על ספרי 'דברי יואל' עה"ת ומועדים

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דאנארשטאג יוני 13, 2019 12:37 pm

חיים נחום האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:שפרינגסט נישט אזוי הויעך, עס קען וויי טוען ווען מען פאלט אראפ!


קיינער שפרינגט נישט, צוציקל.

מען רייסט דיך פשוט אראפ כדבעי וכראוי לך.

איך האלט מ'האט דיר נישט געהעריג אראפגעריסן כדבעי וכראוי לך, איך וועל דיר נאר אזויפיל זאגן, ווייסט נישט מיט וועם דו האסט אנגעהויבן, איך האב גוט געקענט ר' שמעון ז"ל, ער איז נישט געווען קיין בטלן און קיין מפיל קינד, ער קען היינט אויך קעיר נעמען...

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דאנארשטאג יוני 13, 2019 12:43 pm

לעצם הענין, איבער דער נייער באנד, דער שמחה איז זייער גרויס אז ס'איז ארויסגעקומען נאך א באנד, אבער דאס ווייטאג איז נאר אז מיין ספרים שאפע דארף אוועגעבן האלב פלאץ, פאר נדבות גדולות מפי אלפי יהודי סאטמאר ... קע"ה כן ירבה, א האלבער דיקקייט פון ספר גייט אוועק פאר טענק יו קארדס וואס שטיצן די מוסדות הקדושים. נאכדעם נאך א האלב פאר מפתח הענינים יעדן באנד נאכאמאל. די איבעריגע חלק איז העלפט א חלק סוגיות וואס האט געטראפן דאס פלאץ אין די שבועות באנד, אבער נאר א חלק סוגיות גיי פארשטיי.. בלייב מיר מיט אפאר תורות, וואס מ'מאכט היינט גענוג א גרויסער פאנט גענוג א קליינער סייז פאפיר, און מ'האט א באנד ברוך השם פון 500 זייטן, אההה ישמח לב מבקשי ה'.. וכמעשהו בראשונה כך מעשהו באחרונה, מ'גייט אי"ה קויפן נאך א ספרים שאפע נאר פאר דברי יואל אליינס

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2228
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג יוני 13, 2019 12:47 pm

דאס זאלסטו שוין רעדן צו אוהב ספרים דירעקט...
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2560
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » דאנארשטאג יוני 13, 2019 12:55 pm

בראשית ברא האט געשריבן:לעצם הענין, איבער דער נייער באנד, דער שמחה איז זייער גרויס אז ס'איז ארויסגעקומען נאך א באנד, אבער דאס ווייטאג איז נאר אז מיין ספרים שאפע דארף אוועגעבן האלב פלאץ, פאר נדבות גדולות מפי אלפי יהודי סאטמאר ... קע"ה כן ירבה, א האלבער דיקקייט פון ספר גייט אוועק פאר טענק יו קארדס וואס שטיצן די מוסדות הקדושים. נאכדעם נאך א האלב פאר מפתח הענינים יעדן באנד נאכאמאל. די איבעריגע חלק איז העלפט א חלק סוגיות וואס האט געטראפן דאס פלאץ אין די שבועות באנד, אבער נאר א חלק סוגיות גיי פארשטיי.. בלייב מיר מיט אפאר תורות, וואס מ'מאכט היינט גענוג א גרויסער פאנט גענוג א קליינער סייז פאפיר, און מ'האט א באנד ברוך השם פון 500 זייטן, אההה ישמח לב מבקשי ה'.. וכמעשהו בראשונה כך מעשהו באחרונה, מ'גייט אי"ה קויפן נאך א ספרים שאפע נאר פאר דברי יואל אליינס


איך האב פאר דיר א געניאלען פלאן - רוף אהן דעם מוציא לאור באצאל איהם אלע הוצאות פון דעם קומענדיגען באנד, הכל כאשר לכל, מרישא ועד גמירא, און עס וועט נישט זיין קיין שום אנדערע טענק יו קארד, נאר פאר דיר אליינ'ס.

שטעל דיר פאר ווען מען לייגט נישט אריין די סוגיות, וואלסטו געשפרינגען הלמאי מען האט נישט אריינגעלייגט די סוגיות וכו'.

א מין אומצופרידען פאלק.

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1153
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » דאנארשטאג יוני 13, 2019 12:55 pm

א חידוש פון א סגנון וואס איז דא אין די לעצטערע בענדער אין דברי יואל
איז צו ענדיגן א תורה, 'ובהקדם כל זה', כמעט ביי יעדע תורה אדער אפילו עטליכע מאהל א תורה, מיר גריצלט עס, און איך האב כמעט נישט געטראפן בדומה לו זוכענדיג אויף אוצר החכמה, בין איך נייגעריג ווער דער בעל מחדש פון דעם לשון איז
נאך א הערה, ס'באדערט מיר די תערובות וואז זיי מאכן פון די צוויי קשיות פון מגן אברהם, דאס איז צוויי באזונדערע קשיות, די ערשטע קשיא איז, מ'פסקנט דאך בהלכות נדה דבעינן ו' עונות, דאס איז שיטת ר' יוסי, און לויט דעם בז' סיון ניתנה תורה. קושיא ב', אז מ'איז ארויס פון מצרים דאנערשטיג, און כו"ע מודו בשבת ניתנה תורה, איז דאך געווען מתן תורה ביום נ"א לספירה. דאס איז צוויי באזונדערע קשיות, ולא קרב זה אל זה, נאר געוויסע תירוצים בדרוש פארענטפערן ביידע קשיות, און געוויסע נאר איינע פון די קשיות, דא אין דברי יואל שרייבן זיי מערערע מאהל, ווי אזוי זאג מיר אונז בו' בסיון זמן מתן תורתינו, מ'איז דאך ארויס פון מצרים דאנערשטיג און מתן תורה איז געווען שבת, קומט דאך אויס אז בז' סיון ניתנה תורה, ע"כ. אדער פרעגן זיי פאקערט, אויב מ'פסקנט ווי ר' יוסי בז' בסיון ניתנה תורה, האט מען דאך געגעבען די תורה ביום נ"א לספירה. איך הייב נישט אהן צו פארשטיין ווי אזוי א עורך ספר קען מאכן אזא טעות

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22308
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יוני 13, 2019 1:03 pm

פון וואנעט איז אפירגעקומען די כת"י[ק] תורה פון תרע"*?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דאנארשטאג יוני 13, 2019 1:05 pm

צולייגער האט געשריבן:דאס זאלסטו שוין רעדן צו אוהב ספרים דירעקט...

פונ'ם נאכפאלגנדיגן תגובה זע איך אז ביסט א חכם עדיף מנביא, יאפ, מסתמא איז דער פלאן אז דער נעקסטע באנד דברי יואל זאל זיין טויזנט זייטן יישר כח'ס פאר די נדיבים, און פופציג זייטן תורות און וואגן זאל זיך אן אומצופרידענער זאגן א ווארט אויף דעם תורהדיגן ערשיינונג. כ'מיין פאר עפעס צאלט מען דאך געלט אויפן באנד.

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דאנארשטאג יוני 13, 2019 1:12 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:לעצם הענין, איבער דער נייער באנד, דער שמחה איז זייער גרויס אז ס'איז ארויסגעקומען נאך א באנד, אבער דאס ווייטאג איז נאר אז מיין ספרים שאפע דארף אוועגעבן האלב פלאץ, פאר נדבות גדולות מפי אלפי יהודי סאטמאר ... קע"ה כן ירבה, א האלבער דיקקייט פון ספר גייט אוועק פאר טענק יו קארדס וואס שטיצן די מוסדות הקדושים. נאכדעם נאך א האלב פאר מפתח הענינים יעדן באנד נאכאמאל. די איבעריגע חלק איז העלפט א חלק סוגיות וואס האט געטראפן דאס פלאץ אין די שבועות באנד, אבער נאר א חלק סוגיות גיי פארשטיי.. בלייב מיר מיט אפאר תורות, וואס מ'מאכט היינט גענוג א גרויסער פאנט גענוג א קליינער סייז פאפיר, און מ'האט א באנד ברוך השם פון 500 זייטן, אההה ישמח לב מבקשי ה'.. וכמעשהו בראשונה כך מעשהו באחרונה, מ'גייט אי"ה קויפן נאך א ספרים שאפע נאר פאר דברי יואל אליינס


איך האב פאר דיר א געניאלען פלאן - רוף אהן דעם מוציא לאור באצאל איהם אלע הוצאות פון דעם קומענדיגען באנד, הכל כאשר לכל, מרישא ועד גמירא, און עס וועט נישט זיין קיין שום אנדערע טענק יו קארד, נאר פאר דיר אליינ'ס.

שטעל דיר פאר ווען מען לייגט נישט אריין די סוגיות, וואלסטו געשפרינגען הלמאי מען האט נישט אריינגעלייגט די סוגיות וכו'.

א מין אומצופרידען פאלק.

איך גלייב שווער אז ווען דו זעסט א ספר וואס איז מיועד לדברי תורה.. נישט דברי יואל נאר אן אנדער ספר.. וואס האט כמעט העלפט נעמען פון נדיבים וואלסטו אין זינען געהאלטן אז דאס איז נארמאל אדער אויסגעהאלטן, ויתעקש המתעקש.

איך כאפ נישט פארוואס מ'דארף שפרינגען אז ס'קומט נישט מיט סוגיות, איך האב סך הכל געזאגט, אז סוכ"ס איז דאך עס נישט קיין באנד פאר סוגיות, און אפילו נישט פאר חציו לשבועות וחציו לסוגיות איך זע נישט אינדרויסן זאל שטיין דברי יואל על סוגיות, ס'איז נאר להשלמת הכרך צוגעקומען טייל סוגיות, איך האב מיך סך הכל געוואונדערט אויף די טיילווייזע הוספה. ס'איז גראדע זיער א גוטע זאך, ס'זאל ארויסקומען געהעריג די סוגיות, און ס'וואלט טאקע נישט געווען שלעכט ווען מ'קען ווען מאכן דער כרך זאל פארמאגן, טאקע שבועות מיט סוגיות בשלימות, אנשטאט די האלבע באנד וואס איז נישט געמאכט ללימוד
איך זאג עס נאר אויב איז דא אוזן קשבת פאר נעקסטע מאל, אז ס'דא אידן מבקשי תורת רבינו וואס ס'שטערט, אפשר וועט מען זיך רעכענען און ס'וועט זיין דיבורים לתועלת, אז נישט, איז א שאד יעדעס ווארט, און ס'טאקע בעסער אז מ'זאגט גארנישט

אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 462
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

תגובהדורך יין ישן » דאנארשטאג יוני 13, 2019 2:00 pm

בראשית ברא האט געשריבן:לעצם הענין, איבער דער נייער באנד, דער שמחה איז זייער גרויס אז ס'איז ארויסגעקומען נאך א באנד, אבער דאס ווייטאג איז נאר אז מיין ספרים שאפע דארף אוועגעבן האלב פלאץ, פאר נדבות גדולות מפי אלפי יהודי סאטמאר ... קע"ה כן ירבה, א האלבער דיקקייט פון ספר גייט אוועק פאר טענק יו קארדס וואס שטיצן די מוסדות הקדושים. נאכדעם נאך א האלב פאר מפתח הענינים יעדן באנד נאכאמאל. די איבעריגע חלק איז העלפט א חלק סוגיות וואס האט געטראפן דאס פלאץ אין די שבועות באנד, אבער נאר א חלק סוגיות גיי פארשטיי.. בלייב מיר מיט אפאר תורות, וואס מ'מאכט היינט גענוג א גרויסער פאנט גענוג א קליינער סייז פאפיר, און מ'האט א באנד ברוך השם פון 500 זייטן, אההה ישמח לב מבקשי ה'.. וכמעשהו בראשונה כך מעשהו באחרונה, מ'גייט אי"ה קויפן נאך א ספרים שאפע נאר פאר דברי יואל אליינס

אנטשולדיגט הרב בראשית ברא איר זענט דא איבערגעגאנגען די מאס מיט אייער איבערגעהיצטקייט, אויב האט איר טענות אויף די עורכים נו יעדער איז בארעכטיגט צו האבן טענות, אבער דא רעדט איר סתם איבערמוטיג, יא עס איז טאקע דא מער בלעטער פון לע"נ וכדו' ווי א געווענטליכע ספר, אבער עס נעמט נישט אוועק וויפיל איר שרייבט, און יא די ארבעט קאסט ממון ודמים אז זעהט אויס אז מ'מוז צוקומען צו אזויפיל נדיבים, ווייטער די מפתח הענינים מיט וואס צענדליגע אידן זענען זיך מחי' צו קענען טרעפן איבער א געזוכטן ענין א זאך וואס רוב אהערגעשטעלטע ספרים האבן שוין און איז א מורא'דיגע מעלה נישט קיין חסרון ווי איר שטעלט דאס אוועק, די חלק סוגיות וואס איר אליינס זאגט דאך אז ס'איז נאר א חלק איז אויך זייער ווייט פון העלפט, און די נארמאלע (נישט גרויסע ווי איר שרייבט) קלארע פאנט און נארמאלע סייז פאפיר וואס מאכט געשמאק דאס לערנען דערינען איז ווידער א מעלה און נישט קיין חסרון, בלייבט אונז נאר איבער אויסצופירן ישמח לב מבקשי ה' אויף די געוואלדיגע אוצר בלום און די געוואלדיגע ארבעט וואס די חשוב'ע עורכים האבן אונז אהערגעשטעלט, און דער אייבירשטער זאל זיי ווייטער געבן כח אנצוגיין מיט די מלאכת הקודש און אהערשטעלן נאך פילע ספרים פון מרן רביה"ק זי"ע מזכה צו זיין די אלפי ישראל הצמאים לדבר ה'.
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?

חיים נחום
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:38 pm

תגובהדורך חיים נחום » דאנארשטאג יוני 13, 2019 2:03 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:
חיים נחום האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:שפרינגסט נישט אזוי הויעך, עס קען וויי טוען ווען מען פאלט אראפ!


קיינער שפרינגט נישט, צוציקל.

מען רייסט דיך פשוט אראפ כדבעי וכראוי לך.


שוין געטרינקען א קאווע?

אסאך גרינגער יענעם אראפ רייסען נאך א קאווע, און לכתחלה עס צו א שטיקעלע מזונות, די מאגען זאל דיר נישט זיין ליידיג


אז דו זאגסט אזוי, מסתמא ווייסטו וואס דו רעדסט. ווייל איך זע ביסט א מומחה אין אראפרייסן...

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דאנארשטאג יוני 13, 2019 3:13 pm

יין ישן האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:לעצם הענין, איבער דער נייער באנד, דער שמחה איז זייער גרויס אז ס'איז ארויסגעקומען נאך א באנד, אבער דאס ווייטאג איז נאר אז מיין ספרים שאפע דארף אוועגעבן האלב פלאץ, פאר נדבות גדולות מפי אלפי יהודי סאטמאר ... קע"ה כן ירבה, א האלבער דיקקייט פון ספר גייט אוועק פאר טענק יו קארדס וואס שטיצן די מוסדות הקדושים. נאכדעם נאך א האלב פאר מפתח הענינים יעדן באנד נאכאמאל. די איבעריגע חלק איז העלפט א חלק סוגיות וואס האט געטראפן דאס פלאץ אין די שבועות באנד, אבער נאר א חלק סוגיות גיי פארשטיי.. בלייב מיר מיט אפאר תורות, וואס מ'מאכט היינט גענוג א גרויסער פאנט גענוג א קליינער סייז פאפיר, און מ'האט א באנד ברוך השם פון 500 זייטן, אההה ישמח לב מבקשי ה'.. וכמעשהו בראשונה כך מעשהו באחרונה, מ'גייט אי"ה קויפן נאך א ספרים שאפע נאר פאר דברי יואל אליינס

אנטשולדיגט הרב בראשית ברא איר זענט דא איבערגעגאנגען די מאס מיט אייער איבערגעהיצטקייט, אויב האט איר טענות אויף די עורכים נו יעדער איז בארעכטיגט צו האבן טענות, אבער דא רעדט איר סתם איבערמוטיג, יא עס איז טאקע דא מער בלעטער פון לע"נ וכדו' ווי א געווענטליכע ספר, אבער עס נעמט נישט אוועק וויפיל איר שרייבט, און יא די ארבעט קאסט ממון ודמים אז זעהט אויס אז מ'מוז צוקומען צו אזויפיל נדיבים, ווייטער די מפתח הענינים מיט וואס צענדליגע אידן זענען זיך מחי' צו קענען טרעפן איבער א געזוכטן ענין א זאך וואס רוב אהערגעשטעלטע ספרים האבן שוין און איז א מורא'דיגע מעלה נישט קיין חסרון ווי איר שטעלט דאס אוועק, די חלק סוגיות וואס איר אליינס זאגט דאך אז ס'איז נאר א חלק איז אויך זייער ווייט פון העלפט, און די נארמאלע (נישט גרויסע ווי איר שרייבט) קלארע פאנט און נארמאלע סייז פאפיר וואס מאכט געשמאק דאס לערנען דערינען איז ווידער א מעלה און נישט קיין חסרון, בלייבט אונז נאר איבער אויסצופירן ישמח לב מבקשי ה' אויף די געוואלדיגע אוצר בלום און די געוואלדיגע ארבעט וואס די חשוב'ע עורכים האבן אונז אהערגעשטעלט, און דער אייבירשטער זאל זיי ווייטער געבן כח אנצוגיין מיט די מלאכת הקודש און אהערשטעלן נאך פילע ספרים פון מרן רביה"ק זי"ע מזכה צו זיין די אלפי ישראל הצמאים לדבר ה'.

איך ווייס נישט וואו איר זעט היץ.. אפשר אין א אנדערענס תגובה, עכ"פ דא האלטן מיר אז מ'פרובירט עס נאך צו נארמאליזירן מיט דוחקים ווייל ס'קאסט נעבעך געלט, געב מיר א דברי יואל אויף שבועות די תורות אליינס געדרוקט ווי אמאל, וויפיל זייטן גייט עס האבן? דעמאלט וואלט מען געקענט האבן פון אפאר בענדער איינס.. אידאס נארמאל? מסתמא דעקט זיך נישט דער דברי יואל, די נעקסטע תירוץ לכאורה אז ס'גייט נישט אין די געשעפטן.
אקעי ווערטלעך אין א זייט געלייגט.. איך ווייס נישט ווי אלט איר זענט, אבער דעם ספר הקדוש דברי יואל האט גארנישט געפעלט ווען ס'האט נאכנישט געהאט די לעצטיגע פאנט, און גרעסערע סייז, אויב עפעס האט זיך עס גרינגער געלערנט. בכל אופן דאס איז נישט דער פראבלעם, לייגט נאר צו צום פעקעדזש פון אויף בלאזן א כרך אין די וועלט אריין.

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג יוני 13, 2019 3:59 pm

@בראשית ברא טייערער, די פאנט הייבט נישט אן צו זיין גרויס, קוק איבער. היבש ספרים היינט צוטאגס זענען גוט גרעסער.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2617
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג יוני 13, 2019 7:42 pm

לאמיר זיך נישט ארום קריגן, עס פעהלט נישט אויס, וויבאלד לויט ווי עס שטייט אינעם הקדמה האט מען מיט דעם מסיים געוועהן די סדרת דברי יואל על מועדים, וכלשונם "לברך על המוגמר" מיט דעם יעצטיגן לעצטע באנד, דער צענטע כרך אויף מועדים.

לויט ווי ער שרייבט אינעם הקדמה האט ער אין פלאן ארויס צוגעבען א געהעריג אויפלאגע פון דברי יואל - חידושי סוגיות. איך האף נאר עס וועט זיין לתועלת הלומדים מער ווי פאר דער תועלת הפרסום אזוי ווי דער שאלות ותשובות בשעתו, וד"ל.

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2228
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג יוני 13, 2019 7:47 pm

[image][/image]
ישלהוסיף האט געשריבן:לאמיר זיך נישט ארום קריגן, עס פעהלט נישט אויס, וויבאלד לויט ווי עס שטייט אינעם הקדמה האט מען מיט דעם מסיים געוועהן די סדרת דברי יואל על מועדים, וכלשונם "לברך על המוגמר" מיט דעם יעצטיגן לעצטע באנד, דער צענטע כרך אויף מועדים.

לויט ווי ער שרייבט אינעם הקדמה האט ער אין פלאן ארויס צוגעבען א געהעריג אויפלאגע פון דברי יואל - חידושי סוגיות. איך האף נאר עס וועט זיין לתועלת הלומדים מער ווי פאר דער תועלת הפרסום אזוי ווי דער שאלות ותשובות בשעתו, וד"ל.

מיינסט צו זאגן מער ווי דער דברי יואל על סוגיות הש"ס בשעתו...
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2617
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג יוני 13, 2019 7:55 pm

צולייגער האט געשריבן:[image][/image]
ישלהוסיף האט געשריבן:לאמיר זיך נישט ארום קריגן, עס פעהלט נישט אויס, וויבאלד לויט ווי עס שטייט אינעם הקדמה האט מען מיט דעם מסיים געוועהן די סדרת דברי יואל על מועדים, וכלשונם "לברך על המוגמר" מיט דעם יעצטיגן לעצטע באנד, דער צענטע כרך אויף מועדים.

לויט ווי ער שרייבט אינעם הקדמה האט ער אין פלאן ארויס צוגעבען א געהעריג אויפלאגע פון דברי יואל - חידושי סוגיות. איך האף נאר עס וועט זיין לתועלת הלומדים מער ווי פאר דער תועלת הפרסום אזוי ווי דער שאלות ותשובות בשעתו, וד"ל.

מיינסט צו זאגן מער ווי דער דברי יואל על סוגיות הש"ס בשעתו...


וועלעכע סוגיות רעדסטו פון?
דער שאפראנ'ער רבי הירשל מייזליש שליט"א האט ארויסגעגעבען זיינע צוויי כרכים סוגיות וואס ער האט געשריבן, מילא האט ער דאס ארויסגעגעבען וויאזוי ער האט געוואלט.
שפעטער האט די בעלי מוציאים דברי יואל ארויסגעגעבען א אייגענע כרך דברי יואל על סוגיות הש"ס.

דער שאלות ותשובות זענען ביים ערשטן דרוק געוועזען צוויי דיקער בענדער מיט גראבע פאפיר, דער ערשטע כרך איז צוויי דריטל הקדמות, און דער צווייטע כרך צוויי דריטל מפתחות און שמות גיטין וקידושין...

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2228
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג יוני 13, 2019 8:06 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:[image][/image]
ישלהוסיף האט געשריבן:לאמיר זיך נישט ארום קריגן, עס פעהלט נישט אויס, וויבאלד לויט ווי עס שטייט אינעם הקדמה האט מען מיט דעם מסיים געוועהן די סדרת דברי יואל על מועדים, וכלשונם "לברך על המוגמר" מיט דעם יעצטיגן לעצטע באנד, דער צענטע כרך אויף מועדים.

לויט ווי ער שרייבט אינעם הקדמה האט ער אין פלאן ארויס צוגעבען א געהעריג אויפלאגע פון דברי יואל - חידושי סוגיות. איך האף נאר עס וועט זיין לתועלת הלומדים מער ווי פאר דער תועלת הפרסום אזוי ווי דער שאלות ותשובות בשעתו, וד"ל.

מיינסט צו זאגן מער ווי דער דברי יואל על סוגיות הש"ס בשעתו...


וועלעכע סוגיות רעדסטו פון?
דער שאפראנ'ער רבי הירשל מייזליש שליט"א האט ארויסגעגעבען זיינע צוויי כרכים סוגיות וואס ער האט געשריבן, מילא האט ער דאס ארויסגעגעבען וויאזוי ער האט געוואלט.
שפעטער האט די בעלי מוציאים דברי יואל ארויסגעגעבען א אייגענע כרך דברי יואל על סוגיות הש"ס.

כ'רעד פון דעם דברי יואל. א מין שלאבערישע ארבעט, אז ס'א שרעק
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

Browsing
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 2:45 pm
לאקאציע: אויפן געוועב

תגובהדורך Browsing » דאנארשטאג יוני 13, 2019 11:10 pm

אדער יא האט געשריבן:@בראשית ברא טייערער, די פאנט הייבט נישט אן צו זיין גרויס, קוק איבער. היבש ספרים היינט צוטאגס זענען גוט גרעסער.


און אזא דיקע פאפיר מיט דעם ברוינעם צוקנייטשטען דעקל נישט אין קיין נארמאלע סייז, איז אויך היינטיג?

היינט צוטאגס מאכט מען נישט גרעסער, מ'מאכט עס געשמאקער, ס'איז דא פאטענטן דערצו ווי שיינע פאפיר, און נארמאלע ספעיס צווישן די שורות און פאראגראפן.

חבל, חבל.

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » פרייטאג יוני 14, 2019 1:44 pm

ווען ס'וואלט געווען קריעם פאפיר, און די לעצטע שורה סענטערד, וואלט לכאורה עס געווען מתוקן.

וואס שלעכט מיט די ספעיס צווישן די שורות און פערעגרעפס?

שאראש-פאטאק
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 10:25 pm

תגובהדורך שאראש-פאטאק » מאנטאג יוני 17, 2019 1:24 am

כותב ועורך האט געשריבן:
איש חמודות האט געשריבן:ארויסגעקומען א נייע באנד "חידושי תורה תשכ"ו-תשכ"ז אשר רובם עדיין לא ראו אור הדפוס
מרשימות הרה"ח ר' יחזקאל כהנא ז"ל

https://www.dropbox.com/s/wrbt2uegi8ldb ... ז.pdf?dl=0

ארבעט נישט די דראפ באקס קען עס אפשר איינער נאכאמאל ארויפלייגין

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מאנטאג יוני 17, 2019 10:00 pm

גערעדט נעכטן מיט א ריזן ת"ח פארשידנס בנוגע דרוקן ספרים, בתוך הדברים איז אריינגעקומען די דברי יואל, זאגט ער מיר ס'האט נישט קיין טעם וריח די נייע וואס קומען ארויס.
די אייבירשטער זאל העלפן דער מו"ל זאל קומען צום שכל, אדער איבערגעבן די זכות פאר די וואס האבן.

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דינסטאג יוני 18, 2019 10:10 am

אדער יא האט געשריבן:גערעדט נעכטן מיט א ריזן ת"ח פארשידנס בנוגע דרוקן ספרים, בתוך הדברים איז אריינגעקומען די דברי יואל, זאגט ער מיר ס'האט נישט קיין טעם וריח די נייע וואס קומען ארויס.
די אייבירשטער זאל העלפן דער מו"ל זאל קומען צום שכל, אדער איבערגעבן די זכות פאר די וואס האבן.


וואס פאר א טענות האט ער ארויסגעלייגט? די זעלבע סארט ווי אונזער חבר בראשית ברא?

אוועטאר
אימפעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

תגובהדורך אימפעט » דינסטאג יוני 18, 2019 10:27 am

אדער יא האט געשריבן:גערעדט נעכטן מיט א ריזן ת"ח פארשידנס בנוגע דרוקן ספרים, בתוך הדברים איז אריינגעקומען די דברי יואל, זאגט ער מיר ס'האט נישט קיין טעם וריח די נייע וואס קומען ארויס.
די אייבירשטער זאל העלפן דער מו"ל זאל קומען צום שכל, אדער איבערגעבן די זכות פאר די וואס האבן.

דהיינו?
בוידעם: אלזא, איך האב אים אינטערגעשאצט, ער האט מיר זייער איבעראשט.
כאפצעם: טראמפיזעם איז א גייסטיגע טראגעדיע.

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג יוני 18, 2019 5:30 pm

אהערשטעלן ס'זאל זיין צום זאך, און געשמאק צו לערנען דערינען.

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » זונטאג יוני 30, 2019 1:51 pm

די נייע חלק ויואל משה הבהיר לערנט זיך נישט, זייער אסאך פלאץ צווישן די ווערטער.

אכטונג אכטונג
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

תגובהדורך אכטונג אכטונג » מאנטאג יולי 08, 2019 8:47 am

אין 'דער איד' פרשת קרח איז געווען אן אינטערסאנטער בריוו, וועגן א פארדריסליכען טעות וואס איז געדריקט עטליכע מאל אין דברי יואל פרשת קרח. וואס רבינו הקדוש זי''ע האט גלייך ביים זעהן די כתבים פון רבי נפתלי לעבאוויטש שליט''א אים מעורר געווען אז ער שרייבט נאך זיינע דיבורים גרייזיג


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט