נייע בוך: וויאזוי צו געווינען פריינט און באאיינפלוסן מענטשן

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

נייע בוך: וויאזוי צו געווינען פריינט און באאיינפלוסן מענטשן

תגובהדורך פארבינדן » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 11:59 am

יעצט לכבוד סוכות איז ערשינען א נייע ביכל דורך BFG - Brooklyn Financial Groups מיטן נאמען "וויאזוי צו געווינען פריינט און באאיינפלוסן מענטשן" ארגניעל געשריבן דורך "דעיל קארנעגי" יעצט צום ערשטן מאל אויף די אידישע שפראך.

בילד
לעצט פאראכטן דורך פארבינדן אום דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 6:04 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
פאר קריטיק דריקט דא

אזוי צו אזוי
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2012 3:45 pm

תגובהדורך אזוי צו אזוי » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 12:09 pm

האמער זיך איינגעהאנדעלט דאס ביכל, לאמיר האפן אז עס וועט זיך האבן געלוינט דער אינוועסעטמענט... (מקען מיינען סארא אינוועסמעט, גאנצע 18 טאללער....)

פארשטיי איך נאך נישט וואסערע אינטערעסע BFG האט מיטן ארויס געבן דאס ביכל.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2490
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 12:26 pm

Public relations.

Potential agents might find there solutions to some minor issues that have been holding them back from growing till now....

דל גאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 3:05 pm

תגובהדורך דל גאה » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 3:02 pm

סתם להוי ידועה , דעיס איז אלטע אכט יסודות , זיי האבן דאס איבער געטייטשט פון ענגליש אויף אידיש , עס איז אויך דא אויף זייער אסאך אנדערע שפראכן
דל נעם אוועק (כמו דל עשתרות קרנים) גאה דאס גאווה ... אויף דעים ברויך מען ארבעטן

ציפקע
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2013 7:42 pm

תגובהדורך ציפקע » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 5:12 pm

ער שרייבט דאך קלאר אז דאס איז אן איבערזעצונג פון א ספעציפישן ביכל דאס ערשטע מאל אויף אידיש.

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 5:43 pm

געוואלט קויפן נאר כ'בין געווארן טורנד אף פונעם שלעכטן איבערזעצונג אויפן דעקל. how to win friends אין אידיש איז וויאזוי צו איינקויפן פריינט, אדער זיך איינהאנדלן פריינט, נישט וויאזוי צו געוואונען.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25464
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2015 9:43 pm

ירוחם האט געשריבן:געוואלט קויפן נאר כ'בין געווארן טורנד אף פונעם שלעכטן איבערזעצונג אויפן דעקל. how to win friends אין אידיש איז וויאזוי צו איינקויפן פריינט, אדער זיך איינהאנדלן פריינט, נישט וויאזוי צו געוואונען.


זיי נישט ברוגז, win פארטייטשט מען געווינען, איך זעה נישט וואס איז,שלעכט דערמיט

אוועטאר
ספיידער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:52 pm
לאקאציע: אויף דיין הוט, פליק עס אראפ. אט אזוי...שוין מער נישט דארט

תגובהדורך ספיידער » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 12:59 am

ווער האט עס גע׳טרענסלעיט אויף יודיש?
וויאזוי קען מען בעסער פארשטיין א יוד וואס האט ל״ע פאביעס? די מענטש וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם פאביע ווייסטעך בכלל נישט וויאזוי ס׳פילט..
די אמת איז עס איז דא איין פאביע וואס יעדער האט און דאס איז ספיידער פאביע

כפר שמאי
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2015 10:05 pm

תגובהדורך כפר שמאי » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 9:49 am

מיללער האט געשריבן:
ירוחם האט געשריבן:געוואלט קויפן נאר כ'בין געווארן טורנד אף פונעם שלעכטן איבערזעצונג אויפן דעקל. how to win friends אין אידיש איז וויאזוי צו איינקויפן פריינט, אדער זיך איינהאנדלן פריינט, נישט וויאזוי צו געוואונען.


זיי נישט ברוגז, win פארטייטשט מען געווינען, איך זעה נישט וואס איז,שלעכט דערמיט


זיי נישט ברוגז, מען קען נישט נעמען ענגליש און פשוט איבערטייטשן, עס מאכט עס זייער שווער צו ליינען, אוודאי איז win געווינען, אבער די כוונה פון געווינען איז געווינען א גורל, לאטערי, וכד׳ געווינען אויף יודיש רעדט געווענליך פון א מזל זאך, win וואס דער בוך דעקל וויל זיך אויסדריקן, איז ערייכן, נישט געווינען, אויב די גאנצע בוך איז איבערגעטייטש אויף דעם מהלך, פון ווארט ביי ווארט אקוראט, וועט עס זיין זייער שווער צו ליינען

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 10:18 am

#געווינען זיין הארץ
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

כפר שמאי
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2015 10:05 pm

תגובהדורך כפר שמאי » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 10:40 am

ווייטע חשש

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 3:05 pm

עס איז לכאורה איבעריג צו שרייבן איבער די געוואלדיגע אינהאלטסרייכע ביכל וועלכע איז פון די מערסט באקאנסטע ביכלעך איבער די וועלט- עס איז שוין געראדע געווען צו באקומען אויך עברית און אויך א באזינדערע מהדורה מצונזר וועלכע א חרדי'שע מכון האט ארויסגעגעבן אויף עברית.

מ'קען זאגן אז 95 פראצענט פון די ביכל אין ענגליש איז אויסגעהאלטען פארן היימישן ציבור און דעריבער איז ביז היינט געווען א בדיעבד דורכצוליינען די ביכל, כאטש וואס כבין זיכער אז כבין נישט די איינציגסטע וואס האט עס דורכגעליינט..

געראדע האביך געהאט ערענסט אין פלאן מיט עטליכע יאר צוריק ארויסצוגעבן די ביכל אויף אידיש נאכן איינזעהן די תועלת הדבר אבער וואו פארשטייסט זיך האביך געלאזט די פלארן באגראבן ווערן נאכן זיך דורכרעדן מיט עטליכע מומחים און עס איז אויסגעקומען אז היינט צוטאגס איז זייער שווער ארויסצוגעבן א ביכל אויף אידיש (פאר ערוואקסענע- קינדער ביכלעך איז נאך אדערווייל אין ביזנעס) און זיך דעקן

דעריבער איז ביי מיר א שמחה צו זעבן אז די ביכל איז ענדליך ארויסגעקומען מיט די הילף פון BFG וואס ספאנסערט די ביכל, און לדעתי דארף עס זיין א שמחה ביי יעדן אז די אידישע ליין מאטריאל אינדאסטרי איז נאכנישט אינגאנצען אין -די ערד...

כהאב נאכנישט אנגעיאגט אריינצוקוקען אינערווייניג אבער נאכן זעהן אז עס איז בארבעט געווארן דורך YHK SERVICES בין איך היפש קאנפידענט אז עס איז ראוי להעלות על השולחן

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 6:06 pm

ווער איז דאס דעיל קארנעני?
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

כפר שמאי
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2015 10:05 pm

תגובהדורך כפר שמאי » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 8:22 pm


אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 8:33 pm

גרין, ס' קען גאר זיין אז די סיבה פארוואס ס' קיינעם נישט איינגעפאלען צו איבערזעצן דעם בוך אין יודיש איז כדאי נישט אוועקצונעמען די פרנסה פון אנדערע יודן... וואס האבן געמאכט געלט ציליב די אומוויסענשאפט פון אונזער ציבור אז אנטשטאטס צאלן די הויזן פאר די שיעורים דארף מען פשוט קויפן דעם בוך פאר א נישטיגע צוואנציג דאלער
לעצט פאראכטן דורך fiena nieas אום מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 9:06 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 8:37 pm

fiena nieas האט געשריבן:גרין, ס' קען גאר זיין אז די סיבה פארוואס ס' קיינעם נישט איינגעפאלען צו איבערזעצן דעם בוך אין יודיש איז כדאי נישט אוועקצונעמען די פרנסה פון אנדערע יודן... וואס האבן געמאכט געלט ציליב די אומוויסענשאפט פון אונזער ציבור אז אנטשטאטס צאלן די הויזן פאר די קארסעס דארף מען פשוט קופן דעם בוך פאר א נישטיגע צוואנציג דאלער

גאר א ריכטיגע נקודה, כ׳ווייס פון מקור ראשון פון ווייניגסטנס צוויי פון די באוואוסטע היימישע קורסן וואס זענען טיילווייז באזירט אויף דעם ביכל.
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
אינוועסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 1:34 pm

תגובהדורך אינוועסטער » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 12:23 am

די קורסן וועלן נישט ארויסגיין פון ביזנעס נאכ'ן ארויס קום פונעם ביכל, אויב עפעס וועט עס ברענגען מער מענטשען וואס וועלן זיין אינטערעסירט אין די נושאים.

האו טו ווין פרענדס איז פאר לאנגע יארן געווען א בעסט סעללער, און ביי די (אומוויסענדע...) גוים צאלט מען אויך פאר קורסן צו לערנען מער איבער די נושאים.

איינע פון די באקאנטע גאר סוקסעספולע קורסן איז געבויעט ארום די מהלכים פון דעיל קארנעגי און פון נאך פילע אנדערע, ווי אויך זייער אסאך חידושים, סוי איינער וואס באקומט אן אינטערעס אין זוכט סעלף אימפראוומענט איז דא א וועלט צו לערנען.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25464
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 1:35 pm

כפר שמאי האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
ירוחם האט געשריבן:געוואלט קויפן נאר כ'בין געווארן טורנד אף פונעם שלעכטן איבערזעצונג אויפן דעקל. how to win friends אין אידיש איז וויאזוי צו איינקויפן פריינט, אדער זיך איינהאנדלן פריינט, נישט וויאזוי צו געוואונען.


זיי נישט ברוגז, win פארטייטשט מען געווינען, איך זעה נישט וואס איז,שלעכט דערמיט


זיי נישט ברוגז, מען קען נישט נעמען ענגליש און פשוט איבערטייטשן, עס מאכט עס זייער שווער צו ליינען, אוודאי איז win געווינען, אבער די כוונה פון געווינען איז געווינען א גורל, לאטערי, וכד׳ געווינען אויף יודיש רעדט געווענליך פון א מזל זאך, win וואס דער בוך דעקל וויל זיך אויסדריקן, איז ערייכן, נישט געווינען, אויב די גאנצע בוך איז איבערגעטייטש אויף דעם מהלך, פון ווארט ביי ווארט אקוראט, וועט עס זיין זייער שווער צו ליינען

איך געדענק נאך ווען מען האט געטייטשט אין חדר אז לידה טייטשט געווינען א קינד. הפנים, געווינען איז כלל נישט באגרעניצט צו לאטעריס און גורלות, נאר עס ברענגט ארויס די סורפרייז שבו, און דאס זאגט קארנעגי, עצות וויאזוי אריבערצוגעוואונען עמיצן אויף דיין זייט, וואס נארמאל איז עס א שווערע זאך.

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 5:20 pm

שטייט עפעס אין די ביכל וועגן עלטערן זענען מחנך קינדער און מיינען נאר זייער אייגענע טובה, עפעס אזוי?

ידידי נאמן
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 4:12 pm

תגובהדורך ידידי נאמן » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 5:25 pm

fiena nieas האט געשריבן:גרין, ס' קען גאר זיין אז די סיבה פארוואס ס' קיינעם נישט איינגעפאלען צו איבערזעצן דעם בוך אין יודיש איז כדאי נישט אוועקצונעמען די פרנסה פון אנדערע יודן... וואס האבן געמאכט געלט ציליב די אומוויסענשאפט פון אונזער ציבור אז אנטשטאטס צאלן די הויזן פאר די שיעורים דארף מען פשוט קויפן דעם בוך פאר א נישטיגע צוואנציג דאלער



נאכן קענען די ביכל איז אינטערסאנטער צו מיטהאלטן די קורסן
מען לערנט זיך מער אויף למעשה די אלע כללים

אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 11:42 pm

תגובהדורך פר בן בקר » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 5:29 pm

פאר איינער וואס ליינט ענגליש גאנץ פיין אבער נישט די בעסטע, איז כדי צו קויפן די ענגלישע ווערזיע?

לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

תגובהדורך לטב עביד » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 5:46 pm

לכאורה לוינט צו קויפען די אנגליה,
די אידישע איז נישט די בעסטע ארבייט מילד גערעדט, עס קראצט געפערליך ביים ליינען, דאס איז שוין חוץ פון די גרייזען וואס ער מישט נעמן צומאל.
אן אנדייטונג אויף די שוואכע ארבייט זיי האבן פארגעסן ארויס צו נעמען אן הגה פון די מגיה "אפשר זאל מען ארויסנעמען די שטיקל" מען האט דאס געדריקט געהעריג...

אוועראל אלס די טקסט אליין לוינט זיך עס צו קויפען

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4096
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 6:00 pm

די ענגלישע ווערסיע איז אפלאודעד דא ערגעץ אויפן וועלטעל, כ'קען נישט לינקן יעצט אהין, געב א סערטש דא.

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 6:02 pm

פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 6:49 pm

fiena nieas האט געשריבן:גרין, ס' קען גאר זיין אז די סיבה פארוואס ס' קיינעם נישט איינגעפאלען צו איבערזעצן דעם בוך אין יודיש איז כדאי נישט אוועקצונעמען די פרנסה פון אנדערע יודן... וואס האבן געמאכט געלט ציליב די אומוויסענשאפט פון אונזער ציבור אז אנטשטאטס צאלן די הויזן פאר די שיעורים דארף מען פשוט קויפן דעם בוך פאר א נישטיגע צוואנציג דאלער


געראדע האלט איך נישט אז ס'איז א עוולה צו בעטן אפאר הונדערט דאלאר (צו מער) פאר א קורס, בשעת ווען די ביך קאסט ווייניגער וואו דאלאר, כ'האלט אבער יא אז די עולם מעג וויסן אז די ביכל איז ווערט אסאך מער..

[מענין לענין האב איך שוין לאנג בדעה צו שרייבן א לענגערע ארטיקעל אקעגן עטליכע אזוי גערופענע היימישע "מארקעטינג עקספערטס" (נישט אוועקצומאכן די וואס קענען טאקע) מלעבט אין א וועלט וואו יעדער איינער וויל זיך לערנען און האבן מער וויסענדשאפט און וועלטליכע און ביזנעס איינגעלעגענהייטן און לעצטענס זעהט מען א גערויסע וויקס און די סארט אנזעצערס וואס ווערן איבערנאכט ביזנעס קאוטשער'ס מיט עקספערטס וואס רייסן אויס די קעשענע פון מענטשן צו הערן וואו גרויסע אנזעצערס זיי זענען. שוין לאמיר נישט פאקריכן פונעם ענין ועוד חזון למועד]


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט