איבער דעם בוך "דער סאנזער צדיק"

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מיטוואך מארטש 12, 2008 12:56 pm

איך לייג דא ארויף וויאזוי סאיז באשריבן געווארן ביידע שבועות'ער אין צאנז פון א איד וואס איז נאך אין די אינגע יארן געווען אין צאנז
(שכוח גדול רב מיללער פאר די הילף)
צוגעלייגטע
dersanzersadik1_Page_1 (Custom).JPG
dersanzersadik1_Page_1 (Custom).JPG (101.15 KiB) געזעהן 4488 מאל
dersanzersadik1_Page_2 (Custom).JPG
dersanzersadik1_Page_2 (Custom).JPG (125.29 KiB) געזעהן 4439 מאל
dersanzersadik1_Page_3 (Custom).JPG
dersanzersadik1_Page_3 (Custom).JPG (124.73 KiB) געזעהן 4428 מאל

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך מארטש 12, 2008 1:06 pm

מורא'דיג!
איך זיץ דא אין איך ליין דאס און די אויגען ווערען פול מיט טרערען...
the SCY is the limit

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מארטש 12, 2008 1:21 pm

שכוח ר' יאסל שלי שלך!

דאס גאנצע ביכל איז כדאי צו ליייענען ווי איינער באשרייבט פירסט הענד דעם צאנזער רב, איך וועל בל"נ שטעלו א לינק ביינאונז אין אוצר דערצו, סטעי טונד.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מיטוואך מארטש 12, 2008 2:28 pm

אין דא פונעם אנדערען שבועות
צוגעלייגטע
dersanzersadik2_Page_1 (Large).JPG
dersanzersadik2_Page_1 (Large).JPG (68.96 KiB) געזעהן 4414 מאל

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מיטוואך מארטש 12, 2008 2:29 pm

2.
צוגעלייגטע
dersanzersadik2_Page_2 (Large).JPG
dersanzersadik2_Page_2 (Large).JPG (82.46 KiB) געזעהן 4391 מאל

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך מארטש 12, 2008 2:31 pm

שכוח יסעל : עס איז זייער אינטערסאנט , מיללער זאג נאר ווען און ווי די גייסט ארויף לייגען די לינק
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מארטש 12, 2008 2:34 pm

שוין געלייגט, קוק אין אצר הספרים.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך מארטש 12, 2008 2:57 pm

ישר כח ביסט מיך מחיה
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך מארטש 12, 2008 9:15 pm

איך האב פאר עטליכע יאר צירוק געהאט דעם גאנצען בוך אין מיין באזיץ און כ'האב עס דורך געלעזט עטליכע מאל ער איז זייער א רייכע שרייבער

דרך אגב אין דעם בוך דערציילט ער באריכות די צאנזער צד פון די ריזענער מלחמה (די ריזענע צד האב איך געזעהן שוין לאנג צוריק און א בוך כ'בין כמעט זיכער אז סהאט געהייסן דער מלכות'דיגע הויף עפעס אזוי)

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » דאנארשטאג מארטש 13, 2008 8:47 am

איך האב דעם בוך דורכגעלייענט אלס בחור. "דער סאנצער צדיק" איז א עכט אינסייד בליק אין צאנז.
דאן האט מיר מיין מגיד שיעור געזאגט אז אפילו דער ראקער איז ווארשיינליך נישט קיין ערליכער. ער שרייבט אליין איבער זיין צידקות אינעם בוך. אבער יש על מי לסמוך, דער סאטמאר רבי זי"ע האט אמאל דורך געלייענט דעם ביכעל מדעקעל לדעקעל. קען דאס איינער מברר זיין? ווי איך ווייס איז דער בוך א ליקוט פון די באשרייבונגען זיינע אין א וואכען דזשורנאל

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דאנארשטאג מארטש 13, 2008 11:14 am

ער שרייבט היפש משכילישע זאכען אויך, ער לאכט פון אלע רבי'ס אויסער די סאנזער צדיק, א שטייגער ווי רבי ר' ברוך'ל מאכט ער שפאס. און אפילו פון שינאווא רב מאכט ער שפאס איבער די היתר מכירה, כידוע פאר ווער עס האט שוין אדורכגעליינט דו בוך מדאשקע למאשקע
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג מארטש 13, 2008 11:22 am

אלעקסיי, גערעכט!

און אויכעט ליינענדיג דעם ביכל קען איך מיך נישט אויס וויא דער שרייבער טיילט אפ ווער איז א חסיד און זיינע אויגען און ווער איז א מתנגד.

אבער למעשה, איך האב שטארק הנאה געהאט!
the SCY is the limit

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דאנארשטאג מארטש 13, 2008 11:22 am

נאטורליך האט געשריבן:איך האב דעם בוך דורכגעלייענט אלס בחור. "דער סאנצער צדיק" איז א עכט אינסייד בליק אין צאנז.
דאן האט מיר מיין מגיד שיעור געזאגט אז אפילו דער ראקער איז ווארשיינליך נישט קיין ערליכער. ער שרייבט אליין איבער זיין צידקות אינעם בוך. אבער יש על מי לסמוך, דער סאטמאר רבי זי"ע האט אמאל דורך געלייענט דעם ביכעל מדעקעל לדעקעל. קען דאס איינער מברר זיין? ווי איך ווייס איז דער בוך א ליקוט פון די באשרייבונגען זיינע אין א וואכען דזשורנאל

פון ווי נעמסטי אזא מעשה אז דער רבי האט עס דורעכגעליינט??
ווי ווייט זיין ערליכקייט גייט ווייס איך נישט ער האט דארט די מעשה וואס ער האט געהאט מיטן שינאווער רב וועגן התיר מכירה וואס איז משמע אז א גרויסער צדיק איז ער נישט געווען
ווידער זיין פאטער שרייבט ער איז געווען דער שרייבער פון הייליגען צאנזער רב ער לייגט עס אראפ ווי ציקאכט דער הייליגער רב איז געווען בשעת'ן שרייבען
אויכעט שרייבט ער וואס ער האט אליין ציגעזען בשעת דער הייליגער רב האט געטיילט צדקה ווי מהאט עם
געשלעפט ביי די זייטן אין ער האט זיך געבעטען אז ער האט מער נישט.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דאנארשטאג מארטש 13, 2008 12:32 pm

בקיצור, דער ראקער איז געווען סתם א פרייער איד, וואס האט אפגעשריבען זיינע געפילען סתם ווי מקוה נייעסלעך, בערך ווי דעים ספר עולמו של אבא, מיט איין חילוק אז דער עולמו של אבא איז געווען אן ערליכער, און זיך געדרייט צווישען ערליכע אידען, שרייבט ער אפ חידו"ת, שיינע שמועסן, אינטערסאנטע פאליטיק, אלעס אויף א תורה'דיגען שטייגער, און משא"כ דער ראקער שרייבט עס אפ אויף אן פרייען צוגאנג.

פאר איין זאך איז עס גאר אינטערסאנט, לגבי דעים היסטארישען שטאנדפונקט, הגם נישט אלעס קען מען גלויבען, פונקט ווי נישט אלעס אין עולמו של אבא קען מען גלויבען, און נישט אלעס מקוה נייעס קען מען גלויבען. וואס איך קען יא גלויבען, אז אזוי האט מען דאן געשמועסט אין די מקוואות און אין קרעטשמעס.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג מארטש 13, 2008 12:42 pm

אלעקסיי האט געשריבן:..אז אזוי האט מען דאן געשמועסט אין די מקוואות און אין קרעטשמעס.

וואס זאגסטו?? קרעטשמעס??????
עס איז דא נאך???
די גייסט פעטראנייזען די קאמפעטישען??
the SCY is the limit

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דאנארשטאג מארטש 13, 2008 12:58 pm

איך רעד נאך פון אמאל, ווען קרעטשמע האט נאך געהייסען שטותים
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דאנארשטאג מארטש 13, 2008 1:16 pm

אלעקסיי האט געשריבן:בקיצור, דער ראקער איז געווען סתם א פרייער איד, וואס האט אפגעשריבען זיינע געפילען סתם ווי מקוה נייעסלעך, בערך ווי דעים ספר עולמו של אבא, מיט איין חילוק אז דער עולמו של אבא איז געווען אן ערליכער, און זיך געדרייט צווישען ערליכע אידען, שרייבט ער אפ חידו"ת, שיינע שמועסן, אינטערסאנטע פאליטיק, אלעס אויף א תורה'דיגען שטייגער, און משא"כ דער ראקער שרייבט עס אפ אויף אן פרייען צוגאנג.

פאר איין זאך איז עס גאר אינטערסאנט, לגבי דעים היסטארישען שטאנדפונקט, הגם נישט אלעס קען מען גלויבען, פונקט ווי נישט אלעס אין עולמו של אבא קען מען גלויבען, און נישט אלעס מקוה נייעס קען מען גלויבען. וואס איך קען יא גלויבען, אז אזוי האט מען דאן געשמועסט אין די מקוואות און אין קרעטשמעס.

א פרייער איד מיז נישט זיין, אבער זיכער נישט פונעם היימישן חסידיש'ן עלעמענט.
אויכעט איז עס נישט דומה צום עולמו של אבא דער ראקער פאטער איז געווען אן אינסיידער ביים הייליגען רב.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דאנארשטאג מארטש 13, 2008 1:22 pm

מיטן 2טן נקודה ביסטו גערעכט, אבער די 1טע נישט. איינער וואס איז מחלל שבת, איז ביי מיר א פרייער איד (לויט ווי איך געדענק פון ליינען דעים בוך פאר 5-10 יאר צוריק, דארף דארט שטיין אז ער איז געווען א ריכטיגע מחלל שבת, נאר ער האט זיך געשעמט צו זאגען אזוי פארן שינאוויא רב, האט ער געענטפערט אז ער האט א היתר מכירה, און למעשה האט ער דאס אויך נישט געהאט.)
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אפריל 02, 2008 3:49 pm

דאס פאלגענדע האב איך געפונען אינעם ספר יזכור פון צאנז, ווי א יליד צאנז רעכנט אויס די בתי מדרשים אין צאנז פאר די קריג מיט זייערע מתפללים, די ציפערן און דעטאלן זענען גאר אינטערעסענט.

אז מ'גייט היינט צוטאגס אויף צאנז איז נישט משיג צו זיין וואס די רשעים ארורים האבן געטאן מיט אונז, ממש שועלים הלכו בה, יודע בגוים לעינינו נקמ דם עבדיך השפוך.

עטליכע אנקעדאטן:
1) א קיימ"ל פון 2,200 ערליכע אידן שומתומ"צ
2) עטליכע בתי מדרשים משושלת צאנז אליינס (גריבוב, חסידים, דברי חיים, שינאווא,)
3) א וואכן-ביהמ"ד מיט מנינים ביז 11 אזייגער
4) צענדליגע רבנים ורביים מגדולי היחס אינעם זעלבן שטאט, טיילמאל אינעם זעלבן ביהמ"ד.

ומעת חסרנו כל אלה.
צוגעלייגטע
0352.gif
0352.gif (67.07 KiB) געזעהן 4071 מאל
0353.gif
0353.gif (44.29 KiB) געזעהן 5122 מאל

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מיטוואך אפריל 02, 2008 5:02 pm

זייער שיין מיללער.
האסט אן אנונג צי 2200 מיינט ראשי בית אב אדער נפשות?
אינטערסאט איך האב טאקע לעצטענס געהערט אז ר' משה'לע איז געקומן וואינען קיין צאנז מכוח זיין פאטער'ס תביעה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אפריל 02, 2008 5:14 pm

יאסל, פון זיינע ווערטער איז עפעס אויך משמע "ער האט געהאט פרעטענציעס (פאטענטשאלס?) אויפן צאנזער כסא הרבנות", האסט באמערקט אז ער רעכנט אויס די 'קלאגסבאלד' משפחה פון די שינאווער חסידים אין צאנז? דאס איז אונזער ר' חני'ס זיידע מן-הסתם.

פאלגענד איז א 'פראנט פעידש' פון א אידישע צייטונג אין צאנז בשנת תר"ע, ווי זיי באשרייבן דעם דברי חיים למלאות 34 יאר פון זיין הסתלקות., מיט א בילד פונעם אוהל אין צאנז.
צוגעלייגטע
0350.gif
0350.gif (77.58 KiB) געזעהן 3812 מאל

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מיטוואך אפריל 02, 2008 5:18 pm

עפעס אן ענגלענדער איז אויך יעצט אוועק, וואס איז געווען א קאלשיצער חסיד פון דערהיים.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מיטוואך אפריל 02, 2008 5:19 pm

יאסל האט געשריבן:עפעס אן ענגלענדער איז אויך יעצט אוועק, וואס איז געווען א קאלשיצער חסיד פון דערהיים.


אהרן ברוך ענגלענדער פון בארא פארק?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מיטוואך אפריל 02, 2008 5:22 pm

דענק נישט

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מיטוואך אפריל 02, 2008 5:27 pm

איך ווייס אז ער מיט זיין ברודער ר' משה ע"ה (און דאכצעך אז ר' עליש איז אויך פון דער משפחה) שטאמען פון קאלישיצער חסידים, מיין טאטע איז געווען נאנט מיט אים.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: סקאראמוטשי און 2 געסט