די דריי ביאגראפיע ספרים וואס איר האט די מערסטע געגליכן

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 3:41 pm

חוץ פון דעם האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:
חוץ פון דעם האט געשריבן:2. הגאון ישראל שר התורה ר' חיים קניבסקי שרייב אין זיין הסכמה אויפן ספר 'ורוב הדברים ידוע גם לי והם נכונים וברורים'!!!

און דו ווייסט א ודאי אז הגרח"ק שליט"א איז אויך געווען דער שר המסכים אויפן קאנטרעווערסיאלער ספר 'הגאון' ........


איך האב מיך נישט באצויגען אויף פערזעדליך אויף די הסכמה פון די מענשט. נאר אויף די ווערטער וואס ער שרייבט: ורוב הדברים ידוע גם לי והם נכונים וברורים'!!!
אויף ספר הגאון שרייבט ער נישט אזעלכע ווערטער!

דו האסט שוין געזעהן אמאל די הסכמה אויפן ספר הגאון?

חוץ פון דעם
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

תגובהדורך חוץ פון דעם » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 3:46 pm

להודיע האט געשריבן:אויך זיין מעשה אז דער פאפא רב, בעל ויגד יעקב, האט אים געזאגט ווי שטארק ער האלט פון די אגודת ישראל, בשעת אין א בריוו שרייבט דער ויגד יעקב פעך און שוועבל אויף די אגודה.

די ערשטע מעשה פונעם בריסקער רב געדענק איך נישט יעצט. דארף איך נאכקוקען.

אבער דאס וואס די שרייבסט אז דער ויגד יעקב האט אים געזאגט ווי שטארק ער האלט פון די אגודת ישראל!!!!

איך האב פונקט נעכטען גליינט די מעשה אין במחצתם,
אדרבה ואדרבה, קוקט נאר אריין אין ספר וועט איר זעהן די מהלך השמועס ווי אזוי עס איז צוגעגאנען. ער האט געזאגט פאר הרב לארנץ אז אלטס בעלזע חסיד קען ער נישט הייסען זיך מצטרף זיין צו אגודה, אבער אויב בעלזא וועט טוישן זייער מהלך וועט ער אויך טוישן!

וכידוע אז כ"ק מהר"א מבעלזא האט געטוישט טאקע נאכ'ן קריג!

נקוט הי כללא בידך: נישט א יעדע מעשה וואס שטימט נישט מיט דיין אז'ענדע, אין גייט נישט לפי רוחך וואס מ'האט דיר געלערנט אין חדר איז ליגנט!!!
לעצט פאראכטן דורך חוץ פון דעם אום מיטוואך אוגוסט 30, 2017 4:00 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

להודיע
שר האלף
תגובות: 1976
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 3:47 pm

השרף - רבי שמואל שפירא ז"ל
סמארקאנד – הלל זאלצמאן
די ערשטע פלאמען - מרת גערטנער
הישיבה הרמה בפיורדא – א פענאמאנאלע ווערק אויף יהדות אשכנז

להודיע
שר האלף
תגובות: 1976
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 3:56 pm

חוץ פון דעם האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:אויך זיין מעשה אז דער פאפא רב, בעל ויגד יעקב, האט אים געזאגט ווי שטארק ער האלט פון די אגודת ישראל, בשעת אין א בריוו שרייבט דער ויגד יעקב פעך און שוועבל אויף די אגודה.

די ערשטע מעשה פונעם בריסקער רב געדענק איך נישט יעצט. דארף איך נאכקוקען.

אבער דאס וואס די שרייבסט אז דער ויגד יעקב האט אים געזאגט ווי שטארק ער האלט פון די אגודת ישראל!!!!

איך האב פונקט נעכטען גליינט די מעשה אין במחצתם, אין אויב איינער איז א 'כבר הוחזק שקרן במילתא דעבידא לגלוי'. זעה איך אייך הרב להודיע אין דעם כלל!

אדרבה ואדרבה, קוקט נאר אריין אין ספר וועט איר זעהן די מהלך השמועס ווי אזוי עס איז צוגעגאנען. ער האט געזאגט פאר הרב לארנץ אז אלטס בעלזע חסיד קען ער נישט הייסען זיך מצטרף זיין צו אגודה, אבער אויב בעלזא וועט טוישן זייער מהלך וועט ער אויך טוישן!

וכידוע אז כ"ק מהר"א מבעלזא האט געטוישט טאקע נאכ'ן קריג!

נקוט הי כללא בידך: נישט א יעדע מעשה וואס שטימט נישט מיט דיין אז'ענדע, אין גייט נישט לפי רוחך וואס מ'האט דיר געלערנט אין חדר אין ליגנט!!!


אדרבה, ברענגט א קלארע העתק פון דעם שמועס און קוקט נאך די דריי תשובות פונעם ויגד יעקב אין שו"ת משפטיך ליעקב או"ח סי' ס"ד, סי' ס"ה, סי' ס"ו. וואו ער איז זיך סומך אויפ'ן סאטמאר רב רבי יהודה גרינוואלד, און אויפ'ן מאדער רב דער לבושי מרדכי. און שרייבט אויסטערליש שארף אויף די אגודה. לאמיר זען צו עס שטימט.

בנוגע אגענדעס, האמיר שוין געזען דיין ריינע אגענדעס אינעם אשכול איבער ויואל משה. הצלחה אין אייער געלונגענע מיסיע צו "אויפקלערן" דעם נאאיוון ציבור.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3307
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 4:39 pm

זאגן אזעלכע ווערטער אז אויב בעלז וועט טוישן וועט ער אויך טוישן... בו בזמן וואס בעלז איז נאך געווען פון די שארפסטע קעגן די אגודה, איז בערך ווי א תלמיד פון חת"ס חדר זאל זאגן אז אויב דער חתם סופר זאל אנהויבן איינצופירן נייע זאכן, וועט ער אויך טוישן... עס איז עפעס נישט קיין גערעדאכץ פאר א גדול.

חוץ פון דעם
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

תגובהדורך חוץ פון דעם » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 6:02 pm

שוין גייען מיר אריין אין נושא וואס איז ווי א ספינער וואס עט זיך דרייען דרייען אין דרייען, אין אינערגעץ נישט אנקומען.

לאמיר צוריק צום נושא וואס דער אשכול איז געפענט געווארן אין נישט פאקרוכען!

חוץ פון דעם
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

תגובהדורך חוץ פון דעם » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 6:08 pm

להודיע האט געשריבן:סמארקאנד – הלל זאלצמאן

אסאך מאל געזעהן דעם ספר, אויף וואס איז בעבויט דעם ספר? [קוק מיר אויס ליבאוויטש]

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1397
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 6:15 pm

בלייבן א איד פון ר' יצחק זילבער.

חוץ פון דעם
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

תגובהדורך חוץ פון דעם » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 6:17 pm

שמואל בארג האט געשריבן:בלייבן א איד פון ר' יצחק זילבער.

איז עס דא אויך לשון הקודש אויכעט?

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 6:19 pm

להודיע האט געשריבן:די ערשטע פלאמען - מרת גערטנער

אויסטערלישע בוך.

מען קען זאגן אז עס איז אן עכטער מוסר ספר, ווי די אידן האבן געהאט מסירות נפש. (פערזענליך ווער איך מער נתפעל פון די וואס האבן זיך געהאלטן ביי אידישקייט אין אמעריקא ווי אונטער סטאלין מחמת כמה סיבות)

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1397
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 6:20 pm

חוץ פון דעם האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:בלייבן א איד פון ר' יצחק זילבער.

איז עס דא אויך לשון הקודש אויכעט?


להישאר יהודי.

אוועטאר
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

תגובהדורך גלייכגילטיג » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 6:20 pm

ביכער וואס כ'האב געליינט אין די לעצטע תקופה:

בלייבן א איד - ר' יצחק זילבער
Rav Avigdor Miller - His Life and His Revolution
(איך האב געהאט א געלעגנהייט צו ליינען גרויסע חלקים פונעם בוך וואס וועט ערשיינען בקרוב "רבי מאיר אומר", לעבנ'ס-געשיכטע פון הרב החסיד רבי מאיר שטיין ע"ה - סטעי טונד!)
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 6:21 pm

שמואל בארג האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:1. זכרון יעקב פון רבי יעקב ליפשיץ- דאכטזעך אין בדומה לו אין אידישע ביוגרפיה מיט אזויפיל תוכן.


ביי מיר איז דאס אויך די ערשטע אויף די ליסטע, (מיר האבן דאס געלעזט מדאשקע לדאשקע און געמאכט חזרה) עס איז אבער נישט ביאגראפיע פון א מענטש.

ר' יעקב ליפשיץ האט אויך ארויסגעגעבן א ביוגראפיע אויף רבי יצחק אלחנן.


זכרון יעקב איז דאכטזעך אויך א ביוגראפיע אויף רבי יעקב זעלבסט.

חוץ פון דעם
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

תגובהדורך חוץ פון דעם » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 6:23 pm

איינער פון מיינע קשיות וואס איך האב שוין זייער לאנג!

ווי אזוי קען זיין עס איז נאך נישט ארויסגעקומען א ספר אויף לשון הקודש און הגאון ר' משה פיינשטיין זצ"ל.
אויף ענגליש איז דא אפאר. קיינער קען זיך נישט מנדב זיין צו מאכן אויף לשון הקודש, עס דארף צו זיין א מעסטער פיעס אויב מען מאכט עס!

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1397
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 6:25 pm

חדשות האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:1. זכרון יעקב פון רבי יעקב ליפשיץ- דאכטזעך אין בדומה לו אין אידישע ביוגרפיה מיט אזויפיל תוכן.


ביי מיר איז דאס אויך די ערשטע אויף די ליסטע, (מיר האבן דאס געלעזט מדאשקע לדאשקע און געמאכט חזרה) עס איז אבער נישט ביאגראפיע פון א מענטש.

ר' יעקב ליפשיץ האט אויך ארויסגעגעבן א ביוגראפיע אויף רבי יצחק אלחנן.


זכרון יעקב איז דאכטזעך אויך א ביוגראפיע אויף רבי יעקב זעלבסט.


אויף זיך האט ער דארט איינס צוויי פרקים וועגן זיינע קינדער יארן אלס יתום (און דאס זיך ארומרייסן מיט זיין אומבאלומפערטע שוואגער).

כ'וועל אייך זאגן, ביז איצט האב איך געמיינט אז ביוגראפיע מיינט אז מען באשרייבט א מענטש'נס לעבן, מיום הולדו עד יום מותו, איך זעה אבער אז דער עולם ברענגט ביכער וואס מענטשן פארציילן טייל פון זייערע מיטלעבענישן, כל הכבוד.

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 7:23 pm

להודיע האט געשריבן:
חוץ פון דעם האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:אויך זיין מעשה אז דער פאפא רב, בעל ויגד יעקב, האט אים געזאגט ווי שטארק ער האלט פון די אגודת ישראל, בשעת אין א בריוו שרייבט דער ויגד יעקב פעך און שוועבל אויף די אגודה.

די ערשטע מעשה פונעם בריסקער רב געדענק איך נישט יעצט. דארף איך נאכקוקען.

אבער דאס וואס די שרייבסט אז דער ויגד יעקב האט אים געזאגט ווי שטארק ער האלט פון די אגודת ישראל!!!!

איך האב פונקט נעכטען גליינט די מעשה אין במחצתם, אין אויב איינער איז א 'כבר הוחזק שקרן במילתא דעבידא לגלוי'. זעה איך אייך הרב להודיע אין דעם כלל!

אדרבה ואדרבה, קוקט נאר אריין אין ספר וועט איר זעהן די מהלך השמועס ווי אזוי עס איז צוגעגאנען. ער האט געזאגט פאר הרב לארנץ אז אלטס בעלזע חסיד קען ער נישט הייסען זיך מצטרף זיין צו אגודה, אבער אויב בעלזא וועט טוישן זייער מהלך וועט ער אויך טוישן!

וכידוע אז כ"ק מהר"א מבעלזא האט געטוישט טאקע נאכ'ן קריג!

נקוט הי כללא בידך: נישט א יעדע מעשה וואס שטימט נישט מיט דיין אז'ענדע, אין גייט נישט לפי רוחך וואס מ'האט דיר געלערנט אין חדר אין ליגנט!!!


אדרבה, ברענגט א קלארע העתק פון דעם שמועס און קוקט נאך די דריי תשובות פונעם ויגד יעקב אין שו"ת משפטיך ליעקב או"ח סי' ס"ד, סי' ס"ה, סי' ס"ו. וואו ער איז זיך סומך אויפ'ן סאטמאר רב רבי יהודה גרינוואלד, און אויפ'ן מאדער רב דער לבושי מרדכי. און שרייבט אויסטערליש שארף אויף די אגודה. לאמיר זען צו עס שטימט.

בנוגע אגענדעס, האמיר שוין געזען דיין ריינע אגענדעס אינעם אשכול איבער ויואל משה. הצלחה אין אייער געלונגענע מיסיע צו "אויפקלערן" דעם נאאיוון ציבור.


פארוואס קען טאקע נישט זיין אז נאך וואס דער מהר״א מבעלזא האט נאכגעלאזט פון די שארפע בעלזא התנגדות קעגן די אגודה האט דער ויגד יעקב אויך געטוישט זיין מיינונג?
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4398
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 7:47 pm

למדן וצדיק האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן: אדרבה, ברענגט א קלארע העתק פון דעם שמועס און קוקט נאך די דריי תשובות פונעם ויגד יעקב אין שו"ת משפטיך ליעקב או"ח סי' ס"ד, סי' ס"ה, סי' ס"ו. וואו ער איז זיך סומך אויפ'ן סאטמאר רב רבי יהודה גרינוואלד, און אויפ'ן מאדער רב דער לבושי מרדכי. און שרייבט אויסטערליש שארף אויף די אגודה. לאמיר זען צו עס שטימט.

בנוגע אגענדעס, האמיר שוין געזען דיין ריינע אגענדעס אינעם אשכול איבער ויואל משה. הצלחה אין אייער געלונגענע מיסיע צו "אויפקלערן" דעם נאאיוון ציבור.


פארוואס קען טאקע נישט זיין אז נאך וואס דער מהר״א מבעלזא האט נאכגעלאזט פון די שארפע בעלזא התנגדות קעגן די אגודה האט דער ויגד יעקב אויך געטוישט זיין מיינונג?


ס'קען זיין, אלעס קען!

אבער אין דוחין "שו"ת משפטיך ליעקב" משום "במחיצתם".

[אגב: במחיצתם איז ידוע פיל מיט באבקעס].
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

יערסלוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2015 1:16 pm

תגובהדורך יערסלוב » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 8:14 pm

למדן וצדיק האט געשריבן:בנוגע אגענדעס, האמיר שוין געזען דיין ריינע אגענדעס אינעם אשכול איבער ויואל משה. הצלחה אין אייער געלונגענע מיסיע צו "אויפקלערן" דעם נאאיוון ציבור.


פארוואס קען טאקע נישט זיין אז נאך וואס דער מהר״א מבעלזא האט נאכגעלאזט פון די שארפע בעלזא התנגדות קעגן די אגודה האט דער ויגד יעקב אויך געטוישט זיין מיינונג?


דער ויגד יעקב איז דאך שוין נפטר געווארען אדר תש"א
אין דער בעלזא רב ז"ל איז דאך ערשט תש"ד ארויף געקומען קיין ארץ ישראל
אין דער אלע שינויים איז געווען אלץ שפעטער
ווי איז שייך צו זאגען צו דער ויגד יעקב האט אויכע'ט געטוישעט זיין מיינונג

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 8:27 pm

בעלזא רב אינדערהיים איז שוין נישט געווען די קנאי ווי די אמאליגע בעלזא
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 8:30 pm

נא_שכל האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן: אדרבה, ברענגט א קלארע העתק פון דעם שמועס און קוקט נאך די דריי תשובות פונעם ויגד יעקב אין שו"ת משפטיך ליעקב או"ח סי' ס"ד, סי' ס"ה, סי' ס"ו. וואו ער איז זיך סומך אויפ'ן סאטמאר רב רבי יהודה גרינוואלד, און אויפ'ן מאדער רב דער לבושי מרדכי. און שרייבט אויסטערליש שארף אויף די אגודה. לאמיר זען צו עס שטימט.

בנוגע אגענדעס, האמיר שוין געזען דיין ריינע אגענדעס אינעם אשכול איבער ויואל משה. הצלחה אין אייער געלונגענע מיסיע צו "אויפקלערן" דעם נאאיוון ציבור.


פארוואס קען טאקע נישט זיין אז נאך וואס דער מהר״א מבעלזא האט נאכגעלאזט פון די שארפע בעלזא התנגדות קעגן די אגודה האט דער ויגד יעקב אויך געטוישט זיין מיינונג?


ס'קען זיין, אלעס קען!

אבער אין דוחין "שו"ת משפטיך ליעקב" משום "במחיצתם".

[אגב: במחיצתם איז ידוע פיל מיט באבקעס].


ווער רעדט פון דוחה זיין, כזאג ס״ה אויך אז די מעשה מוז נישט זיין קיין שקר ווייל סקען זיין אז אפשר איז עס אמת
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1397
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 8:44 pm

נעקסט.

יערסלוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2015 1:16 pm

תגובהדורך יערסלוב » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 9:57 pm

למדן וצדיק האט געשריבן:בעלזא רב אינדערהיים איז שוין נישט געווען די קנאי ווי די אמאליגע בעלזא


ריכטיג ער איז געווען אסאך ווייכער פינעם טאטען דער פריעדיגער בעלזא רב ר' ישכר בער זצ"ל
אבער בעיקר האט מען עס געזהען אין ארץ ישראל, סיי אין דער הנהגה, אין סיי דער השקפה לגבי מדינת ישראל
עס איז דאך ידוע מען האט גערעדט פין ברענגען א גבאי פאר'ן בעלזער רב ז"ל פין אנטווערפען (וואס אינדערהיים אין בעלזא איז געווען זיבען יאר משב"ק) וואס ער איז געווען זייער שארף
אין דער רב ז"ל האט געזאגעט אז דא אין ארץ ישראל דארף מען צוגיין מיט א אנדערען אויפען, מער ווייכער, אין נישט מסכים געווען אז ער זאל ווערען גבאי

אוועטאר
אימפעט
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

תגובהדורך אימפעט » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 10:02 pm

יערסלוב האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:בעלזא רב אינדערהיים איז שוין נישט געווען די קנאי ווי די אמאליגע בעלזא


ריכטיג ער איז געווען אסאך ווייכער פינעם טאטען דער פריעדיגער בעלזא רב ר' ישכר בער זצ"ל
אבער בעיקר האט מען עס געזהען אין ארץ ישראל, סיי אין דער הנהגה, אין סיי דער השקפה לגבי מדינת ישראל
עס איז דאך ידוע מען האט גערעדט פין ברענגען א גבאי פאר'ן בעלזער רב ז"ל פין אנטווערפען (וואס אינדערהיים אין בעלזא איז געווען זיבען יאר משב"ק) וואס ער איז געווען זייער שארף
אין דער רב ז"ל האט געזאגעט אז דא אין ארץ ישראל דארף מען צוגיין מיט א אנדערען אויפען, מער ווייכער, אין נישט מסכים געווען אז ער זאל ווערען גבאי

וי"א אז ר' שלום פאגעל האט מען אריינגעברענגט כדי צו האלטן דעם רב ז"ל'ס שטוב מער קנאיש... (והוא היפך ממה שידוע לכל. כך שמעתי בשם נכדיו מסאטמאר)...
און יעצט לאמיר שרייען אלע צוזאמען "פעיק נוז"!!! און "הו קעירס"!!! ...

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3307
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 10:07 pm

אלעס האט דער באנדיט לורענץ דא אנגעווערטשאפט...

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 10:10 pm

צווייפעל האט געשריבן:אלעס האט דער באנדיט לורענץ דא אנגעווערטשאפט...

עפענטס א צווייטער אשכול איבער לארענץ... און לאזט דעם אשכול ווייטער איבער ביכער..


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט