פי' רשיה"ק עה"ת ומפרשיו

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 873
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

פי' רשיה"ק עה"ת ומפרשיו

תגובהדורך יעקעלע פוקס » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 10:47 am

אזוי ווי צווישען די שפאלטענעס פון די היימישע קרעטשמע האט זיך לעצטענס געשאפען אן התעוררות אויף חומש רש"י, איז כדאי צי שענקען פאר דעם צוועק, א אשכול פאר זיך.

און אלגעמיין איז אנגענומען אז חומש רש"י איז זייער א גרינגער לימוד, יעדע קינד אין חדר לערענט חומש רש"י, און ווער קען דען נישט חומש רש"י, יא יא דאס איז נאר ביז מ'פאנג אן דורך לערנען יעדע וואך חו"ר דעמאלטס זעט מען ווי נישט פשוט עס איז.

וויפיל מפרשים איז דא נאר אויף רש"י אליין, צי פארשטיין דעם לימוד, וויפיל בענדער שער אהרן איז דא נאר אויף רש"י וכד',
און טאקע ווייל עס איז נישט פשוט און ווייל עס איז די וויכטיגסטע לימוד אין לכאורה אויך דע ערשטע לימוד וואס מ'דארף צי לערנען איז דא א יצה"ר ווי ביי אלע גיטע און וויכטיגע זאכען, הגם ביי דעם עלטערן דור אביסעל, ווי אויך ביי יודען מדקדקים, זעט זיך יא אן דאס חו"ר לערנען, פארט הערשט א היבשע התרשלות ביים המון אין דעם

עס איז באוויסט וואס די הייליגע ר"ר מרדכי'לע פון נאדבורנה זי"ע האט געזאגט 'אז ער קען ערליכע יודען וואס אויף די עלטער האבן זיי נישט געוויסט ווי די באשעפער איז, ווייל זיי האבען נישט געפילעוועט אין חו"ר', און כידוע האט דאס הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע געהערט מפה קדשו, און טאקע געהאט דערויף מסי"נ, אפילו אויף די עלטערע און שוואכע יארן צי ענדיגען חו"ר יעדע וואך

כ'בין געווען אמאל ביי א שיעור פון א גרויסע תלמיד חכם, האט ער ארפגעשטעלט א סדר הלימוד פאר יונגעלייט, מ'ווערט דאך עלטער און מ'מיז דאך אנקומען עפעס אין לעבען, האט איינער געפרעגט נאכען שיעור, אז אזוי ווי ער האט ליידער כמעט נישט קיין צייט צום לערנען, ער איז שרעקליך טרוד, וויל ער וויסען פאר די ברעקל צייט וואס ער האט יא וואס איז די וויכטיגסטע, האט ער אים געענפערט, אז אויב די מצב איז אזוי, זאל ער קודם לערנען חו"ר, ווייל זיין גאנצע סדר הלימוד וואס ער ארפגעשטעלט פארן עולם, איז אויך געווען נאר נאכדעם וואס מ'האט שוין געענדיגט די פרשת השבוע אדער מ'האט כאטש א סדר צי ענדיגען דעם סדרה.

ווי אויך איז דא כמעט יעדע וואך פארשידענע אינטערעסאנטע ידיעות, און חידות (פון ר' פארשלאפען וכד'..), וואס איז כדאי מיטציטיילען פארן עולם, און ווער ס'האט טאקע איז מכובד, ולמצוה גדולה יחשב, און זכות הרבים תלו בו
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6655
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 12:21 pm

יעקעלע,
מיט וואס איז דער אשכול אנדערשט פון די באזינדערע אשכולות וואס זענען אויף די סדרה פון דער וואך?
the SCY is the limit

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 873
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 1:40 pm

כבוד ידידי היקר ר' שמחה שליט"א
שני תשובות בדבר
קודם כל, איז דאס א שמועס וועגען חומש רש"י בכלליות און האט גארנישט מיט די סדרה'ס
והשנית, איז יענע אשכולות אויף ענינים פון די סדרה, ווי למשל שיינע שטיקלעך פון ספה"ק אויף די סדרה און אויף די זמן, ווידעראום דיזע אשכול האט דייקא נאר מיט חומש און רש"י, ידיעות אדער חידות אדער וועגען דאס לערנען "חומש מיט רש"י"
ועל כלם האב איך קודם געקיקט יענע אשכולות טאקע, און אזוי ווי די זאגסט עס איז באזונדערע אשכולות, איין אשכול האט 7 תגובות און איינס האט 5 די אנדערע 12 און די נעקסטע 1, איז נישט בעסער ווי אלעס גייט אריין אין איין אשכול, גרינגער נאכציקיקען, זיכען, און מגיב זיין, א בחינה פון על האשכלל כלו יצא,

און דאס איז לדעתי אויב האלט איר אנדערש, איך בין אלץ א מקבל (חוץ ווען נישט)
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 1:58 pm

אין שוהל דרייט זיך לעצטנס א הערליכע חיבור "חומש רש"י המבואר" פון "עוז והדר", זיי מאכן א מעכטיגן ארבעט לענ"ד, קורצע און שארפע פירושים אויף יעדע רש"י.

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 873
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 2:13 pm

קרעמער האט געשריבן:אין שוהל דרייט זיך לעצטנס א הערליכע חיבור "חומש רש"י המבואר" פון "עוז והדר", זיי מאכן א מעכטיגן ארבעט לענ"ד, קורצע און שארפע פירושים אויף יעדע רש"י.

יש"כ, מיר וועלן עס אי"ה אויפזיכען
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 2:26 pm

קרעמער, דער חומש רש"י המבואר איז זייער שיין, איך האב זייער הנאה דערפון, און זאל עס יעדער וויסן..

זיי האבן "בנוסף" דעם, קרעמער איך בין זיכער האסט עס באמערקט, אז אין די ווערטער פון רש"י דארט ווי רש"י באציעט זיך צו א פסוק, האבן זיי די ווערטער געמאכט אין בָּאלד. די ערשטע סקונדע איז עס מיר נישט געפאלן, אבער תיכף דערנאך אלע וואכן "מוז איך שבת נאכמיטאג איבערגיין די רש"י מיט אים, ס'געט א מוראדיגער געשמאק.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 6:33 pm

אודאי האב איך דאס באמערקט, עס גיבט אסאך צו צום טעם.

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 873
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 11:35 am

יש"כ קרעמער און יגר
איך בין געגאנגען פון איין ביהמד"ר צים צווייטן געזיכט דעם חומש המבואר וואס איר האט אויסגעלויבט, און די עולם האט מיך אנגעקיקט ווי פון די לבנה, איינער זאגט איר מיינט אוודאי המאור נישט המבואר וכד', עכ"פ בלית ברירה בין איך געגאנגען אין געשעפט און פארלאנג דעם חומש המבואר, ענפערט ער נישטא אזא זאך, זאג איך אים פון עוז והדר, שוין גייט ער פרעגן, האט ער באקומען א ענטפער פון זיינע אויבערהארן, אז די חומש האלט נאך אינמיטן ארויסקומען, דערווייל איז דא נאר אויף בראשית און דברים, אבער דברים איז אויספארקויפט, האב איך אים געבעטן ער זאל מיר ווייזן כאטש די בראשית, צי פארשטיין פארוואס איר האט דאס אזוי מחשיב געווען, אריינקוקענדיג זעה איך אז עס איז נישט דא נאר איין ביאור, אבער אביסעל קיקענדיג האט עס אויסגעזעהן גאנץ גיט, ווי אויך געזעהן ווי ער מאכט באלד אותיות אינמיטן, אבער נישט פארשטאנען פינקלעך זייך מהלך,
אפשר איז שייך מסביר זיין בעסער וואס איז די פירוש בעסער ווי אנדערע, כ'וואלט דאס איינגעהאנדלט אויב ס'גיט
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 12:18 pm

גיי אין א שוהל וואס האט זיך יא איינגעהאנדלט די דברים חומש, אדער ווארט ביז בראשית און קויף דיר דעם בראשית, וועסט זיך אליינס איבערצייגן די מעלות דערפון.

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 873
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » זונטאג סעפטעמבער 14, 2008 12:23 pm

די פירוש ע"ט איז גארנישט אזוי אוועקצימאכען

איך האב אמאל געזעהן א יוד, ניטש קיין בר בי רב דחד יומא, נאר א ערסטער מענטש לערנען דעם פי' ע"ט, גיב איך אים א פרעג וואס איז דאס, ווי איינער זאגט ווי פאסט דאס פאר דיר, זאגכט ער מיר, אז ווען ער וויל אפטיישטען א ווראט, נישט פארשטיין, נאר אפטייטשען דעם ווארט, נעמט ער ארויס דעם באבען פון שאנק, און האט דאס ארויס קלאר,

די וואך שב"ק אין ביהמד"ר, האב איך אנגעפאנגען פרעגן רעכטס און לינקס די טייטש פון 'ולא יגלה כנף אביו' וואס איז טייטש כנף, נישט ווייל איך האב געוואלט פארהערן דעם עולם, (אדער אז די עולם זאל וויסן און פארשטיין אז איך לערן חו"ר) כאב באמת געוואלט וויסן, דער ווייסט נישט, יענער קעקעצט אהער אהין, איינער פרובירט, א לשון פון כנף א פליגעל, די צווייטער א לשון פון א קלייד, די וואס לערנען האבן מיר געוויסט צי ענפערן דאס מיינט א שומרת יבם ווי רש"י ברענגט, אבער אפטייטשן די ווארט כנף האב איך נישט באקומען קיין קלארע תשובה, (דרך אגב, איר ווייסט יא???.....)
האב איך מיך נישט געפוילט, געגאנגען צים שאנק און ארויס גענומען דעם אלטען בית יהודה חומש, און אריינגעקיקט, וואס ער טיישט, "כנף די שאנד", מ'זאל נישט אויפדעקן דעם טאטענס שאנד, קלאר דאס איס די אפטייטש פון די ווארט כנף, פירושים דארף מען קיקען אין די מפרשי התורה, רש"י זאגט וואס עס מיינט דא,
די זעלבע האב איך געהאט שפעטער ביים סוף סדרה, וואס איז טייטש 'ויזנב'..? איינער האט מיר געזאגט דעם רש"י א לשון פון זנב וכו', איינער האט זיך מיר אינטערגעזינגען דען ניגון "געדענק דעם אלטען גנב אשר קרך ויזנב...." אבער ר' יוד וואס טייטש? זאגט די באבע "ויזנב בך ער האט געהרג'ט און דיר", הגם דא וואלט תרגום אויך געהאלפן "די קטול בך", אבער אסאך מאל ווערט נישט קלארער מיטן תרגום אליין

ממילא ר' יוד לאך נישט פון יענעם אז ער לערנט פי' ע"ט
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6655
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג סעפטעמבער 14, 2008 10:28 pm

יעקעלע,
גיב אקוק וואס דער באבע טייטשט אויף 'אותי השיב על כני' און פרשת מקץ
ספעציעל וויא ער טייטשט כני
the SCY is the limit

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 873
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 9:54 am

אגיטן ר' שמחה שי'
כאב נישט קיין באבע ביי די האנט אבער איך וועל נאכקיקען אי"ה
וואס זאגט איר צום באבען בכלל, האב איך א שפיץ? (פוינט)

כבוד ר' פארשלאפען שי'
ווי האלט מען מיט אונזער שיעור חו"ר
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19695
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 10:05 am

איך מיך צופלייסן אביסל איים בעקד אפ, ר' יעקעלע דו האסט דאך אודאי געענדיגט, זאג נאר, איז תמר געווען דוד המלך'ס טאכטער?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 873
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 10:37 am

כבוד ר' פארשלאפען שי'
ב"ה איך האב געענדיגט חו"ר, אבער איך גענעק נישט פאריגע וואך זאל שטיין עפעס וועגן תמר, (אפשר האב איך נישט געניג פלייסיג געלערנט)
לפי ידעתי איז תמר געווען דוד'ס טאכטער א שוועסטער מיט אבשלום, ווי אויך האט אבשלום שפעטער געהאט א טאכטער און איר א נאמען געגעבן אויך תמר
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6655
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 10:44 am

יעקעלע פוקס האט געשריבן:כאב נישט קיין באבע ביי די האנט אבער איך וועל נאכקיקען אי"ה

הער, כ'על דיר זאגען וואס ער טייטשט
אותי השיב על כני אויף מיין נעסט, אוויא עס וואלט געשטאנען קני מיט א קו"ף אנשאט א כ"ף
the SCY is the limit

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 873
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 10:47 am

הער ר' שמחה איך גיי נאך אלץ נאכקוקען, אבער יעצט אויך די מפרשי התורה דארט!!
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19695
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 10:59 am

ר' יעקעלע לערן גוט אדורך די סוגיא פון יפת תואר וועסטו געוואויר ווערן.

ר' שמחה...... ודפח''ח
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 873
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 2:13 pm

יש"כ ר' פארשלאפען, האסט מיך מזכה געווען לערנען נאכאמאל
אבער זאלסט מיר מוחל זיין, איך זעה נישט אז רש"י זאל אנצייכענען די מעשה מיט תמר דארט, און אוודאי זעה איך נישט ווי מ'זעהט דארט וועמעס טאכטער תמר איז געווען?
זאל איך לערנען נאכאמאל? וויפיל מאל היינט גייסטי מיך מזכה זיין?
איך וועל זוכה זיין אז מלאכתי וועט זיין נעשית ע"י אחרים?
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19695
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 7:54 pm

ר' יעקעלע, ס'איז אן אריכות און עס גייט נישט על רגל אחת, אויב איז דיר נישט שווער שפאציר אריין אין אוצר און קוק נאך די תוספות אין קידושין דף כ''ב ע''א.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 873
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » דינסטאג סעפטעמבער 16, 2008 10:24 am

כבוד ר' פארשלאפען, כאב מיך נישט געפוילט, כאב נאכגעקיקט, און ס'איז מורא'דיג, א חידוש, ס'קען זיין אז תמר איז נישט דוד המלך'ס טאכטער, נאר זי איז נאך מביאת עו"כ, טאקע א חידוש

כבוד ר' שמחה, האסט מיך געמאכט בשמחה, כאב נאכגעקיקט דעםן באבען אינעווענדיג, כאב גיט געלאכט, און כאב פרובירט זיך אננעמען על כבוד זקינתי, און נאכגעקיקט אין די מפרשי התורה אפשר וועט איינער רחמנות האבן, אבער ולא עלתה בידי,
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 873
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » זונטאג נובעמבער 09, 2008 12:15 pm

farshlufen האט געשריבן:איך מיך צופלייסן אביסל איים בעקד אפ,......

כבוד ידידי היקר ר' פארשלאפען שי'
האמער זיך שוין לאנג נישט געזעהן, כ'בין געווען פארנומען מיטן ענדיגן חו"ר די אלע אנגעצויגענע וואכען,
אויב איך מעג דיך פרעגען ווי האלט מער דעם יאר??
מיר האלטן שוין ב"ה סוף פ' נח, מיר האפן בעזר השם די סוף וואך צי זיין אפ טא דעיט... בל"נ
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19695
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג נובעמבער 09, 2008 12:33 pm

עליכם השלום הרב פוקס, מיר האלטן אויך סוף נח אבער ביז אהער האבן מיר ב''ה גוט אדורך געאקערט, זאל דער גרויסער זיסער באשעפער אונז שענקען צייט מוח און כח אדורך צו לערנען דאס און אלע אנדערע חלקי התורה מיט א רואיגן געוויסען.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג דעצמבער 13, 2010 10:24 pm

יעקעלע פוקס האט געשריבן:יש"כ קרעמער און יגר
איך בין געגאנגען פון איין ביהמד"ר צים צווייטן געזיכט דעם חומש המבואר וואס איר האט אויסגעלויבט, און די עולם האט מיך אנגעקיקט ווי פון די לבנה, איינער זאגט איר מיינט אוודאי המאור נישט המבואר וכד', עכ"פ בלית ברירה בין איך געגאנגען אין געשעפט און פארלאנג דעם חומש המבואר, ענפערט ער נישטא אזא זאך, זאג איך אים פון עוז והדר, שוין גייט ער פרעגן, האט ער באקומען א ענטפער פון זיינע אויבערהארן, אז די חומש האלט נאך אינמיטן ארויסקומען, דערווייל איז דא נאר אויף בראשית און דברים, אבער דברים איז אויספארקויפט, האב איך אים געבעטן ער זאל מיר ווייזן כאטש די בראשית, צי פארשטיין פארוואס איר האט דאס אזוי מחשיב געווען, אריינקוקענדיג זעה איך אז עס איז נישט דא נאר איין ביאור, אבער אביסעל קיקענדיג האט עס אויסגעזעהן גאנץ גיט, ווי אויך געזעהן ווי ער מאכט באלד אותיות אינמיטן, אבער נישט פארשטאנען פינקלעך זייך מהלך,
אפשר איז שייך מסביר זיין בעסער וואס איז די פירוש בעסער ווי אנדערע, כ'וואלט דאס איינגעהאנדלט אויב ס'גיט

ווייסט איינער אויב עוז והדר האט זיך שוין א ריר געטוהן מיטן ארויסגעבן דעם אזוי-געגארטן "חומש רש"י המבואר" אויף די אנדערע חלקים? איך בין ממש צוגעבינדן געווארן דערצו במשך די דברים און בראשית סדרות, און איך קען נישט טראכטן וויאזוי איך וועל מיך אן עצה געבן אין די סדרים פון שמות-ויקרא-במדבר.

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2528
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 11:00 am

לעצטענס איז ארויסגעקומען א שיינעם חומש אין יודיש, פון א מלמד אין בעלז ב.פ., זעהט אויס צו זיין גאר א פיינע זאך.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 4:22 pm

טאקע, געהערט דערפון, די מלמדים שווערן זיך דערביי אז "דאס איז עס"


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט