וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
ישיבה בחור
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2011 10:28 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך ישיבה בחור » מיטוואך מאי 27, 2020 6:23 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
חוץ פון דעם האט געשריבן:ספרי חסידות האב איך ליב מער פון די פוליש'ע חדר, ובפרט האב איך זייער ליב די ספר ארץ צבי פון די קוז'יגלובער על התורה ומועדים, אויף יעדער חסידשע געדאנקט האט ער א לומדישע ראי' אויף דעם, פון א תוס' אין מנחות אדער א גמרא אין סנהדרין, אדער עפעס א ר"ן פון נדרים. הפלא ופלא.

אם כן האף איך אז דו ביזט אויפגעסיינט צו באקומען די תורות פון הגאון רבי שאול אלתר שליט״א מ׳קען שפרינגן וויזוי יעדער רי״ט אלגזי אין מס׳ בכורות אדער ברוך טעם אין כללי ספק ספיקא באווייזט ער צו ארויסנעמען דערפון א לימוד אין עבדות ה׳

אפשר ווייזטו טאקע צו אוואו מ'קען זיך אויפסיינען?
ס'אינטערעסירט מיך נישט, איך רוף עס ווייטער די טריי-בארא און די טאפפען-זי.

שיעלע בהמה
שר חמש מאות
תגובות: 905
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך שיעלע בהמה » מיטוואך מאי 27, 2020 8:02 pm

א געוואלדיגע אשכול דאס!
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

שיעלע בהמה
שר חמש מאות
תגובות: 905
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך שיעלע בהמה » מיטוואך מאי 27, 2020 8:14 pm

איך האב אלס בחור געלערנט גאר אסאך מוסר אבער די אנדערע חלקי התורה האב איך נישט אזוי אריינגענומען אין מיך ליידער ליידער.
הגם כמיין אבער אז דאס האלט מיך היינט ביי אידישקייט און בכלל לאזט עס מיך נישט זיין דער טיפיקל פערד וואס איז מחשיב חיצוניות און טפשות, סאיבלט מיר די היינטיגע ניגונים וכו' מיינע געפילן זענען געווארן באזאלצן אויף אייביג.
ברוך השם פאר דעם אבער פארט אויב זאל איך ווען קענען איבערגיין נאכאמאל די ישיבה יארן וואלט איך ווען געליגן אין ש"ס און אין הלכה,
אבער צוריק גייט א קאזע..

סאיז גאר וויכטיג צו וויסן וואס דער נייטרער רב הגרש"ד אונגאר זצ"ל הי"ד פלעגט זאגן, א בחור האט נישט וואס צו טון אין חסידות וכו' א בחור ברויך לערנען און נישט זינדיגן,
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2755
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך ויתן לך » מיטוואך מאי 27, 2020 8:29 pm

ברית כהונת עולם און ספרי הרה"ק מפאטלישט
ווייל עס איז מיר מחזק די אמונה בקדושת התורה
אביסל אויך ליקוטי מהר"ן
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

!want to be good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך !want to be good » מיטוואך מאי 27, 2020 8:37 pm

בימי הבחרות: ליקוטי הלכות, תניא, ספרי האדמו''ר מפיאסעצנא הי''ד.
בימי התחלת ימי האברכות: באר מים חיים, ספרי ר' שמשון רפאל זצ''ל
ועכשיו.... פעמים בזה ופעמים בזה..... הכל לפי המצב והזמן.
כל הספרים קדושים הם, רק פעמים שהמפתח ללבי היא בספר פלוני ופעמים בספר פלוני.
לעצט פאראכטן דורך !want to be good אום מיטוואך מאי 27, 2020 9:07 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
נישט פארגעסן! די שומר ישראל איז אונזער'ס א נאנטע קרוב!

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מיטוואך מאי 27, 2020 8:40 pm

לאמיר אויך האבן א חלק דא אינעם קנאת סופרים:
דער אשכול שמועסט מען איבער ספרים א חוץ ש"ס ושו"ע, איא?

איז אזוי, אין זרע קודש טרעף איך כאטש איין שטיקל א וואך וואס געט מיר שטארקע הדרכה (לעצטע גאר שטארקע, ערשטע שטיקל אין פרשת בחקותי)
תורת אמת פון ר' לייבל'ה איגר זצוק"ל איז א ספר נורא נוראות מיט טיפע חיזוק והדרכה פאר אינזער דור (אויב'ך מעג זאגן, לדעתי איז נישטא נאך אזאנס בעולם החסידות וואס זאל אדרעסירן אינזערע שוואכקייטן, באופן כה פרטי)
ספרי רבי ירוחם הלוי (דעת תורה, דעת חכמה ומוסר) בין איך שטארק מקושר צי, די חיצוניות'דיגע וועלט האט קיין שום ווערד נישט נאך איר לערנט זיינע ספרים בעיון. בראתי תורה תבלין באגרייפן אינזערע שוואכע מוחות גאר גוט ווען מען לערנט זיינע שמועסן
און אוואדע ספרי ברסלב - ר' נחמן ור' נתן זענען מזון לנפש ונשמה און וואס מיר זענען שטארק דבוק, ליקוטי מוהר"ן און ליקוטי הלכות אינן יורדין משולחני תמיד
אויכט זענען מיר משתדל צי לערנען א שטיקל נועם אלימלך ביי איינע פון די סעודת שבת

זכותם יגן וישפיע עלנו.

זריז
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:14 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך זריז » מיטוואך מאי 27, 2020 8:43 pm

ויתן לך האט געשריבן: און ספרי הרה"ק מפאטלישט

מי הוא זה ואיזהו?

אוועטאר
אלטער
שר האלפיים
תגובות: 2370
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך אלטער » מיטוואך מאי 27, 2020 8:49 pm

פאר ווער ס'וויל וויסן.
איך האב א לענגערע רייע' וואס איך לערן, אבער וואס ס'איז ממש יעדע וואך איז ספר הק' קדושת יום טוב דאס איז די גאנצע יעדע וואך, און פרייטאג נאך די מקווה איז ספר הק' סידורו של שבת, און נאכן זמן מיט א קאווע אינדערהיים איז ספר הק' ברך משה.

אבער דא דארט קומט אריין נאך אסאך, פאר א יום טוב קען נישט ארובער גיין אן קיין בני יששכר
איך בין טאקע אן אלטער, אבער אז איך בין גערעגט, וואס איין פאלט-דיר?

אויב מיינסטו איך שריי אויף דיר, דאן לייען איבער מיין תגובה... אחוץ אויב דיין תגובה איז געווען כנגד דעת תורתנו הק' אדער דעת רבינו הק' מסאטמאר זי"ע

שיעלע בהמה
שר חמש מאות
תגובות: 905
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך שיעלע בהמה » מיטוואך מאי 27, 2020 8:50 pm

איך לערן אסאך דער הייליגער ספר קב הישר.

פארוואס?
ערשטנס דער הייליגער שר שלום פון בעלז האט געזאגט אז ער האט געשעפט זיין יראת שמים פון דעם ספר, אטו יראה מלתא זוטרתא היא?

צווייטנס, אויב מעג מען זאגן, עס ליגט א געוואלדיגע ארט אין יעדעס פרק ממש אז מקען שפרינגען, בהשקפה ראשונה זעהט עס אויס ווי ער שרייבט סתם ציווארפן אבער אויב קוקט מען גוט זעהט מען די געוואלדיגע יצירה וואס ליגט אין יעדן פרק, די געבוי, די ראיות, די המשך, און די דרך אגב'דיגע נקודות, סאיז ממש להפליא!!

בכלל, יעדע פרק איז א סוגיה פאר זיך פון א הילוך החיים אנציקומען צום אויבערשטן, און יעדעס מאל איך לערן עס שפיר איך אז דאס איז עס ואין אחריו כלום... ביז די נעקסטע טאג ווען איך לערן די נעקסטע פרק און איך זעה א פרישע דימענסיע פון יסודות,
ס'איז שווער צו משיג זיין וויאזוי איינער קען באנעמען די אלע פארשידנארטיגע פרקים און מחשבות און עס מקשר זיין צוזאמען אין איין מענטש, דאס קומט אונז נאר ווייזן ווי ברייט אידישקייט איז.
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2464
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך מחשב » מיטוואך מאי 27, 2020 9:01 pm

ויתן לך האט געשריבן:ברית כהונת עולם און ספרי הרה"ק מפאטלישט
ווייל עס איז מיר מחזק די אמונה בקדושת התורה
אביסל אויך ליקוטי מהר"ן

אופס... דאס איז שוין ביהמ"ד עם חידוש...

אפשר מאכן מיר א חברותא?...
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2755
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך ויתן לך » מיטוואך מאי 27, 2020 9:04 pm

זריז האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן: און ספרי הרה"ק מפאטלישט

מי הוא זה ואיזהו?

viewtopic.php?f=5&t=37614&p=1728653&hilit=%D7%A4%D7%90%D7%98%D7%99%D7%9C%D7%99%D7%98%D7%A9#p1728653
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

אוועטאר
חמרא טבא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7603
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך מאי 27, 2020 9:08 pm

ישיבה בחור האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
חוץ פון דעם האט געשריבן:ספרי חסידות האב איך ליב מער פון די פוליש'ע חדר, ובפרט האב איך זייער ליב די ספר ארץ צבי פון די קוז'יגלובער על התורה ומועדים, אויף יעדער חסידשע געדאנקט האט ער א לומדישע ראי' אויף דעם, פון א תוס' אין מנחות אדער א גמרא אין סנהדרין, אדער עפעס א ר"ן פון נדרים. הפלא ופלא.

אם כן האף איך אז דו ביזט אויפגעסיינט צו באקומען די תורות פון הגאון רבי שאול אלתר שליט״א מ׳קען שפרינגן וויזוי יעדער רי״ט אלגזי אין מס׳ בכורות אדער ברוך טעם אין כללי ספק ספיקא באווייזט ער צו ארויסנעמען דערפון א לימוד אין עבדות ה׳

אפשר ווייזטו טאקע צו אוואו מ'קען זיך אויפסיינען?

droshosry@droshosry.com
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
simcha
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2020 3:04 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך simcha » מיטוואך מאי 27, 2020 9:33 pm

איך האב הנאה איך האב געפענט דעם אשכול, די עולם האט זייער שיין געשריבן. זייער אינטערעסאנט.

מען בעט ווער נאך עס קען אריינקומען און שרייבן,
און פארשטייצעך פרובירן זיך צו האלטן צו די נושא און נישט פארפארן.

פינחס
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך פינחס » מיטוואך מאי 27, 2020 10:10 pm

ערבי נחל

אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך שרייב » מיטוואך מאי 27, 2020 11:30 pm

פלעג נישט האבן א געוויסע ספר
לעצטענס איז אין מיין בית המדרש דא א ספר וואס יענץ לערן איך שבת
גדענק נישט וויזו די ספר הייסט
עס איז פון ראחמיסטריווקא רבי זאל זיין געזונט
[עפעס אמרות[כמיין אזוי
עס ליגט אייביג אויפן טיש ווי איך דאווען ממילה האב איך געווארן געקנעקטיט מיט עס
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך טראק דרייווער » מיטוואך מאי 27, 2020 11:34 pm

שרייב האט געשריבן:פלעג נישט האבן א געוויסע ספר
לעצטענס איז אין מיין בית המדרש דא א ספר וואס יענץ לערן איך שבת
גדענק נישט וויזו די ספר הייסט
עס איז פון ראחמיסטריווקא רבי זאל זיין געזונט
[עפעס אמרות[כמיין אזוי
עס ליגט אייביג אויפן טיש ווי איך דאווען ממילה האב איך געווארן געקנעקטיט מיט עס


אמרות טהורות. טאקע זייער א רייכע ספר
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
חמרא טבא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7603
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך מאי 27, 2020 11:54 pm

אמר”ש אמרות טהורות איז א חידוש פון א היינטיגע ספר א הערליכע ליקוט פון חסידישע ספרים עובדות מאמרים און שמועסן און העולה על כולנה גאר גרינג און געשמאק געשריבן שטארק רעקאמענדירט פאר יעדן עלטער
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך שרייב » מיטוואך מאי 27, 2020 11:57 pm

חמרא טבא האט געשריבן:אמר”ש אמרות טהורות איז א חידוש פון א היינטיגע ספר א הערליכע ליקוט פון חסידישע ספרים עובדות מאמרים און שמועסן און העולה על כולנה גאר גרינג און געשמאק געשריבן שטארק רעקאמענדירט פאר יעדן עלטער

יא עס גוט ארויסגברענגט דערפאר האט עס מיר געכאפט
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך מצב כללי » דאנארשטאג מאי 28, 2020 12:04 am

איך גלייך צו לערנען דעם ספר הקדוש מאור עניים זייער שטארקע חסידישע שטיקלעך

אוועטאר
צדיק בן צדיק
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך צדיק בן צדיק » דאנארשטאג מאי 28, 2020 12:48 am

א חוץ דעם דף וואס גייט כמעט יעדען טאג ב״ה, מיט רש״י און תוס׳ און מהרש״א וויפיל ס׳מעגליך, בין איך מסיים שוין פאר יארן מידי שבוע בשבוע חומש רש״י בעיון און קוק אויך אסאך אריין אין די הייליגע רמב״ן און פארשטייט זיך אויך א גרויסע אויב נישט רוב פון דעם אור החיים הקדוש אויפן פרשה.

שבת קודש געווענטליך קוק איך אריין אין רבינו בחיי, א פאר מצוות אין דעם חינוך מיטן מנחת חינוך אויף די מצוות פון די סדרה, ספרי החיד״א

חסידישע ספרים כמעט נאר אין שבת, תפארת שלמה, עטרת ישועה און א יעדע וואך די דברי ישראל וואס איז אין מיינע אויגן זייער א פאסיג חסידיש ספר פארן היינטיגן דור, אין אמאל אביסעל קדושת לוי און מאור עינים, איך וועל אייך זאגן דעם אמת, אז די וואך שבת אידערפרי אין מיין לאקעל ביהמ״ד (קאן זיין די זעלבע...), האב איך אויך געטראפן אויפן טיש דעם אמרות טהורות וואס איך האב אזוי הנאה געהאט אז איך וועל עס איינקויפן פאר מיר בקרוב אי״ה.

בלעטלעך פאר שבת ליין איך פון ר׳ אביגדור מילער וואס מיינע קינדער בעטן מיך צו פרינטן, אויך ׳דברי שי״ח׳ פון ר׳ חיים קנייבסקי איז אינטערעסאנט און פניני הצדיקים וואס איז יארצייטען אויך פון ממש לעצטיגע און ספרדישע באבא׳ס און גדולים וואס איז זייער אינטערעסאנט

משה הירש
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 12, 2019 1:39 am

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך משה הירש » דאנארשטאג מאי 28, 2020 1:12 am

אפשר וואלט כדאי גיווען ווער עס ווייסט פון די צדיקים פון דורינו. פון די ערשטע העלפט פון די ת''ש יאהרן ו ואס זיי האבן מייעץ גיווען צו לערנען

הגם מקען און דעם נישט געבען קיין פונקטליכיר הדרכה ווייל א ספר איז א שורש נשמה
דאך איז דא יודען וואס די צדיקים האבן געזאגט און צוגירעדט בחורי חמד און אברכים אויף געוויסע ספרים

פון הרה''ק ר' שמעון מזעליחוב און נהרי אש. און מכתבים פון תורת אלף. אסיפת מכתבים פון תו''א רבי זצ''ל ועוד איז דא געשריבענע בריוו פאר בחורים און אברכים וועלעכע ספרים זאלען לערנען און עוסק זיין. און באמת טרעפט מען דאס שטארק און נתיב מצותיך פו ן הרב הקדוש מקאמארנא זצ''ל א דוגמא שרייבט ער וספר הקדוש מאור עינים וגו' אז ער שפירט דרוין

איך האב גיהערט פון הרה''ח ר' שמשון שווארץ שליט''א מקרית יואל ומלפנים בטאהש אז בימי בחרותו האט ער גיפרעגט מרן הדברי יואל איבער א א געוויסע ספר און געזאגט פארן דבר'י אז ער שפירט דערין חיות
האט זיך דער דברי יואל זיך צוקאכט און געזאגט מיט גרויס התרגשות חיו''ת. חיות שפירט מען און באר מים חיים און אין תניא

לכן מן הנכון ווער עס האט און זיין באזיץ קראנטע הדרכות פון צדיקים וועלט כדאי גיווען לזכות את הרבים
מיט מקורות נאמנים

מוכר ספרים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך מוכר ספרים » דאנארשטאג מאי 28, 2020 2:13 am

הערליכער אשכול

דייקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך דייקן » דאנארשטאג מאי 28, 2020 6:10 am

מוסר און חסידישע ספרים דארף יעדער איינער לערנען לויט וואס זיין הארץ ציט עם און וואס העלפט עם זיין שטארק אין אמונה בתמימות און אין זיך מתגבר זיין אויפן יצה"ר און וואס ווארעמט עם אן צו טאן מצוות מיט א ווארעמקייט אא"וו, ממילא איז לכאו' די ריכטיגע זאך אז מען זאל פראבירען לערנען אביסעל אין אסאך ספרים (פארשטייט זיך פון די באקאנטע אנגענומענע אין די קרייז פון די לומד, וואס זענען נתחבר געווארען דורך צדיקי אמת) און זען וואס איז די בעסטע פאר עם צו לערנען [דאס איז נישט געזאגט ביי די ספרים וואס צדיקים האבען געזאגט אז די ווערטער פון די ספר אליינס איז מקדש ומטהר, לדוגמא די זוה"ק און אוהחה"ק], איז ממילא מאכט נישט אויס פאר קיינעם וואס איך פערזענליך לערען.

איך וועל נאר שרייבען איין ספר וואס איך בין מקפיד צו לערנען בקביעות, וואס איך מיין אז לגבי דעם מעג יעדער איינער אויך אזוי טאן, און דאס איז אז איך לערען יעדע וואך די גאנצע רש"י אויף די פרשה (פאר דקדוק רש"י'ס איז די ספר לקט בהיר א מוראדיגע הילף), און די סיבות צו דעם איז דריי, איין סיבה איז פשוט אז די חומש איז דאך די יסוד פאר גאנץ אידישקייט און פאר די גאנצע תושבע"פ, איז וויאזוי קען מען זיין א ת"ח מדרבנן און א ע"ה מדאורייתא, די צווייטע סיבה איז אז עס ווערט דאך געפסקנ'ט אין שו"ע סי' רפ"ה סע' ב' אז א יר"ש זאל מעביר סדרה זיין מיט די תרגום און רש"י, און צדיקים האבען געזאגט אז עס גייט אויך פארקערט, ד. ה. אז אויב מען איז מעביר סדרה יעדע וואך און מען לערענט די רש"י וועט מען ווערען א יר"ש, [בדרך אגב איז דא די פלאץ צו מעורר זיין איבער דעם וואס פילע בחורים און יונגעלייט זענען ליידער נישט מקפיד צו זיין מעביר סדרה יעדע וואך, וואס איז א פשוטע חיוב, און עס איז נישט אזוי שווער], און די דריטע סיבה איז אז עס איז באקאנט וואס די שר שלום פון בעלזא זצ"ל האט געזאגט אז אויב לערענט מען יעדע וואך חורש"י פון די גאנצע פרשה וועט מען אין יענע וועלט זיין אין די היכל פון רש"י הק' (וידוע הסיפור שהיה לפני כחמישים שנה, שבחור נהרג בתאונה ובא בחלום לחבירו וא"ל שהוא בהיכלו של רש"י, ולאותו בחור היה קביעות ללמוד בכל שבוע כל החורש"י של הסידרה), נו, פרעג איך אייך רבותי, אויב וואלט געווען א מימרא אז אויב לערענט מען יעדע וואך די חורש"י איז מען פארזיכערט מיט פרנסה בריוח וואלטען עס דען נישט געלערענט פיל פיל יונגעלייט, איז יעצט אז עס איז דא א מימרא אז מען וועט זיין לעולמי עד אין די היכל פון רש"י דארף מען עס אודאי לערנען.

בדרך אגב איז אינטרעסאנט אז קיינער האט נאכנישט געשריבען פון די קונטריסים פון הרה"צ ר' מיילעך בידערמאן שליט"א באר הפרשה, וואס ווי באקאנט איז עס זייער גוט צו שטארקען די אמונה און ביטחון, און אז מען זאל שפירען די אמונה ווי א ממשיותדיגע זאך (כעין מה שידוע שכשהח"ח למד עשרת המכות שחק בפה מלא, לפי שהאמונה שלו היה באופן חושי), און איך האב געהערט פון איינער וואס איז געווען אמאל אויף א עראפלאן מיט א' מצדיקי דורינו שליט"א, און ער האט געזען אז ער האט געהאט מיט זיך א קליינע גמרא און די באר הפרשה.

חוץ פון דעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך חוץ פון דעם » דאנארשטאג מאי 28, 2020 9:42 am

חמרא טבא האט געשריבן:
חוץ פון דעם האט געשריבן:ספרי חסידות האב איך ליב מער פון די פוליש'ע חדר, ובפרט האב איך זייער ליב די ספר ארץ צבי פון די קוז'יגלובער על התורה ומועדים, אויף יעדער חסידשע געדאנקט האט ער א לומדישע ראי' אויף דעם, פון א תוס' אין מנחות אדער א גמרא אין סנהדרין, אדער עפעס א ר"ן פון נדרים. הפלא ופלא.

אם כן האף איך אז דו ביזט אויפגעסיינט צו באקומען די תורות פון הגאון רבי שאול אלתר שליט״א מ׳קען שפרינגן וויזוי יעדער רי״ט אלגזי אין מס׳ בכורות אדער ברוך טעם אין כללי ספק ספיקא באווייזט ער צו ארויסנעמען דערפון א לימוד אין עבדות ה׳


אוודאי!
אין די צוויי בענדער עברא דדשא, האסטו שוין אמאל אריין געבליקט?

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2157
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דאנארשטאג מאי 28, 2020 11:05 am

משה הירש האט געשריבן:אפשר וואלט כדאי גיווען ווער עס ווייסט פון די צדיקים פון דורינו. פון די ערשטע העלפט פון די ת''ש יאהרן ו ואס זיי האבן מייעץ גיווען צו לערנען

הגם מקען און דעם נישט געבען קיין פונקטליכיר הדרכה ווייל א ספר איז א שורש נשמה
דאך איז דא יודען וואס די צדיקים האבן געזאגט און צוגירעדט בחורי חמד און אברכים אויף געוויסע ספרים

פון הרה''ק ר' שמעון מזעליחוב און נהרי אש. און מכתבים פון תורת אלף. אסיפת מכתבים פון תו''א רבי זצ''ל ועוד איז דא געשריבענע בריוו פאר בחורים און אברכים וועלעכע ספרים זאלען לערנען און עוסק זיין. און באמת טרעפט מען דאס שטארק און נתיב מצותיך פו ן הרב הקדוש מקאמארנא זצ''ל א דוגמא שרייבט ער וספר הקדוש מאור עינים וגו' אז ער שפירט דרוין

איך האב גיהערט פון הרה''ח ר' שמשון שווארץ שליט''א מקרית יואל ומלפנים בטאהש אז בימי בחרותו האט ער גיפרעגט מרן הדברי יואל איבער א א געוויסע ספר און געזאגט פארן דבר'י אז ער שפירט דערין חיות
האט זיך דער דברי יואל זיך צוקאכט און געזאגט מיט גרויס התרגשות חיו''ת. חיות שפירט מען און באר מים חיים און אין תניא

לכן מן הנכון ווער עס האט און זיין באזיץ קראנטע הדרכות פון צדיקים וועלט כדאי גיווען לזכות את הרבים
מיט מקורות נאמנים


איך האב געהערט פון א איד וואס האט געלערנט אין די כ'ס אין סאנדז סטריט אז אויפן וואנט איז געהאנגען א צעטל מיט א רשימה פון ספרים וואס דער רבי ז"ל האט מייעץ געווען פאר בחורים צו לערנען, און איינס פון די ספרים איז געווען ליקוטי אמרים תניא.


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט