בלאט 1 פון 31

גוגל קראום

געשריבן: דינסטאג מארטש 08, 2011 12:44 pm
דורך זייער נייגעריג
כ'זעה מ'רעדט איבעראל פין קראום, אבער א עקסטערע אשכול האט זיך נאך קיינער נישט ערלויבט צו עפענען.

-----

קראום האט באקומען א אפדעיט, מ'קען עס באקומען ביי אפשענס> about google chrome
פין מעלות וואס זענען צוגעקומען איז
די אפשענס ווערן א עסטערע טעב נישט א קליינע ווינדאו ווי ביז יעצט.
ס'דא א סוירטש באקס ווי מ'קען סוירטשן יעדע אפשען.
אויב וויל אמאל וויזן פאר איינעם ווי א סעטינג איז, דארף מען זיך מער נישט פלאגן מסביר צו זיין ווי ס'איז, יעדע אפשען באקומט א עסטערע לינק
למשל איינער זיכט ווי צו ארבעטן מיט די פעסווארדס לייגט ער אריין password קומען ארויף אלע פעסווארד אפשענס, אין ווען ער גייט אריין אונעם אפשען, האט ער אונעם אדרעס באר א לינק צו דעם אפשען

http://chrome.blogspot.com/2011/03/spee ... romes.html

געשריבן: דינסטאג מארטש 08, 2011 1:04 pm
דורך פונקטליך
איך האב אטומאטיש באקומען די אפדעיט (דאכצעך 2 וואכן צוריק).

געשריבן: דינסטאג מארטש 08, 2011 1:58 pm
דורך פונקטליך
ס'קען זיין ס'איז שוין געווען פארן אפדעיט אבער איך האב עס הערשט באמערקט נאכדעם, דאס איז "גוגל קלאוד פרינט", אז דורך קראם קען מען פרינטן דורך א פרינטער אין אנדערן עק וועלט.

איינער נוצט עס?

געשריבן: דינסטאג מארטש 08, 2011 3:38 pm
דורך KNAKER
and is it working faster also ?

געשריבן: דינסטאג מארטש 08, 2011 5:25 pm
דורך thefact
אינטערעסאנט! פייערפאקס בעטא 4.0 מאכט נאך גוגל קראום

געשריבן: דינסטאג מארטש 08, 2011 8:38 pm
דורך אךשמח
איך נוץ פיירפאקס אויפן ענדרויד וואס סינקט עס צום פייערפאקס אויפן קאמפיוטער און כ'בין זייער צופרידן פון די פולע מעלות דערפון אבער נעמט אביסל מער צו לאודן ווי אנדערי בראוזערס אויפן ענדרויד מארקעט.

געשריבן: מיטוואך מארטש 09, 2011 12:06 am
דורך וואדקע
וואזוי ארבייט די גוגל פרינט אפשען?

וויאזוי צו מאכן א שארטקאט צום דעסקטאפ אין קראום

געשריבן: מאנטאג אפריל 11, 2011 10:31 am
דורך מי חכם
לאנג וואס איך מוטשע זיך וויאזוי צו מאכן א שארטקאט צום דעסקטאפ. דער אפשען ווואס קראום אליינס שטעלט צו מאכט אז יעדעס מאל וואס איך עפן דעם שארטקאט עפנט זיך עס ווי א אפליקעישאן, נישט ווי א וועבפעידזש.

סאו די עצה איז, צו נעמען דעם גרויען באלי אויף די לינקע זייט פונעם אדרעס באר, (נישט די סטאר וואס איז די בוקמארקס, די אנדערע זייט), און מאכן "דרעג און דראפ" אויפן דעסקטאפ, און עס ארבעט א מחי'.

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2011 1:35 pm
דורך משה קארנפעלד
טיפס פאר גוגל קראם.

איך נעם נישט קיין אחריות אז עס איז אינטערעסאנט.

געשריבן: דאנארשטאג יוני 02, 2011 10:47 am
דורך שאינו יודע
וואדקע האט געשריבן:וואזוי ארבייט די גוגל פרינט אפשען?



עס ארבייט מיט די אימעיל אדרעס אז מען סיינט זיך ארויף ביי איין קאמפיוטער, און די פרינטערס פון די קאמפיוטערס ווערן ארויפגעסיינט אויף קלאוד פרינט
און שפעטער קענסטו זיך ארויפסיינען אויף די אימעיל אדרעס פון סיי וועלכע קאמפיוטער און פרינטען
איך האב עס נאכנישט פראבירט דאס איז וואס זיי שרייבן

געשריבן: דאנארשטאג יוני 02, 2011 11:18 am
דורך שאינו יודע
די ניו טעב פעידזש וואס עס האט איז אויך זייער א גיטע זאך

געשריבן: דאנארשטאג יוני 02, 2011 11:26 am
דורך פונקטליך
דערווייל ארבעט קלאוד פרינט נאכנישט דורכן קאמפיוטער נאר דורכן ענדרויד פאון

געשריבן: דינסטאג יוני 28, 2011 8:28 am
דורך בשמים
די לעצטע צוויי טעג איז מיר שווארץ געווארן פאר די אויגן... די אויבערשטע טעב ביי גוגל היים בלאט נוצענדיג קראם, איז שווארץ געווארן (זעה בילד), וואס איז די באדייט דערפון? און וואס איז די רפואה צו די מכה?

געשריבן: דינסטאג יוני 28, 2011 11:29 am
דורך האניג
ס'נישט קיין מכה. ליין דא.

געשריבן: דינסטאג יוני 28, 2011 11:40 am
דורך בשמים
איז דא א וועג צוריקצודרייען די יוצרות אזוי ווי ס'איז געווען בשנים קדמוניות?

געשריבן: דינסטאג יוני 28, 2011 12:03 pm
דורך האניג
אדער גייען זיי עס אליינס צוריקדרייען, אדער גייט עס יעדע האבן איין טאג.

געשריבן: מיטוואך יוני 29, 2011 1:42 pm
דורך האניג
אקעי, ס'זעט אויס ווי יעדער גייט עס האבן, כ'שטיי אויף היינט צופרי, און ס'מיר שווארץ געווארן פאר מיינע אויגן, כ'האב עס טאקע נישט צו שטארק ליב, רבוש"ע! ס'דאך שווארץ!, שוין עמער מוזן לעבן דערמיט.

אגב, ס'נישט נאר קראוס, איך נוץ פייערפאקס.

געשריבן: מיטוואך יוני 29, 2011 1:51 pm
דורך פינטעל
אין קראום קען מען עס צירוק ווייס מאכן מיט די פלאגין:
http://userscripts.org/scripts/show/105744

געשריבן: מיטוואך יוני 29, 2011 1:53 pm
דורך האניג
שכוח, כ'נוץ נישט קראום, אבער אפילו אויב יא, וועל איך אנדערש ווארטן און זען צי כ'קען ווערן צוגעוואונט צום שווארץ ווי איידער שטאט מאכן דעם בראוזער מיט נאך א פלאג-אין.

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:08 am
דורך מי יודע
איך ווייס נישט ווי ס'באלאנגט די שאלה, די אשכול האב איך די ערשטע באגעגנט שרייב איך עס דא

איך נוץ גוגל קראם פאר מיין בראזער, און מיין אימעיל באקום איך ביי אוטלאק עקספרעס, געווענליך האב איך א מעיל מיט א לינק און איך קליק דערויף, עפנט זיך אויטאמאטיש אויף גוגל קראם, אפילו איך האב אינסטאלט אויך IE ווי באלד גוגל קראם איז מיין דיפאלט בראזער

נעכטן האב איך מיר עפעס ארומגעשפילט און אינסטאלט אנדערע בראזערס איך האב געוואלט זען ווי אזוי זאכן ארבעטן, למעשה האב איך אלעס אנאינסטאלט, אבער זינט דעמאלטס ווען איך פרוביר צו עפענען דורך אוטלאק א וועב זייטל גייט עס צו IE און ס'בלייבט בלענק, גארנישט עפנט זיך נישט
איך האב שוין ריאינסטאלט גוגל קראם און אנגעשטעלט פאר דיפאלט ואין פוצה פה ומצפצף, קאן איינער ביטע העלפן?

יישר כח

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 01, 2011 2:31 pm
דורך מי יודע
נו ווער קען העלפן?

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 01, 2011 2:58 pm
דורך thefact

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 01, 2011 3:43 pm
דורך מי יודע
כ'האב מורא האסט נישט פארשטאנען מיין קשיא

מיינע לינקס אין אוטלאק עפנט זיך צו IE ובנוסף עפנט זיך נאר די בראזער און ס'פירט נישט אין ערגעץ

איך וויל מיינע לינקס זאלן פירן צו גוגל קראום

און גוגל קראום איז מיין דיפאלט בראזער

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 01, 2011 4:17 pm
דורך פארדינט

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 01, 2011 4:58 pm
דורך מי יודע
פארדינט האט געשריבן:פרוביר דאס:
http://www.timeatlas.com/5_minute_tips/ ... il_to_work

יאפ ס'האט געארבעט
א ריזן יישר כח פארדינט