מי יודע האט געשריבן:שמעלקא טויב האט געשריבן:איינער האט מיר לעצטנס געפרעגט צו ס'איז נאך אינטערסאנט ארויסצוקומען מיט עפעס אויפ'ן רבי'ן אין אידיש, כ'מיין אז אין אידיש איז נישטא קיין געהעריגע ארבייט איבער רבינו הק'.
דעם אביר הרועים וועט מען קויפן טראץ וואס כ'ערווארט נישט קיינע חידושים, כ'האף אז כ'בין WRONG
ס'איז שוין געדרוקט געווארן אסאך אין אידיש אויך, איך האב אסאך געליינט פון רבין אין מיינע יונגע יארן נאך פאר דער מאשי"ן האט אנגעהויבן ארבייטן
די חלק וואס נאר אידישע ליינער (קינדער און פרויען) דארפן וויסן איז שוין געדעקט, די שאלה איז נאר אויב די ביכער זענען דא צובאקומען
די זייל פון די אידישע וועלט אין די לעצטע דורות
פארגאנגענע וועלטן
נפלאות מהרי"ט
צדיק כתמר
'די זייל פון די אידישע וועלט אין די לעצטע דורות'
חבל אז דער מחבר האט פארלוירן א דין תורה בנוגע דעם ספר און האט נישט געקענט ממשיך זיין, ווייל עס איז געווען א מעסטער פיעס.....
פארגאנגענע וועלטן (איז דא דערויף דא ערגעץ א גאנצער אשכול דערוועגן)... חבל מען האט עס איבער געזעצט אויף אידיש, אזוי איז עס נישט פאר מענער און נישט פאר פרויען\קינדער......
נפלאות מהרי"ט וצדיק כתמר איז היינו הך, חבל אז דער מחבר ר' א"ד גליק ז"ל לעבט שויניש....