טעכנאלאגיע סעקיוריטי נייעס

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » זונטאג ינואר 04, 2015 8:23 am

די באס טיימטעיבל וועבסייט פון בריסטאל (ענגלאנד), איז בטעות געהעקט געווארען דורך מוסלעמענע טעראריסטן מיטען נאמען טונקעלע-שאטען (דארק-שעדאו).

פארפירענדיג מיט'ן נאמען טראוועל-וועסט, מיינענדיג אז דאס איז א וויכטיגע מערב-וועלט טראנספארטאציע זייטעל, האבען זיי אנשטאטס די נארמאלע צייטען אינפארמאציע ארויף געלייגט א שווארצע טהיעמעד אראבישע אינפארמאציע.
משנכנס אדר מרבים בשמחה

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10518
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

מאסיווע בריעטש ביי העלט אינשורענס פראוויידער 'ענטעם'

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 10:08 pm

'ענטעם', דער צוויי גרעסטער העלט-אינשורענס פראוויידער אין לאנד, האט דעם פארגאנגענעם מיטוואך געמאלדן פאר אירע קאסטומערס אז ווארשיינדליך האבן העקער ארויסדערווישט פון זיי אינפארמאציע פון צענדליגער מיליאנען קאסטומערס.

דער קאמפאני זאגט אז זיי האבן געליטן גאר א סאפיסטיקירטע דרויסענדיגע סייבער אטאקע. די גע'גנב'עטע אינפארמאציע רעכענט אריין נעמען, דעיטס אוו בירט, מעמבער איידי, אדרעסן, טעלעפאן נומערן, אימעיל אדרעסן, עמפלוימענט אינפארמעישאן און סאושעל סעקיורעטי נומערן. אבער לויט ווי זיי זאגן נישט קיין קרעדיט-קארד אדער מעדיקעל אינפארמאציע.

זיי האבן געמאלדן אז זיי האלטן נאך אינמיטן פארשן די דעטאלן צו זען וויפיל פון זייערע 69 מיליאן קאסטומערס, און צענדליגער מיליאנען אלטע קאסטומערס, זענען למעשה אינקלאדעט אין דעם העק. זיי האבן דערפאר אויפגענומען דער סייבער-סעקיורעטי פירמע Mandiant. דערווייל איז נישט דא פאר די קאסטומערס צופיל וואס צו טון, אבער דער קאמפאני זאגט אז זיי גייען צושטעלן בחינם איידענטעטי ריפער און קרעדיט מאניטערונג סערוויסעס פאר די וואס זענען אפעקטירט פון דער העק.

אין א גוטע שריט האט 'ענטעם' גאר שנעל באריכטעט איבער דער העק ווען זיי זענען געוואויער געווארן דערפון, אנדערש ווי עס איז געווען ביי די טארגעט האום-דיפאו און נאך אזאנע אטאקעס. דער FBI האט אין א סטעיטמענט קאמפלימענטירט ענטעם'ס שנעלע רעספאנס נאכן אויסגעפונען פון דער העק, זאגענדיג "דאס איז א מאדעל פאר אנדערע קאמפאניס און ארגאנאזאציעס וועלכע האבן ענדליכע מצבים."

ווי זאגט איינער? עס איז א חידוש אז עס איז אריבער א גאנצע חודש אין 2015 אן קיין מעידזשער דעטא-בריעטש... א ביטער געלעכטער.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3838
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 10:16 pm

קנאפער ידען האט געשריבן: ווי זאגט איינער? עס איז א חידוש אז עס איז אריבער א גאנצע חודש אין 2015 אן קיין מעידזשער דעטא-בריעטש... א ביטער געלעכטער.

ווי גוט געזאגט....
עניוועי, ש'כח פאר די כסדר'דיג'ע אפדעיטס סיי דא און בכלליות אויפן וועלטל
...

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10518
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 10:29 pm

אוטש אוטש אוטש... עטליכע גרויסע נייעס אגענטורן באריכטן יעצט בשם קוועלער באקאנט מיט די פרטים אז דער אינוועסטיגעישאן ווייזט געוויסע פארבינדונגען פון דער העק צו כינעזער סטעיט-ספאנסערט העקערס. זיי זאגן אויך אז עס קוקט נישט אויס אז עס איז געווען א העק פאר פראפיט נאר עס קוקט אויס ווי א גרופע וואס זוכט פריוואטע אינפארמאציע איבער געוויסע אינדעווידואלן און ארבעטער ביי געוויסע פלעצער.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10518
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 2:40 pm

לענאווע.קאם, דער וועבזייטל פון דער גרעסטער פיסי מאניופעקטשורער, איז נעכטן געהעקט געווארן דורך דער גרופע 'ליזערט סקוואד'. באזוכער אויפן סייט האבן געזען א סליידשאו פון עפעס א טינעידזשער וואס זיצט אין א אפיס, און עס האט געשפילט א ניגון.

מען איז משער אז דאס איז אזא סארט אטאקע אלץ נקמה וועגן דעם וואס לענאווע האט אנגעארבעט מיט דעם סופערפיש עדווער.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » זונטאג מארטש 01, 2015 1:56 am

טויס אר אס שיקט ארום עפעס אימעילס אז מ'זאל טוישן פעסווארדס פון די אנליין אקאונט
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך מאי 20, 2015 11:58 am

האמיר שוין א נייע אטאקע אויף SSL וואס רופט זיך Logjam, סערווער אייגענטימער קענען טעסטן זייערע סערווערס ביי דעם לינק

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך מאי 27, 2015 4:41 pm

מען קען אויך טעסטן די בראוזער ביים אויבערדערמאנטן לינק https://weakdh.org

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10518
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך מאי 27, 2015 4:44 pm

מומחה עצום האט געשריבן:מען קען אויך טעסטן די בראוזער ביים אויבערדערמאנטן לינק https://weakdh.org

אויוויי ער זאגט מיר אין פייערפאקס: Warning! Your web browser is vulnerable to Logjam and can be tricked into using weak encryption. You should update your browser. אבער פייערפאקס האט דערווייל נישט קיין אפדעיט.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך מאי 27, 2015 4:57 pm

ס'וועט זיין אן אפדעיט פריער אדער שפעטער, עס איז נישט אזוי געפערליך

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10518
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג מאי 28, 2015 12:08 am

דאסמאל איז דער רייע אויף א גאווערמענט עידזשענסי... זאל שוין דער גאווערמענט אויפהערן זיי ביזי אז יעדער דארף זיין בעסער ווען זיי אליין זענען נישט סעיף...

דער IRS זאגט אז פריוואטע אינפארמאציע פון איבער הונדערט טויזענט בירגער זענען ארויסגערינען צו א גרופע פון פראפעניאלע קרימינאל העקער וועלכע האבן זיך אריינבאקומען צו אן איי.אר.עס. דעטאבעיס. די קרימינאלן האבן מיט די אינפאו געקלעימט טעקס ריפאנדס פון איבער פופצן טויזענט מענטשן. דאס איז טאקע א גרויסע נומער אבער זיי האבן פרובירט צו נעמען כאטש דאפעלט דערפון און נישט אלעס איז זיי געלונגען. די אינוועסטיגעיטארס ציען שטריכן צו רוסישע העקער.

זיי זאגן אז די גרופע האבן אויסגענוצט דער "געט טרענסקריפט אנליין" סערוויס פון דער IRS. דער סערוויס איז שוין דיסעיבלד געווארן, און דער איי.אר.עס. רופט ארום די געליטענע און אפפערן צו צאלן פאר קרעדיט מאניטערינג.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דאנארשטאג מאי 28, 2015 12:54 am

זיי זענען נישט גע'העקט געווארן, נאר די רויבער האבן שוין געהאט פון פריער סאשעל'ס פון מענטשן און זיי האבן עס דא געניצט צו פיילן פאר טעקס ריטורן.
הק' איש ימיני

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10518
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג מאי 28, 2015 12:57 am

גערעכטער האט געשריבן:זיי זענען נישט גע'העקט געווארן, נאר די רויבער האבן שוין געהאט פון פריער סאשעל'ס פון מענטשן און זיי האבן עס דא געניצט צו פיילן פאר טעקס ריטורן.

כ'מיין ביזט נישט גערעכט, ווייל אויב אזוי וואס איז דער פופצן טויזענט נומער און וואס איז דער הונדערט טויזענט?
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דאנארשטאג מאי 28, 2015 1:12 am

קנאפער ידען האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:זיי זענען נישט גע'העקט געווארן, נאר די רויבער האבן שוין געהאט פון פריער סאשעל'ס פון מענטשן און זיי האבן עס דא געניצט צו פיילן פאר טעקס ריטורן.

כ'מיין ביזט נישט גערעכט, ווייל אויב אזוי וואס איז דער פופצן טויזענט נומער און וואס איז דער הונדערט טויזענט?

זיי האבן באקומען צוטריט צו 100k מענטשן'ס טעקס ריטורן פון די לעצטע פאר יאר, און 15k האבן זיי געניצט צו פיילן פאר 50m$ קרעדיטס,
הק' איש ימיני

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10518
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג מאי 28, 2015 1:13 am

גערעכטער האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:זיי זענען נישט גע'העקט געווארן, נאר די רויבער האבן שוין געהאט פון פריער סאשעל'ס פון מענטשן און זיי האבן עס דא געניצט צו פיילן פאר טעקס ריטורן.

כ'מיין ביזט נישט גערעכט, ווייל אויב אזוי וואס איז דער פופצן טויזענט נומער און וואס איז דער הונדערט טויזענט?

זיי האבן באקומען צוטריט צו 100k מענטשן'ס טעקס ריטורן פון די לעצטע פאר יאר, און 15k האבן זיי געניצט צו פיילן פאר 50m$ קרעדיטס,

אהא, טענקס פאר די קאררעקשאן.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 850
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » דאנארשטאג יוני 04, 2015 8:04 pm


אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5789
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג יוני 04, 2015 8:40 pm

עפעס הער איך איבער א מאסיווע העק אויף די רעגירונג קאמפיוטערס. איינער מיט עפעס מער דערוועגן?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 850
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » דאנארשטאג יוני 04, 2015 8:44 pm


אוועטאר
איךביןשויןגרויס
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 14, 2011 9:36 am
לאקאציע: אונטער די קאפל

תגובהדורך איךביןשויןגרויס » מאנטאג יוני 08, 2015 6:00 pm

Washington (CNN)The Syrian Electronic Army is taking credit for hacking the U.S. Army's public website.

On Monday afternoon, the site was disabled after it displayed messages including, "YOU'VE BEEN HACKED" and "YOUR COMMANDERS ADMIT THEY ARE TRAINING THE PEOPLE THEY HAVE SENT YOU TO DIE FIGHTING," according to NBC News.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך יוני 10, 2015 10:00 am


קאספערסקי - די סייבער סעקיוריטי קאמפעני - האט געמאלדן אז זיי האבן אויפגעכאפט שפורן פון אן סייבער אטאקע קעגן זיי, פון די זעלבע גרופע וואס האט גענוצט דעם Duqu מאלווער (וואס מען רופט אין די אינדאסטרי אן APT). מער דיטעילס קענט איר ליינען דא

טעכנישע דאטאלן (צומאל זייער אינטרעסאנט) דא





מומחה פי' בקי וזריז (פנ"מ מדר"ר פ' נח) | לייק ~ מפתח

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10518
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג יוני 15, 2015 7:18 pm

אוי ווי איראניש, קיינער איז נישט באשיצט... קודם איז איינער פון די גרעסטע אנטי-וויירוס פירמעס, קאספארסקי, געטראפן געווארן מיט א שווערע וויירוס... יעצט איז דער פעסווארד באשיצער 'לעסטפעסס' געטראפן געווארן פון א העק...

דער פעסווארד מענעדזשער סערוויס 'לעסטפעסס' זאגט היינט אין א בלאג פאוסט אז זיי האבן פרייטאג אנדעקט א העקעריי אויף זייער סיסטעם. און ווי זיי זאגן האט מען געהאט צוטריט צו אימעיל אדרעסן, פעסווארד רימיינדערס, און ענקריפטעטע מעין פעסווארדס. אבער די פעסווארדס דעטא-בעיסעס האט מען נישט געהאט צוטריט צו.

ווי זיי זאגן - און עס איז אזוי שטארק מסתבר - איז דער ענקריפשען מעטאד וואס זיי זיי נוצן פאר דער מעסטער פעסווארד אזוי שטארק אז עס איז זייער זייער שווער צו גלייבן אז מען וועט דאס קענען דיקריפטען און נוצן. אבער זיי בעטן זייערע באנוצער אעפ"כ צו זיין אויף דער זיכערער זייט און טוישן דער מעסטער פעסווארד. ווי אויכעט זאגן זיי אז אלץ סעקיורעטי מיטל ריקווייערן זיי אימעיל וועריפיקעישאן מיט יעדע נייע דעווייס אדער אייפי אדרעס וואס מען וויל אריינלאגן צו א לעסטפעסס אקאונט.

זיי זאגן אויכעט אז אויב האט מען גענוצט דער זעלבער פעסווארד ווי אויף זייער מעסטער פעסווארד ביי אנדערע סייטס זאל מען יענץ אויכעט טוישן, אבער די פעסווארדס פון די געסעיווטע סייטס פעלט נישט אויס צו טוישן זינט זיי האבן נישט געהאט קיין צוטריט אפילו צו ענקריפטעטע ווערסיעס דערפון.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5789
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג יוני 15, 2015 7:57 pm

סינייעס! און יעצט גיי דערמאן דיר די מעין פעסווארד, ווען איז די לעצטע מאל וואס כהאב געדארפט אריינלייגן א פעסווארד?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » מיטוואך יוני 17, 2015 2:03 pm

די קענעדישע גארווערמענט וועבסייטס שיינט אז ס'איז געווארן אטאקירט, אסאך זייטלעך קען מען נישט עקסעסן.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10518
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

דער 'העקינג טיעם' - געהעקט

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג יולי 07, 2015 9:24 am

אוי ווי איראניש... דער 'העקינג טיעם' איז געהעקט געווארן... אבער מאסיוו!

דער איטאליענישע גרופע 'העקינג טיעם', וועלכע זאגט צו פראדוצירן גאר גאר שטארקע העקינג טאאלס פאר גאווערמענטס און לאו אינפארסמענט אגענטורן איבער דער וועלט, אז זיי זאלן קענען זיך אריינבאקומען איז זייער טארגעטס קאמפיוטער, ברעכן די ענקריפשען פון זייער טרעפיק, ליינען טעקס-מעסעדזשעס פון פאונס, ועוד ועוד, איז געכאפט געווארן אין א מאסיווע העק דורך, דערווייל, אומבאקאנטע העקער. די חברה האבן ארויסדערווישט א גאלד-גרופ פון 400 גיגאבייטס פאר דאקומענטס, אימעילס, קאנטרעקטס, סארס-קאוד, און נאך אסאך און האבן אלעס ארויפגעלייגט לכל מאן דבעי אויפן געוועב. ווי אויכעט האבן זיי איבערגענומען קאנטראל אויף דער קאמפאני'ס טוויטער קאנטע.

דער עיקר חורבן איז אבער וואס מען זעט אין די דאקומענטן און אימעילס... מען זעט מיט וועלכע גאווערמענטס זיי האבן אלץ געטון ביזנעס און דער ליסט איז זייער נישט א גיסטיגע, זיי פלעגן אייביג טענה'ן אז זיי פארקויפן נאר פאר דעמאקראטישע גאווערמענטס וואס אונטערדריקן נישט זייערע בירגער, אבער ווען עס קומט דער יום הדין זעט מען דער אמת... א חלק פון די לענדער פאר וועמען זיי האבן פארקויפט די סחורה איז יונייטעד-סטעיטס, סאודיע אראביע, סודאן, אומאן, לבנון, קאזאגסטאן, עידזשיפט, עטאפיע, סאוט קאריע און נאך אסאך. אחוץ דעם זעט מען אז זיי האבן געטון ביזנעס מיט פריוואטע פירמעס אויכעט, א זאך וואס זיי האבן אייביג קאטעגאריש אפגעווארפן.

דער העק איז א שטארקע זיג פאר סורוועילענס קריטיקירער וועלכע זענען שוין לאנג גאר שטארק אנקעגן דער קאמפאני וועלכע העלפט ברעכן דער פרייהייט פון ווארט דורך ערלויבן פאר גאווערמענטס זיך אריינצובאקומען אין מענטשענס באהאלטענע דעטא.

דער העד פון דער טיעם האט קודם געשריבן אויף זיין טוויטער אקאונט אז די דאקומענטן זענען געטוישט געווארן, אבער דערנאך האט ער פארמעקט זיין גאנצע אקאונט. געוויסע טענה'ן גאר אז דאס וואס זיי האבן געטון איז א לעגאלע פארברעך, זינט דאס איז געהעריג פארקויפט וואפען, אינעם סייבער ווארפעיר ספעיס, פאר פיינטליכע מדינות. ונחיה ונראה...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » דינסטאג יולי 07, 2015 11:09 am

אוטש... פיינע פרישע ווארע


צוריק צו “טעכנאלאגיע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט