וועלכע מהדורה זאל איך קויפן?

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2632
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

וועלכע מהדורה זאל איך קויפן?

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 2:03 pm

איך עפן דעם אשכול לטובת די אלע וועלכע ווילן קויפן א ספר, זאלן זיך קענען דורכשמועסן און מברר זיין וועלכע מהדורה/הוצאה איז מערסטע צוג'פאסט פאר זייערע געברויכן.
ווען איר פרעגט אדער ענטפערט אין דעם אשכול ביטע שרייבט דעם נאמען פון דעם ספר אין די "נושא" שורה, כדי מ'זאל באלד וויסן פון וואס מ'רעדט.
לעצט פאראכטן דורך יידישע קהילות אום מאנטאג אוגוסט 14, 2017 2:06 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 709
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 2:04 pm

פארשטיי איך אז "עוז והדר" קומט נישט אריין אין דעם אשכול, ווייל דארטן איז יעדע פופצן מינוט א נייע מהדורה...

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2632
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

פנים יפות על התורה

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 2:05 pm

איך וועל גיין פתיחה:
וועלכע איז די בעסטע מהדורה פון סה"ק פנים יפות עה"ת?
מי המו"ל?
איז דא מיט הערות והשוואות?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2632
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

עוז והדר

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 2:08 pm

ווערעצקי האט געשריבן:פארשטיי איך אז "עוז והדר" קומט נישט אריין אין דעם אשכול, ווייל דארטן איז יעדע פופצן מינוט א נייע מהדורה...

אדרבה, ביי עוז והדר דארף מען זיכער מודיע זיין וועלכע שנת הדפוס איז כדאי צו קויפן וכדומה.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 709
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 2:13 pm

אפשר לעצטנס האבן זיי שוין ארויפגעלייגט די "שנת" אויף די שער בלאט, ווייל ביז נישט לאנג צוריק איז דאס נישט געווען, און דו האסט געקענט זיך ברעכן קאפ צו וויסן וועלכע מהדורה איז די לעצטע.

קיסריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 2:21 pm

וועלכע פון די נייע שיינע נ"ך, האבן פירוש מלבי"ם השלם. און נישט ארויסגענומען פון די לאנגע פתיחה'ס.
די אמאליגע אלטן דרוקן האבן נישט צוגערירט צום מלבי"ם, און געלאזט אלעס ככתבו וכלשונו. די נייע דפוסים, נעמען ארויס און פאטשקען כטוב בעיניהם - ליידער.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19722
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 2:40 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:איך וועל גיין פתיחה:
וועלכע איז די בעסטע מהדורה פון סה"ק פנים יפות עה"ת?
מי המו"ל?
איז דא מיט הערות והשוואות?

ערשטנס סאיז שוין אויך דא א פרישע באנד מכתב יד, כמדומני אז די פון יענעם מהדיר הייסן די בעסטע.

--

אגב, פריוואטע מוציאים לאור מאכן געווענטליך מער א גרונטליכע ארבעט ווי די גרויסע קעניגרייכן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4598
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:55 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:איך וועל גיין פתיחה:
וועלכע איז די בעסטע מהדורה פון סה"ק פנים יפות עה"ת?
מי המו"ל?
איז דא מיט הערות והשוואות?

לכאורה מהדורת אברהם יוסף גראס מ'לאנדאן, ס'האט הערות והשוואות.

אויך איז דא א שיינע אויפלאגע פון הוצאת מישור. זיי האבן אויך געדרוקט די נייע כת"י. [נאך א מעלה האט מישור אז ביים סוף פון יעדע באנד האבן זיי א געוויסע הוספה, ליקוט אויף תהלים, אדער הגש"פ (לא ברור בפרט האחרון)]
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3017
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 12:01 am

קיסריה האט געשריבן:וועלכע פון די נייע שיינע נ"ך, האבן פירוש מלבי"ם השלם. און נישט ארויסגענומען פון די לאנגע פתיחה'ס.
די אמאליגע אלטן דרוקן האבן נישט צוגערירט צום מלבי"ם, און געלאזט אלעס ככתבו וכלשונו. די נייע דפוסים, נעמען ארויס און פאטשקען כטוב בעיניהם - ליידער.

געלערענט לעצטענס נך מיטן פירוש המלבי"ם.
אויפן דעקל שטייט געדריקט "עם פירוש המלבים". דהיינו, די פירוש המלבי"ם איז "די" פירוש וועלכע דער מוצא לאור האט געלייגט געוויכט (זיי האבן אויך די רד"ק, מצידות, רלב"ג, רש"י).
וועל מיר פראבירן מאכן א רגע צייט צו כאפן א בליק אין בית המדרש די דריק. בל"נ
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1864
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 12:03 am

יידישע קהילות האט געשריבן:איך וועל גיין פתיחה:
וועלכע איז די בעסטע מהדורה פון סה"ק פנים יפות עה"ת?
מי המו"ל?
איז דא מיט הערות והשוואות?

עוז והדר האט אויך א סעט מיט השוואות און הערות.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4598
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 12:23 am

קיסריה האט געשריבן:וועלכע פון די נייע שיינע נ"ך, האבן פירוש מלבי"ם השלם. און נישט ארויסגענומען פון די לאנגע פתיחה'ס.
די אמאליגע אלטן דרוקן האבן נישט צוגערירט צום מלבי"ם, און געלאזט אלעס ככתבו וכלשונו. די נייע דפוסים, נעמען ארויס און פאטשקען כטוב בעיניהם - ליידער.

לגבי נ"ך האמיר אמאל געשריבן אין א אנדערע אשכול איבער מהדורת אורים גדולים החדש אדער ליידער האבן זיי ביזדערווייל נאר עטליכע בענדער.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

גימפעל
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 15, 2016 11:05 am

תגובהדורך גימפעל » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 12:59 am

נא_שכל האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:איך וועל גיין פתיחה:
וועלכע איז די בעסטע מהדורה פון סה"ק פנים יפות עה"ת?
מי המו"ל?
איז דא מיט הערות והשוואות?

לכאורה מהדורת אברהם יוסף גראס מ'לאנדאן, ס'האט הערות והשוואות.

אויך איז דא א שיינע אויפלאגע פון הוצאת מישור. זיי האבן אויך געדרוקט די נייע כת"י. [נאך א מעלה האט מישור אז ביים סוף פון יעדע באנד האבן זיי א געוויסע הוספה, ליקוט אויף תהלים, אדער הגש"פ (לא ברור בפרט האחרון)]

כמדומני שמקומו בירושלים,
ולא בלאנדאן.


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט