סאטמאר: ארטסקרול גמרא נישט אנגענומען

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

סידיראם
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג ינואר 22, 2018 11:37 pm

איך האב געהערט פון עטליכע פשעווארסקע חסידים אז ער לערנט דאס. עס האט זיך איינמאל אפילו ארומגעדרייט א בילד ווי ער לערנט אין א ארטסקרול גמרא.

אפילו ער איז א תלמיד חכם עצום און דארף נישט צוקומען צו ארטסקרול, העלפט דאס נאך אלס צו מאכן אמאל עפעס קלאר וכדומה.
buy some good stuff here. http://amzn.to/2noFRHC

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1839
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דינסטאג ינואר 23, 2018 12:02 am

איך פלעג נוצן מתיבתא ביז כ'האב אנגעהויבן צו לערנען.....

זינט איך נעם חודש'ליכע בחינות און איך דארף מיך צויאגן קען איך מער נישט קלאצן אויף א עמוד א וואך צייט, אויב שטיי איך צו לאנג אויף א שורה מוש איך אויף דעם ארטסקרול און בדוק ומנוסה, ביז א מינוט האב איך דעם פשט. מתיבתא איז גוט אויף צו נוצן אויפן ערעפלאן ווען מען זוכט וואס צו טון 12 שעה...

עס איז א פלא אז זיי האבן געהאט דעם ארטסקרול בשעת'ן שרייבן דעם מתיבתא, זיי וואלטן געדארפט מאכן א פעסטע ארבעט נאכן זען ארטסקרול און עס מאכן נאך בעסער, אנשטאט דעם האבן זיי געמאכט א ביאור וואס חז"ל אליין וואלטן זיך געמוטשעט מיט דעם.....
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

סידיראם
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דינסטאג ינואר 23, 2018 12:07 am

ממש אזוי. מתיבתא איז אזא סארט ביאור וואס דארף האבן צען ביאורים. קוים וואס איך פארשטיי א ווארט וואס זיי שרייבן, אזעלכע לומדישע אומקלארע ציטאטן... איך דארף מיך הייבן די אויגן ברעמען... אראפציען די ברילן... מאכן אזעלכע מאדנע גרימאסן אויפ'ן פנים... כולי האי ואולי פארשטיי איך וואס מתיבתא שרייבט.

ארטסקרול גמרא קען מען ליינען אין בעט, עס איז אזוי לייכט, אז עס איז א נחת, געבענטש זאלן זיי זיין.
buy some good stuff here. http://amzn.to/2noFRHC

אוועטאר
משה כהן
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am

תגובהדורך משה כהן » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 2:39 pm

דאס וואס מען זאגט אז עס נישטא צו געפינען קיין ווארט אין עברית אין די ארטסקרול, איז בכלל נישט ריכטיג, כידוע.

מוכר ספרים
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

תגובהדורך מוכר ספרים » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 2:42 pm

די מלאכת ואימון הכתיבה איז דארט לא יאומן, אומגלויבליך!
מאכט זיך זייער שווער אז א מוכר ספרים זאל זיין א שיינע פארדינער

ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 2:45 pm

משה כהן האט געשריבן:דאס וואס מען זאגט אז עס נישטא צו געפינען קיין ווארט אין עברית אין די ארטסקרול, איז בכלל נישט ריכטיג, כידוע.

איינע האט געזאגט אז ס'איז נישט בנמצא ?
בס"ה האט עס ווייניגער ווי די קנאי'שע מתיבתא גמרא ...
אלעס ארום די מיסטעריע פון דוי

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5378
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 2:47 pm

משה כהן האט געשריבן:דאס וואס מען זאגט אז עס נישטא צו געפינען קיין ווארט אין עברית אין די ארטסקרול, איז בכלל נישט ריכטיג, כידוע.

געב א דוגמא
ווייל ס'איז דא אסאך מענטשן וואס יעדע ווארט לה"ק וואס זיי קענען נישט איז ביי זיי עברית
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
טיכטיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm

תגובהדורך טיכטיגער » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 2:48 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
משה כהן האט געשריבן:דאס וואס מען זאגט אז עס נישטא צו געפינען קיין ווארט אין עברית אין די ארטסקרול, איז בכלל נישט ריכטיג, כידוע.

איינע האט געזאגט אז ס'איז נישט בנמצא ?
בס"ה האט עס ווייניגער ווי די קנאי'שע מתיבתא גמרא ...

איך האב געהערט אז די ארטסקרול גמרא איז געווארן מוגהה דורך די וואס זענען גוט באקאנט און די חילוקים פון די צוויי שפראכן, און זיי האבן ארויסגענומען און איבערגעמאכט וויפיל ס'געווען שייך!
לעצט פאראכטן דורך טיכטיגער אום דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 2:49 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

תגובהדורך תן חיוך » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 2:49 pm

משה כהן האט געשריבן:דאס וואס מען זאגט אז עס נישטא צו געפינען קיין ווארט אין עברית אין די ארטסקרול, איז בכלל נישט ריכטיג, כידוע.


ר׳ איד ארטסקרול האט אויף פעיראלל איינער א חשובע איד פון ווילי וואס זיין דשאב איז צי פילטערן פון עברית...

אויב איז דא א ווארט וואס האט א מקור אין תנ״ך הייסט עס שוין נישט עברית ביי זיי...
דרעין דע סוואמפ!!!

אוועטאר
משה כהן
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am

תגובהדורך משה כהן » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 2:49 pm

ידוע אז איינער זיכערמאן פון קרית יואל רעדאגירט און צענזורירט עס אז עס זאל זיך נישט געפינען קיין ווארט עברית, און ער וועט באצאלט דורך ארסטקרול.

אוועטאר
משה כהן
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am

תגובהדורך משה כהן » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 2:50 pm

געדענק נישט יעצט, אי"ה קומענגיגע מאל וואס מען וועט זיך אנשטויסן וועט מען עס גלייך ארויסליפטערן דא אינעם אשכול בס"ד.

ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 2:51 pm

טיכטיגער האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
משה כהן האט געשריבן:דאס וואס מען זאגט אז עס נישטא צו געפינען קיין ווארט אין עברית אין די ארטסקרול, איז בכלל נישט ריכטיג, כידוע.

איינע האט געזאגט אז ס'איז נישט בנמצא ?
בס"ה האט עס ווייניגער ווי די קנאי'שע מתיבתא גמרא ...

איך האב געהערט אז די ארטסקרול גמרא איז געווארן מוגהה דורך די וואס זענען גוט באקאנט און די חילוקים פון די צוויי שפראכן, און זיי האבן ארויסגענומען און איבערגעמאכט וויפיל ס'געווען שייך!

מ'ווייס מיר דערפון
נאר וואזשע דען משה האט אויך געזאגט פאר פרעה כחצות .......
והוא הדין הכא אפשר וועט ער יא עפעס טרעפן ...
אלעס ארום די מיסטעריע פון דוי

אוועטאר
שמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 441
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 2:55 pm

געהערט פון א איד וואס קען זיך גוט אויס אין שפראך (און גראדע שטארק אויסגעקאכט מיט'ן רבי'ס שיטה) אז אין ויואל משה איז דא 12 ווערטער פון זענען בעצם עברית

אוועטאר
חמרא טבא
שר האלפיים
תגובות: 2913
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 4:04 pm

מוכר ספרים האט געשריבן:די מלאכת ואימון הכתיבה איז דארט לא יאומן, אומגלויבליך!

די חידוש איז אז סיז דאך נישט איין מענטש וואס שרייבט און דאך ליינט זיך יעדע מסכת כאילו דער זעלבע מענטש האטעס געשריבן
דביה תחדי נפשא

לדעתי
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 4:35 pm

היות ס'איז געשריבן געווארן אין איילעניש, בעט איך איייך איבער פאר יעדע טעות)


ס'דא וואס ווען זיי רעדן פון ארטסקרול, אפילו ער האלט דערפון, רעדן זיי מיט א ביטול. "אויב מ'קען נישט אנדעם", "איינער וואס ארבעט 18 שעה א טאג", אפילו א ת"ח אויב ער פארשטייט נישט עפעס" כהנה וכהנה.

מ'מעג אדער נישט?
-------------------
וועגן עברית.
וואס איז די היתר פון "אויב מ'קען נישט אנדעם", "איינער וואס ארבעט 18 שעה א טאג", אפילו א ת"ח נאר אויב ער פארשטייט נישט עפעס"
-------------------
וועגן עמילת התורה.
כ'וויל נאך וויסן ווען דער מין עמילת התורה איז באשאפן געווארן

ביים מעמד הר סיני?
אשר תשים לפניהם: אמר לו הקב"ה למשה, לא תעלה על דעתך לומר, אשנה להם הפרק וההלכה ב' או ג' פעמים, עד שתהא סדורה בפיהם כמשנתה, ואיני מטריח עצמי להבינם טעמי הדבר ופירושו, לכך נאמר אשר תשים לפניהם, כשלחן הערוך ומוכן לאכול לפני האדם:

ווען רבינו הק' האט אפגעשריבן תורה שבע"פ?
פארוואס האט רבינו הק' געשריבן תורה שבע"פ?

ביים חתימת התלמוד?
פארוואס האט מען געשריבן די גמ' אויף אראמיש?

בזמן הראשונים?
קוקט וואס דער רמב"ם שרייבט אין די הקדמה אויף משנה תורה להרמב"ם
וּמִפְּנֵי זֶה נִעַרְתִּי חָצְנִי אֲנִי מֹשֶׁה בֶּן מַיְימוֹן הַסְּפָרדִּי וכו'כְּלָלוֹ שֶׁל דָּבָר כְּדֵי "שֶׁלֹּא יְהֵא אָדָם צָרִיךְ לְחִבּוּר אַחֵר בָּעוֹלָם" בְּדִין מִדִּינֵי יִשְׂרָאֵל אֶלָּא יְהֵא חִבּוּר זֶה מְקַבֵּץ לַתּוֹרָה שֶׁבְּעַל פֶּה כֻּלָּה עִם הַתַּקָּנוֹת וְהַמִּנְהָגוֹת וכו'. לְפִיכָךְ קָרָאתִי שֵׁם חִבּוּר זֶה מִשְׁנֵה תּוֹרָה. לְפִי שֶׁאָדָם קוֹרֵא בַּתּוֹרָה שֶׁבִּכְתָב תְּחִלָּה וְאַחַר כָּךְ קוֹרֵא בָּזֶה וְיוֹדֵעַ מִמֶּנּוּ תּוֹרָה שֶׁבְּעַל פֶּה כֻּלָּהּ "וְאֵינוֹ צָרִיךְ לִקְרוֹת סֵפֶר אַחֵר בֵּינֵיהֶם".

וואס מיינט עמילת התורה?!

עמילת התורה מיינט ללמוד ע"מ לקיים!
רש"י: אם בחקתי תלכו: יכול זה קיום המצות, כשהוא אומר ואת מצותי תשמרו הרי קיום המצות אמור, הא מה אני מקיים אם בחקותי, תלכו "שתהיו עמלים בתורה": ואת מצותי תשמרו: "הוו עמלים בתורה על מנת לשמור ולקיים", כמו שנאמר (דברים ה, א.) ולמדתם אותם ושמרתם לעשותם:

עמילת התורה מיינט חזרה!
אוה"ח הק': אם בחקתי תלכו וגו'. בתורת כהנים אמרו ז''ל יכול אלו המצות כשהוא אומר ואת מצותי וגו' הרי המצות אמורות מה אני מקיים אם בחקתי להיות עמלים בתורה ע''כ, וטעם שקרא הכתוב עמל התורה חוקה, "לצד שיש בה מצוה אפילו ללמוד דברים שלמדם פעמים וג' והם נטועים אצלו", כי חפץ ה' בעסק התורה חוקה חקק ותמצא שאמרו ז''ל (קהלת רבה פ''ג) כי לטעם שילמוד האדם תורה בחשק תמיד גזרה חכמתו יתברך שיהיה האדם לומד ושוכח, וטעם אומרו חקתי לשון רבים, ירמוז לב' תורות תורה שבכתב ותורה שבעל פה, ומסורת התיבה לשון יחיד שאין וא''ו בין קו''ף לתי''ו, לומר כי תורה שבעל פה היא כלולה בתורה שבכתב ושם בנינה. עוד רמז באומרו חקתי לשון רבים על דרך אומרו (יהושע א' ח') והגית בו יומם ולילה, שצריך לקבוע עתים בתורה ביום ובלילה, והמסורת לשון יחיד כי ב' העתים הם ביום אחד:

עמילת התורה מיינט ללמוד לאחרים!
המשך אוה"ח הק': עוד ירצה כי צריך האדם בקיום מצות התורה ב' דברים, הא' ללמוד לעצמו, והב' ללמד לאחרים דכתיב (דברים י''א) ולמדתם אותם את בניכם ושננתם וגו', לזה אמר חקתי לשון רבים ללמוד וללמד, לשמור ולעשות כאומרו ואת מצותי תשמרו ועשיתם אותם:

אוודאי איינער וואס האט נישט קיין טייטש גמ' זאל לערנען אין א פשוטע גמ', און ער וועט זיכער באקומען שכר פארן זיך פלאגן, אבער איינער וואס האט א געהעריגע טייטש גמ' און ער פלאגט זיך סתם, מן ימר אז דאס איז די רצון ה',
איינער וואס האט נישט אויסגעהערט די פארלענען פון משה רבינו ווייל ער האט זיך געוואלט אליינס פלאגן, וועט איר זאגן אז ער טוהט ריכטיג?

-------------------
מ'געדענקט נישט.
גערעכט אז אויב מ'מיטשעט זיך אליינס געדענקט מען בעסער. דאס איז נאר ביים ערשטן מאל לערנען.
אבער אויב מ'זאל נעמען די צייט וואס מ'מיטשעט זיך, און אין די צייט איבער'חזר'ן וואס מ'האט געלערנט אין א טייטש גמרא, געדענקט מען "פינקט אזוי".
-------------------
למעשה:
לכתחלה זאל מען לערנען מיט א טייטש גמרא, אויב איינער קען נישט מחמת איזה סיבה שהוא דארף פרעגן א שאלה.

אוועטאר
שמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 441
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 4:44 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
מוכר ספרים האט געשריבן:די מלאכת ואימון הכתיבה איז דארט לא יאומן, אומגלויבליך!

די חידוש איז אז סיז דאך נישט איין מענטש וואס שרייבט און דאך ליינט זיך יעדע מסכת כאילו דער זעלבע מענטש האטעס געשריבן

איינער ארבעט אלעס איבער כדי ס'זאל זיין מיט איין סגנון

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 4:44 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
מוכר ספרים האט געשריבן:די מלאכת ואימון הכתיבה איז דארט לא יאומן, אומגלויבליך!

די חידוש איז אז סיז דאך נישט איין מענטש וואס שרייבט און דאך ליינט זיך יעדע מסכת כאילו דער זעלבע מענטש האטעס געשריבן

ווייל מסתמא גייט עס נאכדעם צוריק דורך דער ערשטער האנט וואס האט עס געשריבען, וואס דאס איז מסתמא נאר איינער.

לויט ווי איך פארשטיי, הייבט זיך עס אן ביים תלמוד חכם עצום וואס נעמט אלעס וואס ער ווייסט (און ער ווייסט טאקע א סאך) און שרייבט אפ דער עמוד.

נאכדעם גייט עס א דורך א סאך הענט צו משפץ זיין די לשון, און עס זאל שטימען די דקדוק, וכו וכו'. אבער היות די אלע קענען טאקע זיין גרויסע מומחים אין זייער פעלד און אויך גרויסע תלמודי חכמים, וועלען זיי נישט אלע מאל יורד זיין לסוף דעתו פונעם תלמוד חכם עצום וואס האט עס צוערשט געשריבען. איז דערפאר מוז ער עס "נאכאמאל" איבערגיין, און פארשטייט זיך לאזט אלע שיפוצים; אבער דארט ווי ער זעהט אז א הוספה איז גאר א גורע; איז זיין דזאב עס צוריק פארעכטען און צוריק לייגען דאס ארגינעלע ווארט.

אין איין פלאץ האביך אין אכט גענומען אז כמעט אלע, דאס הייסט ארטסקראל, מתיבתא, וכו' זענען פארפארען פון רשי'ס פשט. (אפשר וועלען מיר אמאל שרייבען פינקטליך ווי).

רש"י ניצט דארט א ספעציעל ווארט (וואס א שרייבער וואלט געשריבען א ביסעל אנדערש) און צו מיר איז קלאר אז רש"י האט דא געוואלט באווארענען א משנה ערגעץ אנדערש וואס דער נארמאלע ווארט וואס איינער וואלט געניצט איז א שטיקעל סתירה צו דארט.

דער ערשטע שרייבער האט עס זיכער באמערקט און אפילו אויב ער איז נישט דערגאנגען דער טעם פארוואס רש"י ניצט עפעס דאס ווארט, האט ער זיכער (בשב ואל תעשה) געלאזט דער לשון פון רש"י.

יעצט אבער איז עס אריבער צו א סאך הענט, און איינער (פעלט נישט מער ווי איינער) האט געוואלט משפץ זיין, און געטוישט צו א ווארט וואס זעהט אויס מער ריכטיגער. און אפילו אויב ער האט אריין געקוקט אין רש"י האט אים נישט געמוזט איין פאלען אז זיין טויש איז עפעס אזא שטארקע טויש, ווייל עס איז כמעט די זעלבע ווארט און טוישט נישט די משמעות.

יעצט קומט עס צוריק צום ערשטע שרייבער. ער האט עס דענאמלט דאס ערשטע מאל איבער געלערענט בעיון רב און אלע ראשונים ואחרונים איז געווען פאר אים אפען און פריש אין זיין קאפ, און האט טאקע געהאט געשריבען די ריכטיגע ווארט און לשון פון רש"י. אבער יעצט דאס צווייטע מאל וואס ער גייט עס איבער (קען אמאל זיין א חודש שפעטער) ליינט זיך אים ריכטיג די שיפוץ וואס מען האט געמאכט.

כ'שרייב עס ווייל עס ליגט מיר שוין לאנג אין די ביינער דאס ארויס צו ברענגען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
משה כהן
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am

תגובהדורך משה כהן » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 5:15 pm

אדרבה, גאר אפט ניצן זיי די זעלבע ווערטער וואס רש"י זעלבסט האט געשריבן בתוספת נופך. נאר אסאך מאל לייגן זיי צו פון אנדערע וכדומה.

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 5:37 pm

און אסאך מאל איז זייער צולייגן נאך ווערטער צו רש"י בבחינת כל המוסיף גורע. שוין געהאט עטליכע מאל אז איך האב נישט גלייך פארשטאנען, און ווען כ'האב געלערנט די רש"י האב איך עס תופס געווען.
קאקאש קעיק איז פיין, ביז מ'שלונגט דאס אראפ.

להודות
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

תגובהדורך להודות » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 6:19 pm

SPUSMN האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
מוכר ספרים האט געשריבן:די מלאכת ואימון הכתיבה איז דארט לא יאומן, אומגלויבליך!

די חידוש איז אז סיז דאך נישט איין מענטש וואס שרייבט און דאך ליינט זיך יעדע מסכת כאילו דער זעלבע מענטש האטעס געשריבן


אין איין פלאץ האביך אין אכט גענומען אז כמעט אלע, דאס הייסט ארטסקראל, מתיבתא, וכו' זענען פארפארען פון רשי'ס פשט. (אפשר וועלען מיר אמאל שרייבען פינקטליך ווי).



וואס איז די גרויסע סוד? שרייב יעצט! אל תמנע טוב!

אוועטאר
אדער יא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 8:32 pm

לדעתי האט געשריבן:עמילת התורה מיינט חזרה![/b]

דאכט זיך אז אפי' די אוהח"ק וועט מודה זיין אז ס' שטעקט א חיוב עמילות התורה אפי' פאר חזרה, נאר ער טייטשט אם בחוקתי אז דא מיינט די תורה די חלק עמילות.
כאב אמאל געהערט א דרשה פון הגה"צ ר' אליעזר חיים לרפו"ש האט ער צוטיילט עמילות התורה און יגיעות התורה, עמל איז אין דברים חיצונים בנוגע הלימוד (למשל ס'איז קאלט, הונגעריג), יגיעה איז די עצם זיך מעמיק זיין בהבנת הסוגיא כראוי
יא! און יא!
אויף אלסדונג און אלעמעל אין אומעטים איז דא א וועג ארויס
~ אייבירשטנס הילף ~ רבי'נס כח ~ אייגענעם רצון ~

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג פאברואר 02, 2018 11:29 am

להודות האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
מוכר ספרים האט געשריבן:די מלאכת ואימון הכתיבה איז דארט לא יאומן, אומגלויבליך!

די חידוש איז אז סיז דאך נישט איין מענטש וואס שרייבט און דאך ליינט זיך יעדע מסכת כאילו דער זעלבע מענטש האטעס געשריבן


אין איין פלאץ האביך אין אכט גענומען אז כמעט אלע, דאס הייסט ארטסקראל, מתיבתא, וכו' זענען פארפארען פון רשי'ס פשט. (אפשר וועלען מיר אמאל שרייבען פינקטליך ווי).



וואס איז די גרויסע סוד? שרייב יעצט! אל תמנע טוב!

אי"ה; דער פלאן איז א גאנצע אשכול איבער יענער נושא; אבער קען נאך נישט צושטאנד קומען צוליב סיבות.

גלייב מיר אז יותר ממה שהעגל רוצה לינוק הפרה רוצה להניק; אבער אלעס אין דער ריכטיגע צייט; און זיי מיר מוחל וואס איך קען נישט מפרש זיין.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » פרייטאג פאברואר 02, 2018 3:55 pm

שמן האט געשריבן:געהערט פון א איד וואס קען זיך גוט אויס אין שפראך (און גראדע שטארק אויסגעקאכט מיט'ן רבי'ס שיטה) אז אין ויואל משה איז דא 12 ווערטער פון זענען בעצם עברית


עליו להביא ראיה !

ידעתי
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » פרייטאג פאברואר 02, 2018 4:02 pm

שמן האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
מוכר ספרים האט געשריבן:די מלאכת ואימון הכתיבה איז דארט לא יאומן, אומגלויבליך!

די חידוש איז אז סיז דאך נישט איין מענטש וואס שרייבט און דאך ליינט זיך יעדע מסכת כאילו דער זעלבע מענטש האטעס געשריבן

איינער ארבעט אלעס איבער כדי ס'זאל זיין מיט איין סגנון


געליינט האב איך אז דער עיקר קרעדיט פארדעם קומט זיך פאר הגאון רבי יצחק גאלדשטיין זצ״ל. זיין נאמען איז איינע פן די ראשי העורכים
איך האב אים נישט געקענט, אבער וויפיל איך האב געליינט נאך זיין פטירה איז ער געווען א גאון אדיר בכל מכמני התורה, און זיין לבוש און התנהגות איז געווען מיט א זעלטענע פשטות. קען זיין ער איז געווען באשריבן דא אויף אייוועלט.
יהא זכרו ברוך.

אגב, נאך א געוואלדיגע מעלה וואס ארטסקרולל האט, איז אז ווען די גמרא ברענגט סיי וועלכע ענין/קשיא/ראיה בעניני טומאה וטהרה, ברענגען זיי אונטן א הערליכע קורץ און שארפע ביאור וואס העלפט ארויס א געוואלד צו פארשטיין. פונקט היינט באגעגנט נאך איינס אין ב״ק פרק כיצד הרגל.

אוועטאר
אדער יא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מאנטאג פאברואר 05, 2018 10:29 pm

יוא גיסט ער פעך און שוועבל
אין די נייע גינת ורדים שבט תשע"ח
הרה"צ ר' יואליש ז"ל
יא! און יא!
אויף אלסדונג און אלעמעל אין אומעטים איז דא א וועג ארויס
~ אייבירשטנס הילף ~ רבי'נס כח ~ אייגענעם רצון ~


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט