הספה"ק חובת הלבבות - מפרשי הספר

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

הספה"ק חובת הלבבות - מפרשי הספר

תגובהדורך והוא פלאי » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:12 pm

דער ספר הקדוש חובת הלבבות דארף נישט קיין שום אריינפיר
יעדער בר בי רב דחד יומא, ווייסט אז אזא ספר קדוש עקזעסטירט, און רוב יודען האבן א תקופה מחייהם געלערנט חובת הלבבות,
חובת הלבבות איז נישט קיין לייכט ספר, צוליב דעם עפען איך דעם אשכול, אדורך צו שמועסען וואס פארא פירושים עס איז פארהאן אויף דעם ספר,
וזה החלי
דער ערשטע מפרש איז דער מנוח הלבבות, וואס לעצטענס האט מען דאס איבערגדרוקט מיט די אנדערע דריי באקאנטע פירושים, מיט ליקוטים מדברי החתם סופר
נאכדעם איז פארהאן די דריי באקאנטע מפרשים, געדרוקט צוזאמען אין כמה דריקען
טוב הלבנון
פת לחם
מרפא לנפש

עס זענען דא נאך דריי זייער נוצליכע פירושים, וואס מאיזה סיבה לא נתפרסמו כל כך
פי' ר' צדוק מזאסלאב זולצבאך תנ"א
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =1&hilite=

נאדר בקודש, געדרוקט אין הוראדנא תק"נ, (עס איז דא אויף אוצר החכמה),
אפאר יאר צוריק האט איינער געדרוקט א סעמפעל פון שער התשובה, מיט אן אייגענעם פירוש, מיט דעם נאדר בקודש איינער לאבענשטיין פון בני ברק האט עס געדרוקט, ער האט דארט אויך געדריקט
גליונות מכת"י ר' יצחק יהושע פרימו
נאך א פירוש געדרוקט אין לבוב תקנ"א, מיט גרויסע הסכמות, מען ווייסט נישט קיין אינפארמאציע אויף דעם מחבר http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 0%22%d7%90
עיין כאן
אבער ער האט גרויסע הסכמות
דא איז עס
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =1&hilite=

עס איז דא פארשטייט זיך לב טוב, בשתי מהדורות, דער לאנגע און דער קורצע

אויף יודיש איז אויך דא עטליכע פירושים,
דער מפרש אויף יידיש אין דפוס ווארשא, איז געווען אנגענומען אלס א גוטע פירוש
עס איז דא פון היברו פאבלישינג א פירוש פון איינעם אגוז (איך נעם נישט קיין אחריות, כמדומה אז פעלדהיים'ס פירוש אויף ענגליש, האט פון אים גענאשט)
http://www.hebrewbooks.org/41642
און לב ישראל, פון ר' אהרן ישראל קאהן

עס איז דא עטליכע קיצורים, וואס זענען בייהילפיג
מרגליות טובה
קיצור פון בעל צדה לדרך
און קיצור געדרוקט בסוף השל"ה

עס זענען דא נאך צוויי איבערזעצונגען פון אראביש
איינס פון ש ירושלמי
איינס פון קאפח (כידוע יש איסור על חלק מחיבוריו)

ר' יעקב עמדין אין מגדל עוז איז מעתיק עטליכע שערים, און לפעמים זאגט ער אין איינגערינגעלט א ווארט וואס העלפט צום פשט

אויף איינצעלע שערים איז דא נאך חיבורים
אויף שער היחוד איז דא די צוויי חיבורים, מיט זעלטענע הסכמות
http://hebrewbooks.org/23954

פון היינטיגע איז דא אויף שער הבטחון, לב הארי (רב פישער)
אויף שער חשבון הנפש, פון ר' שמעון זאב מייזליש

איך גלייב אז עס איז דא נאך, אדרבא ואדרבא
לעצט פאראכטן דורך והוא פלאי אום דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:22 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17524
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:20 pm

אויף שער הבחינה איז ארויסגעקומען לעצטענס א הערליכע באנד אויף אידיש מיטן פירוש אור אביגדור פון רבי אביגדור מיללער זצ"ל

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22308
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:22 pm

והוא פלאי האט געשריבן:און לב ישראל, פון ר' אהרן ישראל קאהן

געדרוקט מיט א פירוש מלוקט מדברי הג' ר' אביגדור מיללער, שטארק צום דבר און באלערנד.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22308
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:23 pm

ס'ליגט מיר און קאפ אז ס'פארהאן עפעס א פארשטופט פי' אויפן חובת הלבבות ע"ד הנסתר.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

תגובהדורך האנטעך » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 8:58 pm

דער קאמארנער איז מסביר דעם שער היחוד עפ"י קבלה אין נתיב מצוותיך

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 1:17 am

פון עקספיריענס, אז איינער וויל נישט לערנען דעם ספר פאר שיעור עיון, נאר פאר א מוסר שיעור, זאל מען נישט לערנען קיין מפרשים, נאר לב טוב פשוט צו פארשטיין די שפראך. נאך בעסער איז ווען מען ווערט רגיל בלשונו הצח און מען קען עס לערנען אינעווייניג געהעריג, און אינדערזייט נאך האבן א שטיקל הנאה פון די געשמאקע לשון לימודים.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 9:05 am

לב טוב אויך נישט
נאר לשון המתרגם הזך
און אדער נוצען דער ווארשע-ווילנא מפרש אויף יודיש ע"פ מרפא לנפש
אדער מנוח הלבבות
אדער דער לבוב אדער זולצבאך פי' די אלע האבן געגעבען ממש א. מינומום
דער לב טוב פארוואסערט שוין
א דאנק אים האבן עס אנגעהויבן לערנען טויזענטער יודען אויב נישט רבבות
עכ"ז זאג איך מי שאפשר בלאו הכי איז בעסער
למה זה תשאל לשמי...

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 9:23 am

איך שרייב דאס דאך אויך, אבער ביז מ'לערנט זיך אויס דעם לשון, צי מתוך הספר אדער פון עוסק זיין אין אנדערע ספרים מהתקופה, האט לב טוב די מעלה אז מ'דארף אים נישט לערנען ווי א פירוש נאר מען קען קוקן א גאנצער פאראגראף צי נאך מער אין איין צי, משא"כ ווען מען דארף האלטן איין פינגער אויבן און איינס אונטן און נאך יעדע 2'טע ווארט אריין קוקן אינעם פירוש, פארלירט עס די געשמאקע, דער המשך און בעיקר די התפעלות הנפש.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

ידידי נאמן
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 4:12 pm

תגובהדורך ידידי נאמן » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 12:27 pm

והוא פלאי האט געשריבן:פון היינטיגע איז דא אויף שער הבטחון, לב הארי (רב פישער)


וואס איז דער חיבור אזוי ווי דער חיבור פון הרב מייזליש אדער אן אנדערע סארט

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 1:55 pm

כמדומה עס איז בעומק דיני הבטחון, צוגשעטעלט צו די אנדערע ראשונים,
נישט קיין לייכטע ביאור
למה זה תשאל לשמי...

גימפעל
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 15, 2016 11:05 am

חובת הלבבות ע"פ בנין שמעון

תגובהדורך גימפעל » דאנארשטאג סעפטעמבער 22, 2016 8:31 am

מהרה"ח ר' שמעון זאב מייזליש.

יצא על שער חשבון הנפש,
האם ידוע על שאר חלקי הספר, האם מתעתד להוציא ?

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2617
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג סעפטעמבער 22, 2016 10:51 am

מיינס דאס?
צוגעלייגטע
חובת הלבבות בנין שמעון.jpg
חובת הלבבות בנין שמעון.jpg (21.85 KiB) געזעהן 2953 מאל

גימפעל
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 15, 2016 11:05 am

תגובהדורך גימפעל » דאנארשטאג סעפטעמבער 22, 2016 11:27 am

לכאורה, כן.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2617
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג סעפטעמבער 22, 2016 3:36 pm

ער האט ארויסגעגעבען נאך א ספר זינט דאן, נישט אויפן חובת הלבבות, נאר א בנין שמעון - חג השבועות.

גימפעל
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 15, 2016 11:05 am

תגובהדורך גימפעל » דאנארשטאג סעפטעמבער 22, 2016 3:55 pm

על חובת הלבבות יהיו עוד חלקים ?

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2617
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג יוני 13, 2019 7:32 pm

חובות הלבבות נפש חיה
צוגעלייגטע
20190613_185312.jpg
20190613_185312.jpg (130.55 KiB) געזעהן 1264 מאל
20190613_185327.jpg
20190613_185327.jpg (73.99 KiB) געזעהן 1264 מאל


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט