לכבוד ממלכת התורה עוז והדר

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4175
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

לכבוד ממלכת התורה עוז והדר

תגובהדורך לוי יצחק » מוצ"ש מארטש 07, 2015 11:59 pm

ק/פ

פון טיפן הארצן וויל איך דא אוסדרוקן מיין פולסטן הכרת הטוב, פאר אייער טייערע און הערליכע ארבעט וואס איר טוט כסדר מיט די תורה וועלט.

בפרט האב איך גאר שטארק הנאה פון אייער אנהייבן איבערצוזעצן ספרי חסידות, וואס נוסף צו די שווערע ארבעט וואס איר לייגט אריין דערין, האט איר אויך אויפגעמאכט מיינע אויגן, און מיט פינטלען די ספרים האט איר געמאכט אז איך זאל ח"ו מער נישט מאכן די אמעראצישע טעותים וואס מיינע עלטערן האבן געמאכט אלע יארן, און איך אליין בין אויך נכשל געווארן דערין ליידער.

ווי למשל, אנשטאט וְכֵיוָן מיט א ציר"י פלעג איך אלס זאגן וְכִּיוְן, אדער אנטשאט מקבלין שָׂכָר פלעג איך ליידער אלס זאגן שְׂכַר, אדער אנשטאט די ווארט "עיין במדרש" וואס אפילו דער בני יששכר אליין האט זיך טועה געווען און געשריבן מיט צוויי יו"ד'ן האט איר אונז געראטעוועט און געשריבן מיט איין יו"ד. און נאך פיל אזעלכע.

איין זאך שטערט מיר נאר זייער שטארק. אזויווי איך איז דא נאך טויזענטע אנדערע וואס קענען נישט ריכטיג לערנען אן נקודות, און דערפאר טאקע האט איר דאס מנקד געווען פאר אונזערט וועגן, טא פארוואס האט איר נישט מנקד געווען אויך די הערות וואס אגב פארנעמט רוב פונעם עמוד??...

אויך וויל איך זאגן אז איך ווארט זייער שטארק אויף די נייע חידושי הרשב"א המנוקד, און חידושי רבי עקיבא איגר המנוקד, ביטע לאזט נישט ווארטן צו לאנג.

מיט שעצונג
[נאמען געהיט]
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג מארטש 08, 2015 12:09 am

ק/פ

גוט ארויסגעברענגט (א חלק פין) דעם ווייטאג!

[נאמען געהיט]
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

בוידעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4732
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » זונטאג מארטש 08, 2015 12:48 am

הש''ם ישמור- נאמען געהיט
דע שיכולים לצעוק בקול דממה דקה

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » זונטאג מארטש 08, 2015 12:52 am

אזוי אויך קומט זיך א דאנק פאר אבערוואס פארן לייגן נקודות אין זיין ניק...

--
ספרים מנוקדים
וואו איז דָוִי?

מטעמים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4149
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג מארטש 08, 2015 1:18 am

וואס איז טאקע די ריכטיגע וועג? אזוי ווי מיין טאטע און מיינע רעביס אדער עוז והדר???
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

קוטשמע מאכער
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2011 8:26 am

תגובהדורך קוטשמע מאכער » זונטאג מארטש 08, 2015 1:40 am

זייער גוט געשריבן, און אויף א הומאריסטישן וועג צושפילט און חוזק געמאכט פון די קינדערישע פינטלען געדאנק.. צום פינט"ל
א מענטש איז נאר א מענטש.. און צומאל דעס אויך נישט.

אוועטאר
אברהם העיברי
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

תגובהדורך אברהם העיברי » זונטאג מארטש 08, 2015 1:58 am

+1

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » זונטאג מארטש 08, 2015 3:07 am

א ספר יסוד, שוה לכל נפש דרוקט מען מיט נקודות. ווי גרעסער די קלייענטעל און ווי יונגער / ווייניגער מלומדים (טייל פון) די פאטענציעלע לערנער זענען, אלס מער שאנסן האט עס צו ווערן מנוקד. דאס אז חסיד'ישע ספרים זענען אזוי פאפולער אז עס דרוקט זיך שוין מיט נקודות, ברויך נישט באדערן פאר קיינעם לכאורה, חוץ ווער עס ווארט שוין צו זען דעם נשתכח בפועל ממש.

און פארשטייט זיך אז מען איז מנקד, איז מען מנקד לויט די כללי הניקוד, אפגעזען וויאזוי - און פארוואס עס איז אז - טייל ווערטער ווערן בפועל ארויס געזאגט נישט לפי הכללים.

שטעלט אייך פאר א חסידישער דרוקער זאל דרוקן דעם ווארט "וצונו" מיט א ציירי אונטערן וי"ו ווייל געוויסע רבי'ס / מקומות האבן מאיזה סיבה געזאגט ווייציוואני.

---

יעצט קען מען ווייטער העצן...
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4175
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » זונטאג מארטש 08, 2015 10:25 am

ר' מי חכם, כ'פארשטיי נישט קיין איין ווארט.

איך האב געוואלט מלמד זכות זיין, פשוט אז ס'זאל זיין א חילוק צווישן די עצם ספר מיט הגהות, דערפאר האט מען געמאכט נקודות. אבער לדבריך, איינער וואס פארשטייט א שטיקל בני יששכר, פארשטייט עס אן נקודות, און טאמער איז ער צו יונג/ווייניג מלומד צו קענען זאגן אן נקודות, וועט נקודות נישט אויסמאכן.

בכלל, אויב איז רוב עמוד הגהות, מיינט דאס אז די קונים פון דעם ספר זענען אזעלכע וואס די הגהות פאראינטרעסירט זיי, אם כן וועט די נקודות פון די עצם ספר גארנישט אויסמאכן, און אויב איז דאס פאר אזעלכע וואס נאר נקודות וועט זיי מאכן דאס לערנען (אפילו כ'פארשטיי נישט ווי אזוי דאס איז מעגליך), דעמאלס מאכט דאך די פילע הגהות זיי נערוועז. נישט אזוי?
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 11:42 pm

תגובהדורך פר בן בקר » זונטאג מארטש 08, 2015 10:46 am

ווי קומט דא ס אז משנה ברורה איז געווארען מנוקד, עוז והדר איז נישט געווען די ערשטער

ארטסקרול האט אויך יעמט ארויסגעגעבען א מקראות גדולות מנוקד.

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » זונטאג מארטש 08, 2015 11:08 am

מי חכם האט געשריבן:א ספר יסוד, שוה לכל נפש דרוקט מען מיט נקודות. ווי גרעסער די קלייענטעל און ווי יונגער / ווייניגער מלומדים (טייל פון) די פאטענציעלע לערנער זענען, אלס מער שאנסן האט עס צו ווערן מנוקד.


איך ווייס נישט ווען און ווער עס האט מחדש געווען מנקד צו זיין ספרים וואס זייער תכלית איז צו לערנען און נישט צו זאגן, קען זיין ס'האט א שייכות מיט'ן דרך הלימוד פון טייל ברסלב אז דער עיקר איז זאגן.

אבער צו זאגן אז דאס איז פאר די יונגע אדער ווייניגער מלומדים מאכט נישט קיין סענס ווייל די וואס פארשטייען די לשון הקודש און זענען משיג דעם תוכן דארפן נישט קיין ניקוד. כנלענ"ד
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
אברהם העיברי
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

תגובהדורך אברהם העיברי » זונטאג מארטש 08, 2015 11:58 am

לוי יצחק האט געשריבן:ר' מי חכם, כ'פארשטיי נישט קיין איין ווארט.

איך האב געוואלט מלמד זכות זיין, פשוט אז ס'זאל זיין א חילוק צווישן די עצם ספר מיט הגהות, דערפאר האט מען געמאכט נקודות. אבער לדבריך, איינער וואס פארשטייט א שטיקל בני יששכר, פארשטייט עס אן נקודות, און טאמער איז ער צו יונג/ווייניג מלומד צו קענען זאגן אן נקודות, וועט נקודות נישט אויסמאכן.

בכלל, אויב איז רוב עמוד הגהות, מיינט דאס אז די קונים פון דעם ספר זענען אזעלכע וואס די הגהות פאראינטרעסירט זיי, אם כן וועט די נקודות פון די עצם ספר גארנישט אויסמאכן, און אויב איז דאס פאר אזעלכע וואס נאר נקודות וועט זיי מאכן דאס לערנען (אפילו כ'פארשטיי נישט ווי אזוי דאס איז מעגליך), דעמאלס מאכט דאך די פילע הגהות זיי נערוועז. נישט אזוי?

צום פונקט.

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2597
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » זונטאג מארטש 08, 2015 4:35 pm

ק/פ (חחח... נישטא קיין גרעסערע וויץ ווי דאס!)

ענטפער פון די רעאקציע:
אחדשה"ט מכבוד שמו תפארתו, ‏ר' לוי יצחק נ"י אשר כשמו כן הוא ('לוה' ספר ו'מצחק'...).

ידועה מה שאמרו חז"ל "אין מלכות נוגעת בחברתה אפילו מלא נימא". והיות שהספרים הללו נדפסו בחיו של מהרא"ש לא היה באפשרותנו לנקוד את הערות. 

בתקוה להלבנה.
מכון "מלכות עוז והדר".
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » זונטאג מארטש 08, 2015 6:28 pm

ר' לוי יצחק,
גוט געזאגט

גם אני בחלומי, האב געהט אסאך טענות אויף זיי (און אויף די מנקדים אין חומש די רשי"ס, וכדו')
וטענתי כבר אמורה, ממש כלשונך, פארן פימפלע"ן די בני יששכר, אבער די הגהות אונטן נישט (במאמר המוסגר, אולי משום שמפחד שאם ינקדו ההערות אז נבין שלא כתוב שם כלום).

חוץ מזה, איז דאס עפענער ר"ת א עוולה שאין כמוהו (איך רעד נישט ווען ס'שטייט אאאאאאאאא"צ (וואס פלעגט שטיין אין די אלטע קיצור שו"ע) וואס דאס מיינט א'ם א'ין א'ומרים א'ל א'רך א'פיים, א'ז א'יין א'ומרים צ'דקתך, וואס ווען מ'האט געזעהן ווי ס'שטייט (בי מנחה שב"ק נאכמיטאג) האט מען געקענט פארשטיין)
יעדע ע"כ מיינט על כן (אפי' ווען ס'דארף מיינען ע'ל כ'רחך), וכו' וכו', צענדליגע טעותים שוין געווען אזוי,

זאל דער אויבערשטער שוין 'יערה זיין ממרום א רוח טהרה' ס'זאל ווערן ומלאה הארץ דעה את ה', וועט מען פארשטיין אז פימפלען איז א חסרון און נישט קיין מעלה.
כשמ"ו כן הוא

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » זונטאג מארטש 08, 2015 6:29 pm

אוי, פארגעסן צו שרייבן
ק/פ
כשמ"ו כן הוא

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » זונטאג מארטש 08, 2015 7:13 pm

לוי יצחק האט געשריבן:ר' מי חכם, כ'פארשטיי נישט קיין איין ווארט.

איך האב געוואלט מלמד זכות זיין, פשוט אז ס'זאל זיין א חילוק צווישן די עצם ספר מיט הגהות, דערפאר האט מען געמאכט נקודות. אבער לדבריך, איינער וואס פארשטייט א שטיקל בני יששכר, פארשטייט עס אן נקודות, און טאמער איז ער צו יונג/ווייניג מלומד צו קענען זאגן אן נקודות, וועט נקודות נישט אויסמאכן.

בכלל, אויב איז רוב עמוד הגהות, מיינט דאס אז די קונים פון דעם ספר זענען אזעלכע וואס די הגהות פאראינטרעסירט זיי, אם כן וועט די נקודות פון די עצם ספר גארנישט אויסמאכן, און אויב איז דאס פאר אזעלכע וואס נאר נקודות וועט זיי מאכן דאס לערנען (אפילו כ'פארשטיי נישט ווי אזוי דאס איז מעגליך), דעמאלס מאכט דאך די פילע הגהות זיי נערוועז. נישט אזוי?


["איך האב געוואלט מלמד זכות זיין" איז, ווי מאנכע האבן שוין אנגעמערקט, א סתירה מיט ק/פ].

לא נלענ"ד אז מען מאכט נקודות מען זאל קענען זען וואו עס איז דער טעקסט פונעם ספר, און וואו ס'הייבט זיך אן די הערות. אבער מעגליך אז לויטן אויסשטעל פונעם ספר מאכט עס יא סענס, איך ווייס נישט וויאזוי דער עיצוב איז.

לגוף הענין, איך האב געהאט א מלמד וואס האט פרובירט אריין צו ברענגען אין די קינדער א געשמאק און רגילות אין חסיד'ישע ספרים. פלעג מיר טאקע לערנען א שיעור אין בני יששכר יעדע וואך. ס'איז זיכער אז מיט נקודות וואלט געווען סאך גרינגער פאר א גרויס חלק קינדער מיט צו האלטן.

און די זעלבע מיט די הערות, עס איז בכלל נישט קיין סתירה, טיפיקל עוז והדר צו מאכן איין ספר וואס סערווירט יעדן'ס געברויכן. כ'מיין ס'איז פשוט פראקטישער, און זייענדיג (קרעדיט יואב בן צרויה, יעצט כאפ איך אייגנטליך אז די ווארט איז טאקע ממש די טייטש פונעם לשון קודש'ן היות <און דער ענגלישער being> אינטערעסאנט אז ס'איז נישטא קיין געהעריג באנוצטע אידיש ווארט פאר דעם) אז רוב ערוואקסענע פילן נישט דערנידערט און עס שטעכט זיי נישט די אויגן צו לערנען אין א ספר מנוקד, איז נישטא קיין שום סיבה עס נישט צו צוזאם שטעלן אינאיינעם מיט די הערות פאר די גרויסע "טאטעס".

די פאר ניטפיקערס קענען טאקע קויפן די אנדערע דרוקן, און ליתר שאת א אלטן דרוק מיט צוקראכטע אותיות צו פילן נאכמער אריגינעל.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » זונטאג מארטש 08, 2015 7:23 pm

שמו, איך בין נישט עוז והדר'ס אדוואקאט (ווי לאנג ער הייערט מיר נישט), אבער איך פריי זיך פערזענליך אז ס'איז דא אזא מהדורה פון בני יששכר מיט הערות (שלא כתוב שם כלום), אז די ר"ת זענען מפוענח, א זאך וואס איז ממש א מאסט בפרט אין אזא ספר ווי בני יששכר וואס צומאל הייבט מען נישט אן צו חלום'ען וואס די ר"ת ברויכן באדייטן, אזוי אויך באדערט מיר נישט אז די הערות זענען נישט מנוקד, אבער אויב עס גייט אייך אזוי אין לעבן דאן צו וואס פייניגט איר זיך אליין? קויפט נישט דעם דרוק והכל על מקומו יבוא בשלום. איר קענט דאך נישט אויפריכטיג ערווארטן עוז והדר זאל ארויס געבן זייערע ספרים באזירט אויף אייערע פרעפערענצן, וואס רוב ציבור וויל דאך דאס פארקערטע.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג מארטש 08, 2015 7:30 pm

מי חכם, עקסעס דענייעד! פליעס וועריפיי יור עידזש...
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

לייב ירק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 17, 2014 9:13 pm

תגובהדורך לייב ירק » זונטאג מארטש 08, 2015 8:06 pm

וואס איז די סיבה ער האט זיך געטוישט נאמען פון עוז והדר צו ממלכת התורה ?

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג מארטש 08, 2015 8:41 pm

לייב ירק האט געשריבן:וואס איז די סיבה ער האט זיך געטוישט נאמען פון עוז והדר צו ממלכת התורה ?

פי אר סטראטעגיע
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4175
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » זונטאג מארטש 08, 2015 9:24 pm

מי חכם האט געשריבן:
לוי יצחק האט געשריבן:ר' מי חכם, כ'פארשטיי נישט קיין איין ווארט.

איך האב געוואלט מלמד זכות זיין, פשוט אז ס'זאל זיין א חילוק צווישן די עצם ספר מיט הגהות, דערפאר האט מען געמאכט נקודות. אבער לדבריך, איינער וואס פארשטייט א שטיקל בני יששכר, פארשטייט עס אן נקודות, און טאמער איז ער צו יונג/ווייניג מלומד צו קענען זאגן אן נקודות, וועט נקודות נישט אויסמאכן.

בכלל, אויב איז רוב עמוד הגהות, מיינט דאס אז די קונים פון דעם ספר זענען אזעלכע וואס די הגהות פאראינטרעסירט זיי, אם כן וועט די נקודות פון די עצם ספר גארנישט אויסמאכן, און אויב איז דאס פאר אזעלכע וואס נאר נקודות וועט זיי מאכן דאס לערנען (אפילו כ'פארשטיי נישט ווי אזוי דאס איז מעגליך), דעמאלס מאכט דאך די פילע הגהות זיי נערוועז. נישט אזוי?


["איך האב געוואלט מלמד זכות זיין" איז, ווי מאנכע האבן שוין אנגעמערקט, א סתירה מיט ק/פ].

לא נלענ"ד אז מען מאכט נקודות מען זאל קענען זען וואו עס איז דער טעקסט פונעם ספר, און וואו ס'הייבט זיך אן די הערות. אבער מעגליך אז לויטן אויסשטעל פונעם ספר מאכט עס יא סענס, איך ווייס נישט וויאזוי דער עיצוב איז.

לגוף הענין, איך האב געהאט א מלמד וואס האט פרובירט אריין צו ברענגען אין די קינדער א געשמאק און רגילות אין חסיד'ישע ספרים. פלעג מיר טאקע לערנען א שיעור אין בני יששכר יעדע וואך. ס'איז זיכער אז מיט נקודות וואלט געווען סאך גרינגער פאר א גרויס חלק קינדער מיט צו האלטן.

און די זעלבע מיט די הערות, עס איז בכלל נישט קיין סתירה, טיפיקל עוז והדר צו מאכן איין ספר וואס סערווירט יעדן'ס געברויכן. כ'מיין ס'איז פשוט פראקטישער, און זייענדיג (קרעדיט יואב בן צרויה, יעצט כאפ איך אייגנטליך אז די ווארט איז טאקע ממש די טייטש פונעם לשון קודש'ן היות <און דער ענגלישער being> אינטערעסאנט אז ס'איז נישטא קיין געהעריג באנוצטע אידיש ווארט פאר דעם) אז רוב ערוואקסענע פילן נישט דערנידערט און עס שטעכט זיי נישט די אויגן צו לערנען אין א ספר מנוקד, איז נישטא קיין שום סיבה עס נישט צו צוזאם שטעלן אינאיינעם מיט די הערות פאר די גרויסע "טאטעס".

די פאר ניטפיקערס קענען טאקע קויפן די אנדערע דרוקן, און ליתר שאת א אלטן דרוק מיט צוקראכטע אותיות צו פילן נאכמער אריגינעל.

ייש"כ מי חכם.

הייסט דאס אז די נקודות זענען כדי מ'זאל עס קענען לערנען מיט חדר יונגלעך, און רוב טאטעס (-די עכטע לומדים פון בני יששכר) שטעכט עס נישט? אין די לינק וואס מיסטריעז האט פריער געלייגט קוקט נישט אויס אזוי.

לכאורה איז די אמת'ע תשובה דערויף אז אין איזראעל איז יא דא א גרויסע מארקעט אויף נקודות, און דאס פארענטפערט אלע קשיות לכאורה.

סך הכל: די נקודות וועט מען זיך מוזן אן עצה געבן דערמיט, פארפאלן. די הערות האב איך זייער ליב, רוב פון זיי. די עפענען ר"ת באדערט מיר נישט.

אבער וואס ס'שטערט מיר יא, און אפשר מי חכם וועסטעס מיר קענען פארענטפערן, איז דאס טוישן די ווארט "עיין" צו "עין".
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

קמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 12, 2011 12:31 pm

תגובהדורך קמח » זונטאג מארטש 08, 2015 10:04 pm

לוי יצחק האט געשריבן:ייש"כ מי חכם.

הייסט דאס אז די נקודות זענען כדי מ'זאל עס קענען לערנען מיט חדר יונגלעך, און רוב טאטעס (-די עכטע לומדים פון בני יששכר) שטעכט עס נישט? אין די לינק וואס מיסטריעז האט פריער געלייגט קוקט נישט אויס אזוי.

לכאורה איז די אמת'ע תשובה דערויף אז אין איזראעל איז יא דא א גרויסע מארקעט אויף נקודות, און דאס פארענטפערט אלע קשיות לכאורה.

סך הכל: די נקודות וועט מען זיך מוזן אן עצה געבן דערמיט, פארפאלן. די הערות האב איך זייער ליב, רוב פון זיי. די עפענען ר"ת באדערט מיר נישט.

אבער וואס ס'שטערט מיר יא, און אפשר מי חכם וועסטעס מיר קענען פארענטפערן, איז דאס טוישן די ווארט "עיין" צו "עין".


איז אזוי, נקודות, איז אזאך וואס רוב חסיד'ישע אידן (כלומר אלו ההוגים בתורת החסידות) פארליידן נישט!!!
דערצו ווען ס'קומט אריין מיט מאדנע ניקוד פון א אזויגערופענע "דקדוק" עפאכע, וואס מאנכע ווייסן אפי' נישט ווי אזוי דאס צו עסן (א געוויסער חומש, האט געפינטלט ביי פר' חקת, מצותו בסגן, מצותו בסֶגֶן אנשטאט בסְגַן, אזוי אויך, ביי קרח עינו הִטְעֲתּוֹׁ וואס איז מער ענדליך צו כינעזיש ווי צו לשון קודש).

אין ארץ ישראל איז דא א קאמפ קעגן 'פאר מקדושים' וואס פינטלט צענדליגע חסיד'ישע ספרים, (חוץ פון דעם מאכן זיי א שיינע ארבעט, דעריבער פארקויפט זיך דאס נאך אביסל).

די ר"ת, איז אביסל איבערגעטריבן צו עפענען יעדע פשוט'ע ר"ת (באלד וועלן מיר זיין עם- הארצ'ים, נישט קענענדיג ליינען אפי' וואס מיינט ר"ת, אדער עכ"ל).

לגבי טוישן די ווארט פון עיין אויף עין, דארט ווי דער מחבר האט געשרבין עיין, איז דאס א פארברעך, אבער למעשה, איז דא כמה וכמה ספרים (איך ארבעט יעצט אויף אפאר ספרים, שא"א לגלות מחמת גילוי וד"ל, וואס דארט שטייט שטענדיג עין מיט איין י', און דער ספר איז געדריקט געווארן אסאך פארן ערשטן וועלט קריג)

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3809
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » זונטאג מארטש 08, 2015 10:06 pm

איך ווארט נאך אויף עוז והדר געפינטעלטע גמרות. אפשר דעמאלס וועל מיר זיך זעצן לערנען..

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » זונטאג מארטש 08, 2015 10:15 pm

קמח האט געשריבן:א געוויסער חומש, האט געפינטלט ביי פר' חקת, מצותו בסגן, מצותו בסֶגֶן אנשטאט בסְגַן, אזוי אויך, ביי קרח עינו הִטְעֲתּוֹׁ וואס איז מער ענדליך צו כינעזיש ווי צו לשון קודש.


מי חכם האט שוין אויף דעם געענטפערט בטוב טעם אז מען גייט נישט דרוקן קיטשנו במצפותף ווייל מען זאגט אזוי. אויב איז מען מנקד נוצט מען כללי ניקוד
לעצט פאראכטן דורך בנימין הלוי אום זונטאג מארטש 08, 2015 10:30 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1389
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » זונטאג מארטש 08, 2015 10:18 pm

ידיד האט געשריבן:איך ווארט נאך אויף עוז והדר געפינטעלטע גמרות. אפשר דעמאלס וועל מיר זיך זעצן לערנען..


ביזדערווייל קענסטו לערנען אין די גמרות לתלמידים.
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט