אינסטעגראם!

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

אינסטעגראם!

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2012 9:58 pm

-צוזאמגעשטעלט פון אפאר אשכולות-



אינסטעגראם! האט איר שוין אמאל געהערט דערפון? שוין געווען דערמאנט אמאל דא אגב, אבער עס פארדינט א עקסטערע באהאנדלונג.

קודם א קליינע הקדמה:

"אספעקט רעשיא", איז די "פראפארציע" די "יחס", פון די סייז פון די צוויי זייטען פון א זאך, איין זייט קעגן דעם צווייטען, ביי אזא זאך וואס האט צוויי זייטען, א ברייט און א הויך. למשל א זאך וואס איז אנדערהאלבן מאל אזוי ברייט ווי הויך, קען מען זאגן אז עס האט א "אספעקט רעשיא" פון 1.5:1 אדער 3:2.

1.5:1 איז פשוט, איין זייט - די הייעך - "1", און די אנדערע זייט - די ברייט - "1.5", אדער 3:2, די ברייט האט עס "3" חלקים פון 3 חלקים, און אויף די הייעך האט עס נאר "2" חלקים פון די "3" חלקים.

א נארמאלע קעמרע כאפט א בילד וואס איז א 1.33:1 אדער 4:3 "אספעקט רעשיא", דאס הייסט עס איז א פערטל "ברייטער" ווי עס איז "הויך", דאס איז אנגענומען אלס די "פראקטישסטע סטאנדארט", ווייל דאס איז בערך וויפיל א מענטשליכע אויג זעהט.

אזוי איז דא אסאך "אספעקט רעשיא'ס" יעדע קומפיוטער סקרין (אדער "מאניטער" אויף צו זיין מער קארעקט) האט א געוויסע "אספעקט רעשיא" (צו דעם קען מען - אויב עס פעלט אמאל אויס - ארום טוישען די סקרין סעטינג'ס, אז עס זאל האבן אנדערע "רעשיא'ס" אבער דאן וועט עס נישט ניצן דעם גאנצען סקרין, נאר וועט "שניידען" פון די הויך אדער ברייט).

נישט אלס איז די "סייז" פון א בילד געווען 4:3 "אספעקט רעשיא", אמאל איז עס געווען מער ווייניגער פיר עקיג, די זעלבע ברייט ווי הויך, אז איינער וועט קוקען אויף די אלטע "שווארץ און ווייס" בילדער פון די עלטערען - אדער פון די און עלטערען, אויב זענען אייערע עלטערן פון דעם נייעם דור - אלס קינד, וועט איר זעהן אז עס איז מער וויינגער פיר עקיג.

למשל די "פולערויד" קעמרע, וואס מאכט "אינסטענט" בילדער, ארבייט נאך אלס אזוי, מיט פיר עקיגע בילדער.

כ'האב שוין אמאל געשריבן דערפון ממש אגב, אין א קורצע פארעגראף דא אינעם ערשטען שטיקל (פרייע אדווערטייזמענט פאר אן אלטען ארטיקל :wink: ): "די לייקע פרייהייט באן" viewtopic.php?f=63&t=15791

למעשה אין די דזשיטאל וועלט איבערהויפט אין די "הענד העלד דיווייסעס" וועלט, איז "פיר עקיג" מער פראקטיש ווי 4:3 "אספעקט רעשיא", געווענדליך זענען די בלאגס אזוי דיזיינט, און יעדער האט שוין מן הסתם זיך אנגעשטויסען אינעם פראבלעם, אז מען וויל "ארויף לייגן" א בילד אויף א בלאג אדער "יוזער פראפייל" און מען דארף די בילד "שניידען" אז עס זאל פיטן די "דימענטשענס" וואס די סייט פארלאנגט, און אויף "הענד העלד" איז דאך פשוט, יעדע טעלעפאון למשל, איז העכער ווי ברייט, איז א פיר עקיג בילד מער פראקטיש.

איז געקומען א קאמפאני, "אינסטעגראם" אין אקטובער 10' און געמאכט א אייפון עפפ, וואס מען קען כאפן בילדער דערמיט, דאס הייסט עס כאפט די בילדער מיט די געהעריגע פאון קעמרע, אבער מיט זייער סאפטוועיר, און עס האט די מעלה, אז עס כאפט פיר עקיגע בילדער, און האט עס נאך עטליכע אפציעס, צו קענען כאפן "שווארץ און ווייס" בילדער, אלט מאדיש (אזוי רויטליך) אא"וו.

די בילדער בלייבן אין די "אינסטעגראם" נעטווארק, אזוי אז עס ווערט "געשערד" מיט אנדערע "אינסטעגראם" באנוצער, אזוי ווי "טוויטער" פאר מעסעדזשעס. בקיצור עס איז די "טוויטער" פאר בילדער, כאטש עס איז דא נאך "שערינג" סייטס פאר בילדער ווי יאהו'ס "פליקער" אדער גוגל'ס "פיקאסע", איז "אינסטעגראם" געווארן זייער פאפיולער - בעיקר פאר האנט מכשירים - וויבאלד עס האט די מעלות וואס איז דא געשריבן.

די "עפפ" איז געווען א "אינסטענט סוקסעס", און אין די ערשטע פאר שעה האבן עס שוין טויזענטער "אראפ געלאוד", אזוי אז די סערווערס וואס האבן געהאלטען די בילדער האט געהאלטען אין איין קראכען.

זיי האבן זיך קוים אן עצה געגעבן מיט זייערע סערווערס, און אין די ערשטע 24 שעה האבן זיי שוין געהאט 25,000 באניצער! און ביז דריי וואכן האט עס געהאלטען ביי 300,000 באניצער!

קארגע אכטצען חדשים שפעטער אין אפריל 12' איז "אינסטעגראם" געווארן די פארמעגען פון פעיסבוק פאר די פרייז פון.......... איין "ביליאן" דאלער!! די צוויי חברה וואס האבן עס אנגעהויבן, זענען געגאנגען פון צוויי צוצאקעס, וואס האבן געדארפט בעטן הילף ווען זייער סערווער האט געקראכט די ערשטע נאכט, און זיי האבן נישט געוויסט ווי אזוי זיך צו ראטעווען, צו ביליאנערן!

פארוואס פארצייל איך אייך דאס היינט? ווייל היינט איז געקומען די נייעס, אז "אינסטעגראם" איז שוין איבערגעשטיגן "טוויטער" – א קאמפאני וואס האט אויך געוואלט קויפן "אינסטעגראם" - מיט "טעגליכע באניצער"! זיי האבן געהאט 7.3 מיליאן טעגליכע באניצער, קעגן די 6.9 פון טוויטער.

טוויטער האט נאך אלס מער באזוכער, 29 מיליאן טעגליך קעגן 22 מיליאן פאר "אינסטעגראם", אבער "באניצער" – "טעגליכע" אין די לעצטע חודש, נישט בכלל וויפיל מענטשען ניצן די סערוויס – האט "אינסטעגראם" געהאט מער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2012 10:04 pm

א באהאנדלונג איבער "אינסטעגראם", געט א קוק דא: viewtopic.php?p=610014#p610014

(עס קומט בעצם דא, נאר עס איז א פעיסבוק קאמפאני, האב איך עס אהין געלייגט)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11796
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2012 11:24 pm

זעהסט די חילוק. איך ליין די נייעס וועגן אינסטעגרום און איך גיי ווייטער. יא, ס'איז אינטערעסאנט צו ליינען אבער דאס אלעס. קומט לכתחילה און לייגט עס אראפ דא. און מיט דעם קומט די גאנצע הסבר וויאזוי די זאך ארבעט, די היסטאריע דערפון, די אפדעיטס, לכתחילה איך וואלט געביטן דיין נאמען צו 'אייוועלטס וויקי'

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1872
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 12:21 am

געלעגער האט געשריבן:זעהסט די חילוק. איך ליין די נייעס וועגן אינסטעגרום און איך גיי ווייטער. יא, ס'איז אינטערעסאנט צו ליינען אבער דאס אלעס. קומט לכתחילה און לייגט עס אראפ דא. און מיט דעם קומט די גאנצע הסבר וויאזוי די זאך ארבעט, די היסטאריע דערפון, די אפדעיטס, לכתחילה איך וואלט געביטן דיין נאמען צו 'אייוועלטס וויקי'

איך מיין מען זאל עם הייערען פול טיים

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 12:22 am

לכתחילה איך וואלט געביטן דיין נאמען צו 'אייוועלטס וויקי'
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מוצ"ש נובעמבער 03, 2012 9:48 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:אינסטעגראם! האט איר שוין אמאל געהערט דערפון? שוין געווען דערמאנט אמאל דא אגב, אבער עס פארדינט א עקסטערע באהאנדלונג.


איז געקומען א קאמפאני, "אינסטעגראם" אין אקטובער 10' און געמאכט א אייפון עפפ, וואס מען קען כאפן בילדער דערמיט, דאס הייסט עס כאפט די בילדער מיט די געהעריגע פאון קעמרע, אבער מיט זייער סאפטוועיר, און עס האט די מעלה, אז עס כאפט פיר עקיגע בילדער, און האט עס נאך עטליכע אפציעס, צו קענען כאפן "שווארץ און ווייס" בילדער, אלט מאדיש (אזוי רויטליך) אא"וו.

........

בקיצור עס איז די "טוויטער" פאר בילדער, כאטש עס איז דא נאך "שערינג" סייטס פאר בילדער ווי יאהו'ס "פליקער" אדער גוגל'ס "פיקאסע", איז "אינסטעגראם" געווארן זייער פאפיולער - בעיקר פאר האנט מכשירים - וויבאלד עס האט די מעלות וואס איז דא געשריבן.

פארוואס פארצייל איך אייך דאס היינט? ווייל היינט איז געקומען די נייעס, אז "אינסטעגראם" איז שוין איבערגעשטיגן "טוויטער" – א קאמפאני וואס האט אויך געוואלט קויפן "אינסטעגראם" - מיט "טעגליכע באניצער"! זיי האבן געהאט 7.3 מיליאן טעגליכע באניצער, קעגן די 6.9 פון טוויטער.

טוויטער האט נאך אלס מער באזוכער, 29 מיליאן טעגליך קעגן 22 מיליאן פאר "אינסטעגראם", אבער "באניצער" – "טעגליכע" אין די לעצטע חודש, נישט בכלל וויפיל מענטשען ניצן די סערוויס – האט "אינסטעגראם" געהאט מער.

אין א אנדייטונג אז טוויטער איז מסכים צו דעם געדאנק אז "אינסטעגראם" איז א ערענסטער געפאר פאר זיי, האט טוויטער געמאלדען אז זיי גייען אויך צולייגען די פיטשער פון פילטערינג אויף בילדער.

כ'וויל אביסעל קלארער מאכן די אויפטו פון "פילטערינג אויף בילדער", ווייל פאריגעס מאל האבעך בעיקער געשריבן וועגן די "אספעקט רעשיא" מעלה.

פילטערינג פאר בילדער איז בעצם א זייער פשוטע זאך, וואס רוב דיזשעטעל קעמרעס פארמאגן, עס איז די אפציע צו מאכן די בילד א "בלעק & ווייט" אדער אלט מאדיש, אדער אז געוויסע חלקים זאלן זיין שווארץ און ווייס, און געוויסע געהעריגע קאליר.

יעדער וואס האט אמאל געניצט א דיזשעטעל קעמרע האט זיך שוין מן הסתם באגעגענט דערמיט. אבער אויף א עפפ, איז אינטעגראם געווען דער איינציגסטער, און יעצט זאגט טוויטער אז זיי גייען דאס נאכמאכן.

דא האט איר א סעמפל פון א בילד אין פארשידענע ווערסיעס, דורך פארשידענע "פילטערס".
צוגעלייגטע
vdsvavdsv.jpg
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג נובעמבער 11, 2012 4:14 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:א באהאנדלונג איבער "אינסטעגראם", געט א קוק דא: viewtopic.php?p=610014#p610014

(עס קומט בעצם דא, נאר עס איז א פעיסבוק קאמפאני, האב איך עס אהין געלייגט)

אינסטעגראם - וואס האט באקומען שלעכטע נייעס פאריגע וואך, אז טוויטער, גייט אנהייבן מיט "פיקטשור פילטערס" - האט געמאלדען אז זיי האבען אנגהויבן ארבייטען אויך אויף "דעסקטאפס" (ביז יעצט איז עס געווען א עפפ פאר מאביל).

אנדערע האבן אנגעוויזען, אז זיי הייבן אן אויסקוקען ווי פעיסבוק, און מען שפעקולירט שוין, צו זיי זענען די פיוטשער "פעיסבוק" וואס זענען די בעלי בתים פון אינסטעגראם.

------

אין אנדערע נייעס פון אינסטעגראם , האבען זיי געמאלדען, אז האריקעין סענדי, איז געווען די מערסט באנוצטע געשעניש ביז היינט, און 800,000 בילדער זענען געווען "געטעגד" איבער דעם האריקעין.

------

פאר די ערשטע מאל, איז די פראצענט מענטשען וואס ווילן באקומען א "טעבלעט" אלס מתנה פאר חגא, איבערגעשטיגען די וואס ווילן א "פי. סי. (געהעריגע קומפיוטער), 59 פראצענט ווילן א טעבלעט, לויט א סערוועי פון "פרייסגרעבער" (א אנליין פארקויפער).

פון די 59 פראצענט, האבן 63 % געזאגט אז זיי ווילן א "אייפעד 3" אדער 4, 24 % זאגן זיי ווילן א "אייפעד מיני", 22 % ווילן א "סעמסאנג געלעקסי", 20 % ווילן א "עמעזאן קינדל", 13 % ווילן א "מייקראסאפט סערפעס" (ווי אזוי די מעט שטימט, פרעגט נישט מיר).

די וואס האבן ענדערשט געוואלט די "אייפעד מיני" ווי איידער די רעגיולער "אייפעד", האבען 47 % געזאגט אז זיי ווילן די מיני, ווייל די סייז איז באקוועמער, און 38 % האבן געזאגט ווייל עס איז ביליגער.

------

די פאליטישע מאמענטען אין טעכנעלאגיע:

טוויטער האט אפיציעל "ריטייערט" די "פעיל וועיל" (דאס איז געווען די "וואל פיש" וואס מען האט געזען ווען טוויטער איז געווארען "אווערלוידעד" (מער מענטשען האבן עס געניצט, ווי עס האט פארטראגען)) טוויטער האט געהאלטען אין איין ארבייטען אויף זייערע סערווערס, אז עס זאל קענען אסאך פארטראגען.

אין די נאכט פון די וואלען, האבן די סערווערס פארטראגען איבער 300,000 טוויטס א מינוט! און איינע פון די פירערס האבן געשיקט א טוויט:

"RIP, Fail Whale"!

------

נעיט סילווער - א פאליטישער בלאגער פונעם ניו יארק טיימס - (ער איז די אנעליסט וואס די ריפאבליקענס האבן שטארק אראפגעריסען, מיט די טענה אז ער איז זייער איינזייטיג, אבער עס האט זיך אויסגעשטעלט צו מיט רעכט צו מיט מזל - אז ער איז געווען זייער "אן טארגעט" מיט זיינע שאצונגען) האט גאר שטארק ארויף געברענגט די צאל וויזיטערס צו די סייט פונעם טיימס.

------

טוויטער האט געמאלדען, אז די רעקארד פון 10 מיליאן טוויטס דורך די נאכט פון די ערשטע דיבאטע צווישען אבאמא און ראמני - וואס איז דאן געווען די העכסטע צאל א נאכט פון ווען טוויטער איז געווארן געגרינדעט - איז געווארן צושמעטערט אין די נאכט פון די עלעקשאן, ווען אזוי פיל ווי 31 מיליאן טוויטס ווועגן די וואלען זענען געווארן געשיקט אין די נאכט פון די וואלען!!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
וואלדעק
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2006 5:20 pm
לאקאציע: דא ערגעץ

תגובהדורך וואלדעק » דינסטאג דעצמבער 18, 2012 10:43 pm

אינסטעגראם האט היינט אויפגעטומלט די וועלט מיטן צולייגן א פאראגראף צו די יוזער אגרימענט אז זיי קענען פארקויפן די בילדער אן דארפן אראפגעבן מעשר פארן בעה״ב פונעם בילד.

די דעטאלן וועל איך איבער לאזן פאר אונזער טאלאנטפולן שרייבער ׳לכתחילה אריבער׳.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15169
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך דעצמבער 19, 2012 8:12 am

זיי קענען עס פארקויפן אדער נוצן אין עדס, אן געבן א חלק פארן בעה"ב, אדער בכלל פרעגן רשות
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » מיטוואך דעצמבער 19, 2012 10:52 am

נעשענאל זשיאגרעפיקס האט סוספענדירט זייער אינסטעגראם אפלאודינג אין ליכט פון די נייע טערמס #wow
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מוצ"ש דעצמבער 22, 2012 9:27 pm

וואלדעק האט געשריבן:אינסטעגראם האט היינט אויפגעטומלט די וועלט מיטן צולייגן א פאראגראף צו די יוזער אגרימענט אז זיי קענען פארקויפן די בילדער אן דארפן אראפגעבן מעשר פארן בעה״ב פונעם בילד.

די דעטאלן וועל איך איבער לאזן פאר אונזער טאלאנטפולן שרייבער ׳לכתחילה אריבער׳.

למעשה נאכן גרויסען שטורעם ווען געוויסע אנעליסטען האבן געהאלטן אז עס איז א "טויט ווינטש" פון אינסטעגראם, ווייל אזעלעכע קאמפעניס ווי "פליקער" וואס האבן לעצטענס צוגעלייגט "פילטער'ס" וואס איז איינע פון די גרויסע אויפטיען פון אינסטעגראם, האבן זיי צוריקגעצויגן, און זיי זאגן יעצט אז זיי וועלן נישט פארקויפן קיין בילדער און די רשות פונעם בעה"ב.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג יוני 20, 2013 5:31 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אינסטעגרעם איז געוואקסען מיט א געזונטע 5 פראצענט אינעם צוויטען העלפט דיסעמבער 12', און דאס איז געקומען כאטש אינסטעגרעם איז שטארק קרעטעקירט געווארן איבער זייער "פרייוועסי פאלעסי", וואס זיי האבן געוואלט טוישען און דערנאך צוריקגעצוגען.

דאס האט ביי געוויסע אויפגעברענגט שפוקעלאציעס, אז אינסטעגראם האט דא געמאכט א "קוקא קולא, רעסעפי טויש" סארט שפיל.

נאך בערך 2.5 יאר אויף די מארקעט, איז אינסטעגרעם אריבער די 100 מיליאן באנוצער מיילשטיין. דאס איז גאר שטארק, ספעציעל ווען איר נענטסטער קאמפעדיטער - טוויטער - האלט היינט ביי 200 מיליאן, אבער עס האט איר גענומען איבער 6 יאר.

אינסטעגראם האט היינט געמאלדען "אינסטעגראם ווידיא". אגב האלט זייערע באניצער ביי 130 מיליאן.

מען קען כאפן 15 סקונדען ווידיא, און ארויפלייגען די פארשידענע סארט פילטער'ס דראויף, פלאס 13 נייע פילטער'ס. און אלע אנדערע פיטשער'ס וואס אינסטעגראם האט פאר פיקטשערס.

אויך האבן זיי צוגעלייגט א נייע פיטשער "סינעמע" וואס איז א סטעיבעלייזער, עס טוט סטעיבעליין ווידיא וואס איז געכאפט "שאקעלדיג".

עס איז א דירעקטע קנאק קעגן טוויטער און די קאמפאני "וויין" וואס זיי האבן לעצטענ'ס אפגעקויפט, וואס טוט די זעלבע זאך, אבער לאזט נאר 6 סעקנדען ווידיא, נישט 15 ווי אינסטעגראם.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג יוני 23, 2013 1:09 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:אינסטעגראם האט היינט געמאלדען "אינסטעגראם ווידיא". אגב האלט זייערע באניצער ביי 130 מיליאן.

מען קען כאפן 15 סקונדען ווידיא, און ארויפלייגען די פארשידענע סארט פילטער'ס דראויף, פלאס 13 נייע פילטער'ס. און אלע אנדערע פיטשער'ס וואס אינסטעגראם האט פאר פיקטשערס.

אויך האבן זיי צוגעלייגט א נייע פיטשער "סינעמע" וואס איז א סטעיבעלייזער, עס טוט סטעיבעליין ווידיא וואס איז געכאפט "שאקעלדיג".

עס איז א דירעקטע קנאק קעגן טוויטער און די קאמפאני "וויין" וואס זיי האבן לעצטענ'ס אפגעקויפט, וואס טוט די זעלבע זאך, אבער לאזט נאר 6 סעקנדען ווידיא, נישט 15 ווי אינסטעגראם.

אין 24 שעה, האט מען שוין ארויף געלייגט 5 מיליאן ווידיאס!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11796
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך דעצמבער 10, 2014 7:39 pm

כ'האף אז אלע אינפארמאציע איז דא. צוזאמגעשלעפט פון אפאר אשכולות

אוועטאר
אברהם העיברי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

תגובהדורך אברהם העיברי » מיטוואך דעצמבער 10, 2014 8:27 pm

פונקט היינט האבן זיי געמאלדן אז זיי האבן געטאפט 300 מיליאן יוזערס.
(טוויטער׳ס לעצטע מעלדונג איז געווען 285).

אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 12:18 pm

תגובהדורך חיים צבי » מיטוואך דעצמבער 10, 2014 8:59 pm

ש׳כח געלעגער און פארשטייט זיך אויך פאר לכתחילה, זייער אינטערעסאנט

מענין לענין, פאלגענד איז ריזאלטאטען פון א לעצטיגע שטודיע אויסגעפירט דורך L2 - א think thank גרופע וואס פירט אויס אינטערעסאנטע און רעלעוואנטע ביזנעס אריענטירטע (וואס נאך?) שטודיעס מזמן לזמן.

בתוך הדברים ווערט דערמאנט אינסטאגרעם:
Instagram continues its robust growth as engagement numbers skyrocket--its engagement rate is nearly 18 times that of parent company Facebook. With usage dramatically increasing among the Millennial generation, Instagram limits advertising to brands that spend seven figures or more on Facebook, creating “social’s first VIP room of advertisers,” L2 said.

אינגעדזשמענט רעיט באציעט ער זיך צו די פראצענט מענטשן וואס ריספאנדען צו עדס אדער קאמפעני פאוסטס וואס זיי זעען.


לינק צום גאנצען ארטיקל
http://www.nationaljeweler.com/independ ... 6114.shtml

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך דעצמבער 10, 2014 9:19 pm

אברהם העיברי האט געשריבן:פונקט היינט האבן זיי געמאלדן אז זיי האבן געטאפט 300 מיליאן יוזערס.
(טוויטער׳ס לעצטע מעלדונג איז געווען 285).

נא.... צווואס מיינסטו האט מען עס ארויף געברענגט? האסטו מיך אויסגעכאפט.....!!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
אברהם העיברי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

תגובהדורך אברהם העיברי » מאנטאג דעצמבער 22, 2014 10:48 pm

אז מ׳רעדט שוין..
וואל סטריט שאצט אינסטעגראם ביי א ווערד פון 35 ביליאן.
פעיספבוק האט געצאלט א נישטיגע 1 ביליאן נישט לאנג צוריק דאס אפצוקויפן. (2012)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2015 5:32 pm

אינסטעגראם האט געהויבן הענט!!

מען קען שוין לייגן אויך נישט פיר עקיגע בילדער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אייוועלט עפיליעט
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 21, 2014 9:33 pm

תגובהדורך אייוועלט עפיליעט » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2015 6:38 pm

מען קען דאס שוין האבן אויף א דעסקטאפ?
זיכט איר אינפארמאציע איבער אן אייטעם אויף עמעזאן קאנטאקט אונז אין אישי מיר וועלן אייך פראבירן צו העלפן.
אדער עפענט עמעזאן דא

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1678
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מיטוואך מארטש 21, 2018 9:27 am

[quote="לכתחילה אריבער"]נעיט סילווער - א פאליטישער בלאגער פונעם ניו יארק טיימס - (ער איז די אנעליסט וואס די ריפאבליקענס האבן שטארק אראפגעריסען, מיט די טענה אז ער איז זייער איינזייטיג, אבער עס האט זיך אויסגעשטעלט צו מיט רעכט צו מיט מזל - אז ער איז געווען זייער "אן טארגעט" מיט זיינע שאצונגען) האט גאר שטארק ארויף געברענגט די צאל וויזיטערס צו די סייט פונעם טיימס.
[/quot

ער איז אן טארגעט??? פעיק ניוס.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9026
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך מארטש 21, 2018 1:15 pm

איר רעדט יעצט בנוגע 2012, איא?

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1678
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מיטוואך מארטש 21, 2018 1:27 pm

2016

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9026
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך מארטש 21, 2018 1:39 pm

איר קענט ביטע איבערקוקן אויף וואס איר גייט ארויף? יענע תגובה איז געשריבן געווארן אום 2012...


צוריק צו “טעכנאלאגיע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט