פראגעס און קאמענטארען איבערן אוצר הספרים

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6632
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 4:51 pm

יום ה' לסדר ויצא תשס"ט לפ"ק

מיר האבען אריינגעשטעלט א נייער שאנק אונעם אוצר וויא מיר וועלען ציביסלעך אריין לייגען די אלע ספרי רבותינו הקדושים זי"ע ממשפחת התמרים אנפאנגענדיג פונעם ישמח משה און ווייטער

היינט האמער אריין געלייגט די שו"ת אבני צדק פונעם ייטב לב, שו"ת דברי יואל, און די ספרי דברי יואל על התורה
the SCY is the limit

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24522
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 5:03 pm

א געוואלדיגע אויפטוה, ר' שמחה כה לחי!

עס איז זיכער אז חסידי ואוהדי בית סיגוט-סאטמאר וועלכע ציילען זיך דא ב"ה אין די צענדליגע, וועלן הנאה האבן פון דעם נאבעלן אקט.

ומכאן הקריאה יוצאת, אויב האט סיי ווער א פארשלאג אדער פארלאנג פון סיי וועכלע ספר אויף סיי וועלכע מקצוע, ( ווילאנג עס איז אין איינקלאנג מיט די תקנות) ובוודאי שלא נמנע טוב מבעליו.

אוועטאר
ארפכשד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 28, 2008 11:51 am

תגובהדורך ארפכשד » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 5:15 pm

איך זיך שוין גאר א לאנגע צייט א אלט ספר מיטן נאמען "קרבן אהרן, דער מחבר האט געהייסן ר' אהרן מועטי ז"ל, דער חיד"א ברענגט אים עטליכע מאל.
א איד פון דערהיים, מלא חן...

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 6:46 pm

אז איר האט שוין געעפנט אן אשכול ספעציעל פאר די ספרי עצי התמרים, וועל איך צוצייכנען א לינק פונעם נוטרינא וועב-זייטל, וואו האבן זיי לעצטענס ארויף געלייגט דעם 'ויואל משה' און 'על הגאולה'

http://www.jewsagainstzionism.com/news/ ... cfm?id=154

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6632
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 8:10 pm

ישר כוח זארעך, איך האב עס שוין.

א ישר כוח קומט אויך פאר 3X0 און פאר ביקסאד וואס זיי האבען מיר אהנגעטראגען און אישית צי געבען א לינק צי די צוויי ספרים
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6632
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 8:18 pm

ארפכשד האט געשריבן:איך זיך שוין גאר א לאנגע צייט א אלט ספר מיטן נאמען "קרבן אהרן, דער מחבר האט געהייסן ר' אהרן מועטי ז"ל, דער חיד"א ברענגט אים עטליכע מאל.

הרב ארפכשד
איר מינט נישט דער קרבן אהרן אויפען ספרא?
the SCY is the limit

אוועטאר
ארפכשד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 28, 2008 11:51 am

תגובהדורך ארפכשד » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 8:22 pm

דער מחבר פון קרבן אהרן אויף ספרא האט נישט געהייסן מועטי!
א איד פון דערהיים, מלא חן...

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6632
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 10:00 pm

מיללער האט געשריבן:א געוואלדיגע אויפטוה, ר' שמחה כה לחי!

עס איז זיכער אז חסידי ואוהדי בית סיגוט-סאטמאר וועלכע ציילען זיך דא ב"ה אין די צענדליגע, וועלן הנאה האבן פון דעם נאבעלן אקט.

קרעדיט דארף געגעבען ווערען פאר הרב פארשלאפען שליט"א וועמענס המצאה עס איז געווען צי עפענען דער ספרי עצי תמרים אשכול
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6632
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 11:18 pm

אור לעש"ק פרשת ויצא תשס"ט לפ"ק

מוסיף געווען אונעם 'עצי תמרים' שאנק די תשובות השיב משה פונעם הייליגען ישמח משה זי"ע
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6632
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דינסטאג דעצמבער 09, 2008 12:19 pm

יום ג' לסדר ושמתי את זרעך כחול הים תשס"ט לפ"ק

היינט מוסיף געווען אונעם 'עצי תמרים' שאנק תשובות עצי חיים און עצי חיים על מקואות
the SCY is the limit

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24522
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 12:13 pm

אריבערגעפירט פון אן אשכול 'שמונה פרקים להרמב"ם'.

לאקשען ברעט האט געשריבן:בס"ד

ווייסט איינער ווי מען קען דאונלאודען די שמונה פרקים אויף פי די עף

שכוח ר' נח



זארעכפעפער האט געשריבן:קודם האסטו א פשוטע עצה:

גיי אריין דא (קרעדיט: אוצר הספרים דעקרעטשמעתיינו), וואו עס געפינט זיך דער ווילנער דרוק פונעם ש"ס בבלי. אין סוף מסכת עבודה זרה איז דא דארט דער שמונה פרקים אויף א פי די עף, און טוה אים דאונלאודן. א חוץ מזה האב איך שוין געזען ערגעץ דעם 'שמונה פרקים' זעלבסט אויך, ואחפש אותו בלי נדר.

(דער אשכול קומט אינעם קאמענטארן אשכול).


ר' זארעך איז גערעכט, און בעטן יעדנס פארשטענדעניש בנוגע עפענען אשכולות, שוקל צו זיין צו עס איז טאקע ווערט א באזונדערע אשכול.

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 12:36 pm

שכוח זארעך

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18415
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 2:43 pm

יום ב' לסדר וישב תשס''ט לפ''ק

מוסיף אין די תנ''ך ומפרשיו שאנק

ספר ''הואיל משה''
דער ספר באשטייט פון צוויי פירושים ''באר התורה'' עה''ת און ''באר היטב'' עפירש''י.''
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6632
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2008 12:30 am

אור ליום ה' וישב תשס"ט לפ"ק

מוסיף געוען אונעם 'עצי התמרים' שאנק

הגדה של פסח עם פירוש ייטב פנים
ספר ויואל משה
ספר על הגאולה ועל התמורה
the SCY is the limit

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3681
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2008 1:21 pm

איך קען ענק - אנטשולדיגט: אייך - נישט גענוג באדאנקן. איך יאג מיך יעצט, אבער איך בין שוין היינט אליין אפגעזיצן אפאר שעה נאר א דאנק דעם הערליכן אוצר. יש"כ

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18415
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג ינואר 11, 2009 12:08 pm

יום א' לסדר שמות תשס"ט לפ"ק

אריינגעשטעלט אין דקדוק שאנק דעם ספר:

דרכי הניקוד והנגינות

פון ר' משה הנקדן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » דינסטאג ינואר 20, 2009 2:33 pm

יום ג' לסדר וארא תשס"ט לפ"ק

אריינגעשטעלט אין די קורות הדורות שאנק

זכרון בספר

ארויסגעגעבן דורך מוסד עזרת תורה אין אמעריקא בשנת תרפ"ב, דער בוך אנטהאלט בריוון פון רבנים אין ראשי ישיבות אין אייראפע וואס זענען מצייר דעם מצב אין די מדינות אין די יארן נאך די ערשטע וועלט קריג פון תרע"ה ביז תרפ"ב.

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » דינסטאג ינואר 20, 2009 5:24 pm

יום ג' לסדר וארא תשס"ט לפ"ק

אריינגעשטעלט אין תנ"ך ומפרשיו שאנק

ספר נחלת יעקב עפירש"י עה"ת

און אין איינוועגס שוין פאראכטן עטליכע צובראכענע לינקס.

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » מיטוואך ינואר 21, 2009 5:28 pm

יום ד' לסדר וארא תשס"ט לפ"ק

דבר בעתו מה טוב
היינט אריינגעשטעלט דעם נפלא'דיגן ספר

מעשי ה'
חלק א' - בראשית
חלק ב' - שמות ויקרא במדבר דברים - פירוש הגדה


פונעם חכם [מיט צוויי פתח'ן] ר' אליעזר ב"ר אליהו אשכנזי ממצרים קפריסין ווינעציע ואח"כ בפוילין ומנח"כ בקראקא

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18415
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג ינואר 25, 2009 11:20 am

זענט איר אין די גוסטע פון לייענען אלטע ירושלים'ע אידישע ליכט?
היברו בוקס האט ארויפגעשטעלט צענדליגע יארן פון די אלטע בא'חנ'טע אידישע ליכט, גייט אריין אין http://www.hebrewbooks.com און סויטשט פאר אידישע ליכט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » מאנטאג פאברואר 02, 2009 5:27 pm

היינט צוגעשעטעלט דעם ספר 'מאיר נתיב' אינעם דקדוק-אשכול, דער ספר איז א לשה"ק-דייטש ווערטער-בוך, מיט שרשים באזירט אויף פסוקי תנ"ך.

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » זונטאג פאברואר 08, 2009 1:45 pm

יום א' לסדר קבלת התורה,
היינט צוגעשטעלט אינעם 'אוסטרונומיה' שאנק, דעם ספר 'מנחת כהן' לר' אברהם הכהן פימינטל מאמסטרדאם, דער מאמר 'מבוא השמש' איז דן באריכות בעניני בין השמשות והמסתעף.

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » מיטוואך פאברואר 11, 2009 5:33 pm

יום ד' לסדר יתרו תשס"ט לפ"ק

הייינט צוגעשטעלט אינעם דקדוק שאנק,
דעם ספה"ק מעט הכמות ורב האיכות עץ חיים
לר' חיים מפרידבורג ז"ל אחי המהר"ל בעמח"ס: החיים, אגרת הטיול, באמ"ח עפירש"י ועוד.

אגב, מיר זוכן שוין דעם ספר באמ"ח עפירש"י אנליין פאר א וויילע, ווער עס ווייסט וואו מען קאן עס אפגעפונען זאל אונז ביטע דא מעלדן.

פאלגענד איז דעם מחבר'ס ווערטער צום סיום הספר, עס איז נישט אזוי פארשטענדליך וואס ער מיינט מיט די לעצטע שורות, אפשר קאן דא איינער פון די חבריא עס פותר זיין, מיר וועלן אים אודאי דאנקבאר זיין.
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (27.29 KiB) געזעהן 1980 מאל

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » מאנטאג פאברואר 16, 2009 8:10 pm

אור ליום ג' לסדר אשר תשים לפניהם תשס"ט לפ"ק

אונעם 'תנ"ך, מדרשים ומפרשיהם' שאנק האט מען געשטעלט א באזינדערען שאפע וואס איז געווידמעט פאר ספרים אויף מגילת אסתר

היינט האט מען געשטעלט דארט מדרש רבה - מגילת אסתר, דער פירוש תורה תמימה, און דער פירוש ישועה גדולה פונעם רבי ר' יהונתן ז"ל.
מען וועט כסדר מוסיף זיין ספרים, און דא מודיע זיין

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » מיטוואך פאברואר 18, 2009 5:56 pm

יום ד' לסדר אשר תשים לפניהם תשס"ט לפ"ק

היינט מוסיף געווען אונעם תנ"ך שאנק און דעם מגילת אסתר סעקשען דער פירוש הגר"א אויף די מגילה


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט