנגעהויבן... כמעט קיינער האט נישט געוואלט אדווערטייזן ביי זיי זינט זיי זענען פול מיט ראסיזים העקעריי און נאך זאכן, און ביזנעסער האבן מורא געהאט אז זיי וועלן ווערן געלייגט ווי אין חרם דורך די וואס מען בא'שגץ'ט אדער מען בארעדט אויף רעדיט. האבן זיי זיך דערזען פאר א פראבלעם אין זיי האבן מחליט געווען באפס מה אנצוהויבן צו רעסטריקטן וואס מען מעג אלץ נישט שרייבן און וואס מען דארף מעקן וכדו'. אה... דאס האט שוין אויפגערעגט א ריזן טייל פון די יוזערס וועלכע האבן געשריבן אז רעדיט מיט א צענזור איז קיין רעדיט נישט, און ווי אויכעט אז רעדיט ברענגט זיי טאקע צאם, אבער דער ווערד איז פון די יוזערס און אויב גייט מען קעגן די יוזערס וועט קיין רעדיט נישט זיין. אזוי טוט זיך שוין א שטיק צייט היציגע קולות.

אבער אויסגעפלאצט האט עס פאריגע וואך דאנערשטאג, ווען אן קיין פארווען און קיין פארוואס האט מען דיסמיסט דעם אויבנדערמאנטן וויקטאריע טעילער וועלכער איז געווען גאר שטארק ארויפגעקוקט ביי די רעדיטארס, פירענדיג דער פאפולערער אפטיילונג און ווי געזאגט זייענדיג דער פארמיטלער צווישן זיי אין דער אדמיניסטרעישאן. און עס איז געשען עפעס וואס איז גערופן געווארן "דער רעדיט בלעקאוט", נעמליך אז גאר גאר אסאך מאדערעטערס פון די סאברעדיטס האבן אלץ מחאה אויף דעם אקט געטוישט זייער סאב-רעדיט צו פרייוועט, אזוי אז קיינער האט עס נישט געקענט עקסעסען. זיי זענען אלע ארויף אויף די נייעס און געוויינט און געשריגן אז דער רעדיט אדמינסטרעישאן פירן זיך ווי חיות און רעכענען זיך גארנישט מיט די אומבאצאלטע וואלענטירן און וואס זיי ווילן און בעטן. ווי אויכעט האבן יוזערס געמאכט א פעטיציע אויף טשעינדזש.ארג אז דער CEO עלען פאו זאל רעזיגנירן, וועלכע האט שוין איבער צוויי מאות אלפים חתימות.

דער CEO זעלבסט האט נאר ערגער געמאכט ביז היינט דער מצב, שרייבענדיג אומסענסעטיווע קאממענטס און זיך נישט וואוסענדיג מאכן אויף די טענות פון דער כלל. ביז היינט ווען נאכן זען אז דער פעטיציע האט אזוי געוואקסן ווי משוגע האט זי ארויסגעגעבן א ביטערע סטעיטמענט ווי זי שרייבט צווישן אנדערע: "we screwed up, אונז האמיר נישט גוט קאמיוניקעיטעד", ווי אויכעט "אונז זעמיר זיך מודה אויף דער לאנגע קייט פון טעותים, און מיר זענען דאנקבאר פאר אלעס וואס איר טוט פאר רעדיט בעת ווען די גרינס בלייבט סטאק ביי מיר. די מאדערעטערס און די פאבליק האט פארלוירן טראסט אין מיר און אין אונז", און אזוי ווייטער. דערווייל האט זי אבער נישט רעזיגנירט און דער ארבעטער איז נישט צוריקגענומען געווארן. די הלוך ילך ביי רעדיט האט זיך שוין אביסל בארואיגט און רוב סאברעדיטס זענען שוין שוין צוריק נישט פרייוועט. וועט מען זען וואס גייט זיין ווייטער.

(יא געשריבן אלעס, נישט געשריבן אלעס... גענוג לאנג איז עס שוין... שיק...)
צוגעלייגטע
150706_BIT_RedditRevolt.jpg.CROP.original-original.jpg
Screen-Shot-2015-07-03-at-11.15.43-AM1.png
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10756
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך יולי 08, 2015 12:22 am

יישר כח קנאפער ידען, העכסט אינטערסאנט דאס.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1874
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מיטוואך יולי 08, 2015 2:19 am

לכאורה האט געשריבן:יישר כח קנאפער ידען, העכסט אינטערסאנט דאס.


צוריק צו “טעכנאלאגיע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט