גמ' מתיבתא, שו"ע מתיבתא, שכחת התורה?

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

נאפאליאן
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 13, 2010 2:44 pm

גמ' מתיבתא, שו"ע מתיבתא, שכחת התורה?

תגובהדורך נאפאליאן » זונטאג דעצמבער 19, 2010 2:52 pm

עס איז אלעמען וואיל באקאנט אז מיר לעבן היינט אין א דור פון מלקטים, יעדער איז הולך אחר הנמושות, און מען איז עוסק בליקוטי בתר ליקוטי, כמעט וואס עס קומען נישט ארויס פון אונטער דעם דרוקער-טיש פרישע ספרים. אדער פרובירט מען צו פארטיישטן פריערדיגע ספרים, אנגעהויבן פון תלמוד בבלי וירושלמי, ביז ממש די לעצטערע אחרונים, ווי פני יהושע און אור החיים הק', און אלעס אינדערצווישן, פארשטענדליך.

עס איז שוין לאנגע יארן דא אויף די מארקעט פארשידענע פירושים אויף'ן פרי מגדים צום ביישפיל, זייענדיג א זעלטן שווער ספר, וואס איז גאר קורץ געשריבן געווארן, אזוי אויך גיבן פארשידענע מכונים שוין פילע יארן ארויס ראשונים עם השוואות ומראי מקומות, כל אחד כפי דרכו, און דאס אלעס אויף צוצוהעלפן דעם לומד ועוסק בתורה. אמאל אים גרינגער צו מאכן א געוויסע חיפוש, און אמאל א געשמאקע פשט'אווע אין א מוקשה'דיג שי' ראשונים.

איז אבער אין די לעצטע צענדליגע יארן געווארן א איבערדרייעניש אינעם גאנצן ענין, דהיינו, ארטסקרול האט אנגעהויבן פארטיישטן תלמוד בבלי אויף ענגליש, א זאך וואס אן אריינגיין אין די הלכה'דיגע אדער השקפה'דיגע חלק אין דעם, האבן זיי געמאכט היסטארי', וואס הייסט, זיי האבן פארטייטשט די גאנצע ש"ס בלשון המדוברת, און איצט וועט דער פשוט'ער דאקטער, אדער אדוואקאט אין אפיס בין גברא לגברא, האבן די געוואלדיג געלעגנהייט און מעגליכקייט אויך צו זיין א חלק פון די דף היומי לערנער'ס...

פארשטייט זיך אז צו פארטייטשן א גמ' וואס זינט חתימת התלמוד איז אין יעדעס שטיקל גמ' דא א ים מיט פלוגתת ראשונים, און כל אחד כפי דרכו איז מוצא אנדערע מסקנות להלכה, מוז מען דאך ביים איברשרייבן פאר פשוטי עם דאס אלעס מנפה זיין בי"ג נפה, פשוט אז עס זאל זיין דבר דיבור על אופניו, און די גמרא זאל האבן א צורה פון עפעס א סארט לימוד וואס איז לעולם "גרינג" און יעדער איינער קאן האבן אין דעם א טייל....

האט עס א געוויסע מהלך, און פאר דעם זיצן תלמודי חכמים מובהקים און מיט'ן קסת הסופרים אשר בידם, שניידן זיי שטיקער, און שטעלן אוועק אין יעדע גמ' די פשט וואס קוקט אויס פאר'ן פשוט'ן אויג אלס דאס גרינגסטע, און דאס שרייבט מען אריין אינעם פירוש על הדף. קען מען דאך זיך נישט וויסנדיג מאכן פון פארצווייגטע סוגיות, ווי זאכן גייען ארויס פונעם פשוט'ן פראפארץ, אלזא, שרייבט מען פון אונטען די נויטדארפיגע ראשונים, און צוגאב צו פירושי האחרונים.

נאכן ערפאלגרייך ענדיגן ש"ס בלע"ז, זענען זיי צוגעטראטן צום מאסיוון פראיעקט פון טון גענוי די זעלביגע זאך אין לשון הקדש. און ממש מיט'ן אויבנדערמאנטן סדר האבן זיי דאס געשריבן, און געזעהן א אומגעהויערן הצלחה, און די פאנטאסטישע סכומים מיט געלט האט זיי געוויזן בחוש, ווי שטארק די וועלט מיט אירע לומדי תורה קוועלן פון זייער ארבעט, און די געשעפט איז פארוואנדעלט געווארן אין א מולטי מיליאן דאלאר'דיגן "ביזנעס" אזוי צו זאגן.

איז ארונטערגעקומען, עטליכע געלונגענע יונגעלייט פון ירושלים, מיט באקביינער, און אייזערנע מוחות און פעדערן, און זיך מיישב געוועהן, ווי זיינען מיר? אונז קענען דאך אויך זיך ארויפזעצן אויף כלל ישראל און מאכן א פיינע מטבע, כוללים האבן אנגעהויבן ארויסצושפראצן אין די צענדליגע, און מען האט אנגעהויבן מאכן א פירוש השלם, כולל כל המפרשים, ביאורי התוספות, און עיונים על סדר הדפים אויף אלע לומדישע סוגיות, הלכה למעשה, און אפילו אגדה אויף יעדעס שטיקל גמרא וואס ווערט דערמאנט אין א חסידיש ספר..זיי האבן אנגעפילט דיקע ספרים אויף בלויז עטליכע דפי גמרא, אנגעהויפנט מיט חומר וואס קען ממש דערשטיקן דעם פשוט'ן לערנער. און זיי האבן צוזאמגעווארפן אלעס ממש וואס איז דא אויף יעדע שורה, פון ראשונים ביז אחרונים ביז ישיבישע רייד, און מסקנות הדברים, אויף איטליכע צען בלאט א גאנץ חיבור ארויסגעשרפרינגן. און ממש א מחי' צו לערנען, אלעס איז כשולחן הערוך מוכן לפני האדם.

און פון דארט זענען זיי געגאנגען ווייטער און ווייטער, צום הייליגן רש"י, ביז'ן רמב"ן און אורח חיים הק' ארויסווארפנדיג דיקע חיבורים יעדן שני וחמישי. און וויזוי די עורכים ראשיים דרוקן זיך כסדר אויס רעפארמירן זיי די גאנצע אופן הלימוד, זיי טראנספארמירן גאנץ כלל ישראל מן קטן ועד גדול אלס פארטיגע תלמידי חכמים, עס איז שוין נישט דא אזא דערהער היינט ווי איינער ווייסט נישט פשט אין געוויסע גמרא, עס איז שוין נישט פארהאן א מציאות פון א "שווערע סוגי'" אלעס איז פארשטיענדליך, פון אלע קושיות ווייסן זיי, און זיי ברענגען אויף אלעם זאכליכע מפרשים וואס דעבאטירן די בעיות...

גאר לעצענס זענען זיי ארויס געקומען מיט א שולחן ערוך, וואס אנטשפרעכט די קויפער'ס צו ווערן גענצליכע מורי הוראה אויפן ארט, פונקט ווי אין די גמרא האבן זיי דף על דף, מלה במלה'דיגע טייטש, פאר די וואס קענען נישט טייטש, (פאר ווער עס איז באקאנט האט ר' יוסף קארו געשריבן די שו"ע אין סלאוויש) ביאורי הט"ז, ביאורי הש"ך, פרימ"ג מבואר, עיונים על הדף, הקדמות נחוצים בכל סימן, עיונים בסוף, און הלכה למעשה פארשטייט זיך, צעהן סימנים אין יו"ד, א גאנץ דיקן חיבור ממש אזוי דיק ווי א טור חו"מ מהדורא ראשונה..

איז מיין ארימע פראגע, העלפט די אלע זאכן צו, צו לימוד התורה, צו התמדה, להעמיד עומלי תורה, מורי הוראה? אדער איז עס בלויז א פלאץ פארברענגעניש על מדפי הספרים?

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » זונטאג דעצמבער 19, 2010 3:04 pm

ווי לאנג וועלען מיר מוזען ווארטען ביז עס וועט זיין ארטסקרול המבואר, און מתיבתא אויף מתיבתא
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » זונטאג דעצמבער 19, 2010 3:16 pm

אויף די פראגע צו עס קען ארויסקומען פון דעם תלמידי חכמים און מורי הוראה, צו עס איז גאר שכחת התורה ח"ו.

חז"ל זאגן אונז אלף נכנסין לביהמ"ד ואחד יוצא להוראה, איך קען בלויז מעיד זיין אז די מתיבתא גמרות האבן שטארק צוגעהאלפן צו דעם אלף נכנסין לביהמ"ד, אז טויזענטער אידן זאלן זיך קענען אראפזעצן צו א שטיקל גמ' און פארשטיין א שטיקל גמרא, די איבריגע איז שוין א הבטחה אז אחד יוצא להוראה עס וועלן אי"ה זיין מורי הוראה ביי כלל ישראל, אונזער פליכט איז קלאר אז יעדער יוד זאל קענען האבן א שיעור יעדן טאג.

און אז איך האב שוין דעם מייק אין די האנט האב איך דא געוואלט ברבים אפענטפערן פאר יענעם רעדנער וואס האט אוועקגעמאכט די מתיבתא גמרות דורך צוגלייכן די וואס לערנען אין מתיבתא גמרות צו איינער וואס פארט מיט א GPS, אז ער לערנט זיך קיינמאל נישט אויס צו קענען אליינס די וועגן.

וויל איך אייך מודיע זיין אז איינער וואס האלט זיך צוריק פון לערנען ווייל ער וויל נישט לערנען אין די מתיבתא גמרות, איז גלייך צו איינער וואס קען נישט קיין וועגן און ער האט נישט קיין GPS, דער חילוק איז אז דער וואס האט דעם GPS קומט למעשה אן צום ציל, און דער אנדערער בלייבט וואו ער איז און ער קומט קיינמאל נישט אן צום ציל.
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » זונטאג דעצמבער 19, 2010 3:28 pm

מיר גרידזשעט אין די אויגן געפערליך ווען איך זע בחורים זיצן בחברותא און מוטשענן זיך אויף א שטיקל ארטסקרול און מתיבתא. ניטאמאל ווייסן זיי אז דאס איז א חוכא וטלולא...

געוואלד!!! ווען וועלן זיך די קינדערלעך אויסלערנען וויאזוי אפצולערנען א שטיקל גמרא???

נאכקוקן די שיינע מראי מקומות? געוואלדיג! אריינשלעפן א אויסגעמארדעוועטע אידל פון די גאס? געוואלדיג!

בקיצור, (וואו איז די אריכות? אין די ליידיגע לייינס) פאר איינעם איז עס די בעסטע זאך און פאר איינעם איז דאס ...

צדיקים ילכו בם...!

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » זונטאג דעצמבער 19, 2010 3:38 pm

פישל האט געשריבן:אויף די פראגע צו עס קען ארויסקומען פון דעם תלמידי חכמים און מורי הוראה, צו עס איז גאר שכחת התורה ח"ו.

חז"ל זאגן אונז אלף נכנסין לביהמ"ד ואחד יוצא להוראה, איך קען בלויז מעיד זיין אז די מתיבתא גמרות האבן שטארק צוגעהאלפן צו דעם אלף נכנסין לביהמ"ד, אז טויזענטער אידן זאלן זיך קענען אראפזעצן צו א שטיקל גמ' און פארשטיין א שטיקל גמרא, די איבריגע איז שוין א הבטחה אז אחד יוצא להוראה עס וועלן אי"ה זיין מורי הוראה ביי כלל ישראל, אונזער פליכט איז קלאר אז יעדער יוד זאל קענען האבן א שיעור יעדן טאג.

און אז איך האב שוין דעם מייק אין די האנט האב איך דא געוואלט ברבים אפענטפערן פאר יענעם רעדנער וואס האט אוועקגעמאכט די מתיבתא גמרות דורך צוגלייכן די וואס לערנען אין מתיבתא גמרות צו איינער וואס פארט מיט א GPS, אז ער לערנט זיך קיינמאל נישט אויס צו קענען אליינס די וועגן.

וויל איך אייך מודיע זיין אז איינער וואס האלט זיך צוריק פון לערנען ווייל ער וויל נישט לערנען אין די מתיבתא גמרות, איז גלייך צו איינער וואס קען נישט קיין וועגן און ער האט נישט קיין GPS, דער חילוק איז אז דער וואס האט דעם GPS קומט למעשה אן צום ציל, און דער אנדערער בלייבט וואו ער איז און ער קומט קיינמאל נישט אן צום ציל.

אין חז"ל שטייט אלף נכנסין למקרא ומאה למשנה ועשרה לתלמוד ואחד יוצא להוראה
נישט אלף נכנסין להוראה
און ניטאמאל דאס נאר ההוראה יוצאת להם
ואודות המשל לGPS המשל הנכון איז, מען וויל מושטירן סאלדאטען צו פירען א מלחמה און א פרעמדע לאנד גיט מען זיי א GPS?
למה זה תשאל לשמי...

נאפאליאן
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 13, 2010 2:44 pm

תגובהדורך נאפאליאן » זונטאג דעצמבער 19, 2010 3:43 pm

זינט ווען איז לימוד התורה א זאך וואס עס איז שייך דערביי א דעסטינאציע?

די דעסטינאציע פון לימוד התורה, איז דער עצם לימוד אליין, און אז איינער זעצט זיך אריין אין א אויטא בלויז פאר די תכלית פון ארומקרייזן די גאסן, נעמט ער געווענליך נישט מיט דעם גלאבאלע פאזיציע סיסטעם!

די פאזיציע פונעם לומד תורה, איז נישט געוואנדן אין וויפיל ער האט עררייכט צום ציל פון ענדיגן דעם דיקן באנד, נאר די פאזיציע געפינט מען וויפיל מען מוטשעט דעם מח צו ערהייבן א סברת התורה, און דאן ווערט דער מענטש א לומד תורה...

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » זונטאג דעצמבער 19, 2010 3:50 pm

והוא פלאי האט געשריבן:אין חז"ל שטייט אלף נכנסין למקרא ומאה למשנה ועשרה לתלמוד ואחד יוצא להוראה
נישט אלף נכנסין להוראה
און ניטאמאל דאס נאר ההוראה יוצאת להם
ואודות המשל לGPS המשל הנכון איז, מען וויל מושטירן סאלדאטען צו פירען א מלחמה און א פרעמדע לאנד גיט מען זיי א GPS?


הא לך לשון המדרש קהלת רבה פרשה ז' פסקה מ:
אדם אחד מאלף מצאתי, בנוהג שבעולם אלף בני אדם נכנסין למקרא יוצאין מהן ק' למשנה יוצאין מהן עשרה לתלמוד יוצא מהם אחד להוראה הה"ד אדם אחד מאלף מצאתי,
ביטע זיי בעסער מסביר וואס דו ווילסט ארויסברענגען מיט דיין תגובה. און קומענדיגע מאל איידער דו ביסט מגיב איבער א לשון חז"ל קוק איבער דעם לשון.
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » זונטאג דעצמבער 19, 2010 4:00 pm

נאפאליאן האט געשריבן:זינט ווען איז לימוד התורה א זאך וואס עס איז שייך דערביי א דעסטינאציע?

די דעסטינאציע פון לימוד התורה, איז דער עצם לימוד אליין, און אז איינער זעצט זיך אריין אין א אויטא בלויז פאר די תכלית פון ארומקרייזן די גאסן, נעמט ער געווענליך נישט מיט דעם גלאבאלע פאזיציע סיסטעם!

די פאזיציע פונעם לומד תורה, איז נישט געוואנדן אין וויפיל ער האט עררייכט צום ציל פון ענדיגן דעם דיקן באנד, נאר די פאזיציע געפינט מען וויפיל מען מוטשעט דעם מח צו ערהייבן א סברת התורה, און דאן ווערט דער מענטש א לומד תורה...


קיינער רעדט נישט פון א דעסטינאציע וואו מען קומט אן, דער פאקט איז אז אין די היינטיגע פאריאגטע וועלט זענען פאראן אידן וואס אויב וויל מען זיי זאלן זיך קובע זיין א שעה אינדערפרי און ביינאכט צו לימוד התורה, מוזן זיי צוקומען צו הילף אין פארעם פון א מגיד שיעור אדער מתיבתא, אמת, יגיעת התורה איז א געוואלדיגע זאך אבער נאך אלץ איז וויכטיג עס זאל זיין אזעלכע פירושים וואס העלפן ארויס אז אפי' א פארנומענער מענטש וואס האט נישט קיין צייט צו יגיעת התורה זאל כאטש קענען מצליח זיין אין קביעות עתים לתורה. והמאור שבה וועט זיכער ברענגען אז במשך הזמן וועט ער מוסיף זיין מיט יגיעת התורה אויך. אבער אויב וועט נישט זיין די פירושים וועט דאס ברענגען אז אסאך יודן זאלן ח"ו נישט עפענען א אידיש ספר.
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

נאפאליאן
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 13, 2010 2:44 pm

תגובהדורך נאפאליאן » זונטאג דעצמבער 19, 2010 4:14 pm

ר' פישל, אויב איז נישט דא קיין צייט פאר לימוד התורה, אדער עס פעלט די געדולד דערצו, וועט עס לכאורה נישט ווערן עררייכט דורך די פארגרינגערטע אויסוועגן.

מיין ארימע מיינונג פארשטייט אז אויב איז טאקע דאס די פראבלעם, קאן א מסילת ישרים ארויסהעלפן...

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » זונטאג דעצמבער 19, 2010 4:26 pm

נאפאליאן האט געשריבן:איז מיין ארימע פראגע, העלפט די אלע זאכן צו, צו לימוד התורה, צו התמדה, להעמיד עומלי תורה, מורי הוראה? אדער איז עס בלויז א פלאץ פארברענגעניש על מדפי הספרים?

אנטשולדיגט, איך האב געמיינט אז דו פרעגסט נאר דיין ארימע פראגע, נאך א לענגערע משא ומתן זעה איך אז דו פרעגסט נישט נאר דו ווילסט סך הכל ארויפצווינגען דיין מיינונג אויף א צווייטן, וויל איך דיר בלויז מודיע זיין אז איך האלט ווייטער אנדערש. און מיין ארימע מיינונג איז אז עס העלפט צו מוסיף זיין ספסלי ביהמ"ד (ביודעי ומכירי קאמינא), אויב האלטסטו אז ספרי מוסר קענען אויך העלפן צו זעצן דעם עולם לערנען קען מען רעדן צו די נדבנים זיי זאלן מנדב זיין נאך ספרי מוסר, אבער עס איז שווער צו גלייבן אז דאס וואס עס איז לאנגע יארן געווען א הזנחה אין קביעות עתים לתורה איז געווען צו פארדאנקען א מאנגל אין ספרי מוסר.
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג דעצמבער 19, 2010 6:00 pm

נאפאליאן האט געשריבן:זינט ווען איז לימוד התורה א זאך וואס עס איז שייך דערביי א דעסטינאציע?

די דעסטינאציע פון לימוד התורה, איז דער עצם לימוד אליין, און אז איינער זעצט זיך אריין אין א אויטא בלויז פאר די תכלית פון ארומקרייזן די גאסן, נעמט ער געווענליך נישט מיט דעם גלאבאלע פאזיציע סיסטעם!

די פאזיציע פונעם לומד תורה, איז נישט געוואנדן אין וויפיל ער האט עררייכט צום ציל פון ענדיגן דעם דיקן באנד, נאר די פאזיציע געפינט מען וויפיל מען מוטשעט דעם מח צו ערהייבן א סברת התורה, און דאן ווערט דער מענטש א לומד תורה...


כדאי ציברענגען דעם חתם סופר אין די דרשות ערגעץ כ'געדענק נישט וואו
תורה איז אנדערש פון אלע חכמות וועלכע אויב מען דעגרייכט נישט עס צי פארשטיין האט מען גארנישט דערפון, אבער תורה באקומט מען שכר אפילו מען מוטשעט זיך און מען פארשטייט נישט, אדער מען לערנט נישט דער ריכטיגער פשט, דער חת"ס איז מסביר מיט דעם די גמרא עתידין אילני סרק שיעשו פירות, אילן סרק איז מרמז אויף איינער וועלכער לערנט און פארשטייט נישט, שיעשו פירות, עס וועט נישט זיין יגיעתו לריק.

כבוד הרב נאפאליאן
פון וואו נעמט איר דאס דער בית יוסף האט געשריבן דעם שו"ע אויף סלאוויש?,

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג דעצמבער 19, 2010 6:07 pm

מצטרף ל'פישל... און אזוי ווי ווינקל זאגט עס ווענט זיך לפי הענין והמצב.

ס'איז קלאר דא א גרויסע תועלת אין דעם.

יהי' כן האקט אריין.. ס'איז קלאר אז מען באקומט שכר פארן זיך מוטשען, אין היינטיגן חק... אגרא דפרקא דוחקא ופרש"י אז רוב עולם פארשטייט נישט אבער מען שטופט זיך צו לערנען קריגט מען שכר. אבער כ'האב געהערט פון א גרויסער מענטש ווי ער האט שטארק משבח געווען די גמרות ארויסברענגעדיג אז אין די צייט וואס מען מוטשעט זיך צו פארשטיין פשטות הדברים (וואס דאס שטעלט די גמ' צו אויף א גאלדענע טאץ) קעמען זיך מעמיק זיין אין די סוגיא. ער זאגט אז ס'איז א גרעסערע מדריגא אין עמלות התורה כאטש די אנדערע סארט איז אויך חשוב.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג דעצמבער 19, 2010 6:19 pm

ומאידך גיסא, האב איך מורא, אז בזמנינו אז לערנען איז געווארן אזא גרינגע זאך, מי יודע אויב מען וועט נישט גרינגער נענש ווערן פארן נישט לערנען........
זאגט מיר איינער וועלכער האט באקומען אן אייפאד אנגעפילט מיט שיעורי תורה, זאגט ער מיר, כ'האב תיכף ומיד אלעס ארויסגעטראסקעט!, כ'וויל נישט מען זאל מיך שמייסן אויף יענע וועלט, אויב האסטו געהאט די גאנצע תורה אין קעשענע פארוואס האסטו נישט געלערנט יעדע פרייע סעקונדע........

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » זונטאג דעצמבער 19, 2010 6:57 pm

פישל האט געשריבן:
והוא פלאי האט געשריבן:אין חז"ל שטייט אלף נכנסין למקרא ומאה למשנה ועשרה לתלמוד ואחד יוצא להוראה
נישט אלף נכנסין להוראה
און ניטאמאל דאס נאר ההוראה יוצאת להם
ואודות המשל לGPS המשל הנכון איז, מען וויל מושטירן סאלדאטען צו פירען א מלחמה און א פרעמדע לאנד גיט מען זיי א GPS?


הא לך לשון המדרש קהלת רבה פרשה ז' פסקה מ:
אדם אחד מאלף מצאתי, בנוהג שבעולם אלף בני אדם נכנסין למקרא יוצאין מהן ק' למשנה יוצאין מהן עשרה לתלמוד יוצא מהם אחד להוראה הה"ד אדם אחד מאלף מצאתי,
ביטע זיי בעסער מסביר וואס דו ווילסט ארויסברענגען מיט דיין תגובה. און קומענדיגע מאל איידער דו ביסט מגיב איבער א לשון חז"ל קוק איבער דעם לשון.

כתבתי מזכרון, והמכוון הוא אותו מכוון
ער זאגט אז ארטסקרול ש"ס איז אלף נכנסין, ענטפער איך אז אלף נכנסים למקרא איז עס נישט, נאר אלף נכנסין לתלמוד, דאס הייסט אז קיינער פארשטייט נישט זיין הגבלות,
אין אנדערע ווערטער דער ארטסקרול אויסער אלע זיינע חסרונות פון איינרעדען דעם עם הארץ אז ער קען לערנען, וואס איז פאר זיך א חסרון, ועוד יותר במה שהאריך הפותח האשכול
האט עס א חסרון, אז עס נעמט צו די נאטורליכע דרגות פון זיך מוטשען, ממילא וועט דאס גארנישט צולייגען און אפשר גורע זיין פון דעם אחד יוצא להוראה
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג דעצמבער 20, 2010 12:12 am

מענין לענין....
צוגעלייגטע
Doing the daf!.jpg
Doing the daf!.jpg (14.92 KiB) געזעהן 2068 מאל

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » מאנטאג דעצמבער 20, 2010 1:25 pm

ווי האט דער הייליגער בארדיטשוב'ער געזאגט?
אפילו אינמיטן ארבעטן דאווענט ער
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מאנטאג דעצמבער 20, 2010 5:08 pm

גיי לערן מיט א גוי ארטסקרול....

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » מאנטאג דעצמבער 20, 2010 7:31 pm

פישל האט געשריבן:
נאפאליאן האט געשריבן:איז מיין ארימע פראגע, העלפט די אלע זאכן צו, צו לימוד התורה, צו התמדה, להעמיד עומלי תורה, מורי הוראה? אדער איז עס בלויז א פלאץ פארברענגעניש על מדפי הספרים?

אנטשולדיגט, איך האב געמיינט אז דו פרעגסט נאר דיין ארימע פראגע, נאך א לענגערע משא ומתן זעה איך אז דו פרעגסט נישט נאר דו ווילסט סך הכל ארויפצווינגען דיין מיינונג אויף א צווייטן, וויל איך דיר בלויז מודיע זיין אז איך האלט ווייטער אנדערש. און מיין ארימע מיינונג איז אז עס העלפט צו מוסיף זיין ספסלי ביהמ"ד (ביודעי ומכירי קאמינא), אויב האלטסטו אז ספרי מוסר קענען אויך העלפן צו זעצן דעם עולם לערנען קען מען רעדן צו די נדבנים זיי זאלן מנדב זיין נאך ספרי מוסר, אבער עס איז שווער צו גלייבן אז דאס וואס עס איז לאנגע יארן געווען א הזנחה אין קביעות עתים לתורה איז געווען צו פארדאנקען א מאנגל אין ספרי מוסר.


כ'בין מיט פישל.
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג דעצמבער 26, 2010 5:18 am

פישל האט געשריבן:
נאפאליאן האט געשריבן:איז מיין ארימע פראגע, העלפט די אלע זאכן צו, צו לימוד התורה, צו התמדה, להעמיד עומלי תורה, מורי הוראה? אדער איז עס בלויז א פלאץ פארברענגעניש על מדפי הספרים?

אנטשולדיגט, איך האב געמיינט אז דו פרעגסט נאר דיין ארימע פראגע, נאך א לענגערע משא ומתן זעה איך אז דו פרעגסט נישט נאר דו ווילסט סך הכל ארויפצווינגען דיין מיינונג אויף א צווייטן, וויל איך דיר בלויז מודיע זיין אז איך האלט ווייטער אנדערש. און מיין ארימע מיינונג איז אז עס העלפט צו מוסיף זיין ספסלי ביהמ"ד (ביודעי ומכירי קאמינא), אויב האלטסטו אז ספרי מוסר קענען אויך העלפן צו זעצן דעם עולם לערנען קען מען רעדן צו די נדבנים זיי זאלן מנדב זיין נאך ספרי מוסר, אבער עס איז שווער צו גלייבן אז דאס וואס עס איז לאנגע יארן געווען א הזנחה אין קביעות עתים לתורה איז געווען צו פארדאנקען א מאנגל אין ספרי מוסר.


פישל ;l;p-

און אצינד לענין. איך האב א נאנטן חבר וועלכער האט א זון מיט גאר א גוטן קאפ, און די מלמדים אין חדר האבן זיך אפגערעדט אז ער זיצט דארט גאנצע טעג און האט נישט וואס צו טון ווייל ער קען שוין מאנטאג אלעס, און די איבריגע טעג ווערט ער משוגע פארליידיג גיין, די מלמדים און מנהל האבן גע'טענה'ט אז דער טאטע דארף נעמען א פריוואטן מלמד וועלכער זאלן צולערנען מיט אים, אבל דא עקא אז מיין חבר מוטשעט זיך אויף פרנסה און קען אזא פריוואטן מלמד קיינמאל נישט באצאלן, האט ער געקויפט דעם זון א מתיבתא גמרא, און דער זון זיצט אין קלאס, און ווען די אנדערע קינדער חזר'ן דעם שיעור פון די וואך לערנט ער פאר זיך אין מתיבתא גמרא. דער אינגל האט אין איין יאר מסיים געווען צוויי מסכתות גמרא (אויסער אלע לימודים פון חדר) און זיך פארהערט ביי צוויי רבנים, ער האט עס גוט געקענט.

ב. אין א דור וואס בחור'ליך און אינגעלייט דרייען זיך ארום מיט אייפאדס אנגעפיללט מיט שטותים, און בלעקבעריס מיט וועלכע מען שיקט זיך אלע מינים נארישע דשאוקס און בילדער, און דאס אלעס קומט אן קיין שום יגיעה, דארף מען צושטעלן תורה אז עס זאלן זיין אויף א קאמפיטינג לעוועל, אויב נישט וועט חלילה זיין תורה מונחת בקרן זויות.

ג. אמת אז לערנען תורה אליינס, לימוד התורה, איז א ענין פאר זיך, איז אבער אויך דא א ענין פון ידיעת התורה. דאס זענען צוויי עקסטערע עניינים.
אויף לימוד התורה איז גענוג ווען דו נעמסט א גמרא און די זאגסט די ווערטער, אן פארשטיין אפילו איין ווארט וואס דו זאגסט. און כ'על דיר זאגן נאך מער. עס ווערט געברענגט, אז מען קען מקיים זיין מצות לימוד התורה דורך זאגן די ווערטער "ואחות לוטן תמנע", וועלכע איז א פולער פסוק אין די תורה הק'. וואלט איך געוואלט זען דו זאלסט יעדע נאכט זיצן א שעה, און זאגן איינמאל און נאכאמאל, ואחות לוטן תמנע. דו ביסט מקיים מצות לימוד התורה יעדע רגע.

דער פוינט איז, אז רוב מענטשן ווילן פילן אז זיי זענען ערגעץ אנגעקומען. זיי האבן פארשטאנען וואס זיי האבן געלערנט, זיי האבן וואס איבערצוזאגן, וואס איבערצוטראכטן נאכן שיעור, מארגן צופרי אויפן וועג צום ארבעט, וכדו'. און צו גיין זאגן אז מען זאל דאס נישט מאכן ווייל מען איז מקיים לימוד התורה אן דעם איז 'לדעתי' נישט ריכטיג.

יהיה כן האט געשריבן:זאגט מיר איינער וועלכער האט באקומען אן אייפאד אנגעפילט מיט שיעורי תורה, זאגט ער מיר, כ'האב תיכף ומיד אלעס ארויסגעטראסקעט!, כ'וויל נישט מען זאל מיך שמייסן אויף יענע וועלט, אויב האסטו געהאט די גאנצע תורה אין קעשענע פארוואס האסטו נישט געלערנט יעדע פרייע סעקונדע........

איך שטוין פון דעם איד'ס חכמה, אפשר שיקסטו מיר זיין נומער אין אישי, איך האב אפאר שווערע עניינים אויף וועלכע איך דארף אן עצה, זעט מיר אויס אז מיט זיין חכמה וועט ער מיר קענען פירן אויפן ריכטיגן וועג...

ד. בעצמי שמעת פון הגאון ר' טובי' ווייס, ירושלים'ער רב שליט"א, אז ער האט געבעטן ביי ר' יושע לייפער אז עס וואלט געווען זייער א גוטע זאך צו מאכן אזא געדאנק ווי מתיבתא אויף שולחן ערוך. אויב ירושלים'ער רב פארשטייט אזוי, דארף איך נישט פארשטיין בעסער. בפרט ווען די סארט גמרות האבן מיר אליינס שוין אסאך געהאלפן, און כמה וכמה תלמידי חכמים עצומים רעדן בשבחו פון דעם גאר שטארק.

און צום שלוס, יעדער פארשטייט אליינס אז מען רעדט נישט דא פון אויסשטעלן פרישע גאונים און מורי הוראה. ניין, דאס ווייסט יעדער אז עס קען נאר קומען פון אסאך אסאך יגיעה עצומה אין לימוד התורה, בעיון, און דערנאך דארף מען שימוש תלמידי חכמים. אבער אז דער המון עם איד זאל קענען לערנען מער, און בעסער. האט דאס זיכער אסאך אויפגעטאן.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » זונטאג דעצמבער 26, 2010 6:56 am

איך וויל מיך נאר באציען אויף דיין ואחות לוטן תמנע חכמה'לע
א' לויט רוב אחרונים, עי' בשו"ע הרב הל' ת"ת, איז מען נאר יוצא מיט זאגן אן פארשטיין ביי תורה שבכתב, נישט ביי ת"ת שבע"פ
ב' אויב קען מען לערנען בעיון און מען לערנט אזוי, הייסט עס לכמה פוסקים ביטול תורה, והראי' ממבטלים ת"ת למקרא מגילה
דאס איז בנוגע דעם צושטעל
בנוגע דעם רעשט, אויף ארסטקרול יש לפלפל ווי ערליך זיי זענען, און אויב עס איז כדאי, אבער ע"פ רוב איז עס א גוטע ארבעט, משא"כ מתיבתא' וואס איז פונקט גוט פאר א 11 יעריגע חריף...
למה זה תשאל לשמי...

imzist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

תגובהדורך imzist » זונטאג דעצמבער 26, 2010 10:11 am

והוא פלאי האט געשריבן:ב' אויב קען מען לערנען בעיון און מען לערנט אזוי, הייסט עס לכמה פוסקים ביטול תורה, והראי' ממבטלים ת"ת למקרא מגילה
דאס איז בנוגע דעם צושטעל
בנוגע דעם רעשט, אויף ארסטקרול יש לפלפל ווי ערליך זיי זענען, און אויב עס איז כדאי, אבער ע"פ רוב איז עס א גוטע ארבעט, משא"כ מתיבתא' וואס איז פונקט גוט פאר א 11 יעריגע חריף...


על ראשון ראשון. מעולם לא שמענו אז עיון זאל מיינען זיך פלאגן צו כאפן וואס עס שטייט. עיון מיינט, צו אריין גיין בעומק הענין, און נישט לערנען שטחיותדיג. אדרבה, סאיז ידוע וואס די פריערדיגע זענען זיך מתמרמר בימיהם, אז די מחברי ספרים שרייבן מיט א שווער לשון און ברענגען נישט קלאר ארויס דער מובן, ווייל אזוי קומט אויס אז במקום מען זאל קענען תיכף כאפן דעם ענין און גיין ווייטער מרבה זיין חיילים לתורה, איז מען פארנומען זיך צו מוטשען צו כאפן די פשט וואס דער מפרש האט דא געוואלט. (גראדע איז יא דא א תרוה"ד וואס האקט קעגן דעם אוצר החכמה געדאנק, ואכמ"ל).

ארטסקרול איז זייער גוט ווען איינער וויל פארשטיין די גמרא פופציג פראצענט בעומק. מתיבתא, איז ווייט נישט אזא גוטער לשון, און עס לערנט זיך נישט אזוי געשמאק, אבער עס איז זיכער א פיל טיפערער און מקיף'דיגער פירוש.

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג דעצמבער 26, 2010 11:41 am

והוא פלאי האט געשריבן: משא"כ מתיבתא' וואס איז פונקט גוט פאר א 11 יעריגע חריף...


איך ווייס נישט ווי אלט דו ביסט, אבער איך האב שוין געהערט פון מערערע 'רבנים' וועלכע זענען שוין עלעוו און אהאלב, און אפילו צוועלעף אז מתיבתא איז א געוואלדיגע ארבעט. זיי בענטשן דעם טאג וואס דאס איז ארויסגעקומען, און זיי בענטשן עוז והדר פארן דאס ארויסגעבן. וגם אני בחלומי, אלס פשוט'ער איד, האב איך זייער הנאה דערפון. איין זאך בין איך מודה, אז דער לשון אין ארטסקרול ליינט זיך מער געשמירט, אבער נישט אויף אזוי פיל אז איך זאל מוותר זיין אויף אלע הוספות וואס מתיבתא שטעלט מיר צו. מתיבתא איז נאך גענוג געשמאק דער לשון אז איך דארף זיך נישט מוטשענען דערויף.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

זיידענע בעקיטשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 17, 2010 8:00 am

תגובהדורך זיידענע בעקיטשע » זונטאג דעצמבער 26, 2010 12:22 pm

איך האב אמאל געזען און איינע פון די בלעטער אז איינער שרייבט א שיינע נקודה וועגן די נושא.

פין אויבן קוק'ט טאקע אויס אז די מתיבתא וכדו' האבן אוועק גענומען די יגיעת התורה אבער באמת איז נישט אזוי.
ווייל ווער ס'זאגט אז מתיבתא וכדו' נעמט צו די יגיעת התורה, מאכט פשוט חוזיק פון די תורה, סאיז דאך באוויסט אז די תורה איז זייער טיף אן קיין שיעור, והראיה: אז די גרויסע גאונים ות''ח, נאך דעם וואס זיי האבן פארשטאנען די גמרא אויפ'ן דרגא ווי מתיבתא וכדו' אין פין דעסוועגן האבן זיי נאך מתייגע געווען ווייטער אין ווייטער, טיפער און טיפער.
הק' זיידענע בעקיטשע מיושבי ארץ הקודש

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5876
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג דעצמבער 26, 2010 3:40 pm

איך קען נאר אגריען מיט טהור'ל
אין אזא וועלט וואס מיר לעבן היינט, וואס ס'איז גרינגער אנצקומען צו די גרעסטע שמוץ בעולם ווי אפצולערנען א עמוד גמרא אגדתא אין מס' ברכות פרק מאימתי, איז דאס א דבר גדול ונורא עד מאד.
און האב נישט אזוי מורא אז מען וועט דיר לכבוד דעם מער שמייסן, ווייל די נסיונות זענען היינט גרעסער.
שכחת התורה איז סיי ווי דא, אז די גמרא זאגט שתשתכח תורה מישראל, וועט עס פאסירן מיט מתיבתא צו אן מתיבתא, א ישיבה בחור פון 18 יאר אין יאר תש"נ האט נישט געקענט העלפט וואס א ישיבה בחור פון 18 יאר האט געקענט אין יאר תר"צ, און היינט צוטאגס איז די מצב נאך ערגער, פרעגט אייך נאך ביי די מגידי שיעורים און ראשי ישיבה.
און אויב העלפט דאס פאר א פלעינער אינגערמאן פרייטאג צו נאכטס נאך די סעודה ער זאל זיך אראפזעצן צו א גמרא אנשטאט צו א צייטונג וכו' איז שכרו פון די מו"ל הרבה מאד.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

תגובהדורך קארל » זונטאג דעצמבער 26, 2010 6:22 pm

בקובץ "אור ישראל", טבת תשס"ח, הופיעו כמה מאמרים בענין זה.


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט