הידען הנפלא רבי שמואל אשכנזי ז"ל מירושלים

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

לייברערין
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 16, 2015 11:47 pm
לאקאציע: און לייברערי

הידען הנפלא רבי שמואל אשכנזי ז"ל מירושלים

תגובהדורך לייברערין » זונטאג יולי 26, 2020 9:41 pm

ר"ש אשכנזי וואס איז הארט נפטר געווארן עש"ק כ"ה תמוז און ירושלים.

געבוירן י"א בטבת ה'תרפ"ב און ירושלים
געבוירן אלץ שמואל דייטש צו זיינע עלטערן ברוך ואסתר דייטש
איך האב מיך באקענט מיט דעם הפליאדיג'ען יוד פון דו נייע מהדורה פון ספר "קב הישר".
מיין טאטע זז"ג האט מיר געזאגט א ווארט אז עס דא א יוד אן עילוי א כלו בו "אשכנזי", קוק דארט אונעם קב הישר, איז דארט דא אפאר בלעטער הערות וכו' צום מו"ל ס'האט מיר עפעס מוראדיג געכאפט, בקיאות באופן הפלא, אייגענארטיק, טישקאוו, גאר מדיוק, מדייק אותיות ותגים בלי גוזמא.
שפעטער, גאנץ לעצטנעס האב איך מער געליינט און מיטגעהאלטן איבער אט דעם גאון וחכם אויף דעם פורום פון אוצר החכמה, דארט איז פארהאן כמה בלעטער איבער אים און איבער זיינע שרייברעריי.
וואס איז מיר אינטרעסאנט, אז על אף וואס ער האט געארבעט אונעם ספריה לאומית בי-ם, זיך געשריבען און געארבעט מיט יודן פון אלע קרייזן [מיילד געזאגט] איז ער געווען א ירא ושלם מאנשי ירושלים [ביטע פארשטייט]
כהא'ב געשמועסט מיט א יונגערמאן וואס איז געבוירן און די אונגערישע הייזער מקום מגוריו פון ר' שמואל, איבער ר' שמואל, זאג'ט ער מיר "כ'האב נישט געוויסט ער איז געווען א חוקר, כהאב עם גוט געקענט": עכ"פ קוקט אויס שני דמיות כאן.
אדרבה אויב איז דא איינער וואס האט עם געקענט פרעזנטליך אדער ווייסט מער, יבא ויעלה זכרונו.


איינע פון דו אשכולות אונעם פורום פון אוצה"ח
אוצר החכמה פורום
לעצט פאראכטן דורך לייברערין אום זונטאג יולי 26, 2020 10:10 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4023
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: הגאון רבי שמואל אשכנזי ז"ל מירושלים

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג יולי 26, 2020 10:03 pm

נתפעל צו ווערן פון זיינע קענטעניסן!
לעצט פאראכטן דורך יידישע קהילות אום מאנטאג יולי 27, 2020 12:30 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלף
תגובות: 1539
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: הגאון רבי שמואל אשכנזי ז"ל מירושלים

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » זונטאג יולי 26, 2020 10:23 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:הגאון??! הידען הנפלא!


גערעכט

ער האט ארויס געגעבן "אלפא ביתא דמר שמואל" א נפלא'דיגער ידען

די הערות אויף קב הישר האט מיר אויך געכאפט
איר ווילט טאקע פארדרייען א קאפ? טוט עס דא

loyodea
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: הידען הנפלא רבי שמואל אשכנזי ז"ל מירושלים

תגובהדורך loyodea » מאנטאג יולי 27, 2020 2:32 am

איך זע דארט א בילד פון דעם איד, איך דערמאן זיך אז איך געדענק די צורה
פלעגט ער זיצן גאנץ שבת נאכמיטאג אין באבוב אויף חגי?

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

Re: הידען הנפלא רבי שמואל אשכנזי ז"ל מירושלים

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » מאנטאג יולי 27, 2020 1:14 pm

ר' שמואל איז געווען א גאון אדיר וואס האט געקענט א וועלט, ער האט גוט געקענט לערנען די 'סאליד' זאכן, און פונקט אזוי האט ער זיך אויסגעקענט מיט יעדע אנדערע ספר.

יעדער בקי, ידען, און גרונטליכער מחבר ספר, פון די גרעסטע תולדות אהרנ'ער קנאים ביז די פרייעסטע אקאדעמישע חוקרים, זענען אייביג געקומען זיך דורכרעדן מיט אים. ער האט געהאט אן אויסטערלישע חוש צו געדענקען מקורות מכל גווני הקשת, פון ספרי קבלה און ספרי הפוסקים, ביז פארשטופטע כתבי יד, ביז להבדיל צייטונגען... ער האט א געוואלד געשריבן און צוגעצייכנט, מעיר געווען און געברענגט בליציגע תיקונים.

אזוי אויך האט ער געהאט אן אויסטערלישן חוש מפענח צו זיין כל-ערליי צפונות. ער איז געווען א יחיד מומחה און פוסק אחרון אויף עניני דקדוק, היסטאריע, ביאגראפיע און ביבליאגראפיע, כידוע ליודעים. ער איז געווען זייער א קלוגער מענטש וואס האט ארויסגעהאט אן ענין כדבעי, ער האט געכאפט אויפן ווינק און פארשטאנען פון צווישן די שורות. נישט אומזיסט האט מען אים דארט גערופן 'חכימא דיהודאי'.

ועל כולם איז ער געווען זייער א גוטער, א פארגינער און האט געטון טובות פאר יעדן, שלא כדרכם פון אסאך חוקרים וואס זענען שחצנים און שרי גאה כידוע. מיט זיין טייפ-רייטער האבן ער אויפגעטייפט ארום 2,000 'תשובות' אויף 'עיר-מעיל לעטערס' און עס געשיקט עס צו די שואלים.

פון תש"ס און ווייטער, האט מען געדרוקט א טיפה מן הים פון זיינע קענטעניסן, אין די דיקע חיבורים 'אלפא ביתא קדמיתא' און 'אלפא ביתא תניתא'. אלע ידיעות וואס זענען דארט בנמצא, זענען בלויז מקורות וואס ער האט פארצייכנט בעניני אויסדרוקן, מליצות וכדומה.

איך בין אים שולדיג אסאך הכרת הטוב, פאר זיין שטענדיגע גרייטקייט מיר צו העלפן, בשמחה ובמאור פנים. יהא זכרו ברוך.

דא איז א בילד וואס מיין באגלייטער האט געכאפט פון אים, ביים שוועל פון זיין דירה, בשעת ער האט גערעדט מיט מיר דאס ערשטע מאל פנים בפנים, זייענדיג אנגעטון מיט זיין שטוב-כאלאט. דאס בילד ערשיינט אין זיין ערך אין ויקיפדיה.

אשכנזי.jpg
אשכנזי.jpg (44.21 KiB) געזעהן 1082 מאל
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

Re: הידען הנפלא רבי שמואל אשכנזי ז"ל מירושלים

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » מאנטאג יולי 27, 2020 1:31 pm

אין די תש"נ יארן, נאך דער נייער 'קב הישר' איז ארויסגעקומען ברוב פאר והדר, האב איך זיך פארליבט אין די הערות והשלמות וואס זענען געדרוקט געווארן סוף פונעם ספר, געשריבן דורך ר' שמואל אשכנזי.

לויט די ידיעות וואס ווערן דארט צאמגעווארפן, האב איך דערקענט אז ס'רעדט זיך פון א ידען עצום, און גאר א זיסער מענטש. שפעטער, אין די סמ'ך יארן, ווען השי"ת האט מיר חונן דעת געווען איבערצוארבעטן א ספר, האב איך זייער געוואלט אז ר' שמואל אשכנזי זאל עס איבערקוקן און שרייבן הערות דערויף.

איך האב זיך נאכגעפרעגט אויף אים אין תשס"ה, און כ'בין געוואויר געווארן אז ער איז שוין 83 יאר אלט, אבער איז נאך געזונט און פריש.

איך האב געהאט א ליסטע פון שאלות, וואס כ'האב געדארפט מברר זיין לצורך עניני הספר. איך האב אים געשיקט די שאלות, צען-צוועלף אויפאמאל. נאך יעדע בריוו פון שאלות, האב איך צוריקבאקומען פון אים א זיסע בריוול (עיר-מעיל לעטער), וואס הייבט זיך אן און ענדיגט זיך מיט זיסע לשונות און מליצות. און אינצווישן פארענטפערט ער די שאלות איינס נאכן צווייטן, קלאר און מסודר'דיג.

נאך א צייט פון בריוו אהין-און-צוריק, האב איך אים גערופן פרעגן אויב ער איז אינטערעסירט צו זען מיין ספר איבערגעדרוקט און צי ער וויל שרייבן הערות דערויף. זאגט ער מיר: "שיק מיר וואס דו האסט".

כ'האב אים ארויסגעדרוקט מיין ספר אין א גרעסערן פארמאט, ס'זאל אים זיין גרינגער דאס לייענען, און עס אים אריינגעשיקט מיט א שליח.

נאך אפאר טעג האב איך אים גערופן פרעגן צי ער האט שוין אנגעיאגט צו כאפן א בליק דערויף, זאגט ער: "דיין ספר גייט נישט אראפ פון מיין טיש. איך וועל דיר זאגן דעם אמת: אלע טאג קומען דא אן אידן וואס ווילן אז איך זאל איבערקוקן זייער ספר און שרייבן הערות. אבער איך קען זיך נישט אלעס אונטערנעמען. איך כאפ א בליק אינעם ספר און אויב איך זע אז זייער ארבעט איז א 'שעלע-בעלע', פטר איך זיי אפ. אבער פון דיין ספר זע איך, אז דו ביסט זיך זייער משתדל מדייק צו זיין, און דו פוילסט זיך נישט נאכצוקוקן אין אלע דרוקן און אין כתבי יד, צוליב דעם וועל איך דיר יא העלפן. וזה החלי...".

איך האב פארברענגט מיט אים יענעם טאג איבער א שעה, און מיט הלל הזקן'ס געדולד האט ער מיר אויסגעלערנט כללים וויאזוי צו אויסצושארפן די שפראך פון מיינע הערות, כ'זאל נישט ניצן קיין איבריגע ווארט אין די הערות, למשל:

א. דער עולם איז געוואוינט צו שרייבן: "בגמרא איתא, אמר רבא". שרייב ענדערש: "בגמרא: אמר רבא". נעם ארויס דאס ווארט "איתא" און לייג צוויי פינטלעך.

ב. מען שרייבט נישט לשה"ק און ארמ'יש אויסגעמישט, עס איז שעטנז! הגם אלע פריערדיגע מחברים האבן יא אזוי געטון, טוישן זיך אבער די כללים ביים איבערארבעטן ספרים אויפן היינטיגן אופן מיט הערות וכדומה.

ג. מען צייכנט צום בית יוסף פאר ים של שלמה, ווייל ער איז געווען עלטער.

ד. אין גמרא שטייט טאקע כך וכך, אבער עס איז נישט די מסקנת הסוגיא!

און נאך און נאך, פון אלע סארט הערות.

אפאר טעג נאכאנאנד האט ער פארברענגט מיט מיר א שעה און נאך א שעה, דורכגייענדיג די ערשטע צענליגע עמ' פון מיין ספר, הערה נאך הערה, כדי אויסצושלייפן דעם סגנון.
אזוי האבן אונז אנגעקניפט א קשר טעלעפאניש און שריפטלעך. ער פלעגט אויפהייבן דעם טעלעפאן מיט זיין נעימות'דיגן 'כֵּן' (מיט א צירה, נישט א סגול), און הערנדיג ווער ס'רעדט האט ער מגיב געווען גאר העפליך: "אההההה, וואס מאכט איר?".
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

לייברערין
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 16, 2015 11:47 pm
לאקאציע: און לייברערי

Re: הידען הנפלא רבי שמואל אשכנזי ז"ל מירושלים

תגובהדורך לייברערין » מאנטאג יולי 27, 2020 2:15 pm

כבוד הרב קאטשקע: ביסט גארנישט אזא קאטשקע!
דיינע ווערטער זענען געוואלדיג, הערליך ארויסגעברענט זיינע גאלדענע מידות.
ווי לדוגמא האט ער געדוואנט, געשיקט זיינע קינדער לערנען?
איך וואלט געוואלט האבן א בעסערע בליק [אויב עס איז מעגליך בכלל] אויף זיין קרייז וכו' [ביטע מיך נישט כאפן אויפען ווארט וד"ל]

לייברערין
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 16, 2015 11:47 pm
לאקאציע: און לייברערי

הערות ר"ש אשכנזי על ס' קב הישר מהדורה החדשה

תגובהדורך לייברערין » מאנטאג יולי 27, 2020 2:21 pm

קאמענטארן זענען איבריג

לייברערין האט געשריבן:איך האב מיך באקענט מיט דעם הפליאדיג'ען יוד פון דו נייע מהדורה פון ספר "קב הישר".
מיין טאטע זז"ג האט מיר געזאגט א ווארט אז עס דא א יוד אן עילוי א כלו בו "אשכנזי", קוק דארט אונעם קב הישר, איז דארט דא אפאר בלעטער הערות וכו' צום מו"ל ס'האט מיר עפעס מוראדיג געכאפט, בקיאות באופן הפלא, אייגענארטיק, טישקאוו, גאר מדיוק, מדייק אותיות ותגים בלי גוזמא.


בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:די הערות אויף קב הישר האט מיר אויך געכאפט


קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:אין די תש"נ יארן, נאך דער נייער 'קב הישר' איז ארויסגעקומען ברוב פאר והדר, האב איך זיך פארליבט אין די הערות והשלמות וואס זענען געדרוקט געווארן סוף פונעם ספר, געשריבן דורך ר' שמואל אשכנזי.

לויט די ידיעות וואס ווערן דארט צאמגעווארפן, האב איך דערקענט אז ס'רעדט זיך פון א ידען עצום, און גאר א זיסער מענטש. שפעטער, אין די סמ'ך יארן, ווען השי"ת האט מיר חונן דעת געווען איבערצוארבעטן א ספר, האב איך זייער געוואלט אז ר' שמואל אשכנזי זאל עס איבערקוקן און שרייבן הערות דערויף.

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

Re: הידען הנפלא רבי שמואל אשכנזי ז"ל מירושלים

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » מאנטאג יולי 27, 2020 3:09 pm

לייברערין האט געשריבן:ווי לדוגמא האט ער געדוואנט, געשיקט זיינע קינדער לערנען?
איך וואלט געוואלט האבן א בעסערע בליק [אויב עס איז מעגליך בכלל] אויף זיין קרייז וכו' [ביטע מיך נישט כאפן אויפען ווארט וד"ל]

איך ווייס נישט, ווייל כ'האב אים נישט אינטערוויואירט. ס'איז געווען הכל רווח וואס ער האט מיר פארציילט.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5509
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: הידען הנפלא רבי שמואל אשכנזי ז"ל מירושלים

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג יולי 27, 2020 3:10 pm

צוויי הערליכע בילדער פון אים.

Reb Shmuel Ashkenazi.jpg
Reb Shmuel Ashkenazi.jpg (378.58 KiB) געזעהן 1009 מאל


מיט ר' יחיאל גולדהבר, ער נאשט פון אים וויפיל ס'גייט...
Yechiel Goldhaber and Shmuel Ashkenazi.jpg
Yechiel Goldhaber and Shmuel Ashkenazi.jpg (352.54 KiB) געזעהן 1009 מאל


גענומען פונעם ספרים בלוג וואס מאכן א קאמפיין צו דרוקן זיינע כתבים.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

Re: הידען הנפלא רבי שמואל אשכנזי ז"ל מירושלים

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » מאנטאג יולי 27, 2020 3:10 pm

ווינטער תשס"ח האב איך געמאכט פלענער צו פארן קיין א"י. כ'האב מודיע געווען פאר ר' שמואל אז אין אפאר טעג וועל איך זיין אין ירושלים און כ'וויל אים קומען באזוכן. ער האט זיך געפריידט דערצו.

א טאג נאכן לאנדן, זענען מיר ארויס בחוצות ירושלים, אויף רחוב מלכי ישראל, לתור את הארץ. אזוי שפאצירנדיג זעמיר אנגעקומען קיין מאה שערים. רוף איך זיך אן: "אפשר כאפט מען זיך אריבער צו ר' שמואל'ן?" כ'האב נישט געהאט מיט מיר א טעלעפאן אים צו קלינגען.

איך בין אריבער צו די אונגארישע הייזער, אויפגעזוכט נומער 85, ארויף אויפן צווייטן שטאק, און אנגעקלאפט אויף זיין טיר.

ביז א מינוט עפנט זיך די טיר, און כ'זע אן עלטערן איד א בעל צורה שטיין פאר מיר. ער פרעגט מיר: "ווער זענט איר?" זאג איך אים מיין נאמען.

ר' שמואל איז געווען זייער א פרינציפ מענטש, א קארעקטער און א מסודר'דיגער. עס האט אים זייער פארדראסן אז איך האב אזוי אריינגעקלאפט צו אים, אן מודיע זיין פון פריער אז איך קום.

זאגט ער מיר שארף: "כ'וואלט אייך געדארפט פארקלאפן די טיר! אזוי קומט מען? אן קלינגען פריער?"

השי"ת האט מיר חונן דעת געווען און כ'האב אים געענטפערט: "איר זאלט מיר מוחל זיין, אבער איך בין אהערגעקומען ווי אייער שדכן איז געקומען 70 יאר צוריק". ער עפנט אויף אפאר אויגן: "וואס זאגסטו?"

"ווען אייער שדכן איז געקומען צו אייערע עלטערן אנטראגן א שידוך, האט ער נישט געהאט א טעלעפאן, נאר ער האט אריינגעקלאפט אין שטוב פרעגן ווען ס'איז א גוטע צייט צו קומען רעדן. איך טו יעצט די זעלבע, איך האב נישט מיין טעלעפאן מיט מיר, בין איך געקומען פרעגן ווען עס איז א גוטע צייט צו קומען פארברענגען"...

דא האט ער אויפגעשטראלט און האט מיר העפליך געלאדנט: "אויב אזוי קום אריין צו מיר אין שטוב".

כ'האב יענעם טאג פארברענגט ביי אים 15 מינוט, אבער אין די פאלגנדע טעג שעות לאנג. בהמשך וועל איך אי"ה שרייבן שטיקעלעך פון די שמועסן וואס כ'האב געהאט מיט אים.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5509
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: הידען הנפלא רבי שמואל אשכנזי ז"ל מירושלים

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג יולי 27, 2020 3:19 pm

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:כ'האב יענעם טאג פארברענגט ביי אים 15 מינוט, אבער אין די פאלגנדע טעג שעות לאנג. בהמשך וועל איך אי"ה שרייבן שטיקעלעך פון די שמועסן וואס כ'האב געהאט מיט אים.

יישר כח פארן שרייבן, מיר לעזן מיט דורשט.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

Re: הידען הנפלא רבי שמואל אשכנזי ז"ל מירושלים

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » מאנטאג יולי 27, 2020 3:20 pm

ער האט מיר פארציילט, אז ווען ער האט געלערנט ביי הגרי"ץ דושינסקיא זצ"ל, האבן די בחורים אמאל אויפגעזוכט א געוויסע רש"י אין נ"ך. זענען זיי געגאנגען פרעגן הרב דושינסקי, וועלכער האט זיי דירעקטירט: "פרעגט שמוליק".

ווען זיי זענען געקומען צו אים, האט ער זיי אפגעענטפערט בייז: "איר ווילט נישט לערנען נביאים וכתובים, און יעצט דארף איך אייך עס געבן אויף א גאלדענעם טאץ! ניין איך זאג אייך נישט וואו עס שטייט. איר דארפט לערנען".

באלד דערויף האט ער זיך אבער בארעכנט, און האט זיי אפירגעוויזן דעם רש"י "כדי צו ארבעטן אויף די מידות".

ביי אן אנדערן געלעגנהייט האט ער מיר פארציילט, אז ער האט זיך אמאל – יארן שפעטער – פרובירט צו דערמאנען וואו עס שטייט א רש"י. ער האט געדענקט אין וועלכן ספר פון נביאים עס איז, אבער נישט גענוי וואו. אנשטאט צו דארפן דורכזוכן דעם גאנצן באנד, האט ער געקאלט א געוויסן חוקר, וואס האט דאן געהאלטן ביים ענדיגן א גרעסערן חיבור אויף רש"י, און ר' שמואל האט אים אסאך ארויסגעהאלפן, אים צו פרעגן וואו דער רש"י געפינט זיך.

יענער האט אים אבער קאלט-בלוטיג געענטפערט: "איך ווייס וואו ס'שטייט, אבער כ'וויל דאך נישט דערלייגן מיין 'פרנסה' (??). ווען מיין ספר וועט ארויסקומען און וועסט עס קויפן, וועסטו קענען גרינג טרעפן דארט דעם רש"י".

פירט אויס ר' שמואל: "דאס איז געווען דאס לעצטע מאל וואס כ'האב גערעדט מיט אים! מער האב איך אים נישט געוואלט אויפנעמען".

* * *

אונזער שמועס איז אנגעקומען צו הלכות נשיאת כפים, און ער האט מיר מסביר געווען פון וואו ס'שטאמט אז אויך בזמן הזה זאל מען נישט קוקן אויף די כהנים ביים דוכנ'ען.

בתוך הדברים האט ער מיר פארציילט, אז אין ירושלים וואס מ'פלעגט וועלן פרואוון א יונג קינד ווי שארף ער איז, האט מען אים געזאגט:

דער וואס קוקט אויפן כהן ביים דוכנ'ען; דאס ערשטע מאל ווערט ער בלינד אויפן רעכטן אויג, דאס צווייטע מאל אויפן לינקען אויג, און דאס דריטע מאל שטארבט מען.
און מען האט געווארט צו זען דאס קינד'ס רעאקציע...

* * *

אין א שמועס וואס כ'האב געהאט מיט אים, אין זיין ספרים שטוב (זיין גאנצע הויז איז געווען איין גרויסע ספרים שטוב... יעדע צימער איז פול מיט ספרים, חדשים גם ישנים), אין אדר ראשון תשס"ח, האט ער מיר פארציילט, אז ער פלעגט יארן צוריק ארבעטן אלס מגיה אין מוסד הרב קוק (טראץ זיין ירושלימ'ער לבוש און היימישע אידיש), און ווען רר"מ ז"ל האט אהינגעברענגט זיינע כתבים זיי זאלן עס דרוקן, האט ער זיך אויסגענומען מיט זיי, אז ר' שמואל אשכנזי טאר עס נישט מגיה זיין! פארוואס? ווייל ער וועט טרעפן אלע זיינע 'גניבות'. [ווען ר' שמואל האט עפעס געליינט אדער געלערנט, האט ער באלד געקענט צוצייכענען פון וואו דער מחבר האט 'גענומען' דעם חידוש, מיט אלע גרייזן פונעם אריגינאלן מקור. ווי עס שיינט, האט ער געהאט א 'ראדאר' וואס האט זיך צופיפן...].

* * *

ער האט מיר אויך פארציילט, אז ער האט אמאל געפרעגט הגריא"ז מרגליות זצ"ל: "היתכן איר האט דעם ספר 'בן יוחאי' פון ר' משה קוניץ אינדערהיים?" פרעגט ר' אשר זעליג צוריק: "און ווערט האט דיר דאס פארציילט?" האט ער אים געוויזן אויף א שלל פון מראי מקומות אין מדות רשב"י, וואס הגריא"ז האט קענטיג נאכגעשריבן פון 'בן יוחאי', מיט די גרייזן שבו... און ר' אשר זעליג האט מודה געווען. האט ר' שמואל אים מודיע געווען: "און איר האט אויך דעם אוצר ישראל פון אייזנשטיין"... זאגט אים ר' אשר זעליג: "דאס איז ביי מיר אויפן אונטערשטן פאליצע"...

* * *

פון זיינע זיסע ווערטער:

אמאל ווען כ'האב געשמועסט מיט אים וועגן דעם איסלאמישן "הג'רה", האט ער מיר ערקלערט, אז יענעם טאג איז מוחמד [ימ"ש] ארויס פון מעקא צו מאדינא, אין סאודי-אראביע וכו' וכו'. עס איז געווען ג' אב ד'שפ"ב, און פון יענעם טאג ציילן די אראבער זייער 'למספרם' יאר, וואס איז - ווי באקאנט - באזירט בלויז אויפן שנת הלבנה.

האט ער צוגעלייגט אויף די ווערטער 'ארויס פון מעקא צו מאדינא': "וסימנך, מכת מדינה"...
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

Re: הידען הנפלא רבי שמואל אשכנזי ז"ל מירושלים

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » מאנטאג יולי 27, 2020 3:25 pm

ווינטער תשס"ז האב איך פארענטפערט פאר ר' שמואל אשכנזי, שריפטליך, א שאלה וואס האט אים געבאדערט לאנגע יארן.

ווען איך בין געווען ביי אים אין שטוב א יאר דערויף, האב איך ארויסגענומען יענעם ספר וואו ער האט געהאט זיין שוועריגקייט. איך בין געווען אנטוישט צו זען אז ער האט אויפגעטייפט מיין גאנצע הערה אויף א צעטל און עס אריינגעשטעקט אין זיין ספר כאילו ס'איז זיין חידוש!

נאכן קומען צו זיך פונעם חושד בכשרים'שאפט, האב איך איבערגעדרייעט דאס צעטל און געזען דאס:

ר' שמואל.JPG
ר' שמואל.JPG (46.99 KiB) געזעהן 991 מאל
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

לייברערין
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 16, 2015 11:47 pm
לאקאציע: און לייברערי

Re: הידען הנפלא רבי שמואל אשכנזי ז"ל מירושלים

תגובהדורך לייברערין » מאנטאג יולי 27, 2020 3:26 pm

נא_שכל האט געשריבן:
קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:כ'האב יענעם טאג פארברענגט ביי אים 15 מינוט, אבער אין די פאלגנדע טעג שעות לאנג. בהמשך וועל איך אי"ה שרייבן שטיקעלעך פון די שמועסן וואס כ'האב געהאט מיט אים.

יישר כח פארן שרייבן, מיר לעזן מיט דורשט.

לא נשאר לי אלא לומר בלשון עיגלת שלי WOW!

loyodea
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: הידען הנפלא רבי שמואל אשכנזי ז"ל מירושלים

תגובהדורך loyodea » דינסטאג יולי 28, 2020 2:30 am

loyodea האט געשריבן:פלעגט ער זיצן גאנץ שבת נאכמיטאג אין באבוב אויף חגי?

איינער ווייסט?

אוועטאר
מענטשאלע
שר חמש מאות
תגובות: 986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

Re: הידען הנפלא רבי שמואל אשכנזי ז"ל מירושלים

תגובהדורך מענטשאלע » דינסטאג יולי 28, 2020 3:01 am

נא_שכל האט געשריבן:צוויי הערליכע בילדער פון אים.

Reb Shmuel Ashkenazi.jpg


מיט ר' יחיאל גולדהבר, ער נאשט פון אים וויפיל ס'גייט...
Yechiel Goldhaber and Shmuel Ashkenazi.jpg


גענומען פונעם ספרים בלוג וואס מאכן א קאמפיין צו דרוקן זיינע כתבים.

באמערקט אין די ערשטע בילד וואס מ'זעהט דעם קאך פון אונטן, אז די (קאך) שענק זענען פול מיט ספרים, אויך דער טיש אין קאך. אוהב ספרים לא ישבע ספרים.

אוועטאר
מענטשאלע
שר חמש מאות
תגובות: 986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

Re: הידען הנפלא רבי שמואל אשכנזי ז"ל מירושלים

תגובהדורך מענטשאלע » דינסטאג יולי 28, 2020 3:03 am

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:
לייברערין האט געשריבן:ווי לדוגמא האט ער געדוואנט, געשיקט זיינע קינדער לערנען?
איך וואלט געוואלט האבן א בעסערע בליק [אויב עס איז מעגליך בכלל] אויף זיין קרייז וכו' [ביטע מיך נישט כאפן אויפען ווארט וד"ל]

איך ווייס נישט, ווייל כ'האב אים נישט אינטערוויואירט. ס'איז געווען הכל רווח וואס ער האט מיר פארציילט.

זיין זון איז הרב החסיד המפו' רבי וועלוול אשכנזי שליט"א מקורב ומאנשי ביתו פון הגר"ד יונגרייז שצוק"ל און היינט פון די מזרח אידן און מייסדים פון משכנות הרועים אלץ תלמיד נאמן ואיש סודו פון הגה"ק ר"ב ראבינאוויטץ זצוק"ל, א מחנך און מגיד שיעור אין תו"א ישיבה יארן לאנג, זיינע טעכטער ווייס איך נישט.

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלף
תגובות: 1539
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: הידען הנפלא רבי שמואל אשכנזי ז"ל מירושלים

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » דינסטאג יולי 28, 2020 10:10 pm

אינטערעסאנט

פון זיינע כתבים האט מיר אויסגעזען אז ער איז פיל ווייניגער היימיש
איר ווילט טאקע פארדרייען א קאפ? טוט עס דא

אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

Re: הידען הנפלא רבי שמואל אשכנזי ז"ל מירושלים

תגובהדורך נתן בן ופסי » מיטוואך יולי 29, 2020 1:35 am

זייער אינטערסאנט! פארוואס איז ער נישט געווען אזוי באקאנט?
על כל נשימה ונשימה תהלל יה! אויף יעדן אטעם זאג איך מודים אנחנו לך (החפץ חיים לתלמידו)

אוועטאר
מענטשאלע
שר חמש מאות
תגובות: 986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

Re: הידען הנפלא רבי שמואל אשכנזי ז"ל מירושלים

תגובהדורך מענטשאלע » מיטוואך יולי 29, 2020 3:22 am

ביי א ברית, צוזאמען מיט זיין רבי וועלוול יבלחט"א
צוגעלייגטע
שמואל אשכנזי.JPG
שמואל אשכנזי.JPG (542.55 KiB) געזעהן 739 מאל

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: הידען הנפלא רבי שמואל אשכנזי ז"ל מירושלים

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך יולי 29, 2020 11:10 am

זייער אינטערעסאנט, קאטשעקעלע!

סאברע
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 8:35 am

Re: הידען הנפלא רבי שמואל אשכנזי ז"ל מירושלים

תגובהדורך סאברע » דאנארשטאג יולי 30, 2020 8:34 am

זיין עלטסטער איידעם: הרה"ח מאיר איזאק שליט"א, פון סקולען.

טראכט גראד
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 15, 2020 12:20 pm

Re: הידען הנפלא רבי שמואל אשכנזי ז"ל מירושלים

תגובהדורך טראכט גראד » זונטאג אוגוסט 02, 2020 12:30 pm

יישר כח הרב קאטשע!!!

מיט וועלכע נאך תלמידי חכמים האסטו שייכות?!
איך האב נישט ליב אייביג צו הערן פון די צדיקים און תלמידי חכמים נאך זייער פטירה, איך וויל אויך אביסל אריינכאפן ביי זיי.

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 856
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: הידען הנפלא רבי שמואל אשכנזי ז"ל מירושלים

תגובהדורך shalsheles » זונטאג אוגוסט 02, 2020 12:47 pm

איינער קען ארויפשטעלן עפעס מאמרים, ארטיקלען וואס דער נפטר האט געשריבן?


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט