חתימת יד קדשו פון הרה"ק מהר"ש מבעלזא זי"ע

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

תגובהדורך מה ידידות » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 2:00 pm

זארג נישט האט געשריבן:דער הייליגער בארדיטשובער האט שוין נישט געלעבט איז עס נאך תק"ע. הרה"ק רבי אברהם מקאליסק לעבט נאך דענמאלט, איז עס דעמאלט ערגעץ אין צווישן.


ווי זעהט איר דאס?
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 2:10 pm

viewtopic.php?p=1989258#p1989258

אויפן שער ביים הייליגע בארדיטשובער שטייט זצלה"ה, און ער איז נסתלק געווארען אין תק"ע
און ביי הרה"ק מקאליסק שטייט נר"ו און ער איז אויך נסתלק געוווארן אין תק"ע. מוז זיין אז דער ספר איז געדרוקט געווארן ערגעץ אין צווישן
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

תגובהדורך מה ידידות » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 2:17 pm

גערעכט, איך האב דאס נישט באמערקט
דא שטייט אז ר' אברהם קאליסקער איז נפטר געווארן ביום ד' שבט תק''ע, קומט אויס אז דער ספר האט מען געדרוקט אנהויב ווינטער תק''ע
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 2:22 pm

יא, נאך כ"ה תשרי און פאר ד' שבט תק"ע.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 2:24 pm

מה ידידות האט געשריבן:גערעכט, איך האב דאס נישט באמערקט
דא שטייט אז ר' אברהם קאליסקער איז נפטר געווארן ביום ד' שבט תק''ע, קומט אויס אז דער ספר האט מען געדרוקט אנהויב ווינטער תק''ע

מעגליך אז מ'האט עס געדרוקט געציילטע יארן שפעטער, און די דרוקערס האבן נישט געוואוסט פונעם קאליסקער'ס פטירה, ממילא האבן זיי נאכגעדרוקט פון א פריערדיגע דרוק ככתבו וכלשונו.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

תגובהדורך מה ידידות » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 2:27 pm

אינטערסאנט, איך האב יעצט געטראפן דא אויפן וועלטל אז מען האט שוין פרובירט פותר צו זיין ווען דער ספר איז געדרוקט געווארן

זעה דא
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....

שמחם בבנין
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 1:47 am

תגובהדורך שמחם בבנין » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 2:28 pm

סתם לידיעה בעלמא צו די חשובע ציבור: איך האב געזוכט אין געטראפן די ערשטע דרוק פין אגרת הקודש, דארט איז נאך נישט געוועהן די חלק פין דברים נחמדים, דארט איז נאך נישט דא פין די הייליגע בארדישטובער רב זי"ע, אין יענע דרוק איז געוועהן בשנת תקנ"ד לויט די חשבון פין די גימטריא ביי די שער פין ספר

קומט אויס אז די יעצטיגע איז נישט קיין ערשטע דרוק.
צוגעלייגטע
אגרת הקודש. ..PNG
אגרת הקודש. ..PNG (293.54 KiB) געזעהן 1356 מאל

אנא עבדא
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

תגובהדורך אנא עבדא » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 5:14 pm

רבותי, ענק זוכן נישט אופ'ן ריכטיג'ן זייט...
די ספר איז זיכער א אמטלעכע ספר - טאקע לכאורא בשנת תק"ע.
אויב מ'דארף עפעס דא גראבן איז דאס די עניין פון די עצם החתימה.

אגב, לכאורא די שו"ב וואס זיין חתימה איז מופיע און די פלאץ וואס היינט חתמ'נען רוב מענשטן מיינט לכאורא צו זאגן בסה"כ אז ער האט געהאט די ספר פאר די ערטשע רב וממילא האט ער גע'חתמ'עט ערשט. איברא - אויב וויא זיי האבן מפרסם געוועהן אז מ'האט דאס געטראפן און די דארף וויא ער האט געוואיינט - הייבט דאס שוין אן צו ווערן א שטיקל הערה, ווייל דאס מיינט אז ער האט דאס געהאט נאכ'ן ערשטע בעלזע רב, דערווייל וואס לפי המסתבר וואלט געדארפט זיין פאקערט.
אבער, מ'קעהן דאס פארענפערן אז א מאהל איז נישט געוועהן נהוג צו חתמ'נען דייקא די לינקע זייט פונ'ם ספר.
ויל"ע טובא.

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר חמש מאות
תגובות: 921
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 5:46 pm

או אפשר לתרץ כמו שכתבתי, שאם אומרים שהחתימה היה בזמן שהיה כבד ראיה לא ראה כ"כ היכן הוא חותם.

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2320
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 5:47 pm

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:או אפשר לתרץ כמו שכתבתי, שאם אומרים שהחתימה היה בזמן שהיה כבד ראיה לא ראה כ"כ היכן הוא חותם.

די חתימה איז שיין ארום די ווארט ספר, דאס האט נישט געשריבן איינער וואס זעהט נישט

להודות
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

תגובהדורך להודות » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 7:16 pm

איז געווען נאר איין "הק' שלום מבעלזא" אין די לעצטע 200 יאר?
פלעגט מען חתמ'נען א ספר על שם מקום הבעלים?
אן א משפחה נאמען?

אינטרעסאנט צו פארגלייכן מיט ענליכע חתימות אויף ספרים פון יענע תקופה.

ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

תגובהדורך ביללער » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 7:18 pm

זעט אויס איך בין דער איינציגסטע וואס כאפט נישט ווי אנדערע ליינען דא די ווארט 'מבעלזא'

אוועטאר
אהרן הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 870
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 8:41 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:קען איך פארשטיין די ביג דיל דא?
עס איז נישט א תשובה להלכה, נישט עפעס א נייע דבר תורה.
גארנישט מיט נישט. א חתימה וזהו.
וואס וואלטן פריערדיגע רבי'ס ורבנים געזאגט צו אזא זאך?
מיר ווערן אוועקגעפירט פון די היינטיגע ווינטן. פארצייטישע יידן האבן נישט ג'מאכט קיין שום עסק פון אזוינע זאכן.

;l;p-
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: בעלי תשובה, חסידים ואנשי מעשה)

אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

תגובהדורך וואנאוויטשער » פרייטאג אוגוסט 30, 2019 6:31 am

אנא עבדא האט געשריבן:
שמחם בבנין האט געשריבן:
שואל ומשיב האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:על ידי סוחר עתיקות בעיר לוטוביסקא שליד העיר בעלזא
פלא

די חלק פון די מעשה גלייב איך די ווייניגסטע...
כידוע אצל סוחרי העתיקות טאר מען קיינמאל נישט פארציילן פון וואו מען האט עס דערווישט. ס'אייביג בעסער להרחיק עדיו.

קודם כל הער איך אז דער ספר דרייט זיך שוין א יאר און דערווייל לא קפצו עליו זביני.

עס ארבייט פארקערט, וויבאלד דער ספר האט א סטעמפל פון א שוחט אין לוטוביסק מאכט מען א מעשה אז מען האט עס דארט געטראפן.

איך בין מיט בעלזער רב שליט''א, עס פארלאנט זיך גאר אסאך זהירות פאר מען איז מאשר אזא זאך.

פערזענליך דעתי נוטה אז דאס האט גארנישט מיט מרן מהר''ש אויב נישט א Outright זיוף, ווייל לויט ווי איך הער מאחורי פרגוד שטאמט עס פון מקורות מפוקפקים וד''ל.


גראדע האט מיר איינער געזאגט אז איינער מיטן נאמן ר' ירמי' כהן מלפנים אב"ד פאריז האט עס אפגעקויפט פאר אסאך געלט..

אמת, ס'ליגט ביי איהם.
ער האט נאהר נישט געצאלט אויף דעהם קיין געלט, ער האט דאס אויפגעטאשט מיט ענדערע זאכן, סחורה און ווערט פון א פערטל מיליאן שקל...

א פערטל מיליאן שקל?!
צו סאך.
שווער צו גלייבן.
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר חמש מאות
תגובות: 921
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » פרייטאג אוגוסט 30, 2019 10:38 am

לפי מה שאני שמעתי, הוא שילם על זה הרבה יותר מכך.

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג אוגוסט 30, 2019 11:04 am

ביללער האט געשריבן:זעט אויס איך בין דער איינציגסטע וואס כאפט נישט ווי אנדערע ליינען דא די ווארט 'מבעלזא'

"כבד ראייה" פארענטפערט דאך אלע קאשעס...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אנא עבדא
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

תגובהדורך אנא עבדא » מוצ"ש אוגוסט 31, 2019 4:25 pm

ביללער האט געשריבן:זעט אויס איך בין דער איינציגסטע וואס כאפט נישט ווי אנדערע ליינען דא די ווארט 'מבעלזא'

פארגרעסר'ט ביטע די בילד פונ'ם שער בלאט וועט איהר זעהן איביסאלע קלאהר'ער.

אנא עבדא
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

תגובהדורך אנא עבדא » מוצ"ש אוגוסט 31, 2019 4:29 pm

אהרן הלוי האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:קען איך פארשטיין די ביג דיל דא?
עס איז נישט א תשובה להלכה, נישט עפעס א נייע דבר תורה.
גארנישט מיט נישט. א חתימה וזהו.
וואס וואלטן פריערדיגע רבי'ס ורבנים געזאגט צו אזא זאך?
מיר ווערן אוועקגעפירט פון די היינטיגע ווינטן. פארצייטישע יידן האבן נישט ג'מאכט קיין שום עסק פון אזוינע זאכן.

;l;p-

במח"כ ס'איז אסאך אינטערסאנטער פון א שיינע'ם טייל פונ'ם ציבור מעהר פון פאליטישע נייעס, דאס איז די אסאך חשוב'ערע נייעס.
שטעלט'ס דאס קעגן די וועלטליכע נייעס און שפעטער פרעגט'ס וואס איז אינטרעסאנטער...

מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

תגובהדורך מה ידידות » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:44 pm

איז דא נאך ספרים פון די בעלזע רבי'ס מיט זייער חתימה?
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1615
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 9:59 pm

מה ידידות האט געשריבן:אינטערסאנט, איך האב יעצט געטראפן דא אויפן וועלטל אז מען האט שוין פרובירט פותר צו זיין ווען דער ספר איז געדרוקט געווארן

זעה דא

איך בעט מחילה אויב האט דאס שוין איינער מעורר געוועהן, אבער איך זעה עס נישט בלעטערנדיג אין יענעם אשכול:
איז עס נישט קיין דבר ידוע אז מען פלעגט דרוקן פאלשע דאטן אויף חסיד'ישע ספרים, צוליב איין אנטי-חסיד'ישער געזעץ?

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1615
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 10:04 pm

(א קלאסישע דוגמא איז ספר ברכת דוד להרה"ק מבוטשאטש 'זצוקלה"ה' (בהקדמת המו"ל), געדרוקט 'תקס"ה' (בדף השער), ואידך צא וחשוב...)

אנא עבדא
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

תגובהדורך אנא עבדא » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 4:36 am

הסרפד האט געשריבן:
מה ידידות האט געשריבן:אינטערסאנט, איך האב יעצט געטראפן דא אויפן וועלטל אז מען האט שוין פרובירט פותר צו זיין ווען דער ספר איז געדרוקט געווארן

זעה דא

איך בעט מחילה אויב האט דאס שוין איינער מעורר געוועהן, אבער איך זעה עס נישט בלעטערנדיג אין יענעם אשכול:
איז עס נישט קיין דבר ידוע אז מען פלעגט דרוקן פאלשע דאטן אויף חסיד'ישע ספרים, צוליב איין אנטי-חסיד'ישער געזעץ?

ס'איז טאקע געוועהן אזע געוויסע מציאות, בפרט ביים דרוקן ספרי הרה"ק ה'בני יששכר' וספרי מוהר"ן און נאך.
אבער דא האט מעהן דאך געדרוקט א ספר פון רבי מענדעלע וויטעבסק'ער וואס האט אויך געלעבט און א"י בסוף ימיו און אויך שוין נסתלק געוועארן איבער צוואנציג יאהר פאר'ן יאהר וואס מ'האט לכאורא גערוקט די ספר.
וממילא דארף מעהן נישט צוקומעהן צו דעהם הסבר לכאורא.

אנא עבדא
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

תגובהדורך אנא עבדא » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 4:37 am

אי"ה וועט די חודש - אלול, ארויס קומען א ערילכע מאמר איבער די גאנצע חתימה און איבער די גאנצע נושא - א מאמר און קובץ 'אור הצפון' בעלזא, עיי"ש ואי"ה תמצאו נחת.

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר חמש מאות
תגובות: 921
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 5:53 pm

ראיתי הקובץ אור הצפון החדש ושם כתוב שהשוו החתימה לחתימה אחרת מכ"ק מרן מהר"ש מבעלזא זי"ע שחתם על הספר 'שב שמעתתא' [דפוס לעמערג תקע"ט] הק' שלום בחתימה הזהה לספר אגרת הקודש.
הספר שב שמעתתא כתוב עליו ג"כ בכתב יד הספר הלז קיבלתי מירושת זקני הרה"ק מוהרר"ש מבעלזא זצללה"ה, הק' יחיאל מיכל בהרב הקדוש זצלה"ה.
מדובר בבנו של הרה"ק ר' שלמה מסאסוב בן הרה"ק ה"לב שמח" מאלעסק זי"ע. וכן מופיע בדפי הספר כמה פעמים חותמת הרב הצ' מסאסוב וכן חותמת של הק' שלמה מאיר מסאסוב בהרב הקדוש זצלה"ה.

אנא עבדא
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

תגובהדורך אנא עבדא » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:26 pm

די זוהן וואס ווערט דא דערמאנט רבי יחיאל מיכל איז געווען אדמו"ר מסאסוב און לעמבערג, בימיו איז ער געווען א אדמו"ר מפורסם און געהאט טויזנטע חסידים, רוב חסידים פון זיין גרויסן טאטע זענען געפארן לאחר פטירתו צו איהם.


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט