מפתחות אויף ספרים

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

מפתחות אויף ספרים

תגובהדורך גיוואלדיג » מאנטאג יוני 06, 2011 7:26 pm

אזוי ווי איך האב יעצט זיך אריינגעלייגט צו מאכן א מפתח אויף איינע פון די שטארק באקאנטע ספרים וויל איך בעטן אונזערע פריינד מיך ארויסצוהעלפן אין די ארבעט און געבן טיפס און נוצליכע איידיעס צו פארגרינגערן און פארשענערן און פארבעסערן די ארבעט עס איז ראטזאם אנציווייזן אויף אנדערע מפתחות און דעבאטירן די מיינונגען דערויף (פארשטייט זיך אז יעדער האט אן אייגענארטיגן טעיסט) צו עס איז צו באריכות אדער צו בקיצור צו סאך ערכים אדער צו ווייניג וכולהו וכולהו

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1747
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מאנטאג יוני 06, 2011 8:42 pm

מיין מיינונג בקיצור נמרץ
נישט באריכות, בכלל נישט, אויסער דעם וואס עס געט דעם געפיל פארן קויפער אז מען האט אים געזוכט אנצופילן בלעטער מיט דברים של מה בכך, מאכט עס גאר שטארק נערוועז.

עס איז לעצטנס ארויסגעקמען א ספר דרשות וח"ת אויף ימים הנוראים פון איינע פון די מאקאווע רבנים זצ"ל און המו"ל האט אנגעפילט מער ווי האלב פון דעם באנד! מיט מפתחות, און דאס איז אויסער די פילצאליגע הקדמות, פתחא זעירא'ס און התנצלויות כנהוג, איך מאך נישט קיין גוזמא, איך האב געציילט און איבערגעציילט, און געריבן מיינע אויגן צו איך זעה גוט, און צום ביישפיל ביי יעדע קליינע נקודה וואס דער בעל מחבר האט נאכגעברענגט פונעם רמב"ם האט ער אראפגעברענגט די גאנצע הלכה און צומאל אויך א הלכה בעפאר/דערנאך.

אבער, בקיצור אויך נישט, ווייל איך וויל גראד וויסן ווי איך וועל טרעפן דעם ספעציפישן פרט אינערהאלב דעם ענין, און נישט דארפן בלעטערן אלע צען ענינים כוללים באותו ענין ודוק.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג יוני 06, 2011 9:52 pm

דער שו״ת דברי יואל איז אויך א האלבער באנד מפתחות אויף די אנדערע אנדערט האלבן באנד.....

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5819
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג יוני 06, 2011 9:55 pm

און לעומת זה די מפתחות ביי ספרי ר' שלמה קלוגער זענען מורא'דיג בקיצור

ס'קוקט אויס ווי דער בעל המפתח האט געבליקט די בלעטער און וואס זיינע אויגן האבן באמערקט האט ער אריינגעלייגט און וואס נישט נישט

פתחי שערים על ספרי רבינו הדברי יואל מסאטמאר זי"ע איז א גאר שיינע ארבעט, שיין ארויסגעברענגט אלע ענינים.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » פרייטאג יוני 10, 2011 11:45 am

מיין טעיסט... סתם א ליסט פון ספרים ווערט צוגעברענגט האט נישט קיין גרויסן תועלת, ענינים וואס ווערט אויסגעשמועסט בקיצור נמרץ, איז דאס מערסטע ניצבאר.

פתחי שערים איז א ספר פאר זעך, און איז נישט אין כלל פון מפתחות צום סוף פון א ספר. (אגב, דארט ווערט נאר געברענגט חידושים, נישט זאכן וואס ווערן צוגעברענגט אינם רבניס ספרים.)

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » זונטאג יוני 12, 2011 7:20 pm

איך גלייך שטארק די גוטע מפתחות, וו.צ.ב. אויף ראשית חכמה וואס איז געווען א אויסגערופענע ארבעט, ווען עס איז ארויסגעקומען.

אזוי אויף פון מנחת יצחק וכדו'.

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1747
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג יוני 12, 2011 9:00 pm

איזעי האט געשריבן:איך גלייך שטארק די גוטע מפתחות, וו.צ.ב. אויף ראשית חכמה וואס איז געווען א אויסגערופענע ארבעט, ווען עס איז ארויסגעקומען.

אזוי אויף פון מנחת יצחק וכדו'.


אט דאס האב איך געמיינט דא

צולייגער האט געשריבן:מיין מיינונג בקיצור נמרץ
נישט באריכות, בכלל נישט, - בלא בלא בלא - אבער, בקיצור אויך נישט
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1926
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » זונטאג יוני 12, 2011 10:11 pm

ס'שווער צו זאגן א מיינונג אן וויסן פון וואספארא ספר ס'רעדט זיך צו שו"ת,ספרי חסידות,מכתבים, תולדות,וכו'
די מפתח אויפ'ן "תורת אלף" חלק ה' וואס איז ארויסגעקומען פאריאר איז זייער א שיינע ארבייט כ'מיין ס'לוינט זיך א בליק צו טוהן
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

תגובהדורך גיוואלדיג » מאנטאג יוני 13, 2011 3:32 pm

דאס רוב מפתחות זענען א תמצית בקיצור נמרץ פונעם ענין וואס ווערט באריכות אויסגעשמיסט אינעם ספר און דאס קינץ דארף לכאורה צו זיין עס די מערסטע מקצר צו זיין (לויט מיין מיינונג אדער בעסער געזאגט געשמאק איז דער מפתח פון ספר חידושי תורה תשט''ז גאר שוואך אין דעם, אין גאר באריכות אחוץ די צוזאם געקוועטשטע ווערטער) אבער פארהאן מפתחות וואס זענען ממש נאר א מפתח אויפן מינימום ווי למשל די דברי חיים אין איז צי בקיצור צו קענען עפעס זען וואס טוט זיך אינעם ספר

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מאנטאג יוני 13, 2011 3:34 pm

וועלכע מפתח רעדסטו פון על התורה, אדער די תשובות דברי חיים
די תשובות איז א ריזיגע ארבעט, והגם עס איז א דיקע באנד אויף צוויי בענדער ומשהו
די על התורה, כמדומה לי איז געמאכט דארך איינעם וואס איז נישט רגיל בספר דברי חיים, ממילא אסאך עניינים וואס דער דברי חיים ארבעט אסאך אין דעם נושא וואס ווערט נישט קיין סאך געברענגט אין אנדערע ספרים, האט ער בכלל נישט
לעצט פאראכטן דורך והוא פלאי אום מאנטאג יוני 13, 2011 3:36 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
למה זה תשאל לשמי...

גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

תגובהדורך גיוואלדיג » מאנטאג יוני 13, 2011 3:35 pm

והוא פלאי האט געשריבן:וועלכע מפתח רעדסטו פון על התורה, אדער די תשובות דברי חיים

גערעדט פון דברי חיים עה''ת

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2367
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » זונטאג ינואר 29, 2012 10:47 pm

ים רויבער האט געשריבן:ס'שווער צו זאגן א מיינונג אן וויסן פון וואספארא ספר ס'רעדט זיך צו שו"ת,ספרי חסידות,מכתבים, תולדות,וכו'
די מפתח אויפ'ן "תורת אלף" חלק ה' וואס איז ארויסגעקומען פאריאר איז זייער א שיינע ארבייט כ'מיין ס'לוינט זיך א בליק צו טוהן


ביסט גערעכט,
אבער אין דעם ספר זעלבסט כאפט אויך א חילוק, איינער זוכן דייקא מפתח הספרים, אין ש"ס צו זאגט דער מחבר עפעס אויף דעם גמרא וכיוצ"ב, וואס דאס מאכט עס גרינג פאר א בעל מלקט, אין נאכדעם איז דא די ענינים וואס איז גוט פאר א בעל דרשן,
דער קלויזענבורגער רבי זצ"ל האט שטארק געוואלט מפתחות אויף זיינע ספרים, אין איך האב עס כמה פעמים באמערקט ביי מרן מהר"א מסאטמאר וועט שטענדיק קוקען ווען מגיט אים איבער א ספר צו עס האט א מפתח, אזוי אויך אלע סקווירא ספרים וועט האבען א מפתח, (חוץ שארית לפנחס, וויבאלד דאס איז נישט קיין ספר...)

סעטס וואס יעדער כרך האט א מפתח, אדער איין גרויסע מפתח פאר אלע פינעף כרכים וכדומה, אמאהל איז דאס בעסער אין אמאהל איז דאס בעסער.

הספר
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2013 10:44 am

תגובהדורך הספר » מיטוואך אוקטובער 22, 2014 8:55 am

קען איינער ביטע רעקאמענדירן איינעם וואס ספעציאליזירט זיך אין מאכן גוטע מפתחות?

ס'רעדט זיך פון א היינטיגע ספר שו"ת פון קרוב צו 1000 זייטן צוטיילט אין דריי בענדער.

מען ברויך א מפתח הפסוקים והמאמרים, און בעיקר א גוטע דעטאלירטע מפתח הענינים וההלכות.
תוכן התשובות איז שוין געמאכט געווארן דורכ'ן מחבר אליין, אבער עס קען מעגליך ברויכן אריבערגיין אן אויפפרישונג.

א דאנק פאר אייערע רעקאמענדאציעס בפומבי אדער פריוואט.

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » מיטוואך אוקטובער 22, 2014 10:55 am

לדעתי, איז דער מפתח אויפן תהלים שערי חיים להגאון רבי חיים סופר זצ"ל א וואונדערבארע הערליכע ארבעט. כמעט שאין כדוגמתו. געב א בליק דארט ווער ס'האט עס געמאכט.

אנכי
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 8:46 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכ"י יושבת

תגובהדורך אנכי » מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:01 am

ראש הקהל האט געשריבן:לדעתי, איז דער מפתח אויפן תהלים שערי חיים להגאון רבי חיים סופר זצ"ל א וואונדערבארע הערליכע ארבעט. כמעט שאין כדוגמתו. געב א בליק דארט ווער ס'האט עס געמאכט.

לא קרב זה אל זה... לעשות מפתח על ספר שו"ת צריך לזה מומחיות יתירה, ואינו דומה כלל וכלל למפתח על דברי אגדה.
אנא נפשי כתבית יהבית

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:38 am

דאכצעמער אז ר' בנימין בערקאוויטש פון גינת וורדים איז א געוואלדיגע מומחה אין דעם

אוועטאר
משה הקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2013 11:28 am

תגובהדורך משה הקטן » מיטוואך אוקטובער 22, 2014 12:20 pm

הספר האט געשריבן:קען איינער ביטע רעקאמענדירן איינעם וואס ספעציאליזירט זיך אין מאכן גוטע מפתחות?

ס'רעדט זיך פון א היינטיגע ספר שו"ת פון קרוב צו 1000 זייטן צוטיילט אין דריי בענדער.

מען ברויך א מפתח הפסוקים והמאמרים, און בעיקר א גוטע דעטאלירטע מפתח הענינים וההלכות.
תוכן התשובות איז שוין געמאכט געווארן דורכ'ן מחבר אליין, אבער עס קען מעגליך ברויכן אריבערגיין אן אויפפרישונג.

א דאנק פאר אייערע רעקאמענדאציעס בפומבי אדער פריוואט.

ידידינו הרב יהי' כן שליט"א איז א מומחה עצום אין מפתחות מיט אסאך רעפרענסעס

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » פרייטאג אוקטובער 24, 2014 4:54 pm

צולייגער האט געשריבן:מיין מיינונג בקיצור נמרץ
נישט באריכות, בכלל נישט, אויסער דעם וואס עס געט דעם געפיל פארן קויפער אז מען האט אים געזוכט אנצופילן בלעטער מיט דברים של מה בכך, מאכט עס גאר שטארק נערוועז.

עס איז לעצטנס ארויסגעקמען א ספר דרשות וח"ת אויף ימים הנוראים פון איינע פון די מאקאווע רבנים זצ"ל און המו"ל האט אנגעפילט מער ווי האלב פון דעם באנד! מיט מפתחות, און דאס איז אויסער די פילצאליגע הקדמות, פתחא זעירא'ס און התנצלויות כנהוג, איך מאך נישט קיין גוזמא, איך האב געציילט און איבערגעציילט, און געריבן מיינע אויגן צו איך זעה גוט, און צום ביישפיל ביי יעדע קליינע נקודה וואס דער בעל מחבר האט נאכגעברענגט פונעם רמב"ם האט ער אראפגעברענגט די גאנצע הלכה און צומאל אויך א הלכה בעפאר/דערנאך.

אבער, בקיצור אויך נישט, ווייל איך וויל גראד וויסן ווי איך וועל טרעפן דעם ספעציפישן פרט אינערהאלב דעם ענין, און נישט דארפן בלעטערן אלע צען ענינים כוללים באותו ענין ודוק.

נאר יעצט באמערקט, אבי געהאקט, עס איז דא 1 עמוד דברים אחדים פער כרך, די מפתחות זענען אויף 2 כרכים.
די מפתח ענינים איז גוט
די מפתח מ"מ וציונים איז אביסעל לאנג, אבער עס ווערט נישע געברענגט פריערדיגע הלכות וכדומה

the collector
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 11:25 pm

תגובהדורך the collector » מאנטאג אפריל 23, 2018 11:28 am

משה הקטן האט געשריבן:
הספר האט געשריבן:קען איינער ביטע רעקאמענדירן איינעם וואס ספעציאליזירט זיך אין מאכן גוטע מפתחות?

ס'רעדט זיך פון א היינטיגע ספר שו"ת פון קרוב צו 1000 זייטן צוטיילט אין דריי בענדער.

מען ברויך א מפתח הפסוקים והמאמרים, און בעיקר א גוטע דעטאלירטע מפתח הענינים וההלכות.
תוכן התשובות איז שוין געמאכט געווארן דורכ'ן מחבר אליין, אבער עס קען מעגליך ברויכן אריבערגיין אן אויפפרישונג.

א דאנק פאר אייערע רעקאמענדאציעס בפומבי אדער פריוואט.

ידידינו הרב יהי' כן שליט"א איז א מומחה עצום אין מפתחות מיט אסאך רעפרענסעס

קענסט ביטע ארויף לייגן עטליכע דוגמאות פון הרב יהי' כן שליט"א, אדער עס אריין שיקן אישי

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » מאנטאג אפריל 23, 2018 1:01 pm

הספר האט געשריבן:קען איינער ביטע רעקאמענדירן איינעם וואס ספעציאליזירט זיך אין מאכן גוטע מפתחות?

ס'רעדט זיך פון א היינטיגע ספר שו"ת פון קרוב צו 1000 זייטן צוטיילט אין דריי בענדער.

מען ברויך א מפתח הפסוקים והמאמרים, און בעיקר א גוטע דעטאלירטע מפתח הענינים וההלכות.
תוכן התשובות איז שוין געמאכט געווארן דורכ'ן מחבר אליין, אבער עס קען מעגליך ברויכן אריבערגיין אן אויפפרישונג.

א דאנק פאר אייערע רעקאמענדאציעס בפומבי אדער פריוואט.

קלינג אן סיי וואספארא מכון א שטייגער ווי חד וחלק, הכנה לדפוס, און זיי וועלן דיר צופרידנשטעלן עצהיו"ט.
איך קוק אויס פארצייטיש?!... געב עס א שטיק צייט און דיינע קינדער זענען אויך "פארצייטיש"!...

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג אפריל 23, 2018 1:04 pm

the collector האט געשריבן:
משה הקטן האט געשריבן:
הספר האט געשריבן:קען איינער ביטע רעקאמענדירן איינעם וואס ספעציאליזירט זיך אין מאכן גוטע מפתחות?

ס'רעדט זיך פון א היינטיגע ספר שו"ת פון קרוב צו 1000 זייטן צוטיילט אין דריי בענדער.

מען ברויך א מפתח הפסוקים והמאמרים, און בעיקר א גוטע דעטאלירטע מפתח הענינים וההלכות.
תוכן התשובות איז שוין געמאכט געווארן דורכ'ן מחבר אליין, אבער עס קען מעגליך ברויכן אריבערגיין אן אויפפרישונג.

א דאנק פאר אייערע רעקאמענדאציעס בפומבי אדער פריוואט.

ידידינו הרב יהי' כן שליט"א איז א מומחה עצום אין מפתחות מיט אסאך רעפרענסעס

קענסט ביטע ארויף לייגן עטליכע דוגמאות פון הרב יהי' כן שליט"א, אדער עס אריין שיקן אישי

פארוואס זאלסטו אים נישט אליין קאנטאקטן?

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג אפריל 23, 2018 1:06 pm

איך בין געהעריג דא, ווער ס'וויל רעדן צו מיר בכבוד גדול

the collector
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 11:25 pm

תגובהדורך the collector » מאנטאג אפריל 23, 2018 1:44 pm

יהיה כן האט געשריבן:איך בין געהעריג דא, ווער ס'וויל רעדן צו מיר בכבוד גדול

האמיר געטון למעשה, יעצט ווארט איך פאר א תשובה

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » מאנטאג אפריל 23, 2018 2:06 pm

מיר איז געפאלן דעם שטייגער פון די ספרים וואס 'ישר גראפיקס' גוט ארויס, דא האט איר א דוגמא
22.png
22.png (34.21 KiB) געזעהן 531 מאל

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » מאנטאג אפריל 23, 2018 2:52 pm

צו ווייזן ישר'ס מומחיות פעלט נישט אויס צו ברענגען א בילד פון א מפתח פון א קבלה ספר, מ'העט אסאך מער קענען אויפכאפן די געלונגענקייט פון זייערע מפתחות ווען דו וועסט עס ברענגען פון פשוט'ס חסיד'ישע ספרים
איך קוק אויס פארצייטיש?!... געב עס א שטיק צייט און דיינע קינדער זענען אויך "פארצייטיש"!...


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט