די "הייפערלופ" שנעל-צוג. און בכלל נייע שנעלע מאגנעט באנען.

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:02 pm

זייט Elun Musk האט ארויסגעגעבן די בלופרינט פון די הייפערלופ מיט די רשות עס צו נאכמאכן, האבן זיך אפאר קאמפאניס - אריינגערעכנט
Hyperloop One,
Hyperloop Transportation Technologies,
Transpod,
Arrivo
גענומען צו די ארבעט עס פאקטיש צו בויען.
די ענטוזיאזם און מידיע קאווערעדזש איז געקומען פון Musk אליינס אזוי ווי למשל ער האט ארויפגעברענגט די "הייפערלופ קאמפעטישן" פראיעקט פאר ווער עס א קען דעליווערן הייפערלופ די בעסטע און די שנעלסטע. אבער ער האט נישט געהאט קיין ספעציפישע שייכות דערמיט.

די וואך איז אבער ארויסגעקומען די נייעס אז ער אליינס פלאנט אויך צו בויען א הייפערלופ.

געווען איז עס ווען ער געטוויט אז ער האט באקומען א געוויסע גאווערמענט אפראוועל צו בויען א טונעל וואס וועט לויפן פון נוי יארק ביז וואשינגטאן מיט אפאר סטאפס אינצווישן, ווי שוין באריכטעט. ווען א רעפארטער האט אים געפרעגט (אויך אין א טוויט) ווער ס'גייט בויען די הייפערלופ וואס דארף אנפילן די טונעל, האט ער געענטפערט "the Boring company"... וואס ווי באוואוסט איז אויך זיין קאמפעני.

פארשטייט זיך אז די אלע וואס האבן זיך אריינגעווארפן דערין פון אנפאנג האבן ענדערש עקספעקטעד ער זאל ארויסקומען פרעגן ווער ס'דארף הילף און זאגן "איך בין גרייט צו העלפן" ווי צי זאגן איך וועל זיין ענקער קאמפעטיטאר...

בלייבט איבער צו זעהן צי די זעלבע קאמפעני קען בויען א טונעל פאר טרעפיק, א טונעל פאר הייפערלופ און די הייפערלופ אליינס

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 9:10 am

די וויקענד איז פארגעקומען די צווייטע הייפערלופ קאמפעטישן ווי די גרופעס וואס בויען עס האבן פארגעשטעלט וואס זיי האבן געמאכט מיטן ארויפלייגן די פאד אויף די טעסט טרעק אין זעהן ווי שנעל ס'קען פארן.

די טעסט טרעק ווי געשריבן איז 0.8 מייל לאנג, און סטאנציאנירט אין ספעיס עקס HQ. עלען מאסק האט נעכטן געטוויט - זייער אינטערעסאנט - אז אפילו די טונעל איז אזוי קליין קען עס מעגליך גיין סופערסאניק, וואס מיינט שנעלער ווי די ספיד אף סאונד.

@elonmusk: Might be possible to go supersonic in our test Hyperloop tube, even though it's only 0.8 miles long. Very high accel/decel needed

די WARR גרופע האט געוואונען מיט די העכסטע ספיד פון 234km/hr וואס איז אביסל מער ווי 200 מפה

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1678
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מוצ"ש אוקטובער 28, 2017 9:15 pm


אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7593
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מוצ"ש אוקטובער 28, 2017 9:57 pm

יישר כוח.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1678
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 6:24 pm

טעסלא הייבט אן פראבעס פאר רעוואלוציאנערישע טונעל ערפינדונג

דער גרינדער און פירער פון טעסלא און ספעיס-עקס, דער ערפינדער אילאָן מאסק האט היינט צום ערשטן מאל פארעפנטליכט בילדער פון די פראבע טונעל וואס ער האט געבויט אין לאס אנדשעלעס, אין וועלכע ער וועט אנהייבן פראבעס מיט זיין שעפערישע ערפינדונג פון בויען א טונעל וועלכע זאל פירן די קארס, אנשטאט דעם וואס קאר׳ס זאלן איר דורכפארן. די געדאנק איז אז די קארס זאלן אויסלעשן זייערע מאטארן ביים אריינפארן אינעם טונעל און די ספעציעלע סקעיטס זאלן אריבערפירן די קאר׳ס מיט א שנעלקייט צו די אנדערע זייט פונעם טונעל, ענליך צו די טעכנאלאגיע פון עסקעלעיטרעס.

די טונעל וואס ער האט געבויט נעבן די לאס אנדשעלעס לופטפעלד איז יעצט ארום 500 פוס און איז אויסגעשטאט מיט די טעסלא טענאלאגיע, און איבער די קומענדיגע מאנאטן וועט עס אנקומען צו א לענג פון צוויי מייל, און אויב די פראבעס גייען ווי געפלאנט וועט די טונעל פארלענגערט ווערן צו 17 מייל, און די פירמע האפט אז דאס וועט דינען אלס מאדעל און עווענטועל וועלן זיי קענען בויען הונדערטער אזעלכע טונעלן איבער גאנץ אמעריקע.

די טעכנאלאגיע פארמאגט א צווייפאכיגע אויפטוה, סיי עס פארמינערט טרעפיק וואס קען זיך מאכן אין טונעלן צוליב עקסידענטן, און אזוי אויך וועט עס דראמאטישע רעדוצירן די לופט-פארפעסטיגונג פון טויזנטער קארס. אויסער דעם ארבייט די פירמע העפטיג אויף זייער ״הייפער-לופ״ פראיעקט, א סיסטעם פון עקספרעס באנען וועלכע קענען פארן הונדערטער מייל א שטונדע א דאנק דעם וואס עס פארט אין א רער וואס נעמט אוועק די ווידערשטאנד פון די לופט

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 7:13 pm

יישר כח הצדיק פארן ברענגען.

(קרעדיט פיינע נייעס)

דערבארומדיג'ער
שר חמש מאות
תגובות: 831
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 7:31 pm

די נישט פונקטליכקייט פון די פריערדיגע באריכט נערווירט מיר געפערליך.

די טונעל האט גארנישט מיט טעסלא, (און עס האט אגב גארנישט מיט הייפערלופ אדער באנען...)

איך פארמאג עטליכע שערס און טעסלא, ולענד"ת איז נישט יושר דאס וואס אילאן מאסק עפענט יעדן טאג נייע ביזנעסער, און אויסער די פאקט אז זיין צייט וואלט ער געדארפט אויסניצען פאר זיננע ערשטע 2 קאמפאניס (SPACE X - TESLA) באדערט מיר נאך מער די BORING קאמפאני וואס איז א טראנספארטעישאן ביזנעס און לענד"ת דארף עס זיין א חלק פון טעסלא.

ויש לדון בכל הנ"ל, אבער ווען איך זע א באריכט אז טעסלא בויעט די טונעל, און אז דער טונעל האט גאר טעסלא טעכנעלאגיע נעמט עס מיר ארויס פון די כלים

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1678
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 7:51 pm

ממה נפשך האט געשריבן:יישר כח הצדיק פארן ברענגען.

(קרעדיט פיינע נייעס)



Right

אוועטאר
זזה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

תגובהדורך זזה » זונטאג ינואר 28, 2018 10:33 pm

If he started 2014 they are still not finished??
"sign up @ ebates for free and save @ all stores
https://goo.gl/oFZR4y

https://goo.gl/Rrje39 Ebay daily deals
יש"כ

לייפציק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » מאנטאג ינואר 29, 2018 12:16 am

ער האט עס גלייך געמאכט פאר א אפען סארס איידיע, דאס הייסט אז ווער עס וויל קען עס מאכן, נישט אלץ א זאך וואס נאר ער אליין גייט פרודאצירן.

למעשה איז דא עטליכע קאמפאניס און עטליכע לענדער וואס טוען און דעם, און פארשפרעכן עס צו האבן פארטיג ביז א יאר צוויי, איינס דערפון האט שוין די נאמען ווערדשין אויף זיך, (כ'מיין אז דאס איז מיט די ארידשינאל טיעם פון אילאן) נאכדעם וואס ריטשארד ברענסן האט אינוועסטעד דערין, האפענדיג צו זיין דער וואס גייט אהערשטעלן די נייע וועלטליכע טראנספארטאציע מיטל.

און נאכאלץ איז דא אסאך וואס ווייזן איבער אז עס קען נישט ארבעטן במציאות, און ווייזן דאס איבער מיט ראי' ברורות, און די פרא הייפארלופ טענה'ן אז די באן, פליגער, קאר'ס, און ראקעטן, האבן אויך אסאך אומפארענטפערטע קשיות וויאזוי דאס קען ארבעטן, אבער ס'ארבעט פיין, און דאס גייט אויך זיין.

אוועטאר
dim
שר חמש מאות
תגובות: 662
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

תגובהדורך dim » דינסטאג ינואר 30, 2018 12:21 pm

מען האלט אינאיין אויסמישען צווישן די הייפערלופ 'באנען' און די הייפערלופ 'טעלערלעך' וואס וועלן קענען טראגן קארס.

קען איינער מאכן דא א קורצע סך הכל ווי האלט די באנען און ווי האלט די טעלער/עליוועיטאר/קאר טראנספארטציע? וואס בויעט מען אין קאליפארניע? און וואס טוט די בארינג קאמפעני, ביידע?


צוריק צו “טעכנאלאגיע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט