הזמנות לחתונות בבית גדולי ומאורי דורינו

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » דאנארשטאג מאי 07, 2015 9:53 am

הזמנת הרבי ריי"צ מליובאוויטש לחתונת בתו עם האדמו"ר מליובאוויטש
צוגעלייגטע
ןמ.jpg
ןמ.jpg (20.42 KiB) געזעהן 4001 מאל

סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

תגובהדורך סתם אזוי » דאנארשטאג יוני 18, 2015 2:04 pm

ווייסט איינער? ווי איז נשתרבב געווארן די מנהג אין סאטמאר צו לייגן די דאזיגע 'בארדער' אויף די חתונה הזמנות? ס'קוקט אויס ווי עפעס א צוואה פון איינעם אדער וואס.
[בשלמא די באבוב'ער בארדער (גראדע נישט אויף זייער חתונה הזמנות, אבער אויף אלעס ביז אהין) איז כאטשיג ווייל ס'איז (ווי באקאנט אויפ'ן וועלט) געמאלן דורך הגה"ק הקדושת ציון זצ"ל הי"ד]

כתב ולשון
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:01 pm

תגובהדורך כתב ולשון » דאנארשטאג יוני 18, 2015 2:20 pm

סתם אזוי האט געשריבן:ווייסט איינער? ווי איז נשתרבב געווארן די מנהג אין סאטמאר צו לייגן די דאזיגע 'בארדער' אויף די חתונה הזמנות? ס'קוקט אויס ווי עפעס א צוואה פון איינעם אדער וואס.
[בשלמא די באבוב'ער בארדער (גראדע נישט אויף זייער חתונה הזמנות, אבער אויף אלעס ביז אהין) איז כאטשיג ווייל ס'איז (ווי באקאנט אויפ'ן וועלט) געמאלן דורך הגה"ק הקדושת ציון זצ"ל הי"ד]

viewtopic.php?p=748317#p748317

סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

תגובהדורך סתם אזוי » דאנארשטאג יוני 18, 2015 2:32 pm

וואס ווייזטו דארט? אז איינער פרעגט אויך בערך אזוי, אבער וואס איז די תשובה? ווער האט דאס געמאכט/געמאלן? ווען האט מען דאס אנגעהויבן נוצן אין סאטמאר? נאך אין סיגוט ביים ייטב לב אדער שפעטער ביים ברך משה? איז דאס געווען אויף די הזמנה פון בת רבינו הק' הויואל משה?

כתב ולשון
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:01 pm

תגובהדורך כתב ולשון » פרייטאג יוני 19, 2015 10:34 am

סתם אזוי האט געשריבן:ווען האט מען דאס אנגעהויבן נוצן אין סאטמאר? נאך אין סיגוט ביים ייטב לב?

האסט אפילו אזא הוה אמינא?
אביסל פריער אין דעם אשכול איז דא די הזמנה פונעם ויואל משה מיט הרבנית אלטא פיגא, און ס'האט א אנדערע בארדער.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25457
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יוני 19, 2015 11:09 am

סתם אזוי האט געשריבן:ווייסט איינער? ווי איז נשתרבב געווארן די מנהג אין סאטמאר צו לייגן די דאזיגע 'בארדער' אויף די חתונה הזמנות? ס'קוקט אויס ווי עפעס א צוואה פון איינעם אדער וואס.
[בשלמא די באבוב'ער בארדער (גראדע נישט אויף זייער חתונה הזמנות, אבער אויף אלעס ביז אהין) איז כאטשיג ווייל ס'איז (ווי באקאנט אויפ'ן וועלט) געמאלן דורך הגה"ק הקדושת ציון זצ"ל הי"ד]

אמאל איז געווען ערגעצוואו באשריבן אז איינער פון ר' שלמום נחמן פילעפ'ס קינדער האבן געמאלן דעם "בארדער" ביי די ערשטע סאטמארער חתונה דא אין אמעריקא, ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה די עלצטע צוויי אייניקלעך פון כ"ק אדמו"ר בעל ברך משה זצ"ל אין די זאלן פון נעסאו-קאלעסעאום, און דאס איז שוין דערצזייט געבליבן א טראדיציאן אין סאטמאר.

טייטל
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » דינסטאג מאי 03, 2016 10:20 am


dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3992
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

יאברוב

תגובהדורך dovidal » מיטוואך יולי 20, 2016 9:06 pm

דזיקוב?
צוגעלייגטע
DZIK.jpg

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מיטוואך יולי 20, 2016 9:12 pm

dovidal האט געשריבן:דזיקוב?

דאס קען נישט זיין רבי אלטער'ל דזיקובער'ס א זוהן וויבאלד זיין שווער רבי ישראל מוויזניצא איז אוועק תרצ"ו און דא האמיר 3 יאר שפעטער א חתן מיט דעם נאמען.

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מיטוואך יולי 20, 2016 9:17 pm

טריסקער האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:דזיקוב?

דאס קען נישט זיין רבי אלטער'ל דזיקובער'ס א זוהן וויבאלד זיין שווער רבי ישראל מוויזניצא איז אוועק תרצ"ו און דא האמיר 3 יאר שפעטער א חתן מיט דעם נאמען.

לויט וואס איך בין משער רעדט זיך דא פון א זוהן פון רבי אלטער מפאקשאווניצא (בן רבי יחיאל מפאקשאווניצא בן ה'אמרי נועם') וואס איז געווען דער לעצטע רב פון פאקשאווניצא און שפעטער האט ער געוואוינט אין טארנא.

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מיטוואך יולי 20, 2016 9:22 pm

נאר צוצולייגן צום פריערדיגן תגובה:

אויב איז עס טאקע כהשערתי האט דער חתן מסתמא געהייסן ישראל נאך רבי ישראל בן ה'חוזה' מלובלין (חותן רבי עמנואל מפשעדבורז בזוו"ר אבי רבי אברהם משה מראספשא חותן רבי אלטער הנ"ל), און אליעזר נאך רבי אליעזר דזיקובער (אבי ה'אמרי נועם' אבי רבי יחיאל מפאקשאווניצא אבי רבי אלטער הנ"ל).

תולעת-ספרים
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2015 9:52 am

רבי ישראל אליעזר הורוויץ בן הרה"צ מפאקשווניצא

תגובהדורך תולעת-ספרים » דאנארשטאג יולי 21, 2016 10:12 am

אין די הזמנה שטייט אז רבי ישראל אליעזר הורוויץ איז גיווארען א איידים ביי הרה"צ רבי משה אליקים בריעה רובין בן הרה"צ ר' שרגא פייביש מיאברוב. רבי משה אליקים בריעה האט גיוואינט אין ראדום (פולין), און האט דארט גיפיהרט באדמו"רות (אזוי ברענגט הרה"צ מנארון שליט"א אין א בריף, גידרוקט אין קובץ נחלת צבי)
ווייסט איינער ביי וועם רבי משה אליקים בריעה הנ"ל איז גיוועהן א איידים?

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3992
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג יולי 21, 2016 6:49 pm

תולעת-ספרים האט געשריבן:אין די הזמנה שטייט אז רבי ישראל אליעזר הורוויץ איז גיווארען א איידים ביי הרה"צ רבי משה אליקים בריעה רובין בן הרה"צ ר' שרגא פייביש מיאברוב. רבי משה אליקים בריעה האט גיוואינט אין ראדום (פולין), און האט דארט גיפיהרט באדמו"רות (אזוי ברענגט הרה"צ מנארון שליט"א אין א בריף, גידרוקט אין קובץ נחלת צבי)
ווייסט איינער ביי וועם רבי משה אליקים בריעה הנ"ל איז גיוועהן א איידים?

רבי משה אליקים בריעה נשא את בת דודו רבי אלעזר אלימלך רוקח בנו של אבי אמו הה"ק רבי שמעלקא מקאזניץ זצ"ל

תולעת-ספרים
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2015 9:52 am

רבי משה אליקים בריעה רובין מראדום

תגובהדורך תולעת-ספרים » מאנטאג יולי 25, 2016 5:16 am

רבי משה אליקים בריעה נשא את בת דודו רבי אלעזר אלימלך רוקח בנו של אבי אמו הה"ק רבי שמעלקא מקאזניץ זצ"ל

ייש"כ, אבער האט איהר אפשר א מקור צו דעהם, אדער כך מקובלני ...
אגב, זעהר אינטערעסאנט אז פאר די זעלבע חתונה האט רבי משה אליקים בריעה הנ"ל אויך גידרוקט זיין הזמנה, און דארט שטייט די נאמען פון די כלה שפרה לייצא, און נישט שפרה לאצא, מסתמא איז די סיבה ווייל עהר האט גיוואינט אין רוסיש-פולין, אין זיין טאטע רבי שרגא פייביש מיאברוב אין גאליציא, אין יעדער האט געשריבען אזוי ווי מ'האט דארט גירעט.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25457
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יולי 26, 2016 12:52 pm

הרי"ח זאנענפעלד - תער"ב:
בילד

אוועטאר
שושן חוחים
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 20, 2015 12:51 am

תגובהדורך שושן חוחים » דינסטאג יולי 26, 2016 1:03 pm

מיר איז אינטערעסאנט וויאזוי אין די פריערדיגע דורות האבן גדולי הדור אונטערגעשריבן ורעיתו/וזוגתו, געווען אפילו וואס די רעביציןס האבן אויך אונטערגעשריבן זייער נאמען, משא״כ לעצטענס

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2273
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » דינסטאג יולי 26, 2016 1:05 pm

מיט די נאמען איז געווען נאר בי ליטיווישע אין נישט ביי חסידישע
אפילו מיט סתם ורעיתו איז זייער זעלטן ביי חסידישע רבי'ס
אמונה בטחון גאולה

טייטל
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » מיטוואך יולי 27, 2016 9:05 am

מערקט אן: די חתונה איז געווען פרייטאג כנהוג בימים ההם. און בבית אבי החתן, קיין האלל'ס וואס קאסט אפ טויזנטער דאללארן איז נישט געווען דעמאלץ כידוע.
ס'איז געווען "בשעה 9 אחר חצות" (קוקט אויס אז ס'איז נאך געווען דעמאלץ אזעלכע וואס אויף דריי אזייגער האבן זיי געשריבן 9, ד.מ. 9 שעות פון אנהייב טאג, וועגן דעם האט מען געדארפט ארויס ברענגען בשעה 9 אחר חצות).

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3992
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » מיטוואך יולי 27, 2016 3:45 pm

תולעת-ספרים האט געשריבן:
רבי משה אליקים בריעה נשא את בת דודו רבי אלעזר אלימלך רוקח בנו של אבי אמו הה"ק רבי שמעלקא מקאזניץ זצ"ל

ייש"כ, אבער האט איהר אפשר א מקור צו דעהם, אדער כך מקובלני ...
אגב, זעהר אינטערעסאנט אז פאר די זעלבע חתונה האט רבי משה אליקים בריעה הנ"ל אויך גידרוקט זיין הזמנה, און דארט שטייט די נאמען פון די כלה שפרה לייצא, און נישט שפרה לאצא, מסתמא איז די סיבה ווייל עהר האט גיוואינט אין רוסיש-פולין, אין זיין טאטע רבי שרגא פייביש מיאברוב אין גאליציא, אין יעדער האט געשריבען אזוי ווי מ'האט דארט גירעט.

קען מען זעהן די הזמנה פון רבי משה אליקים ?

שואל ומשיב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 1:49 pm

תגובהדורך שואל ומשיב » מיטוואך יולי 27, 2016 10:00 pm

דער חתן איז דער שפעטער באקאנטער אתרוגים סוחר ר' מענדל פרידמאן ע'ה.

תולעת-ספרים
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2015 9:52 am

תגובהדורך תולעת-ספרים » דאנארשטאג יולי 28, 2016 10:18 am

קען מען זעהן די הזמנה פון רבי משה אליקים ?


איך האב דאס גיזעהן אסך יאהרן צוריק ביי דער באקאנטען "אספן" ("קאלעקטער" בלע"ז) "הרב" צבי ביאליסטוצקי, אבער פון איהם ארויסנעמען עפעס, איז כמעט אוממעגליך, פרעג די מבינים!

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2273
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » דאנארשטאג יולי 28, 2016 10:28 am

דער ביאלוסטיצקי האט ארויסגעגבן אפאר ספרים פון זיינע גנזים, מיט די נאמען אנציקלופדיה רינה וישועה, צווישן זיי צוויי חלקים מיט הזמנות צו חתונות פון גדולי ישראל
אמונה בטחון גאולה

שואל ומשיב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 1:49 pm

תגובהדורך שואל ומשיב » דאנארשטאג יולי 28, 2016 11:06 am

יא סתם באשמיצט א מענטש! ער איז בייצופאל פון די גרינגסטע ארויסצובאקומן קאפיס. (איך רעד נישט פון זיינע אנדערע געשעפטן... נאר וואס אנבאלאנגט צו געבן קפיס פון זיינע אוצרות).

טייטל
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » דאנארשטאג יולי 28, 2016 12:03 pm

ער האט איהם נישט באשמיצט. ער האט איהם אפילו צוגעגעבן דעם טיטול "הרב" מיט קאוטעישנס....

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3992
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג יולי 28, 2016 7:58 pm

תולעת-ספרים האט געשריבן:
קען מען זעהן די הזמנה פון רבי משה אליקים ?


איך האב דאס גיזעהן אסך יאהרן צוריק ביי דער באקאנטען "אספן" ("קאלעקטער" בלע"ז) "הרב" צבי ביאליסטוצקי, אבער פון איהם ארויסנעמען עפעס, איז כמעט אוממעגליך, פרעג די מבינים!

א פלא איר האט אזא גוטן זכרון צו געדענקין די שינוים?
ם?


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט