וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
simcha
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2020 3:04 pm

וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך simcha » מיטוואך מאי 27, 2020 3:29 pm

היות אין א געוויסע אשכול אין פארברענגען האט מען גערעדט פון דעם ענין, האב איך געטראכט צו עפענען אזא אשכול,
וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס, און אלעס ארום דעם.
בעיקר ספרי מוסר וחסידות.

בפרט יעצט פאר שבועות וואס מען איז פון פריש מקבל די תורה מיט אלע ספרים הקדושים, איז כדאי צו עפענען אזאנס,
און אפשר וועט איינער אפילו אנהייבן לערנען א געוויסע ספר דורך דעם, 'קנאת סופרים תרבה חכמה'.

אוועטאר
simcha
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2020 3:04 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך simcha » מיטוואך מאי 27, 2020 3:36 pm

איך לערן אסאך בת עין, עס איז זייער הארציג און ער רעדט מורא'דיג איבער יראה און אהבה און השגחה פרטית.
טאהש'ער רבי פלעגט אסאך רעדן מען זאל עס לערנען און פלעגט מייעץ זיין זיינע מענטשן מען זאל עוסק זיין אין דעם אסאך.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מיטוואך מאי 27, 2020 3:43 pm

גוטער געדאנק דער אשכול, וועט מיר דויערן אביסל צאמשטעלן א שיינער תגובה אהער

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך טראק דרייווער » מיטוואך מאי 27, 2020 4:12 pm

וואס א חילוק וואס איך לערן? אבער אז די ווילסט דוקא וויסן וועל איך דיך זאגן.

איך לערן אסאך עבודת עבודה. הערליך שיין געשריבן און עס ברענט און פלאקערט מיט יסודות אין אידישקייט.

איבער פריערדיגע ספרים האב איך ליב צו לערנען בני יששכר מיט נועם מגדים
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

שטומפיג
שר האלף
תגובות: 1252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך שטומפיג » מיטוואך מאי 27, 2020 4:35 pm

שיינע אשכול.

איך לערן אסאך זרע קודש, פרעג מיך נישט פארוואס עפעס האט ער געטראפן די שפראך צו מיר.
ווען איך זוך שיינע שטיקלעך אבער חסידי'ש לערן איך בני יששכר. איי דאונט מיינד די מיסטעריעזע חלק, פארשטיי איך פארשטיי איך, און אז נישט גיי איך צום נעקסטן שטיקל.

חוץ פון דעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך חוץ פון דעם » מיטוואך מאי 27, 2020 4:44 pm

ווילסט עכט וויס'ן? איז אזוי:
ערב שבת פאר'ן זמן מיט א פריש'ן הייסע קאווע [טעמי' איז גארנישט באדיר?], מאכענדיג די פיאות פון די מקוה, איז מען זיך נוהג צו לערנען א שטיקל מנחת חינוך, פארשטייט זיך נאכקוקען יעדער מראה מקום, ווייל אנדעם איז ווי אראפ שלונגען א גוט שטיקל קרעמיש אן צוקייען פארדעם. והמבין יבין.

ספרי חסידות האב איך ליב מער פון די פוליש'ע חדר, ובפרט האב איך זייער ליב די ספר ארץ צבי פון די קוז'יגלובער על התורה ומועדים, אויף יעדער חסידשע געדאנקט האט ער א לומדישע ראי' אויף דעם, פון א תוס' אין מנחות אדער א גמרא אין סנהדרין, אדער עפעס א ר"ן פון נדרים. הפלא ופלא.

ולציין שגם בספה"ק נועם אלימלך ובתפארת שלמה, יש לי קביעות לסיים את כל דברי תורה על פרשת השבוע.

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1263
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך zugurnish » מיטוואך מאי 27, 2020 4:47 pm

לקוטי תורה/תורה אור פון בעל התניא.

דברי חסידות וואס ערוועקט די נשמה.

אוועטאר
נקודהלע
שר חמש מאות
תגובות: 804
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך נקודהלע » מיטוואך מאי 27, 2020 4:48 pm

ספה"ק מאור עינים
ווייל מיין רבי שליט"א האט געזאגט מ'זאל דאס לערנען יעדן טאג
ס'איז א נקודה'לע, א קליינער. אמאל קומט עס בטעות ארויס ווי א סקריבל, אבער מ'קען אייביג מעקן און צוריקברענגען צום נקודה.

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך לדעתי » מיטוואך מאי 27, 2020 4:57 pm

און איך?

איז אזוי.
פארן דאווענען לערן איך מס' שבעות
ביינאכט לערן איך מס' שבת
שבת צופרי/נאכמיטאג/מוצ"ש לערן איך? מס' יבמות

ווען ס'געווען אנהייב העווי קאראנע, ווען בייטאג האבך נישט געקענט לערנען האבך געלערנט פון 11 ביז 3 ביינאכט, רמב"ם, הקדמה למשניות, הקדמה לספרו מצ"ג און מצ"ק, און די י"ד שרשים מיטן רמב"ן און מגילת אסתר. ס'געווען א שטארקע קנין נצחי ב"ה ב"ה יישר כח באשעפער.

אוועטאר
הייליג
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך הייליג » מיטוואך מאי 27, 2020 4:59 pm

פאר א חסידיש ספר נוץ איך מאור ושמש
פאר אחיזוק-שמחה נוץ איך ישמח ישראל וואס איז מסוגל דערויף
חומר למחשבה און טעמים אויף די תורה ספרי מהר"ל

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך טראק דרייווער » מיטוואך מאי 27, 2020 5:00 pm

פון לדעתי וועל איך מיך נישט אפלערנען, ווייל מיינע רבי'ס האבן מיך געלערנט אז מען דארף לערנען אויך ספרי מוסר און אויך ספרי חסידות
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23683
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מאי 27, 2020 5:02 pm

כ'האב א לאנגע ליסטע, ס'איז א פולע ספרים שאפע ב"ה, אבער איך פרוביר צו לערנען רואיג און גרונטליך און חזר'ן.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך לדעתי » מיטוואך מאי 27, 2020 5:06 pm

כ'האב קעקלערט צו דערמאן וואס דיר דריקט, ווייל איך בין מיר אויך נישט מקנא.

אלס בחור האבך דורכגעלערנט זייער אסאך ספרי חסידות, ספרי מוסר, ספרי מחשבה.
אבער היינט א צענער נאך מיין חתונה, ממש כ'קען נישט לערנען קיין חסידיש ספר בקביעות.

עני איזי עצה?

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך לדעתי » מיטוואך מאי 27, 2020 5:10 pm

farshlufen האט געשריבן:כ'האב א לאנגע ליסטע, ס'איז א פולע ספרים שאפע ב"ה, אבער איך פרוביר צו לערנען רואיג און גרונטליך און חזר'ן.


ווי איך פארשטיי רעדט זיך דער אשכול פון וועלכע ספר מ'לערנט יעצט.

ב"ה איך האב שוין אויך אסאך געלערנט, בעיקר לערן איך אבער נאר גמ' על סדר הש"ס, יעצט האלט איך אנהייב מס' שבועות ע"ס ישראל ואורייתא, דאס איבריגע איז חזרה.

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך טראק דרייווער » מיטוואך מאי 27, 2020 5:12 pm

לדעתי האט געשריבן:כ'האב קעקלערט צו דערמאן וואס דיר דריקט, ווייל איך בין מיר אויך נישט מקנא.

אלס בחור האבך דורכגעלערנט זייער אסאך ספרי חסידות, ספרי מוסר, ספרי מחשבה.
אבער היינט א צענער נאך מיין חתונה, ממש כ'קען נישט לערנען קיין חסידיש ספר בקביעות.

עני איזי עצה?

מסתמא ווייל די האסט עס געלערנט אויף די פרשה, א שטיקל דא און א שטיקל דארט, און נישט מיט א קביעות פון אנפאנג ביז'ן סוף ממילא האסטו נישט געפילט ווי די לערנסט די זאך בשלימות

זיכסט א איזי עצה? נישט דא ווייל אויף אזעלכע לימודים איז טאקע דא א שטערקערע יצר הרע אין א געוויסן זין.

לפום צערא אגרא
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך לדעתי » מיטוואך מאי 27, 2020 5:16 pm

יישר כח

די פראבלעם איז אבער נישט דאס וואס דו דערמאנסט.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2157
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך מאי 27, 2020 5:20 pm

חוץ פון דעם האט געשריבן:ווילסט עכט וויס'ן? איז אזוי:
ערב שבת פאר'ן זמן מיט א פריש'ן הייסע קאווע [טעמי' איז גארנישט באדיר?], מאכענדיג די פיאות פון די מקוה, איז מען זיך נוהג צו לערנען א שטיקל מנחת חינוך, פארשטייט זיך נאכקוקען יעדער מראה מקום, ווייל אנדעם איז ווי אראפ שלונגען א גוט שטיקל קרעמיש אן צוקייען פארדעם. והמבין יבין.

ספרי חסידות האב איך ליב מער פון די פוליש'ע חדר, ובפרט האב איך זייער ליב די ספר ארץ צבי פון די קוז'יגלובער על התורה ומועדים, אויף יעדער חסידשע געדאנקט האט ער א לומדישע ראי' אויף דעם, פון א תוס' אין מנחות אדער א גמרא אין סנהדרין, אדער עפעס א ר"ן פון נדרים. הפלא ופלא.

ולציין שגם בספה"ק נועם אלימלך ובתפארת שלמה, יש לי קביעות לסיים את כל דברי תורה על פרשת השבוע.


;l;p-

גוט.....

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2157
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך מאי 27, 2020 5:22 pm

טראק דרייווער האט געשריבן:
לדעתי האט געשריבן:כ'האב קעקלערט צו דערמאן וואס דיר דריקט, ווייל איך בין מיר אויך נישט מקנא.

אלס בחור האבך דורכגעלערנט זייער אסאך ספרי חסידות, ספרי מוסר, ספרי מחשבה.
אבער היינט א צענער נאך מיין חתונה, ממש כ'קען נישט לערנען קיין חסידיש ספר בקביעות.

עני איזי עצה?

מסתמא ווייל די האסט עס געלערנט אויף די פרשה, א שטיקל דא און א שטיקל דארט, און נישט מיט א קביעות פון אנפאנג ביז'ן סוף ממילא האסטו נישט געפילט ווי די לערנסט די זאך בשלימות

זיכסט א איזי עצה? נישט דא ווייל אויף אזעלכע לימודים איז טאקע דא א שטערקערע יצר הרע אין א געוויסן זין.

לפום צערא אגרא


ער איז נישט אינגאנצן אומגערעכט, ווייל לערנען א ספר וואס גייט אויפן סדר הפרשיות איז אביסל שווער אויב מען לערנט נישט יעדע וואך די גאנצע.

אוועטאר
חמרא טבא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7603
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך מאי 27, 2020 5:22 pm

חוץ פון דעם האט געשריבן:ספרי חסידות האב איך ליב מער פון די פוליש'ע חדר, ובפרט האב איך זייער ליב די ספר ארץ צבי פון די קוז'יגלובער על התורה ומועדים, אויף יעדער חסידשע געדאנקט האט ער א לומדישע ראי' אויף דעם, פון א תוס' אין מנחות אדער א גמרא אין סנהדרין, אדער עפעס א ר"ן פון נדרים. הפלא ופלא.

אם כן האף איך אז דו ביזט אויפגעסיינט צו באקומען די תורות פון הגאון רבי שאול אלתר שליט״א מ׳קען שפרינגן וויזוי יעדער רי״ט אלגזי אין מס׳ בכורות אדער ברוך טעם אין כללי ספק ספיקא באווייזט ער צו ארויסנעמען דערפון א לימוד אין עבדות ה׳
דביה תחדי נפשא

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך לדעתי » מיטוואך מאי 27, 2020 5:22 pm

לדעתי האט געשריבן:און איך?

איז אזוי.
פארן דאווענען לערן איך מס' שבעות
ביינאכט לערן איך מס' שבת
שבת צופרי/נאכמיטאג/מוצ"ש לערן איך? מס' יבמות

ווען ס'געווען אנהייב העווי קאראנע, ווען בייטאג האבך נישט געקענט לערנען האבך געלערנט פון 11 ביז 3 ביינאכט, רמב"ם, הקדמה למשניות, הקדמה לספרו מצ"ג און מצ"ק, און די י"ד שרשים מיטן רמב"ן און מגילת אסתר. ס'געווען א שטארקע קנין נצחי ב"ה ב"ה יישר כח באשעפער.



די קעפל ליינט זיך צום סוף "און פארוואס?".

פשוט ווייל איך וויל קענען דעם אויבערשטנס תורה.

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך טראק דרייווער » מיטוואך מאי 27, 2020 5:23 pm

לדעתי האט געשריבן:יישר כח

די פראבלעם איז אבער נישט דאס וואס דו דערמאנסט.

טאמער די האסט יא דורכגעלערנט בשלימות א טיפע חסידישע ספר אלס בחור, א שטייגער ווי תניא, מאור עינים, אדער איינע פון די מהר"ל ספרים וכדומה, דעמאלס איז אפשר די עצה נאכאמאל אנצופאנגען איינע פון די ספרים וואס די האסט שוין אמאל מסיים געווען. אזוי וועסטו אויפוועקן די אלטע געשמאקייט וואס די האסט אמאל געהאט דערין, בנוסף וועסטו דערהערן די געדאנקען מיט א נייע טיפערע בליק לויט דיין איצטיגע עלטערע שכל, און די וועסט דערנאך האבן די הרגשה אז די און די ספר איז דיינס, תורה שלי.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

קאווליר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm
לאקאציע: בין שבעים זאבים

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך קאווליר » מיטוואך מאי 27, 2020 5:29 pm

נועם מגדים (ועוד)
דאס ציהט מיר
אלע אנטיסעמיטישע אטאקעס זענען די ציונים ימ"ש שולדיג

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך לדעתי » מיטוואך מאי 27, 2020 5:35 pm

טראק דרייווער האט געשריבן:
לדעתי האט געשריבן:יישר כח

די פראבלעם איז אבער נישט דאס וואס דו דערמאנסט.

טאמער די האסט יא דורכגעלערנט בשלימות א טיפע חסידישע ספר אלס בחור, א שטייגער ווי תניא, מאור עינים, אדער איינע פון די מהר"ל ספרים וכדומה, דעמאלס איז אפשר די עצה נאכאמאל אנצופאנגען איינע פון די ספרים וואס די האסט שוין אמאל מסיים געווען. אזוי וועסטו אויפוועקן די אלטע געשמאקייט וואס די האסט אמאל געהאט דערין, בנוסף וועסטו דערהערן די געדאנקען מיט א נייע טיפערע בליק לויט דיין איצטיגע עלטערע שכל, און די וועסט דערנאך האבן די הרגשה אז די און די ספר איז דיינס, תורה שלי.


מורא'דיג. דו כאפטס שנעל, דאס איז די מעשה מיט מיר.
דיין עצה טוה איך אמאל אמאל, ס'וועקט מיר אויף ווי פון א טיפע קאמא ה"י, אבער ס'געווען מיט א ווילדקייט, כ'האב געקענט אין א נאכט דורכלערנען ספרים פון דעקל צו דעקל, ווייל ס'האט געצויגן די דארשט, אבער די ווארימקייט צו העכערס האט זיך פארלאשן נאך עטליכע טעג.
אבער יעצט אז כ'הער עס פון א חבר, וועלמער אנהייבן נאכאמאל בעז"ה, מיט א רואיגקייט.

יישר כח

דו האסט צו שנעל געכאפט, ס'מיינט אז דו ביסט אויך נישט אזא פשוטע טראק דרייווער.
מ'קען נישט משיג זיין א זאך אויב מ'איז נישט אמאל געווען אין דעם מצב.

יישר כח נאכאמאל.

אוועטאר
נארמאליזעם
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך נארמאליזעם » מיטוואך מאי 27, 2020 5:45 pm

פאר א יום טוב לערן איך פון הרב פינקוס
פאר א סיום לערן איך א מסכת אדער צוויי
נאך אלע מינע קומניזעם סאציאליזעם גלאבליזעם איז נארמאליזעם די בעסטע

אוועטאר
שלמה מולכו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך שלמה מולכו » מיטוואך מאי 27, 2020 5:51 pm

פאר ווער ס׳איז נייגעריג,

איך לערן עבודת עבודה, פון הייליגן טאהש׳ע רבי׳ן זצוק״ל, צו וועם אונז זעמיר שטארק מקושר,
ישמח ישראל לערן איך יעדע וואך ביי די סעודה,

לעצטנס האב איך אנגעהויבן לערנען אוסף אמרים פון הרה״ץ ר׳ יעקב מאיר שכטר שליט״א,
ס׳האט זיך מיר געפענט א נייע וועלט, כ׳פיל א נייע טעם אין לעבן אין עבודת השם.
אויב זעסטו אין מיין תגובה סיי וועלכע, טשעפע, פליק, אדער אויסדרוק, וואס קען וויי טוען א צווייטן, זאלסטו וויסן אז אדער דו האסט נישט פארשטאנען וואס איך זאג, אדער האב איך נישט געוואוסט אז איינער גייט ווערן וויי געטוען פון מיינע ווערטער.


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט