סעמסאנג נייעס

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

סעמסאנג נייעס

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג מארטש 19, 2013 3:20 pm

אלץ א ענטפער אויף די רומער'ס, אז עפל ארבייט אויף א "סמארט וואטש", האט סעמסאנג אפציעל געמאלדען, אז זיי ארבייטען אויף אזא כלי.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך ינואר 01, 2014 11:35 pm

סעמסאנג האט היינט פארגעשטעלט א נייע סארט טשיפ וואס פארמאגט פיר גיגעבייט פון RAM פאר סמארטפאונס, עס איז דאפעלט אזוי שנעל ווי די פריערדיגע און פארנוצט 60 פראצענט ווייניגער בעטערי, דאס מיינט אז די קומענדיגע געלעקסי פאון קען מעגליך האבן פיר גיגעבייט רעם מיט בעסערע בעטערי לייף!

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10685
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך ינואר 01, 2014 11:46 pm

Wow
מיין דעסקטאפ קלאץ איז נישט אזוי פארגעשריטן
נישט אומזינסט האקט מען אזוי אויף די סמארטפאוןס

אוועטאר
מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג ינואר 09, 2014 12:16 pm

די געלעקסי S5 וואס וועט ארויסקומען אין מארטש אדער אפריל וועט אויסזעהן אנדערש ווי די S3 און די S4, די גאנצע דיזיין ווערט געטוישט, ס'איז אויך מעליך אז עס וועט האבן א iris סקענער (דאס סקענט די אויג פאר אידענטיפיקאציע).

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג ינואר 09, 2014 4:16 pm

שוין דא א בילד דערפון?
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג ינואר 09, 2014 5:12 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:Wow
מיין דעסקטאפ קלאץ איז נישט אזוי פארגעשריטן
נישט אומזינסט האקט מען אזוי אויף די סמארטפאוןס


געווענליכע דעסקטאפס האבן נישט קיין פיר ג"ב רעם? מיינס האט, א פשוטע דעלל
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8357
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג ינואר 31, 2014 12:55 pm

סעסמסאנג גייט ארויף און ארויף....

אינעם פערטן קווארטל פון 2013 האט סעמסאנג פארקויפט אזויפיל ווי 86 מיליאן סמארטפאונס, א רעקארד הויך.
זייער גלאבאלער סמארטפאון מארקעט שער איז געשטיגן צו 29.6.

זייער גרעסטער שונא עפל האט בלויז פארקויפט 51 מיליאן אינעם פערטן קווארטל, און זיי זענען געפאלן צו 17.6 פונעם מארקעט.
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » פרייטאג ינואר 31, 2014 12:58 pm

דאס איז זיכער אז פאר די נעקסטע פאר יאר איז ענדרויד די פיוטשער
ווער וועט האבען די מארקעט צי סעמסאנג צי א צווייטער דאס איז שוין שווער צי וויסען

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8357
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג ינואר 31, 2014 2:08 pm

מיין וואונדער איז מה ראה סעמסאנג לכך אז ער זאל אזוי שטופן דעם ענדרויד פלאטפארמע? סעמסאנג האט אויכעט אן אייגענע אפערעטינג סיסטעם פאר סמארטפאון'ס ס'הייסט 'בעדע', עס איז דער פופטער אין די רייע פון סמארטפאון אפערעטינג סיסטעמען הגם גאר קליין.

סאו פארוואס לייגט נישט סעמסאנג אריין זייער אייגענע אפערעטינג סיסטעם אין זייערע טעלעפאנען - וואס באטרעפט איבער דריטל פונעם ענדרויד מארקעט.
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » פרייטאג ינואר 31, 2014 2:45 pm

ווייל דער עולם וועט נישט מיטאנצען מיט זיי נאר מען וועט קויפען אנדערע ענדרויד פאונס חוץ טאמער קומען זיי ארויס מיט אזאך וואס די וועלט האט נאך נישט געהערט אזאנס און זיי מאכען זיכער פארדעם אז זיי האבען אלע וויכטיגע עפס וואס מענטשען ווליען האבען

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8357
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 1:49 pm

סעמסאנג ווערט אנגעקלאגט דורך דער 'קווינס יונעווערסעטי' אין טאראנטא קאנאדע און זייער אונטער-ארגענעזאציע 'PARTEQ Innovations' פארן גנב'ענען א פאטענט פון זיי.

זיי טענה'ען אז דער טעכנאלאגיע וואס סעמסאנג רופט 'סמארט פאז' וואס שטעלט אפ א ווידיאו ווען מ'קוקט אוועק פונעם סקרין, וועלכע סעמסאנג האט עס אריינגעלייגט אינעם געלעקסי S4 און אינעם נאוט, איז ערפינדען געווארן דורך א פראפעססער פון זייער אונעווערסעטעט צוזאמען מיט זיינע סטודענטן.

און סעמסאנג איז זאגאר געווען אין געשפרעכן מיט זיי שוין אין יאר 2003 צו אפקויפן דעם פאטענט, אבער אינמיטן די פארהאנדלונגען האט סעמסאנג ארויסגעבעקט, און יעצט זענען זיי ארויסגעקומען מיט אזא טעכנאלאגיע אליין.
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11748
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 4:14 pm

וואס האבן זיי זיך יעצט דערמאנט? צו מאכן מער געלט ווייל סעמסאנג האט עס שוין זיכער אריין געלייגט אין זייער s5 אויך?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8357
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג מארטש 03, 2014 8:59 am

סעמסאנג איז באקרוינט געווארן דורך'ן GSMA [דער ארגאנעזאציע וואס פארפיגט אויפן MWC] מיט 'בעסטער מאוביל דעווייס' אווארד! פון צווישן די טויזענטער טויזענטער דעווייסעס וואס זענען דארט אנאנסירט געווארן און געוויזן געווארן, פון אלע סארטן כלים, האט מען אויסגעקליבן נישט קיין צווייטער ווי סעמסאנג פארן בעסטער.

אבער... נישט פארן געלעקסי S5, וועלכער איז אפעציעל געווען זייער שפיץ אנאנסירונג, און אויכעט נישט פאר דער געלעקסי גיער 2 וואס גייט לויפן אויף טייזען אפערעטינג סיסטעם, נאר זאגאר פאר א קליין מאשינדל וואס סעמסאנג האט נישט אזוי געפאמפט און עס האט נישט באקומען צופיל קאווערידזש. דאס איז דער נייער 'סעמסאנג גיער פיט', אזא קליינע סמארטוואטש וואס לויפט אויף אינגאנצן א צווייטער סטייל פון די אלע סמארטוואטשעס וואס אלע קאמפאניס האבן שוין ארויסגעגעבן.

סעמסאנג האט עס ארויסגעגעבן אלץ כלומערשטע דעווייס ספעציעל פאר 'פיטנעסס' [און דאס איז דער נאמען 'פיט'], אבער אין פאקט טוט עס די זעלבע סאך פעולות ווי די געהעריגע גיער זייערע, און עס האט נאך דער אויבערהאנט אז עס איז גאר גאר א געשמאקער סייז, מיט אזא געבויגענער סקרין אז ס'זאל פאסן גוט אויפן הענט.
gear fit 2.jpg
gear fit 2.jpg (5.02 KiB) געזעהן 2556 מאל
gear fit.jpg
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » דאנארשטאג אפריל 03, 2014 9:07 am

סעמסאנג גרויסט זיך מיט א פיקטשער וואס א ספארטלער האט געטוויט. די פיקטשער איז ווי ער שטייט לעבן פרעזידענט אין כאפט א בילד מיט א סעמסאנג פאן פין עם אין אבאמא.
צוגעלייגטע
image.jpg

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8357
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג יוני 16, 2014 10:44 pm

לויט א באריכט אינעם 'וואל סטריט דזשורנאל' האט דער פירמע Nuance Communications - דער סאפטווער פירמע וואס מאכט האט דעוועלאפט גאר גוט דער טעכנאלאגיע פון וואויס-פאוערט טעכנאלאגיע - אפגעהאלטן געשפרעכן מיט סעמסאנג איבער א מעגליכע פארקויף דיעל צו סעמסאנג.

דער וואויס טעכנאלאגיע פון Nuance איז מסתמא דער סאמע מערסט פאפולערסטער אין דער הינזיכט, ווערענדיג באנוצט דורך אזעלכע ריזן ווי סעמסאנג - עפל - פענעסאניק - Daimler - Nintendo - און נאך, אין אזעלכע מאשינען ווי סמארטפאונס - טעבלעטס - GPS'ען - TV'ס - און נאך.

סעמסאנג איז למעשה זייער גרעסטער קונה, נוצענדיג דער טעכנאלאגיע אין דער 'S-Voice' אפציע אויף זייערע טעלעפאנען און טעבלעטס און אויכעט אויף זייערע טעלעוויזשיאנס, דערנאך איז עפל מיט זייער באקאנטער 'סירי' וואס איז אויכעט געבעיסט אויף דעם, און אזוי ווייטער אנדערע.

עס בלייבט נאר איבער צו זען - אויב אפשר דער דיעל וועט זיך אויסארבעטן - צו עפל וועט ווייטער נוצן דער סיסטעם פאר סירי און שיינערהייט באצאלן פאר זייער ארכי-שונא סעמסאנג :grin: .
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 2:40 pm

די נייע געלעקסי S6 וועט זיין צו באקומען מארטש 1 און לויט BGR וועט עס האבן ווייערלעס טשארדזשינג

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 2:58 pm

נאך אביסל וועט מען כאפן א טשארדזש אזויווי מ'כאפט ווייפיי...
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6189
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 5:29 pm

ווייערלעס מיינט אז אויך פון א מרחק וועט עס זיך ריטשארדזשן? אדער אזוי ווי די מאגנעטישע ריטשארדזשערס
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8357
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

נייע פיזיקעל קיבארד עקסעסערי

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:14 pm

סעמסאנג האט היינט געמאלדן זייער צוויי נייע פענ-בלעט סמארט דעווייסעס. דער געלעקסי נאוט 5 און דער געלעקסי S6 פלאס עדזש. די פאונס אליינס זענען א מדובר פאר זיך פיינע סחורה אבער גארנישט אויפרייסעריש. אבער איין נייע אפשענעל עקסעסערי איז וואס ציט די אויגן... א זאך וואס קען אפשר ענדליך אריבערבאקומען די פארקויפטע בלעקבערי באנוצער צו ענדרויד... עס איז א פיזיקעל קיבארד וואס מען קען נוצן מיט די פאונס.

דער קיבארד קאווער וועט קאסטן $80, און עס וועט זיין צו באקומען אין דריי קאלירן, זילבער, גאלד און שווארץ (די נייע פאונס קאלירן). עס וועט קומען אלץ א בעק קאווער און דער קיבארד ארויפגעקליקט אינבעק און ווען מען וועט עס ווילן נוצן וועט מען עס אראפנעמען פון דער בעק און ארויפקליקן אין פארענט, און... דער נוצבארע סקרין וועט זיך פארקלענערן צו דער חלק סקרין נישט פארדעקט פון דער פיזיקל קיבארד און דער שטיקל וועט קומען מיט ריפלעיסמענט פאר די דריי ענדרויד קנעפלעך פון אונטן. עס וועט מיט דער צייט אויכעט זיין צו באקומען פאר דער פשוט'ער געלעקסי S6 און S6 עדזש.

עס ברענגט געוויס צו וואונדערן צו בלעקבערי גייט יעצט גיין אין מלחמה מיט סעמסאנג אויף פעטענט אינפרינדזשמענטס. זיי האבן שוין אזוי געטון מיט Typo וועלכער איז געווען אזא סארט פיזיקעל קיבארד קעיס פארן אייפאון, און דארט זענען זיי ארויס על הגובה ווען דער געריכט האט געפונען טייפאו שולדיג און זיי האבן געדארפט צאלן געלט שפעטער נאכן נישט פאלגן דער סעילס בען דערויף. אבער איך גלייב אז סעמסאנג האט דאס גענומען אין אכט און געמאכט דער זאך גענוג אנדערש ווי בלעקבערי'ס, משא"כ טייפאו'ס וועלכער איז געווען גאר גאר ענדליך צום בלעקבערי קיבארד.
צוגעלייגטע
note5-23.0.jpg
note5-22.0.0.jpg
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8357
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

16 טערא-בייט SSD הארד-דרייוו

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 3:03 pm

ביי דער 'פלעש מעמארי סאמיט' אין קאליפארניע דעם וואך האט סעמסאנג געוויזן זייער נייער הארד-דרייוו, א זעכצן טערא-בייטס הארד-דרייוו גערופן 'סעמסאנג PM1633a', וועלכער טראגט מיט שטאלץ דער נאמען דער גרעסטער הארד-דרייוו וואס איז נאר דא (דער ביז איצט גרעסטער איז געווען דער צען טב וועסטערן-דידזשיטעל דרייוו וועלכער איז אן אלד-סקול הארד-דרייוו). אבער דער גרויסקייט איז נאר אין סטארידזש ספעיס אין סייז זעט זיך עס נישט אזוי אן... זינט דאס איז אזוי קליין ווי 2.5 אינטש!! דאס באדייט אז טעארעטיש גייט דאס אריין אין איעדע פשוט'ע לעפטאפ! (איך גלייב נאר נישט אז דער לעפטאפ וועט כהיום יום פארשטיין וואס דאס איז.) און מיינט עטס אז עס איז אזוי גרויס איז עס מסתמא גאנץ שטאט, נישט אזוי? נע נע, זינט דאס איז א SSD דרייוו איז דאס זייער א שנעלע דרייוו.

דאס אריינלייגן אזויפיל איכות אין אזא סייז דרייוו איז ערמעגליכט געווארן דורך א נייע סארט 3D נענד פלעש טעכנאלאגיע פון סעמסאנג (3D נענד איז א וועג פון לייגן אסאך לעיערס פון סטארידזש איינס העכערן צווייטן). און כאטש דער דרייוו איז נישט געמאכט פאר נארמאלע קאנסומער (פרייז איז נאכנישט דא) נאר עס איז געוויזן געווארן אלץ פראדוקט פאר דעטא-סענטערס (זיי האבן עס געוויזן אין א סערווער וועלכע האט געהאט 48 אזאנע דרייווס צו א טאטעל פון 768 טערא-בייטס פון סטארידזש!!) איז עס אבער דאך א בליק אין וואס עס קומט צו אונז אין די נישט ווייטע צוקונפט. יעצט איז סעמסאנג על הגובה, אבער סענדיסק האט שוין אויכעט אזא סארט טעכנאלאגיע דעוועלאפט צוזאמען מיט טאשיבא, און זיי האבן שוין פאריאר געזאגט אז אין 2016 גייען זיי האבן א 16 טערא-בייט דרייוו.
צוגעלייגטע
P1090270-1.jpg
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 3:11 pm

זייער אינטערעסאנט ביידע באריכטן.

אויף די ערשטע באריכט האבעך א פראגע, ווי פראקטיש איז עס? וועלן די באטענס נישט ווערן אפגעריבן פון ארום ליגן אזוי פון אונטן, ווען מען לייגט עס אראפ אויפן טיש וכו'?

אויפן צווייטן נייעס, אויב קענסטו געבן עפעס מער אינפא אויף די נייע סארט 3 די נענד.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8357
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 3:34 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:אויף די ערשטע באריכט האבעך א פראגע, ווי פראקטיש איז עס? וועלן די באטענס נישט ווערן אפגעריבן פון ארום ליגן אזוי פון אונטן, ווען מען לייגט עס אראפ אויפן טיש וכו'?

זיי זאגן אז יא... :wink: צו זען צו עס איז טאקע גוט וועט מען דארפן ווארטן ביז קאנסומער לייגן א האנט דערויף פאר נארמאלע דעילי יוז.
אויפן צווייטן נייעס, אויב קענסטו געבן עפעס מער אינפא אויף די נייע סארט 3 די נענד.

פונקטליכע טעכנישע דעטאלן איז צו טיף פאר מיר צו מסביר'ן... מען וועט דארפן ווארטן פאר חילי... אבער אין א ניס-שאלאכטץ. דער טעכנאלאגיע הייסט 256Gbit NAND flash (דער גרעסטער ביז היינט איז געווען 128Gbit NAND). קודם איז דא דער 3D נענד בכלל וואס איז פשט אז אנשטאט איין פלאכע בארד וואס אויף דעם איז דא אויסגעלייגט טראנזיסטערס פאר די סטארידזש מאכט מען עס שטייעדיג ארויס פונעם בארד און דורך דעם קען מען אריינשטופן אסאך אסאך מער אין דער זעלבער ברייט אין לענג דורך נוצן אויך דער הייעך, אן צו צעשטופן די טראנזיסטערס אדער קלענער מאכן וואס מאכט זיי ווייניגער סטאביל און רילייעבעל. דער 256 גיגא-ביט טשיפ איז גענומען דער 3D פלאץ און עס נאך געמאכט אסאך מער צאמגעשטופט ווי ביז איצט דורך לייגן אין איין טשיפ 48 לעיערס (דער גרעסטער ביז איז איז געווען 32 לעיערס) טראנזיסטערס אזוי אין 3D ספעיס, וואס יעדע טראנזיסטער קען האלטן 3 ביטס פון אינפאו, צו א טאטעל פון 85.3 ביליאן טראנסיסטערס, וואס טיימס 3 איז עס 256 ביליאן ביטס אין איעדע פיצילע טשיפ.
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 3:45 pm

פלעין אויסגעלייגט 48 "סיליקאן וועפערס" איינס אויפן צווייטען? וואס איז די דורכברוך?

האסטו מיר שוין געגעבן ארבייט.... דארף איך היצט גיין שטודירן די זאך!! ישר כח.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8357
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 3:47 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:פלעין אויסגעלייגט 48 "סיליקאן וועפערס" איינס אויפן צווייטען? וואס איז די דורכברוך?

האסטו מיר שוין געגעבן ארבייט.... דארף איך היצט גיין שטודירן די זאך!! ישר כח.

ביז היינט האט אזויפיל נישט געפיט אין אזא טשיפ, זיי האבן עס געמאכט אסאך מער צאמגעשטופט ווי עס איז אמאל געווען מעגליך.

ברענג צוריק רעזולטאטן...
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 3:51 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:פלעין אויסגעלייגט 48 "סיליקאן וועפערס" איינס אויפן צווייטען? וואס איז די דורכברוך?

האסטו מיר שוין געגעבן ארבייט.... דארף איך היצט גיין שטודירן די זאך!! ישר כח.

ביז היינט האט אזויפיל נישט געפיט אין אזא טשיפ, זיי האבן עס געמאכט אסאך מער צאמגעשטופט ווי עס איז אמאל געווען מעגליך.

ברענג צוריק רעזולטאטן...

יא יא, נישט געמיינט די חלק, נאר די 3D טעכנעלאגיע, דאס פארשטיי איך נישט וואס די אויפטו איז.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש


צוריק צו “טעכנאלאגיע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט