ספר הנהגת הבריאות להרמב"ם

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

ספר הנהגת הבריאות להרמב"ם

תגובהדורך גיוואלדיג » דינסטאג מאי 10, 2016 1:59 pm

די ספר "הנהגת הבריאות" האט דער רמב"ם געשיקט צו אן אראבישער קעניג וואס האט אים אנגעפרעגט וועגן עטליכע געזונטהייט פראבלעמען, צווישן זיי עצירות, דעפרעסיע און ענקזייעטי (שממון ומחשבה רעה ופחד ממות).
דער רמב"ם שרייבט אים אין בריוו אלגעמיינע אנווייזונגען איבער וויאזוי זיך צו האלטן געזונט, זיך צו היילן פון קרענק, ספעציעלע רפואות אויף זיינע גייסטישע און פיזישע מחלות.
עס איז גאר אינטערעסאנט דאס צו לייענען זעהענדיג אז "מה שהיה הוא שיהיה ואין כל חדש תחת השמש". פאר טויזענט יאר צוריק האבן זיך מענטשן געפלאגט מיט די זעלבע פראבלעמען ווי אין 2016.
אין דעם דריטן פרק רעדט דער רמב"ם וועגן די פערזענליכע קרענק פון דעם קעניג און ער שרייבט אים אנווייזונגען וויאזוי זיך אויסצוהיילן פון זיין ענקזייעטי און דעפרעסיע.
אין אנפאנג שרייבט ער דעטאלירטע רעצעפטן פאר די ספעציפישע מחלות פון דעם קעניג, און דאן גייט ער אריבער צו א כלליות'דיגע איבערבליק אויף גייסטישע מחלות.
די אפעקט פון די גייסטישע געזונט צושטאנד אויף דעם פיזישן קערפער "כי ההפעלות הנפשיות ישנו הגוף שנויים גדולים מבוארים, נראים לכל ,ויעיד על זה תראה... (32) די סיבה דערצו: "סבת אלו המקרים כולם..." (:32) "
ער רעכנט אויס א רייע דיסארדערס "וכן עניני בעלי הפחד (ענקזייעטי) והתקוה והתוחלת (?)...וכן עניני הטועה במחשובותיו (סקיצאפרעניע) והמצליח (האלוסינעישאנס) מבוארים...
ובעבור זה צוו הרופאים להשגיח בתנועות הנפשיות... וכל מי שיגבר עליו הדם והמחשבה הארוכה ובריחת החברה שלא היה משפטו לברוח ממנה או שירחיק האדם שהיה מקרבו קודם לכן" (דעפרעסיע) "
עס קען זיין אז די גייסטישע פראבלעמען קומען פון אן אומבאלאנס אין מוח "וכ״ש אם יהיה החולי מיוחד בכחות הנפש ובכליהם בחולי אשר בטרפשא או במוח.."
דער דאקטער דארף זעהן צו באלאנצירן די גורמים פאר די גייסטישע דיסארדערס "אלו כולם יקדים הרופא לפני כל דבר לתקן עניני נפשותם בהסיר אלו הפעולות.."
דער דאקטער זאל זיך נישט באגונגען מיט געבן מעדיצינען צו היילן די גייסטישע אומבאלאנס אין זיין קערפער, " ואולם הרופא באשר הוא רופא לא יחפש ולא ישפוט מלאכת זאת ידיעת העצה לדחות אלו הפעולות,"
נאר זאל אים אויך געבן טעראפי צו טוישן זיין מהלך המחשבה "ואולם יושגו אלו הענינים מן הפילסופיאה העיונית ובמוסרים התוריים..." (נעמט אין באטראכט אז ער רעדט דא צו אן אראבישן דאקטער) "וכן מוסרי התורות והדינין הלקוחים מהנביאים מנבואתם, וטבעיהם, וידיעת הנהגותיהם הטובות, יועילו לתקן מדות הנפש עד שיגיע להם התכונה הנכבדת"
מערסטענס פון שווערע פעלער פון גייסטישע קרענק טרעפן זיך ביי מענטשן וואס האבן נישט קיין טיפע בילדונג אין וויסנשאפט און אין מוסרי התורה "ולזה לא תמצא אלו ההפעליות, שיעשו שינוי גדול, כי אם לפחותי העם אשר אין להם חכמה במדות הפילוספי׳ ולא במוסרי התורות..."
אינטעליגענטע מענטשן האבן נישט אזעלכע מוד סווינגס, סיי ווען עס קומט אויף זיי א צרה און סיי ווען עס קומט זיי אן איבערראשענדע שמחה "ואולם הלימודים הלקוחים מדת הפילסופיא ומוסרי התורה הם יקנו לנפשותם גבורה והם הגבורים באמת עד שלא תשתנה נפשם ולא תתפעל כי אם מעט מזעיר".
דא גייט דער רמב"ם אריין אין אן לענגערע ערקלערונג וויאזוי א מענטש קען זיך אויפבויען א סטאבילע צוגאנג צו אלעס וואס גייט אויף אים אריבער און אן אינטערעסאנטע משל דערויף. ער איז מסביר באריכות דעם ענין פון העבר אין והעתיד עדיין וכו' אויף א תורה'דיגע און שכל'דיגע וועג.

home
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 20, 2012 10:23 pm

תגובהדורך home » דינסטאג מאי 10, 2016 2:59 pm

מען קען עס האבן אין ספרים סטאר?

ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 5:40 am

תגובהדורך ממעתיקי השמועה » דינסטאג מאי 10, 2016 5:13 pm

אמאל געהערט אין ספרים געשעפט איז סדא א ספר הרפואות להרמב"ם עטליכע בענדר, איז דאס די זעלבע ?
אפשר איז יענץ א ליקוט ?

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » דינסטאג מאי 10, 2016 5:43 pm

* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » דינסטאג מאי 10, 2016 9:48 pm

געוואלדיג!

קוקסט אויס גוט באקאנט מיט די סקיפאכרינאציע און היזעלאזיעס...

זייער הנאה געהאט
1 + 1 = חלה דעקל...

elter-zeide
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 4:29 pm

תגובהדורך elter-zeide » מיטוואך מאי 11, 2016 10:38 am

זיין עלטערער ברידער ר' דוד האט געהאנדלט אין געמאכט גרויסע געשעפטן אין אויך אויסגעהלטן זיין יונערן ברידער (דעם רמב"ם) אזוי אז דער רמב"ם האט געקענט ראיגער לערנען, ביז עס האט פאסירט א אימגליק מיט זיין ברידער אין איז ל"ע דערטראנקען געווארען, שרייבט דער רמב"ם אז עס האט עם אזוי וויי געטאן אז א יאר צייט איז ער געווען נישט געזינט אין איז נישט ארויס פון בעט דע גאנצע יאר הערשט נאך דעם האט ער זיך צריק גענימען טאן וואס זאל עם געבען פרנסה וכו'

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2019
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » מיטוואך מאי 11, 2016 10:49 am

זייער אינטערסאנט הרב גיוואלדיג.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4570
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך מאי 11, 2016 11:31 am

ממעתיקי השמועה האט געשריבן:אמאל געהערט אין ספרים געשעפט איז סדא א ספר הרפואות להרמב"ם עטליכע בענדר, איז דאס די זעלבע ?
אפשר איז יענץ א ליקוט ?

די מיינסט לכאורה 'כתבים רפואיים להרמב"ם' פון מוה"ק. אינעם ערשטען באנד האבן זיי אריינגעדריקט ספר הנ"ל און אין די אנדערע כרכים איז דא אנדערע כתבי רפואה פונעם רמב"ם.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 5:40 am

תגובהדורך ממעתיקי השמועה » דאנארשטאג מאי 12, 2016 7:00 am

נא_שכל האט געשריבן:
ממעתיקי השמועה האט געשריבן:אמאל געהערט אין ספרים געשעפט איז סדא א ספר הרפואות להרמב"ם עטליכע בענדר, איז דאס די זעלבע ?
אפשר איז יענץ א ליקוט ?

די מיינסט לכאורה 'כתבים רפואיים להרמב"ם' פון מוה"ק. אינעם ערשטען באנד האבן זיי אריינגעדריקט ספר הנ"ל און אין די אנדערע כרכים איז דא אנדערע כתבי רפואה פונעם רמב"ם.

וואס מיינט מוה"ק ?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10641
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג מאי 12, 2016 12:09 pm

מוסד הרב קוק
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

עפל קאמפאוט
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » פרייטאג פאברואר 16, 2018 3:19 pm

איך זיך צו באקומען א ספר וואס גיבט א דרך הנהגת אכילה לויט'ן רמב"ם. עס איז דא מערערע ספרים איבער געזונט, ווי אויך איז דא א ספר פון רב אסחייק אין אידיש, אבער יענץ גייט בכלל נישט לויט'ן רמב"ם.

ווי איז דא צו באקומען א ספר וואס ווייזט אן אלע היינטיגע עסן, ווינטער עסן און זוממער עסן (לויט'ן רמב"ם איז אנדערש די דייעט זומער און ווינטער), און אלע אנווייזונגען וואס מען דארף צו טוהן זיך צו האלטן געזונט לויט'ן רמב"ם.

מחנך ב2018
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 26, 2018 12:10 pm

תגובהדורך מחנך ב2018 » זונטאג פאברואר 18, 2018 12:03 am

elter-zeide האט געשריבן:זיין עלטערער ברידער ר' דוד האט געהאנדלט אין געמאכט גרויסע געשעפטן אין אויך אויסגעהלטן זיין יונערן ברידער (דעם רמב"ם) אזוי אז דער רמב"ם האט געקענט ראיגער לערנען, ביז עס האט פאסירט א אימגליק מיט זיין ברידער אין איז ל"ע דערטראנקען געווארען, שרייבט דער רמב"ם אז עס האט עם אזוי וויי געטאן אז א יאר צייט איז ער געווען נישט געזינט אין איז נישט ארויס פון בעט דע גאנצע יאר הערשט נאך דעם האט ער זיך צריק גענימען טאן וואס זאל עם געבען פרנסה וכו'

מקור?

מחנך ב2018
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 26, 2018 12:10 pm

תגובהדורך מחנך ב2018 » זונטאג פאברואר 18, 2018 12:10 am

עפל קאמפאוט האט געשריבן:איך זיך צו באקומען א ספר וואס גיבט א דרך הנהגת אכילה לויט'ן רמב"ם. עס איז דא מערערע ספרים איבער געזונט, ווי אויך איז דא א ספר פון רב אסחייק אין אידיש, אבער יענץ גייט בכלל נישט לויט'ן רמב"ם.

ווי איז דא צו באקומען א ספר וואס ווייזט אן אלע היינטיגע עסן, ווינטער עסן און זוממער עסן (לויט'ן רמב"ם איז אנדערש די דייעט זומער און ווינטער), און אלע אנווייזונגען וואס מען דארף צו טוהן זיך צו האלטן געזונט לויט'ן רמב"ם.

גענק איך א ספר מיט נאמען ''אני ערב לו''

אור ישר
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 09, 2015 2:37 pm

תגובהדורך אור ישר » זונטאג פאברואר 18, 2018 12:43 am

מחנך ב2018 האט געשריבן:
elter-zeide האט געשריבן:זיין עלטערער ברידער ר' דוד האט געהאנדלט אין געמאכט גרויסע געשעפטן אין אויך אויסגעהלטן זיין יונערן ברידער (דעם רמב"ם) אזוי אז דער רמב"ם האט געקענט ראיגער לערנען, ביז עס האט פאסירט א אימגליק מיט זיין ברידער אין איז ל"ע דערטראנקען געווארען, שרייבט דער רמב"ם אז עס האט עם אזוי וויי געטאן אז א יאר צייט איז ער געווען נישט געזינט אין איז נישט ארויס פון בעט דע גאנצע יאר הערשט נאך דעם האט ער זיך צריק גענימען טאן וואס זאל עם געבען פרנסה וכו'

מקור?

אגרת הרמב״ם

מחנך ב2018
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 26, 2018 12:10 pm

תגובהדורך מחנך ב2018 » זונטאג פאברואר 18, 2018 12:46 am

אור ישר האט געשריבן:
מחנך ב2018 האט געשריבן:
elter-zeide האט געשריבן:זיין עלטערער ברידער ר' דוד האט געהאנדלט אין געמאכט גרויסע געשעפטן אין אויך אויסגעהלטן זיין יונערן ברידער (דעם רמב"ם) אזוי אז דער רמב"ם האט געקענט ראיגער לערנען, ביז עס האט פאסירט א אימגליק מיט זיין ברידער אין איז ל"ע דערטראנקען געווארען, שרייבט דער רמב"ם אז עס האט עם אזוי וויי געטאן אז א יאר צייט איז ער געווען נישט געזינט אין איז נישט ארויס פון בעט דע גאנצע יאר הערשט נאך דעם האט ער זיך צריק גענימען טאן וואס זאל עם געבען פרנסה וכו'

מקור?

אגרת הרמב״ם

צי א כלליות'דיגע מקור, פארהאן גאר אסאך איגרת'ן פון רמב''ם, ווי ווערט געברענגט די דאזיגע אגרת?

elter-zeide
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 4:29 pm

תגובהדורך elter-zeide » זונטאג פאברואר 18, 2018 10:32 am

מחנך ב2018 האט געשריבן:
elter-zeide האט געשריבן:זיין עלטערער ברידער ר' דוד האט געהאנדלט אין געמאכט גרויסע געשעפטן אין אויך אויסגעהלטן זיין יונערן ברידער (דעם רמב"ם) אזוי אז דער רמב"ם האט געקענט ראיגער לערנען, ביז עס האט פאסירט א אימגליק מיט זיין ברידער אין איז ל"ע דערטראנקען געווארען, שרייבט דער רמב"ם אז עס האט עם אזוי וויי געטאן אז א יאר צייט איז ער געווען נישט געזינט אין איז נישט ארויס פון בעט דע גאנצע יאר הערשט נאך דעם האט ער זיך צריק גענימען טאן וואס זאל עם געבען פרנסה וכו'

מקור?

אין איינס פין זיינע בריווען פארענפערט ער זיך פאר וואס ער האט פארשפעטיגט צי אנטווארטען אויף א בריוו וואס יענער (א תלמיד) האט אים געשיקט.

יעצט אויפן מאמענט קען איך נישט נאך קיקען. אי"ה ווי באלד כ'וועל וויסען פונקלעך ווי ער שרייבט דאס וועל איך אנווארטען, י

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2098
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » זונטאג פאברואר 18, 2018 11:36 am

מחנך ב2018 האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:איך זיך צו באקומען א ספר וואס גיבט א דרך הנהגת אכילה לויט'ן רמב"ם. עס איז דא מערערע ספרים איבער געזונט, ווי אויך איז דא א ספר פון רב אסחייק אין אידיש, אבער יענץ גייט בכלל נישט לויט'ן רמב"ם.

ווי איז דא צו באקומען א ספר וואס ווייזט אן אלע היינטיגע עסן, ווינטער עסן און זוממער עסן (לויט'ן רמב"ם איז אנדערש די דייעט זומער און ווינטער), און אלע אנווייזונגען וואס מען דארף צו טוהן זיך צו האלטן געזונט לויט'ן רמב"ם.

גענק איך א ספר מיט נאמען ''אני ערב לו''

די ספר אני ערב לו איז פון הרב אסחייק פון ארץ ישראל. ווי עפל שרייבט האט דאס מיט'ן רמב"ם קיין שייכות, ער ניצט די ווערטער פונעם רמב"ם אויף זיין דייעט.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

yalah
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:09 pm

תגובהדורך yalah » זונטאג פאברואר 18, 2018 12:04 pm

רב אסחייקס ספר הייסט 'חיים בריאים בהלכה', אני ערב לו איז אן אנדערע ספר.
בלייב נישט שטעקן. גיי פאראויס!

elter-zeide
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 4:29 pm

תגובהדורך elter-zeide » מאנטאג פאברואר 19, 2018 1:23 am

מחנך ב2018 האט געשריבן:
elter-zeide האט געשריבן:זיין עלטערער ברידער ר' דוד האט געהאנדלט אין געמאכט גרויסע געשעפטן אין אויך אויסגעהלטן זיין יונערן ברידער (דעם רמב"ם) אזוי אז דער רמב"ם האט געקענט ראיגער לערנען, ביז עס האט פאסירט א אימגליק מיט זיין ברידער אין איז ל"ע דערטראנקען געווארען, שרייבט דער רמב"ם אז עס האט עם אזוי וויי געטאן אז א יאר צייט איז ער געווען נישט געזינט אין איז נישט ארויס פון בעט דע גאנצע יאר הערשט נאך דעם האט ער זיך צריק גענימען טאן וואס זאל עם געבען פרנסה וכו'

מקור?

אגרת מהרמב"ם

שלחה לרבנא מרנא יפת בר מרנא ורבנא אליהו הדיין

לכבוד גדולת מר יפת החכם המבין הדיין המשכיל בן כבוד גדולת מרנא ורבנא אליהו הדיין החסיד זצ"ל מאת אוהבו המתפלל להוסיף כבודו משה בר מימון הרב זצ"ל הגיענו כתבך החביב אל נפשי ותמהתי על ענינו מפני שהרי אתה קובל עלי שלא קדמתי לשאול בשלומך מיום שנפרדנו מארץ הצבי ולא שלחתי לך כתבי ובודאי זה הענין שהזכרת בא ללמד ונמצא למד ואתה בוגד ולא בגדו בך ועוד שמאחר שנפרדנו מת אבא מארי ז''ל ובאו כתבי התנחומין מקצה ארץ אדום ומערב מהלך כמה חדשים ואתה לא שמת לבך לזאת גם ארעוני צרות רבות גלויות בארץ מצרים מחליים והפסד ממון ועמידת מוסרים עלי להרגני והרעה הגדולה שבאה עלי באחרונה שהיא רעה מכל רעה שעברה מיום היותי עד היום הזה והיא פטירת הצדיק זצ"ל שטבע בים הודו *(הוא אחיו ר' דוד המוזכר בסה"ד מרב סעדיה ן' דנאן יעוץ בתולדות רבינו ובהערה שם:) ובידו ממון רב לי ולו ולאחרים והניח בת קטנה ואלמנותו אצלי ונשארתי אחריו כמו שנה מיום שהגיעה השמועה הרעה נופל על המטה בשחין רע ובדלקת ובתמהון לבב וכמעט קט הייתי אובד ואח"כ עד היום הזה כמו שמונה שנים אני מתאבל ולא התנחמתי ובמה אתנחם והוא היה על ברכי גדל והוא היה האח והוא היה התלמיד והוא היה נושא ונותן בשוק ומרויח ואני היתי יושב לבטח והבין בתלמוד ובמקרא הבין בדקדוק הלשון ולא היתה לי שמחה אלא בראותו ערבה כל שמחה והלך לחיי העולם והניחני נבהל בארץ נכריה כל עת שאראה כתב ידו או ספר מספריו יהפך עלי לבי ויעורו יגוני כללו של דבר כי ארד אל בני אבל שאולה ולולי התורה שהיא שעשועי ודברי החכמות שאשכח בהם יגוני אז אבדתי בעניי

מחנך ב2018
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 26, 2018 12:10 pm

תגובהדורך מחנך ב2018 » מאנטאג פאברואר 19, 2018 10:19 am

elter-zeide האט געשריבן:

ש'כוח פארן צוברענגען, העכסט אינטערסאנט.

ווי עס איז משמע שרייבט דער רמב''ם אז ער זאל האבן געווען אין אר''י איידער ער איז געקומען קיין מצרים, דאס איז עפעס מאדנע, ווייל כידועה איז דער רמב''ם געבוירן אין ספרד פון וואנעט ער האט געפליכטעט קיין צפון אפריקאנע לענדער ווי מאראקא, דערנאך קיין מצרים און ערשט דערנאך קיין אר''י. ווידער איז אויך מערקווירדיג היות ס'איז באוואוסט, אויך פארהאן אסאך לעגענדעס ארום דעם, אז אין מצרים איז דער רמב''ם געווען מגדולי היועצים ביים מלך ווי ער איז געזיצן אויף ברייטע קעסט זייענדיג א שטארקע מקורב אין מלכות'דיגע קארידארן, טא, פון זיין לשון זעהט ווייט נישט אויס אזוי, ס'קוקט אויס אז ווען נישט זיין ברודער וואס האט אים אויסגעהאלטן ''כמעט קט הייתי אובד''...

אויב קען דאס עמיצער בעסער פארשטיין געבן זאל ער עולה זיין

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג פאברואר 19, 2018 12:08 pm

הג"ר חזקי' פייוויל פלויט זצ"ל ברענגט דעם בריוו אנפאנג ליקוטי חבר בן חיים חלק ה', ווי ער שרייבט האט ער דאס מעתיק געווען בימי בחרותו פון דעם גליון כרם חמד, און כדי צו אויפווייזן אז דער בריוו איז טאקע פונעם רמב"ם, דרוקט ער דערנעבן פרק ד' פון הלכות דעות וואס א גרויס חלק תוכן דערפון איז די זעלבע ווי דעם בריוו.

עס קוקט אויס פון די הקדמה פונעם ליקוטי חב"ח אז ער איז נישט געווען געזונט יענע תקופה פארדעם ברענגט ער דעם בריוו.

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » פרייטאג אפריל 20, 2018 7:36 am

איינער האט מיר פארציילט אז פונקט נעכטן איז ער געווען אין ספרים סטאר אין געזוכט ספרי רפואה פון רמב"ם, ער האט געטראפן דעם ספר הנהגת הבריאות, גראדע האט עס אויסגעקוקט ווי ס'שימלט שוין אין געשעפט פאר פופציג יאהר, ביז ער האט מקיים געווען דעם 'ובא גואלו הקרוב אליו', און געקויפט דעם יקר המציאות'דיגן ספר. ס'איז א שיינע דרוק (לפי ערך), און צאמגעשטעלט מיט עפעס א סגולה ספר, ושניהם כאחד טובים.

די אנדערע ספרי רפואה פון הייליגן רמב"ם זענען אינגאנצן נאכגעלאזט, קיינער קוקט זיך אויף זיי נישט אום, טייל פון זיי ווייסט מען ניטאמאל אז ס'עקזיסטירט.
ס'דא עטליכע פראפעסאר'ס אין ארץ ישראל וואס האבן זיך אפגעגעבן מיט דרוקן געוויסע חלקים, ווי למשל איז דא פון רמב"ם איבער די געזונטהייט פון אלא סארט עסנווארג, ווי ער זאגט ווי ער גייט אדורך וואס איז געזונט, וואס איז מזיק, און אזוי אלעס וואס האט צוטוהן מיט מאכלים, אבער למעשה איז עס געדרוקט געווארן אויף א פראפעסארישען אופן, און סאיז גרינג זיך צו פארמישן מיט די לשון פונעם הייליגען רמב"ם, און די הוספות פון די פראפעסאר'ס, א בחינה פון שעטנז.

ועכ"ז איז לכאורה נאך אלס א פלא אז די ספרי הרפואה פון רמב"ם זענען מונח בקרת זוית, ואין להם גואל, בפרט אז ביי אידן ווייסט מען דאך די גרויסקייט פונעם הייליגן רמב"ם וואס מ'האט אויף איהם געזאגט ממשה עד לא קם כמשה, און בנוסף איז דאך זיין חכמה געווען אומבאשרייבליך גרויס, ובפרט אין חכמת הרפואה, וואלט דאך פאר אונז געדארפט האבן א שטארקע ערך די ווערטער פון רמב"ם וואס אנבאלאנגט חכמת הרפואה.

אזוי צו אזוי
איך שטעל דא א לינק צום 'ספר הקצרת', איינס פון די ספרי הרפואה פונעם רמב"ם, ס'געפינט זיך אויף היברו בוקס
http://www.hebrewbooks.org/38191

צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט