עם הספר: אינטרעסאנטע אידישע דרוקען

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

עם הספר: אינטרעסאנטע אידישע דרוקען

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג דעצמבער 19, 2011 1:42 pm

ברשות כל הקהל הקודש האב איך געטראכט צוצולייגען א רינגעלע אין אונזער
עולם של מעלה.

בתוך פארשידענע געשראבעכטץ ווערט אפט דערמאנט כל מיני זעלטענע חיבורים,אינז יודען זענען באקאנט איבער דער גארער וועלט און אין אלע דורות אלס דעם עם הספר.

דער עולם ווייסט פין די באקאנטע גרויסע דרוקעריי שטעט ווי ווארשא,ווילנא, לבוב-לעמבערג,פיעטרקוב,ברלין,סלאוויטא,זיטאמיר וכדומה אבער עס איז מפליא על הרעיון נאכצוגיין און זעהן אז ווי אימער אפאר יידעלעך האבען זיך בייזעצט האט געווענליך נאכגעפאלגט א התייסדות פון א בית דפוס.

אמאל א פולקאמע דרוק און צימאל א מעכאנישע סארט דרוק ווי סטיריאוטייף,ליטאגראפיע און שפעטער קאפיעס. היינטיגע צייטען האלטען אן די מסורה חסידי חב"ד וואס זייט הכרזת מבצע תניא איז כמעט נישט דא קיין שטאט און דערפעל ווי מען האט ניט געדרוקט דעם תניא,אבער זיי מאכען נאר א נייע קאפי פאר די שער בלאט בין איך מסופק צו מען קען עס אנרופען ניי דרוקען.

עס איז דא א ספר פין משה רוזענפעלד בשם 'הדפוס העברי מראשיתו עד שנת ה'תשח' וואס ברענקט א קיימא לן פון 1079 שטעט ווי מען האט געדרוקט, אבער למעשה אסאך זענען לאטיינישע ביכער וואס האבען אין זיך אביסעל לשון קודשדיגע אותיות.

וויל איך דא מייסד זיין א אשכול געווידמעט פאר דעם נושא,און ווער עס האט און ווייסט פין אינטרעסאנטע און זעלטענע דרוקען אז מכובד ארויפצושטעלען,עס מיז נישט זיין דייקא ספרים נאר עס קען זיין ירחונים,כתבי עת,קול קורא'ס,פולמוס, לוחות שנה,דפים בודדים. און יידען במקומות פזוריהם האבען דאך גערעדט די לאקאלע שפראך אויך קען מען שטעלען בשפת יידיש,דייטש,פוליש,רומעניש,טאטאריש,פרסית,רוסיש,לאדינו,אונגעריש,הולאנדיש,
וכו.וכו.

איך בעט שטארק אז מען זאל נישט סתם שרייבען אז אין א געוויסע שטאט איז געדרוקט יענעם און יענעם חיבור אדער די מספר ספרים געדרוקט דארט,נאר טוב מראה עינים שטעלען א בילד צו לפחות א לינק ווי מען קען דאס זעהן.
לעצט פאראכטן דורך יוסף שרייבער אום מאנטאג דעצמבער 19, 2011 5:18 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג דעצמבער 19, 2011 2:00 pm

איך וועל מיך אליינס מכבד זיין צו גיין פתיחה,סידור שפה ברורה נדפס באירקוטסק שבסיביר ע"י 'קהלות ישראל בסבריה ואורל' ,נדפס בערך תר"ף ,באמערקט דעם חותם 'הנהלת בית הכנסת הראשי חרבין' (שבטשיינע).
ס"ה האט מען אין אירקוטסק געדרוקט 5 יידישע זאכען.
צוגעלייגטע
irkutsk.jpg

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15856
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג דעצמבער 19, 2011 2:12 pm

שער פון דפוס ראשון 'ספה"ק לקוטי אמרים" פון מעזריטשער מגיד זי"ע וואס הרה"ק רבי שלמה מלויצק זי"ע האט געדרוקט
האב איך שוין געהערט א גאנצע מבוכה, צו הרה"ק רבי שלמה מלויצק זי"ע האט געהאט א אייגענע דרוקעריי, איך האב געהערט פון אפאר חשובע תלמידי חכמים-גרויסע ידענים אז ער האט יא געהאט א דרוקעריי אפאר אירע האבן גע'טענה'ט אז נישט - ער האט נאר געלאזט דרוקן אין א צווייטע דרוקעריי.
האט איינער ראיות דערצו?
ווי אויך ווייס איך נישט בהחלט צו אין שטאט קארעץ איז געווען א דרוקעריי צו נישט, ווי הרה"ק הנ"ל האט געדרוקט זיינע ספרים, ווי איך וועל דא ברענגען נאך אפאר שערים זעהט מען אז עס איז געדרוקט אין קארעץ
צוגעלייגטע
Poster2.jpg

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15856
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג דעצמבער 19, 2011 2:14 pm

שער בלאט פון ספה"ק 'תולדות יעקב יוסף' און ספה"ק 'לקוטי אמרים' דפוס שני
ארויסגעגעבן דורך הרה"ק הנ"ל (אויך אין קארעץ)
צוגעלייגטע
Poster3.jpg

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג דעצמבער 19, 2011 2:25 pm

וואס איז די שאלה בכלל זיכער איז געווען א דריק אין קאריץ,מען האט דארט געדרוקט 132 ספרים בין השנים תק"לח-תק"פג,הר"הק ר' שלמה לוצקער ווערט דערמאנט אלס בעל הדפוס /מוציא לאור אין עטליכע פון זיי.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15856
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג דעצמבער 19, 2011 2:32 pm

דא האב איך דערווישט א קאנטראקט פון הרב רבי אלחנן יוסף הערצמאן זצ"ל מיט די דרוקעריי אין שאנכאי (מעיד אין טשיינע)
איבער זיין ספר 'גדלות האדם' וואס ער האט דארט מחבר געווען אלס בחור
[אגב וואס ר' יוס'ל זאל זיין געזונט שרייבט אז די דרוקערייען זענען געווען פון אידן, ווייס איך נישט צו עס מוז טאקע זיין אזוי, זייער אסאך דרוקערייען האבן דאך באלאנגט פאר די אנדערע פעלקער און אידן האבן דארט געדרוקט זייער ספרים, ווי למשל דא אין שאנכאי איז עס דאך זיכער געווען ביי די טשייניזע און די אידן האבן דארט געדריקט צענדליגע ספרים-סתם הערה בעלמא (אין די וועלט אריין)]
צוגעלייגטע
Poster2.jpg

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג דעצמבער 19, 2011 2:42 pm

לכבוד רב יוראפ עמער זיך אריבערכאפען קיין יוראפ (וואס כוועל טוהן אויב סביב העולם וועט מגיב זיין ווייס איך נישט...),דער איינציגסטער ספר געדרוקט אין לאדי עירו של בעל התניא און טאקע מיט זיין הסכמה. ספר עמודי גולה נדפס בלאדי תק"סה.
צוגעלייגטע
ladi.jpg

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18407
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג דעצמבער 19, 2011 2:43 pm

מוציאים לאור מהדירים ומגיהים לדורותיהם מעג מען אהערברענגען?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15856
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג דעצמבער 19, 2011 2:46 pm

הרב שרייבער: איך כאפ נאכנישט פונקטליך צו די אשכול איז דוקא פאר אידישע דרוקערייען, אדער אידישע ספרים וואס מען האט געדרוקט אין נישט באוויסטע פלעצער?

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג דעצמבער 19, 2011 2:49 pm

farshlufen האט געשריבן:מוציאים לאור מהדירים ומגיהים לדורותיהם מעג מען אהערברענגען?



הרב ישנוני איך האב געוואלט דער אשכול זאל זיין מיוחד פאר שטעט,אבער ניין קען איך אויך נישט זאגען....פילייכט קענט איר עפענען א אשכול עקסטער עס וועט זיין גאנץ אינטרעסאנט.

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג דעצמבער 19, 2011 2:53 pm

יוראפ האט געשריבן:הרב שרייבער: איך כאפ נאכנישט פונקטליך צו די אשכול איז דוקא פאר אידישע דרוקערייען, אדער אידישע ספרים וואס מען האט געדרוקט אין נישט באוויסטע פלעצער?


הרב יוראפ,ביידע. עניטינג וואס איז אינטרעסאנט מצד מקום הדפוס (פארשטייט זיך עס שאדט נישט אויב דער תוכן איז אויך אינטרעסאנט)

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15856
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג דעצמבער 19, 2011 2:58 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:הרב שרייבער: איך כאפ נאכנישט פונקטליך צו די אשכול איז דוקא פאר אידישע דרוקערייען, אדער אידישע ספרים וואס מען האט געדרוקט אין נישט באוויסטע פלעצער?


הרב יוראפ,ביידע. עניטינג וואס איז אינטרעסאנט מצד מקום הדפוס (פארשטייט זיך עס שאדט נישט אויב דער תוכן איז אויך אינטרעסאנט)

אקעי, העמיר זיך טרייען ארומצודרייען דא אין יוראפ און די אומגעגנט זעהן צו מען קען עפעס אפיר קראצן, און פראבירן נישט אוועקצופארן פון די ליניע.
ביי די וועי הרב שרייבער א גרויסן דאנק פארן עפענען די אינטערסאנטע אשכול!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18407
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג דעצמבער 19, 2011 3:02 pm

מסכים רבי יוסף.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג דעצמבער 19, 2011 3:17 pm

זעמער שוין געווען אינעם קאלטען סיביר און טיף אין פראסטיגען רוסלאנד,וועלען מיר זיך אריבערכאפען צום ווארימען אויסטראליע, סליחות ליום כיפור קק שארית ישראל מעלבארן תר"כח!

הערה,אין אסאך אשכנעזישע שילען האט מען יעדעס יאר אויסגעוועלט אפאר סליחות צו זאגען ביי די תפלות (חוץ פון נעילה וואס מהאט אלעס געזאגט) און געדרוקט/געשריבען א צעטל כדי דער עולם זאל וויסען וועלכע מזאגט דאס יאר.
צוגעלייגטע
melbourne.jpg

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3759
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » מאנטאג דעצמבער 19, 2011 3:30 pm

דריקעריי אין ניריעדהאז - ר' בנימין פריעדמאן
צוגעלייגטע
22.jpg
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3759
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » מאנטאג דעצמבער 19, 2011 4:39 pm

פראג'ער בית הדפוס
צוגעלייגטע
22.jpg
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3759
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » מאנטאג דעצמבער 19, 2011 4:43 pm

דפוס לעווינגער-טאשנאד
צוגעלייגטע
22.jpg
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3759
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » מאנטאג דעצמבער 19, 2011 4:46 pm

דפוס ר' מאיר סג"ל ראזענבוים - פאקש
צוגעלייגטע
22.jpg
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3759
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » מאנטאג דעצמבער 19, 2011 4:50 pm

ווראנוב
צוגעלייגטע
22.jpg
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג דעצמבער 19, 2011 4:54 pm

רב סביב,ספר באר יצחק הנ"ל נדפס בטאלשווא,עס איז טאקע דער ערשטער ספר געדרוקט דארטען,ס"ה נדפסו שם 7 ספרים בין השנים תרס"ט-תרע"ג.

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3759
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » מאנטאג דעצמבער 19, 2011 4:56 pm

דפוס ר' אברהם יצחק קליין - קליינווארדיין
צוגעלייגטע
22.jpg
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3759
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » מאנטאג דעצמבער 19, 2011 5:00 pm

רב שרייבער, געכאפט ביים גרייז, ס'האט מיר אויסגעקוקט אז ניריעדהאז מיינט די דרוק פלאץ, אבער למעשה זעה איך טאקע אז אויף די אנדערע שפראך שטייט אז עס איז געדרוקט געווארן אין טאלטשווא, זעהט אויס אז דער פריעדמאן איז געקומען פון ניריעדהאז
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3759
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » מאנטאג דעצמבער 19, 2011 5:05 pm

ליוורנו [קוקט אויך אויס צו זיין א אידישע דרוקעריי]
צוגעלייגטע
22.jpg
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג דעצמבער 19, 2011 5:07 pm

סביב העולם האט געשריבן:רב שרייבער, געכאפט ביים גרייז, ס'האט מיר אויסגעקוקט אז ניריעדהאז מיינט די דרוק פלאץ, אבער למעשה זעה איך טאקע אז אויף די אנדערע שפראך שטייט אז עס איז געדרוקט געווארן אין טאלטשווא, זעהט אויס אז דער פריעדמאן איז געקומען פון ניריעדהאז


ר' בנימין האט שפעטער געהאט א דריק אין מישקולץ ווי ער האט געדרוקט צענדליגע ספרים ביז ממש סוף קריג.

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3759
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » מאנטאג דעצמבער 19, 2011 5:08 pm

סוואליווע
צוגעלייגטע
22.jpg
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט