ספרים העומדים לצאת לאור עולם

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2547
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

ספרים העומדים לצאת לאור עולם

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג אפריל 23, 2012 11:59 am

דעם אשכול ווערט געעפענט בשעה טובה מודיע צו זיין פארן עולם איבער ספרים וואס וועט בקרוב ערשיינען, דער מעלה פון אזא אשכול איז א היות ס'קומט אן דער ידיעה אזא ספר פלוני בענין פלוני קומט ארויס איז יתכן צו צהעלפען דעם מחבר, ספעציעל איז דאס נוצבאר פאר ספרי תולדות צדיקים, אז אויב האט איינער האט א א עובדא אגרת אדער אפילו א קלייניגקייט וואס קען צו העלפען צום מחבר.

אדער סתם פאר די נייגער פאר די מענטשהייט צו וויסען וואס גייט רייכער מאכען מיין ספרים שאנק.

ובזה החלי:

א) מושיעין של ישראל - כרך י' מתולדות הרה"ק מסאטמאר, לכאורה אויף דער קומענדיגע יארצייט.

ב) תולדות 'בעלזא בבארא פרק' בפרט די ערשטע תקופה פון דער זעכצען'ער שטיבל (כיום על 15 עוו.), איבער אירע מייסדים ומתפללים וכו'.

ג) תולדות אדמור"י בית טאהש - ע"י הכותב הידוע רבי הערשל (ב"ר בערל) שווארץ

ד) שו"ת משנת יעקב - בדפוס חדש ותוספות מרובה על העיקר, מהגאון רבי יעקב לעבאוויטש אבד"ק קאפיש, ווי אויך א באזונדער כרך 'תולדות'.

ה) רבינו הקדוש מהארנסטייפל - תולדות מרבי מאטיל מהראנסטייפל, ע"י ר' צבי בריננער

ו) תולדות רבי אהרן מקאזניץ

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מאנטאג אפריל 23, 2012 12:07 pm

ראיתי ספר ומשה היה רועה חלק ? בעריכת הדפוס. האם כבר יצא לאור ??
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2547
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג אפריל 23, 2012 12:27 pm

בוידעם האט געשריבן:ראיתי ספר ומשה היה רועה חלק ? בעריכת הדפוס. האם כבר יצא לאור ??


קוק דא
viewtopic.php?f=54&t=6778

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » מאנטאג אפריל 23, 2012 2:21 pm

זייער א גוטע בייפאל ייש"כ ישלהוסיף עס וועט מיר אסאך צוניץ קומען בעזרת השם
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4727
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג אפריל 23, 2012 2:43 pm

ישלהוסיף האט געשריבן: ה) רבינו הקדוש מהארנסטייפל - תולדות מרבי מאטיל מהראנסטייפל, ע"י ר' צבי בריננער


לידיעתי ארבעטן די מכון משכנות יעקב איבער אזא בוך איך האף אז די חברה האבן זיך צוזאמען גערעדט
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוי טאטי
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 01, 2012 4:36 pm
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

תגובהדורך אוי טאטי » מאנטאג אפריל 23, 2012 2:47 pm

דאכציך מיר אז עס גייט קומען א צווייטע חלק פונעם ספר איש חמודות אויף הרה׳ג ר׳ מיכאל בער ווייסמאנדל זצ׳ל נישט זיכער
טאטע איך דאנק דיך טאטע איך לויב דיך ווייל כ׳בין א איד

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2547
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג אפריל 23, 2012 3:09 pm

בן בוזי האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן: ה) רבינו הקדוש מהארנסטייפל - תולדות מרבי מאטיל מהראנסטייפל, ע"י ר' צבי בריננער


לידיעתי ארבעטן די מכון משכנות יעקב איבער אזא בוך איך האף אז די חברה האבן זיך צוזאמען גערעדט


מ'האט שוין אמאהל געהאט אנגערירט דעם נושא, אבער כ'וועל משלים זיין דיינע ווערטער.

ספרי רבי ייבא
שארית לפנחס
בת עין
ילקוט מאורי אור
ועוד

די אויבערדערמאנטע ספרים זענען געדריקט געווארען אדער געדארפט געדריקט ווערען דורך אנדערע נאר מכון משכנות יעקב איז זיי פארפארען דער וועג, געלייגט גרויסע פרעשור, זיי אין נאר זיי האבען משום איזה סיבה וטעם הכמוס אתם די רעכטן צו דריקען די אויבערדערמאנטע ספרים.

דער ר' צבי בריננער גיט זיך שטארק אפ מיט דריקען ספרים הקשורים לבית צאנז, ער האט שוין געדריקט:
א) תהלת חיים - על ספר תהלים ליקוט מספרי דברי חיים ויוצ"ח, תשנג
ב) תהלת חיים - ליקוט מתורתו והליכותיו בעל דברי חיים ויוצ"ח המופזרים בספרים וכת"י,
ג) תהלת חיים - אוסף מכתבים ואגרות ותשובות מבעל דברי חיים ויוצ"ח, אדר א' תשנ"ה
ד) מעיין החיים - ענינים סיפורים מנהגים הנהגות פסקים הקשורים בין מרן החת"ס לבעל דברי חיים מצאנז
ה) אורות חיים - ליקוט על חנוכה מתורתו של בעל דברי חיים ויוצ"ח, תשנ"ו
ו) דברי חיים על הלכות מקואות, מיטן הערליכען וואונדערבארע "ילקוט הערות", תשס"ו
ז) רבינו הקדוש מטשחויב - תולדות הה"ק רבי יצחק ישעי' הלברשטאם הי"ד, נלקט מפי סופרים וספרים, ונערכו ונסדר לראשונה
ח) רבינו הקדוש מראצפערט - תולדות הה"ק רבי שלום אליעזר הלברשטאם מראצפערט הי"ד, תשס"ז

דער רשימה איז ספרים וואס רבי צבי בריננער מנהל מכון זכרון משה, בני ברק האט ארויסגעגעבען, כולם קשורים לבית צאנז (הו"ל גם ספר בנין אריאל ב' כרכים, ועוד), יעצט וויל ער אויך ארויס קומען מיט דעם ספר "רבינו הקדוש מהארנסטייפל", ער ארבעט שוין דערויף זיבען אכט יאר, אבער מכון משכנות יעקב האלט אז בלויז זיי האבען רעכט וויבאלד דער הארנסטייפל באלאנגט צו זיי אלס טשערנוביל אד"ג. הגם רוב הארנסטייפל אייניקלעך זענען איהם מיחס מער צו צאנז. ססיי ווייל ער איז דארט געוועהן א איידעם, און סיי ווייל ער איז געוועהן דער שווער פון רבי שלום אליעזר מראצפערט.

מכון משכנות יעקב וויל אדער האבען געוואלט מאכען מיט איהם א געשעפט, אז לכל הפחות אחר כל הדברים האלה, זאל שטיין אז 'מכון משכנות יעקב' האט דאס ארויס געגעבען אין אז דער רבי האט געגעבען 'ברכת קדשו'. לפענ"ד איז גלייכער ווען דער בריננער גיט דאס ארויס, ווייל אזוי בלייבט דער ספר נוטראל, וד"ל.

בלייבט אונז נאר צו ווארטען וואס וועט זיך דא אויס קאכען.

מעלות-חברינו
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 12, 2011 12:05 pm

תגובהדורך מעלות-חברינו » מאנטאג אפריל 23, 2012 4:22 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:ו) תולדות רבי אהרן מקאזניץ



דאס דארף צו זיין זייער אינטערעסאנט, אבער נאר אויב מ'וועט אים באשרייבן אריגינעל, ווי ער איז טאקע געווען.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג אפריל 23, 2012 4:57 pm

בן בוזי האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן: ה) רבינו הקדוש מהארנסטייפל - תולדות מרבי מאטיל מהראנסטייפל, ע"י ר' צבי בריננער


לידיעתי ארבעטן די מכון משכנות יעקב איבער אזא בוך איך האף אז די חברה האבן זיך צוזאמען גערעדט

דער אשכול קאן זיין א גרויס תועלת פאר מו״ל למיניהם... עס האט שוין פילמאל פאסירט אז צוויי פירמעס האבן איבערגעארבעט דעם זעלבן ספר אין די זעלבע תקופה, צוליב דעם וואס איינער האט נישט געוואוסט פון צווייטן.

שכוח יש-להוסיף
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4727
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג אפריל 23, 2012 5:39 pm

פון דיין תגובה זעהט זיך אויס אז דו האסט קנאפע ידיעות אין פאליטיק... מכון משכנות יעקב האט מיט ספרי רב ייבי און בת עין קיינע שייכות געהאט, דאס זענען ארויסגעגעבן געווארן אין אפסעט פארמאט פונעם שוין ניי איבערגעדרוקטע אויפלאגע אהן נעמען קרעדיט דערפאר דורך מפעל מעיינות החסידות.

ילקוט מאורי אור, איז געווען א סעמי ארבעט פון איינע פון די טשערנאביל-בני ברק'ער משפחה וועלכע האט נישט געהאט די מעגליכקייטן עס צו ענדיגן און דאס איבערגעגעבן פארן מכון (מיט גענויע פרטי הקאנטראקט זענען מיר נישט באקאנט).

שארית לפנחס איז די מעשה אז סקווירא האט עס נישט געהאלטן ביים דרוקן צוליב די בעלזער קפידא נישט צו דרוקן קיינע תורות, ובהיות ר' פיניעלע איז געווען מער בעלזער ווי ראחמסטריווקער (און דאס עצם תורה זאגן איז געווען א בעלזער זאך) האט מען זיך געוואלט האלטן צו דער פירונג. אבער היות יענער האט זיך גע'עקשנ'ט אז ער וועט עס אליינס דרוקן, האט נישט געפאסט אז בשעת ס'איז דא משפחה זאל עס א פרעמדער דרוקן האט יענער פארקויפט דעם כת"י פאר סקווירא (בהשתדלות הרב מציעשינוב) אבער יענער האט מורא געהאט אז מ'מאכט מיט איהם א שפיל האט ער זיך אויסגענומען א תנאי אז דאס מוז געדרוקט ווערן ביז א באשטומטע זמן, און פון דעם איז געדרוקט געווארן דער שארית לפנחס מיט פילע הוספות. און כדי יוצא צו זיין שיטת בעלזא האט מען געטוהן וואס ר' ישראל באכניער (קלאפהאלץ) האט געטוהן, און עס נישט געדרוקט מיט שיינע אותיות.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2547
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דינסטאג אפריל 24, 2012 12:50 am

בן בוזי האט געשריבן:פון דיין תגובה זעהט זיך אויס אז דו האסט קנאפע ידיעות אין פאליטיק... מכון משכנות יעקב האט מיט ספרי רב ייבי און בת עין קיינע שייכות געהאט, דאס זענען ארויסגעגעבן געווארן אין אפסעט פארמאט פונעם שוין ניי איבערגעדרוקטע אויפלאגע אהן נעמען קרעדיט דערפאר דורך מפעל מעיינות החסידות.

ילקוט מאורי אור, איז געווען א סעמי ארבעט פון איינע פון די טשערנאביל-בני ברק'ער משפחה וועלכע האט נישט געהאט די מעגליכקייטן עס צו ענדיגן און דאס איבערגעגעבן פארן מכון (מיט גענויע פרטי הקאנטראקט זענען מיר נישט באקאנט).

שארית לפנחס איז די מעשה אז סקווירא האט עס נישט געהאלטן ביים דרוקן צוליב די בעלזער קפידא נישט צו דרוקן קיינע תורות, ובהיות ר' פיניעלע איז געווען מער בעלזער ווי ראחמסטריווקער (און דאס עצם תורה זאגן איז געווען א בעלזער זאך) האט מען זיך געוואלט האלטן צו דער פירונג. אבער היות יענער האט זיך גע'עקשנ'ט אז ער וועט עס אליינס דרוקן, האט נישט געפאסט אז בשעת ס'איז דא משפחה זאל עס א פרעמדער דרוקן האט יענער פארקויפט דעם כת"י פאר סקווירא (בהשתדלות הרב מציעשינוב) אבער יענער האט מורא געהאט אז מ'מאכט מיט איהם א שפיל האט ער זיך אויסגענומען א תנאי אז דאס מוז געדרוקט ווערן ביז א באשטומטע זמן, און פון דעם איז געדרוקט געווארן דער שארית לפנחס מיט פילע הוספות. און כדי יוצא צו זיין שיטת בעלזא האט מען געטוהן וואס ר' ישראל באכניער (קלאפהאלץ) האט געטוהן, און עס נישט געדרוקט מיט שיינע אותיות.


כבוד הרב, כ'האב געמוזט שרייבען אביסעל בלשון סארקאסטיש, אין גראדע פארשטיי איך שוין איין מאהל וואס טוט זיך, ביים שרייבען האב איך בהכרח בעל כרחי שפאצירט אויף א דינע שטיקעל, כ'האב פשוט מורא פונם מעקער, האב איך געמוזט שטארק מקצר זיין אין מיינע ווערטער, אין דאס וואס כ'האב שוין יא געשריבען איז געוועהן מיט א מעסטער. כ'האף איהר פארשטייט מיך.

אוועטאר
בערטשע
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 22, 2012 11:28 pm
לאקאציע: צווישן איין דארף און צווייטן

תגובהדורך בערטשע » דינסטאג אפריל 24, 2012 12:56 am

כ'ווייס נישט וועלכע מעסטער איר האט גענוצט, אבער צומאכן אזא קוגל דארף מען נישט קיין מעסטער, מען דארף בלויז זיין אומוויסנד. ליין איבער וואס בן בוזי שרייבט, צוויי פון די ספרים וואס דו רעכנסט אויס האבן מיט ניטאמאל קיין שייכות מיט מכון משכנות יעקב.
א אנגענעמע רייזע מיט "בערטשע" דער בעל עגלה

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » דינסטאג אפריל 24, 2012 5:00 am

יש, א גרויסען שכוח, אויב די קענסט נאר פליז מודיע ווען עס קומט ארויס למעשה אויכעט ווען ס'איז שוין אין די געשעפטען....

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דינסטאג אפריל 24, 2012 1:11 pm

מכטי1 האט געשריבן:יש, א גרויסען שכוח, אויב די קענסט נאר פליז מודיע ווען עס קומט ארויס למעשה אויכעט ווען ס'איז שוין אין די געשעפטען....


פארדעם איז דא א באזונדערע אשכול "ספרים חדשים שיצאו לאור"
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » דינסטאג אפריל 24, 2012 1:11 pm

בס"ד,

צווייטע חלק פון "איש חמודות"? דוכט זיך ס'איז שוין לאנג ארויסגעקומען, אלס "הוספה." אולי וועט ארויסקומען נאך א גאנצע באנד "איש חמודות" אזוי גרויס און רייך ווי די ערשטע?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג אפריל 24, 2012 1:13 pm

יוםטובערליך האט געשריבן:בס"ד,

צווייטע חלק פון "איש חמודות"? דוכט זיך ס'איז שוין לאנג ארויסגעקומען, אלס "הוספה." אולי וועט ארויסקומען נאך א גאנצע באנד "איש חמודות" אזוי גרויס און רייך ווי די ערשטע?

כ'האב געטראכט די זעלבע! אבער א נייע באנד? הלוואי, אבער איך גלייב נישט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4727
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך אפריל 25, 2012 10:41 am

ישלהוסיף האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:
דער ר' צבי בריננער גיט זיך שטארק אפ מיט דריקען ספרים הקשורים לבית צאנז, ער האט שוין געדריקט:


דער רשימה איז ספרים וואס רבי צבי בריננער מנהל מכון זכרון משה, בני ברק האט ארויסגעגעבען, כולם קשורים לבית צאנז (הו"ל גם ספר בנין אריאל ב' כרכים, ועוד), יעצט וויל ער אויך ארויס קומען מיט דעם ספר "רבינו הקדוש מהארנסטייפל", ער ארבעט שוין דערויף זיבען אכט יאר, אבער מכון משכנות יעקב האלט אז בלויז זיי האבען רעכט וויבאלד דער הארנסטייפל באלאנגט צו זיי אלס טשערנוביל אד"ג. הגם רוב הארנסטייפל אייניקלעך זענען איהם מיחס מער צו צאנז. ססיי ווייל ער איז דארט געוועהן א איידעם, און סיי ווייל ער איז געוועהן דער שווער פון רבי שלום אליעזר מראצפערט.

מכון משכנות יעקב וויל אדער האבען געוואלט מאכען מיט איהם א געשעפט, אז לכל הפחות אחר כל הדברים האלה, זאל שטיין אז 'מכון משכנות יעקב' האט דאס ארויס געגעבען אין אז דער רבי האט געגעבען 'ברכת קדשו'. לפענ"ד איז גלייכער ווען דער בריננער גיט דאס ארויס, ווייל אזוי בלייבט דער ספר נוטראל, וד"ל.

בלייבט אונז נאר צו ווארטען וואס וועט זיך דא אויס קאכען.


נייטראל ביים שרייבן רבי'שע היסטאריע זעהט אויס ווי ווען דוד אסף שרייבט חסידישע היסטאריע, כדי אראפצוגעבן אמת'ע שטריכן איבער א גדול בישראל טאר מען נישט זיין נייטראל, חיים ליברמאן אין זיין בארימטע ווערק 'כיצד חוקרים חסידות בישראל' אייסערט זיך איבער דער נקודה. למשל מכון וויזשניץ זאל באשרייבן דעם חתם סופר ווייל אזוי איז עס נייטראל...

עס איז איבעריג ארויס צו ברענגען אז "נכדי הורנסטיייפאל" מיינט נישט באבאווער רב, אדער סאטמארער רב (ברך משה) זיי זענען בעצם צאנזער און קוקן פון דעם שטאנדפונקט, די אנדערע נכדי הורנסטייפל פון מילוואקי איז אינטערעסאנט אז זיי מאכן איהם נישט אזוי צאנז'דיג נאר זיי אלס באבאווער אייניקלעך זענען צאנז'דיג.

אין פאקט האט דער הארנסטייפאלער געוואוינט אין אוקריינא אפילו ווען ער וואלט געווען א צאנזער קינד וואלט ער געווארן א טשערנאבילער רבי...

סאו ווער וועט זיין נייטראל???
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך אפריל 25, 2012 1:28 pm

אוי נאסטאלגיע... דער רוס חיים ליבערמאן מאכט פון גרשם שלום׳ן אן אונגארישער גולאש...
ועוד איך, חוקרים חסידות בישראל...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2547
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך אפריל 25, 2012 10:07 pm

מכטי1 האט געשריבן:יש, א גרויסען שכוח, אויב די קענסט נאר פליז מודיע ווען עס קומט ארויס למעשה אויכעט ווען ס'איז שוין אין די געשעפטען....


אזוי ווי בוידעם שרייבט טאקע אז פאר ספרים וואס זענען שוין ארויס געקומען איז דא א באזונדערע אשכול.

מען דארף בכלל אינאכט נעמען אז די ספרים אין דעם אשכול וועט מען ערשט זעהן אין די געשעפט ווער ווייסט ווען, וויבאלד עס איז עומדים לצאת לאור עולם, יעדער ספר ווענט זיך ווי פלייסיג איהר ארויסגעבער ארבעט.


ועוד יש להוסיף לרשימה:

ספר תולדות אדמור"י בית סטרעטין - אויך מעשי ידיו להתפאר פון ר' הערשל שווארץ,

דער וואס האט טאקע אינפראמאציע אדער סיי וואס קען עס איהם טאקע אפשיקען, אזוי אויך לגבי די ספרים דער מאנט פריער.

ידעתי בבירור פון ספרי בית סיגוט וואס איז באמצע להדפיס מחדש:

שו"ת השיב משה

ספר רב טוב

ייטיב פנים - על המועדים, דאכצעך ע"י מו"ל ספרי ייטב לב

שו"ת עצי חיים - ע"י ר' אברהם חיים הלברשטאם מלאס אנדזעלעס (ער האט אויך ארויס געגעבען דעם עצי חיים על הלכות מקואות)

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » דאנארשטאג אפריל 26, 2012 4:20 am

ישלהוסיף האט געשריבן:
מכטי1 האט געשריבן:יש, א גרויסען שכוח, אויב די קענסט נאר פליז מודיע ווען עס קומט ארויס למעשה אויכעט ווען ס'איז שוין אין די געשעפטען....


אזוי ווי בוידעם שרייבט טאקע אז פאר ספרים וואס זענען שוין ארויס געקומען איז דא א באזונדערע אשכול.

מען דארף בכלל אינאכט נעמען אז די ספרים אין דעם אשכול וועט מען ערשט זעהן אין די געשעפט ווער ווייסט ווען, וויבאלד עס איז עומדים לצאת לאור עולם, יעדער ספר ווענט זיך ווי פלייסיג איהר ארויסגעבער ארבעט.



א גרויסען שכוח טאקע פאר ענק ביידע.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17419
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג אפריל 26, 2012 10:42 am

ישלהוסיף האט געשריבן:ידעתי בבירור פון ספרי בית סיגוט וואס איז באמצע להדפיס מחדש:

שו"ת השיב משה

שוין געגעבן מעות קדימה דערפאר בערך 10 יאר צוריק - פרייט מיך צו הערן אז מען ארבעט כאטש נאך דערויף

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » מיטוואך מאי 02, 2012 5:33 am

מעלות-חברינו האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:ו) תולדות רבי אהרן מקאזניץ



דאס דארף צו זיין זייער אינטערעסאנט, אבער נאר אויב מ'וועט אים באשרייבן אריגינעל, ווי ער איז טאקע געווען.


ווער ארבעט דערויף?
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מיטוואך מאי 02, 2012 5:59 am

מעלות-חברינו האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:ו) תולדות רבי אהרן מקאזניץ



דאס דארף צו זיין זייער אינטערעסאנט, אבער נאר אויב מ'וועט אים באשרייבן אריגינעל, ווי ער איז טאקע געווען.

ומהאי טעמא האט זיך קיינער נאכנישט געיאוועט ארוסצוגעבן א ספר אויף דעם גדול בישראל דער יעב"ץ זצ"ל.
אבער אולי וועט ער איין טאג יא זוכה זיין צו א מחבר א בעל שכל וואס ווייסט ווי אזוי צו גיין צווישען די טראפען.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17419
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג מאי 06, 2012 1:27 pm

שיח השדה - להג"ר אליעזר דייטש זצ"ל אבדק"ק באניהאד
צוגעלייגטע
Poster2.jpg

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » זונטאג מאי 06, 2012 1:41 pm

AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט