היי ספיד אינטערנעט

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

וויל וויסן
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2010 11:37 am

היי ספיד אינטערנעט

תגובהדורך וויל וויסן » דינסטאג פאברואר 23, 2010 5:59 pm

עברתי על כל האשכולות ולא מצאתי אשכול ששמו "היי ספיד אינטערנעט" על כן אזרתי חיל לפתוח ולשאול אלו שגדולים ממנו בחכמה ובמנין (תגובות)

איך בין א איד פון דער אלטער היים, און איך נוץ נאך כהיום יום דייל אפ, איך וויל אנהייבן מיט די עס על ווייל איך בין שוין זאט פון עסן צווישן איין וועב זייטל ביז די צווייטע, און אויסגערוט פון דרימלען צווישן איין תגובה און די צווייטע.
עכ"פ וויל איך וויסן אזוי, וועלכע קאמפאני איז גוט און ביליג, צו נוצן פאר היי ספיד, (דזשעי נעט איז צו טייער פאר מיר, איך האב "פילטער נעט")
און אזוי אויך ווען איך סיין אויף, קומט עפעס א ספעציעלע ווייער, דארף איך אין מיין אפיס אויפן וואנט אויך עפעס אויפסעטן, לאמיר הערן, וואס איז אלס אינוואלווד דא?
ווען איך וויל עפעס וויסן, און איר טוט א ענטפער אנשליסן, על העתיד טו איך אייך יעצט באגריסן, אז איך קען פון אייך געניסן

יישר כח

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג פאברואר 23, 2010 8:26 pm

וויל וויסן האט געשריבן:עברתי על כל האשכולות ולא מצאתי אשכול ששמו "היי ספיד אינטערנעט"


אוי וויי, מיט דייל אפ ביסטו אריבער אלע אשכולות, דו האסט זיכער אנגעהויבן ווען קרעמער האט נאך געהאלטן ביי 15 טויזנט תגובות...
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1503
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג פאברואר 23, 2010 9:22 pm

קודם כל וויל איך אייך פרעגן וואס איר וועט טוהן מיט די פילע צוגעקומענע שעות מיט וואס איר וועט אייך פלוצלינג דערזעהן, נאכן טוישן פון דייל-אפ צו היי-ספיד, אוודאי געוויס קומט א פרישע סיום מסכתא גאר אינגיכן.

און יעצט צו אייער שאלה, איך בין נישט דער גרויסער קענער אבער וויפיל איך ווייס וועל איך אייך פרובירן צו העלפן

עס זענען בעיקר פארהאן צוויי ערליי וועגן וויאזוי צו האבן היי ספיד אינטערנעט, קעיבל און DSL

קעיבל ווערט געווענליך צוגעשטעלט דורך געציילטע גרויסע קאמפאני'ס ווי Cablevision-Optimum, Time Warner Cable און Comcast
צו האבן קעיבל סערוויס דארף מען נישט האבן א טעלעפאן ליין, ווען מ'באשטעלט עס וועט די קאמפאני אריינציען ספעציעלע קעיבל ווייערס אינעם הויז, די ווייער פלאגט מען דערנאך אריין אין א מאשין וואס הייסט א קעיבל מאדעם וואס ווערט געווענליך געגעבן דורך די קאמפאני (אבער נישט אלעמאל)

DSL איז א קאנעקשאן וועלכע ארבעט אינאיינעם מיט א טעלעפאן ליין, עס ווערט צוגעשטעלט דורכ'ן טעלעפאן קאמפאני אדער דורך 3rd party קאמפאני'ס וו.צ.ב. Xchange, JNet א.ד.ג.

דעם עצם קאמפיוטער אז עס זאל ווערן באהאפטן צום (טריפה'נעם) אינטערנעט, קען מען אדער מיט א ווייער וואס רופט זיך א Ethernet Cable (עס איז ענליך צו א טעלעפאן ווייער נאר מיט א גרעסערע פלאג), אדער קענט איר אויפסעטן א Wireless router, וואס דאס איז געאייגנט אויב איז די קאמפיוטער נישט גענוג נאנט צום פלאג אדער פאר א לעפטאפ עס זאל נישט דארפן זיין אלעמאל צוגעטשעפעט צום פלאץ.

עס זענען אויך פארהאן נאך פארשידענע אופנים פון היי ספיד אינטערנעט ווי למשל דורך די סעלפאן קאמפאני'ס אדער די גאר טייערע T1 וכדו', אבער די וואס אונז פשוט'ע בשר ודמים נוצן איז בעיקר קעיבל און DSL (ווי אויך FIOS פון ווערייזאן וואס איז בערך ווי DSL)

דאס אלעס האב איך געשריבן לפי קט שכלי ומיעוט ידיעתי, און איך האף מיט א האפענונגספולע האפענונג אז מיינע ארימע רייד וועלן נתקבל ווערן ביי אייך לרחמים ולרצון, ואל יצא מתחת ידי דבר מכשול

פונעם געהעריגן טעלעפאן ווייער וואס איר פלעגט ניצן פאר דייל-אפ קענט איר זיך שוין געזעגענען, ווי אויך זענען די אלטע גוטע צייטן -ווען איר פלעגט נישט קענען רעדן אויפן טעלעפאן בשעת'ן זיין קאנעקטעד- האפענטליך א פארגאנגענהייט

דער עיקר אבער הרב ר' "וויל וויסן" זאלט איר נישט פארגעסן אז "תכלית הידיעה שלא נדע"

וויל וויסן
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2010 11:37 am

תגובהדורך וויל וויסן » מיטוואך פאברואר 24, 2010 11:56 am

א גרויסן יישר כח הרב "בשבילי נברא" פאר אייערע טייערע צייט.
יעצט, איך וויל האבן DSL נישט קעיבל, מיין קאמפיוטער איז גראדע יא נעבן פלאג ממילא קען איך מיר ערלויבן Ethernet Cable
מיין שאלה איז אבער יעצט, איז דא עפעס מער מעלות אדער חסרונות צווישן Ethernet Cable און Wireless router חוץ ווי א פלאג?
און דער פלאג ווען מען האט, דארף מען פאר די וואנט אויך איבערמאכן דעם פלאג? און אויב האט מען די ווייערלעס דארף מען דאס ערגעץ איינפלאגן, אין א געהעריגע פלאג, און טעל. דזשעק.

און ווי אויך מיין עיקר שאלה
א גוטע ביליגע קאמפאני, ווייסט איינער?

יישר כח
ווען איך וויל עפעס וויסן, און איר טוט א ענטפער אנשליסן, על העתיד טו איך אייך יעצט באגריסן, אז איך קען פון אייך געניסן

יישר כח

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מיטוואך פאברואר 24, 2010 4:26 pm

ווערייזאן די עס על איז 19.99 א חודש
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10806
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך פאברואר 24, 2010 6:45 pm

וויל וויסן האט געשריבן:א גרויסן יישר כח הרב "בשבילי נברא" פאר אייערע טייערע צייט.
יעצט, איך וויל האבן DSL נישט קעיבל, מיין קאמפיוטער איז גראדע יא נעבן פלאג ממילא קען איך מיר ערלויבן Ethernet Cable
מיין שאלה איז אבער יעצט, איז דא עפעס מער מעלות אדער חסרונות צווישן Ethernet Cable און Wireless router חוץ ווי א פלאג?
און דער פלאג ווען מען האט, דארף מען פאר די וואנט אויך איבערמאכן דעם פלאג? און אויב האט מען די ווייערלעס דארף מען דאס ערגעץ איינפלאגן, אין א געהעריגע פלאג, און טעל. דזשעק.

און ווי אויך מיין עיקר שאלה
א גוטע ביליגע קאמפאני, ווייסט איינער?

יישר כח

מ'דארף נישט גארנישט איבערמאכן קיין פלאגס, עס קומט מיט א געווענליכע פלאג און ספעציעלע פילטערלעך וואס מען שטעקט איין אין אלע טעלעפאן דזשעקס.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

וויל וויסן
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2010 11:37 am

תגובהדורך וויל וויסן » דינסטאג מארטש 02, 2010 10:03 am

א עצה ביטע איך וויל שרייבן און עס פאסירט די פאלגענדע


׀ גזװ ׁ״ג ׀ ױױ יטׁ ׀ױ גב ה׀בט״ ׃ ה׀ׂגא׃ג
ווען איך וויל עפעס וויסן, און איר טוט א ענטפער אנשליסן, על העתיד טו איך אייך יעצט באגריסן, אז איך קען פון אייך געניסן

יישר כח

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דינסטאג מארטש 02, 2010 10:21 am

איך האב מיך אסאך נאכגעפרעגט און איך האב געזעהן אז CABLE VISION - OPTIMUM האט די ביליגסטע פרייזען עס קאסט 29.99$ טעקס אינקלודעד
און נאך א גרויסע מעלה אז עס איז אן א קאנטרעקט נישט אזווי אלע אנדערע קאמפאניס וואס האבען א קאנטרעקט מינימום פאר א יאר.
די קענסט אויך האבען טעלעפאון פאר 29.99$ טעקס אינקלודעד דאס איז אריין גערעכענט USA CANADA
און מתן שכרה בצידה: אויב די נעמסט טעלעפון מיט אינטערנעט ציזאמען קענסטו באקומען א איי פאד טאטש בחונם נאך א חודש האבען די סערוויס, אדער קענסטו צירוק באקומען 200$ נאך פיר חדשים האבען די סערוויס.
איך בין זיכער אז יעדער האט שוין באקומען דעיע אפער OFFER און פאסט מינימום טויזענט מאל עכ"פ און בארא פארק זיכער און יעדער ווארפט עס גלייך ארויס מען מיינט אז עס איז סתם שטותים  
לעצט פאראכטן דורך קהת אום דינסטאג מארטש 02, 2010 1:39 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » דינסטאג מארטש 02, 2010 10:34 am

זיי צאלן דיר אויך די קאסטן אפצוהאקן מיט דיין יעצטיגע קאמפעני אויב ביזט אינמוטן די קאנטרעקט.

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1503
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג מארטש 02, 2010 7:02 pm

דאכט זיך אז די פרייז פון $29.99 איז נאר אויב מען נעמט ביידע סערוויסעס צוזאמען, טעלעפאן און אינטערנעט
פאר בלויז אינטערנעט אליין קאסט עס מער

אויך זענען די פרייזן אפיציעל נאר פאר די ערשטע יאר וואס מען איז ביי זיי, זיי זאגן אבער אז פאר נאכן ערשטן יאר האבן זיי אוועקגעלייגט א special offer פאר די עקזיסטירענדע קאסטומער, זיי זענען נישט צופיל מפרש וואס דאס מיינט, אבער עכ"פ פארן ערשטן יאר איז זיכער אז זיי זענען גוט (און שנעל)

זיי בעטן א installation fee פון $40, און א number transfer fee אויך פון $40 צו אריבער ברענגן א אלטע טעלעפאן נומבער צו זיי
עצה טובה!! אויף די installation fee קען מען געווענדליך האנדלען אז זיי זאלן עס נישט רעכענען, פרובירט אויס! שאטן וועט עס זיכער נישט

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דינסטאג מארטש 02, 2010 7:05 pm

לויט ווי איך האב פארשטאנען איז די פרייז 29.99$ אפי' אויב מען נעמט נאר איינס פון זיי, געב זיי א רוף איך מיין אז זיי זענען אפען 24 שעה
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג מארטש 02, 2010 7:44 pm

וויל וויסן;

כ'אב כמעט נישט וואס צוצולייגן צו בשבילי נברא, זייער גוט געזאגט.

איין זאך אבער, DSL ווערט צוגעשטעלט (מיין איך) נאר דורך ווערייזאן, דערפאר מוזטו אויטאמאטיש נעמען ווערייזאן פאר DSL, אבער ווערייזאן גיבט נאר DSL פאר זייערע קליענטן דאס מיינט אז דיין טעלעפאן סערוויס וועסטו מוזן סוויטשן צו זיי.
אזוי אויך קענסטו נוצן איינעם פון ווערייזאן'ס סובס למשל עקסטשעינזש, דאן וועסטו מוזטו נעמען עקסטשענזש פארן טעלעפאן ליין אויך אא"וו.

לגבי ווייערלעס, עס איז גענוי די זעלבע ווי ווייערד, בלויז א באקוועמליכקייט. פונקט ווי דיין סעלפאן אנשטאט א לענדליין.
מוזט דערפאר פונקט אזוי באשטעלן DSL אלעס געהעריג.

אבער כדי צו קענען בכלל נוצן ווייערלעס קאננעקשאן דארפסטו האבן צוויי זאכן:
1. דיין PC זאל זיין קעיפעבל זיך צו קענען קאנעקטן ווייערלעסלי (ווייערלעס קארד - בילט-אין אדער עקסטערנעל)
2. א ווייערלעס ראוטער בנוסף צו די DSL מאדעם (אויך עוועילעבל אינטעגרעיטעד)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

וויל וויסן
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2010 11:37 am

תגובהדורך וויל וויסן » מיטוואך מארטש 03, 2010 8:04 am

יישר כח פאר אלע וואס פרובירן צו העלפן

איך וואוין אין קרית יואל ממילא האב איך פראנטיער, און איך גלייב נישט אז איך קען נוצן ווערייזאן (אויב ווייסט איינער אנדערש ביטע זאגן)
אבער איר הרב שוועמל אז איר זאגט עפעס לאמיר אייך פרעגן, וואס הייסט א ווייערלעס ראוטער בנוסף צו א DSL מאדעם?
איך האב גערעדט צו פראנטיער האבן זיי מיר געזאגט אז קאסט בערך 30 דאלאר פאר בערך 1 MB, און בערך 40 דאלאר פאר 3-4 MB, פלאס א פיא פאר די ראוטער וואס זיי שטעלן צו, פארשטיי איך אז לכאורה דארף איך נישט האבן קיין DSL מאדעם?
און אזוי אויך איז מיין שאלה, איז 1 MB גענוג שנעל אויף אזויפיל מען זאל נישט דארפן זאגן צען קאפיטלעך תהלים ווי לאנג א סייט עפענט זיך?
ווען איך וויל עפעס וויסן, און איר טוט א ענטפער אנשליסן, על העתיד טו איך אייך יעצט באגריסן, אז איך קען פון אייך געניסן

יישר כח

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מארטש 03, 2010 8:33 am

פון דיינע ווערטער פארשטיי איך אז זיי געבן דיר א אינטעגרעיטעד ראוטער\מאדעם.

1 מב איז דעפיניטלי שנעלער פון דייעל אפ, אבער 3 מב איז נאך שנעלער..
אויב נוצטו אינטערנעט בלויז פאר קרעטשמע איז איין מב גוט, די חילוק וועט זיך שטארק אנזען ביים וואטשן קליפס.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

רעיא מהימנא
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2009 2:02 pm

תגובהדורך רעיא מהימנא » מאנטאג אפריל 12, 2010 5:12 pm

thefact האט געשריבן:ווערייזאן די עס על איז 19.99 א חודש

איך האב עקסטשעינדש אין ציליב זייער שרעק ליכע סערוויס וויל איך טוישען,. (שו ין כמעט 2 חדשים ארביט שוין ניש מיין די.עס.על. אין יעדען טאג האבען זיין פרישע תוריצים).
ביי עקסשטעינדש צאל איך נאר 10 דאלער א חודש. איך בין גרייט צי צאלען טייערער, אבער וויאזוי קען עס זיין אז עקסטשעינדש זאל האבען די ביליגסטע פרייזען -איז נישט דא אנדערע קאמפעניס וואס האבען אזעלעכע ביליגע פרייזען???
ווערייזען צוואנציג דאלער א חודש מיין איך איז נאר פאר זייערע קאסטעמערס.

ווייסט איינע פין גיטע די.עס.על. סערוויס וואס איך קען האבען אין בלייבען מיט עקסטשעינדש טעלעפאן סערוויס??

WSPU
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 11:38 pm

תגובהדורך WSPU » דינסטאג אפריל 13, 2010 12:15 am

im using the sprint usb virles internet, works very fast by me.
i had first verizon DSL and it stopped working 1 day, verizon didnt did anything about that, they said everything works perfect.
so i swiched to sprint usb.

רעיא מהימנא
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2009 2:02 pm

תגובהדורך רעיא מהימנא » דינסטאג אפריל 13, 2010 7:04 am

אין ווי פיל באצאלטי א חודש פאר ספרינג יא.עס.בי?

good_luck
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 13, 2010 11:10 pm

תגובהדורך good_luck » דינסטאג אפריל 13, 2010 9:04 am

איך האב יעצט א ספרינט USB ווייערלעס קארד און מיין עריע (ווילי) האט די בעסטע בראדבענד קאנעקשן וואס ספרינט האט נאר אויף 4G) 3G איז נאכנישט אוועיליבעל אין NY בכלל), כ'קען נישט זאגן אז ס'איז געפערליך אבער אפילו די ביליגסטע DSL איז אסאך שנעלער פון דעם, די 19.99 פון ווערייזאן איז 700KB דאונלאעד (דאס איז א שטייטע ספיד) און די USB פון ספרינט איז 300KB דאונלאעד (זיי שרייבן אז ס'איז שנעלער אבער כ'האב געמאכט אנליין ספיד טעסט'ס און די רעזאלטאטן זענען געוועהן אין די געגנט פון 300KB), חוץ דעם איז זייער א אפטע ערשיינונג אז עס זאל זיין דאון און בכלל נישט ארבעטן אן קיין שום סיבה,
והעולה על כולנה איז די פרייז, ס'קאסט 59.99 פלאס (געשוואלענע) טעקס, און מ'באקומט ניטאמאל אנלימיטעד סערוויס נאר 5GB א חודש, קען זיין ס'דא א אנדערע פלען פאר אנלימיטעד אבער צו צאלן נאך טייערער פון דעם איז שוין זיכער נישט נארמאל,
סך הכל: דאס איז נישט קיין אפשען.
האב א גוט מזל!

good_luck
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 13, 2010 11:10 pm

תגובהדורך good_luck » דינסטאג אפריל 13, 2010 9:34 am

קהת האט געשריבן:איך האב מיך אסאך נאכגעפרעגט און איך האב געזעהן אז CABLE VISION - OPTIMUM האט די ביליגסטע פרייזען עס קאסט 29.99$ טעקס אינקלודעד
 


און (רוב) וויליאמסבורג קען מען נאר האבן TIME WARNER CABLE זייערע פרייזן זענען נישט ביליג אבער מ'קען גיין דורך http://WWW.EARTHLINK.COM און דורך זיי קאסט עס 29.99 א חודש (ס'קאסט נישט קיין טעקס) פאר די ערשטע 6 חדשים נאכדעם קאסט עס אביסל טייערער, ס'איז אן קיין קאנטראקט, און ס'קאסט גארנישט צו אינסטאלן די קעיבלס מ'דארף נאר איינלייגן אנפאנג $25 דיפאזיט וואס מען באקומט צוריק נאך א יאר אדער סיי ווען מ'קענסעלט די סערוויס (ס'האט דאך נישט קיין קאנטראקט), אדער קען מען נעמען א פלען $33 א א חודש (נישטא קיין טעקס) און דאס בלייבט אייביג ביי דעם פרייז און ס'איז אויך אן קיין קאנטראקט, און ס'קאסט נישט צו אינסטאלן אזוי ווי פריער געשריבן.
אלעס (אינסטאלעישן, סערוויס, בילס) גייט דורך TIME WARNER CABLE ווייל זיי זענען די לאקאל פראוויידער נאר מ'סיינט זיך נאר אויף צו זיי דורך EARTH LINK און מ'באקומט א בעסערע פלען.
EARTH LINK 800-817-5508
TIME WARNER CABLE BROOKLYN 718-358-0900
האב א גוט מזל!

טאמעטא
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2007 11:42 pm

תגובהדורך טאמעטא » דינסטאג אפריל 13, 2010 10:15 am

איך בין גראד געגאנגען צו טיים ווארנער און איך צאל נאר 29.99 א חודש סאיז נישט דא קיין טעקס.

good_luck
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 13, 2010 11:10 pm

תגובהדורך good_luck » דינסטאג אפריל 13, 2010 10:32 am

טאמעטא האט געשריבן:איך בין גראד געגאנגען צו טיים ווארנער און איך צאל נאר 29.99 א חודש סאיז נישט דא קיין טעקס.


היינט געבן זיי שוין נישט די אאפער פון 29.99 אבער דורך EARTH LINK קען מען עס נאך באקומען.

האסטו געצאלט אינסטאלעישן אדער עקטיוועישן פי?
האב א גוט מזל!

טאמעטא
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2007 11:42 pm

תגובהדורך טאמעטא » דינסטאג אפריל 13, 2010 10:50 am

איך נישט געצאלט פאר אינסטלעישאן אבער איך האב געדארפט איינלייגען געלט פאר די עקוויפמענט. מען באקומט עס צוריק ווען די געסט צוריק די עקוויפמענט.

good_luck
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 13, 2010 11:10 pm

תגובהדורך good_luck » דינסטאג אפריל 13, 2010 11:01 am

וואסערע עקוויפמענט מיינסטו? א מאודעם?

ביזט מיט קאנטראקט אדער אן?
האב א גוט מזל!

טאמעטא
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2007 11:42 pm

תגובהדורך טאמעטא » דינסטאג אפריל 13, 2010 11:08 am

יא א מאדעם. איך מיין אן א קאנטראט נישט זיכער אזוי ליגט מיר און קאפ.

good_luck
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 13, 2010 11:10 pm

תגובהדורך good_luck » דינסטאג אפריל 13, 2010 11:15 am

זיי האבן דיר געגעבן א ווייערלעס מאודעם אויך?
האב א גוט מזל!


צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט